וינצלו - אויסגענוצט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וינצלו - אויסגענוצט

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 19, 2010 10:47 am

יעצט אין די סדרה שטייט וינצלו את מצרים, ונצלתם את מצרים.
רש"י זאגט ורוקינו וואס מיינט אויסגעליידיגט.

אין היינטיגן העברעאיש נוצט מען דעם ווארט "לנצל" אויסנוצן.
אינטערעסאנט די ריכטיגע אפטייטש פונעם ווארט, צי ס'האט עפעס מיטן שורש הצלה.

און וואס האט עס מיט "התנצלות הרב המחבר".
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25994
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 19, 2010 10:54 am

אויסליידיגען און אוינוצען זענען דאך פשוט נאנטע קרובים אויב נישט ממש ברודער, צו דאס האט מיט 'הצלה' במושכל ראשון איז דער נ' דא מן השורש משא"כ ביי 'הצלה' וועלכע קומט משורש 'צל'.

'התנצלות' המחבר איז בפשטות יא פון די סעריע, ווי דער מחבר 'גיבט' זיך אויס כנלפע"ד.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:04 am

די שאלה וואס הצלה מיינט?

רש''י זאגט אין שמות אז ונצלתם איז פון די לשון ויצל אלקים את מקנה אביכם.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:32 am

מיללער גאנץ נאנט אבער דאך דארף מען פארענטפערן עטליכע אויסדרוקן פון אויסנוצן.
    נוצט אויס די צייט
    אויסנוצן יענעם
    אויסנוצן די געלעגענהייט
(דאס ווארט 'נוץ' מיינט קלאר USE, לאמיר נישט רעדן פון דעם יעצט, אבער די פאר-זילבע 'אויס' טוישט איר באדייט, ווי אויסטוהן וכדו')


ביסטו זיכער הצלה איז שורש צל?
לא ניראה לי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:43 am

שוועמל האסט שוין געלערנט חורש"י פרשת שמות?

עיין רש"י שמות ג' פסוק כ"ב:

"ונצלתם" - כתרגומו ותרוקנון וכן (שמות יב) וינצלו את מצרים (שמות לג) ויתנצלו בני ישראל את עדים והנו"ן בו יסוד ומנחם חברו במחברת צד"י עם (בראשית לא) ויצל אלהים את מקנה אביכם אשר הציל אלהים מאבינו ולא יאמנו דבריו כי אם לא היתה הנו"ן יסוד והיא נקודה בחיר"ק לא תהא משמשת בלשון ופעלתם אלא בלשון ונפעלתם כמו (דברי' כח) ונסחתם מן האדמה ונתתם ביד אויב (ויקרא כו) ונגפתם לפני אויביכם (יחזקאל כב) ונתכתם בתוכה ואמרתם נצלנו לשון נפעלנו וכל נו"ן שהיא באה בתיבה לפרקים ונופלת ממנה כנו"ן של נוגף נושא נותן נושך כשהיא מדברת לשון ופעלתם תנקד בשו"א בחטף כגון (בראשית מה) ונשאתם את אביכם (במדבר לב) ונתתם להם את ארץ הגלעד ונמלתם את בשר ערלתכם לכן אני אומר שזאת הנקודה בחיר"ק מן היסוד הוא ויסוד שם דבר נצול והוא מן הלשונות הכבדים כמו דבור כפור למוד כשידבר בלשון ופעלתם ינקד בחיר"ק כמו (במדבר כ) ודברתם אל הסלע (יחזקאל מה) וכפרתם את הבית (דברים יא) ולמדתם אותם את בניכם
.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 19, 2010 12:14 pm

ועיין רד"ק שרש נצל שכתב כמו מנחם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 19, 2010 2:01 pm

שכויח פארשלאפן, איך פלעג נישט לערנען די אויסגעלאזטע רש"יס..
אבער וואס זאגט די רש"י איבער טייטש פון די ווארט - אויסנוצן? ער זאגט פון תרגום אויסליידיגן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 19, 2010 2:23 pm

"לנצל" ווייס איך נישט פון וואנעט עס שטאמט, דער רד"ק שטעלט גארנישט צו אפילו ענליך, דאס איז לכאורה א צוגעקומענע ווארט.

"התנצלות" איז טייטש לשון שלילות, ד"ה זיך ארויסדריען אפשאקלען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » מיטוואך ינואר 20, 2010 5:22 am

איך מיין אז דער ווירקליכער אפטייטש פון נצל איז אפשפארן, ארויסראטעווען עפעס א שארית אדער דאס גאנצע.
עס איז אבער פארהאן פסוקים וואס האבן דעם פארקערטן אפטייטש, ויתנצלו בני ישראל מיינט זיי האבן זיך אפגעטאן אינגאנצן,
וינצלו בני ישראל מיינט זיי האבן אינגאנצן אויסגעליידיגט. איז עס דאך דאס פארקערטע פון להציל?
באמת איז פארהאן נאך ווערטער וועלכע פארמאגן דבר והיפוכו. אזוי ווי "לְשָׁרֵשׁ" אויסווארצלען. "להתליע" - אויסרייניגן פון ווערעם, "עימות" - זיך קריגן "עמית" - א פריינד. "יסף" פארגעזעצט, "יסף" אויפגעהערט. "ירש" - באקומען א ירושה, א פארמעגן, "התרושש" - ארעם ווערן פון א פארמעגן.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 20, 2010 6:53 am

חרמש בקמה האט געשריבן:איך מיין אז דער ווירקליכער אפטייטש פון נצל איז אפשפארן, ארויסראטעווען עפעס א שארית אדער דאס גאנצע.

לאו סיפא רישא ולאו רישא סיפא, איר קאנט מיר ברענגען איין ראי' אויף א משמעות פון "אפשפארן"?
חרמש בקמה האט געשריבן:באמת איז פארהאן נאך ווערטער וועלכע פארמאגן דבר והיפוכו. אזוי ווי "לְשָׁרֵשׁ" אויסווארצלען. "להתליע" - אויסרייניגן פון ווערעם, "עימות" - זיך קריגן "עמית" - א פריינד. "יסף" פארגעזעצט, "יסף" אויפגעהערט. "ירש" - באקומען א ירושה, א פארמעגן, "התרושש" - ארעם ווערן פון א פארמעגן.

יסף פארזעצן איז לשן הוספה פארמערן צולייגן, יסף אויפהערן איז משרש אסף ענליך צו קיבוץ אינזאמלען צוזאמענעמען אדער לויט אן אנדערע דעה מלשון סוף.

ירושה איז משרש "ירש" אין דער היפוך איז לשון הורשה פארטרייבן "ה' אלקיך מורישם מפניך", "מתרושש" "רש" ארעם איז ענליך אבער נישט דער זעלבער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » מיטוואך ינואר 20, 2010 8:09 am

אפשפארן, איבערלאזן, היטן, אפראטעווען. דאס איז אלץ איין משפחה.
רש"י בראשית לא, ט זאגט: ויצל - הפריש, וכן כל לשון ישועה והמלטה וחליצה, לשון הפרשה הם, דהיינו אפשפארן ווי "החוסך מפתו" וואס דאס מיינט מפריש זיין און עס מיינט אפשפארן.

וועגן יסף זעהט מיר אויס פארשלאפן אז דו זוכסט סתם צו פארדרייען די קאפ. און אויך די אנדערע דעה וואס דו ברענגסט, דאס איז דער רשב"ם וועלכער האלט אינגאנצן נישט אז עס איז פארהאן צוויי משמעויות ביי יסף, און דאס וואס מיר טרעפן ספו תמו, דארטן איז דער שרש "ספה".

וועגן רש און ירש, האב איך מיר טאקע טועה געווען, עס זענען צוויי באזונדערע שרשים. דער שורש פון ירושה איז ירש, און דער שורש פון מתרושש, רש - איז ריש.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:08 am

הרב חרמש, איצט כאפ איך כונתך, איר רעדט פון אפשפאָרן מיט א קמ"ץ, דאן האט איר רעכט, איך האב פארשטאנען אפשפאַרן מיט א פת"ח לסגור לנעול.

איר קלערט אז איך דריי א קאפ, איר האט ב"ה א גוט און פול קעפל וואס עס דרייט זיך נישט אזוי גרינג, זעהט דעם רד"ק אין שרשים "אסף" און "יסף".
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:54 am

אין רד"ק שרש אסף באמערק איך גארנישט וואס עס שייך צו אונז, קלאר אז אסף איז פארזאמלען, אבער ווי אזוי קומסטו פון דא צו "הפסקה"?.
אין שרש יסף ברענגט דער רד"ק דעם תרגום "ולא פסק", און טאקע לויט דעם פשט האב איך געברענגט דעם ביישפיל. די קומענדיגע רייד פון רד"ק איז נישט בנוגע די דאזיגע דעה.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26024
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 20, 2010 11:24 am

חרמש בקמה האט געשריבן:אין רד"ק שרש אסף באמערק איך גארנישט וואס עס שייך צו אונז, קלאר אז אסף איז פארזאמלען, אבער ווי אזוי קומסטו פון דא צו "הפסקה"?.

זע צום סוף ווען ער ענדיגט וכולם ענין הסרה וכלי'.
חרמש בקמה האט געשריבן:אין שרש יסף ברענגט דער רד"ק דעם תרגום "ולא פסק", און טאקע לויט דעם פשט האב איך געברענגט דעם ביישפיל. די קומענדיגע רייד פון רד"ק איז נישט בנוגע די דאזיגע דעה.

דער רד"ק כדרכו ברענגט נאר צו דעם תרגום אויף "ויתנבאו ולא יספו" וואס דער תרגום הוציאם לענין אחר ותרגם "ולא פסק" און ער קריגט אויף אים, ער זאגט נישט אז דער תרגום האלט אז דער שרש איז "יסף" נאר ער שטעלט עס אריין אין שרש "אסף", נאכדעם זעצט ער פאר דעם זעלבן ענין און איז ממשיך וואו ער האט געהאלטן פון פריערט פארן מפסיק זיין מיטן תרגום אלזא איז אלעס נוגע לענינינו.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חרמש בקמה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:10 pm
לאקאציע: קרתא דשופריא

תגובהדורך חרמש בקמה » מיטוואך ינואר 20, 2010 11:43 am

איך זעה דעם רד"ק, און ווי איך האב עס אפגעלערנט מיינט ער נישט צו זאגן אז פארזאמלען מיט "כלייה" זענען איין משמעות, נאר פארקערט: דער שרש אסף נוצט פאר צוויי באזונדערע משמעויות, פונקט ווי דער שרש כבד נוצט פאר דריי זאכן: עהרע, שווער, לעבער.

אבער דאס וואס עס איז משמע פון רד"ק אז דער שורש איז "אסף", דאס איז נישט צו פארשטיין מכמה פנים, און טאקע ראב"ע אין צפניה א ב זאגט אז דער א' פון אסוף און פון אסיפם איז נישט פון שורש, נאר ער איז א' העתיד, כאטש לויט דעם ברויך מען פארשטיין פארוואס איז דער אלף פון אסוף מיט א קמץ און נישט מיט א חטף סגול.
בְּבוֹא קָצִיר לִקְצוֹר הַקָּצִיר בַּקָּצִיר.

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

Re: וינצלו - אויסגענוצט

תגובהדורך הערסט? » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:23 am

תכלס. ווען איך וויל זאגן איך נוץ אויס די געלעגנהייט. איז דא א ווארט פאר דעם אין לשון קודש? נישט העבריש?
לאנג און זיס


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט