וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אדמיראל
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 11:00 am

תגובהדורך אדמיראל » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 5:23 pm

טאקע אזוי געשריבן, א דאנק פאר באשטעטיגן!

בילד

ארגאן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ארגאן » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 10:30 pm

גרשון האט געשריבן:דער לאסט-אויטא. "טראק" איז פאראידישט געווארן ווען שרייבערס האבן אויפגעהערט היטן די זכר/נקיבה/נייטראל כללים, ממילא קען מען נישט זאגן אז ס'געהער דא אדער דארט. פארט וואלט איך מסתמא געשריבן "דער טראק", כאטש איך ווייס נישט פארוואס.


איך זאג "דער משא-אויטא" (ל"ז).

ווען זאל מען זאגן "איך גיי אין שול שבת" אקעגן "איך גיי אין שול אום שבת"? מאי נפקא מינה?
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 10:37 pm

ס'איז קיין חילוק, לויט ווי איך פארשטיי, נאר דעם שרייבער'ס געשמאק. א סך פרעפאזיציעס ווערן אויסגעלאזט, כאטש זייער ארט איז שטומערהייט רעזערווירט. אינעם דערמאנטן ביישפיל וועט שבת פארבלייבן א דאטיוו, ווייל ס'איז דאך קלאר אז דו גייסט אין שול *אום* שבת.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

ארגאן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך ארגאן » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:27 pm

גרשון האט געשריבן:ס'איז קיין חילוק, לויט ווי איך פארשטיי, נאר דעם שרייבער'ס געשמאק. א סך פרעפאזיציעס ווערן אויסגעלאזט, כאטש זייער ארט איז שטומערהייט רעזערווירט. אינעם דערמאנטן ביישפיל וועט שבת פארבלייבן א דאטיוו, ווייל ס'איז דאך קלאר אז דו גייסט אין שול *אום* שבת.


א דאנק אייך ווי תמיד!
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מיגו » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 10:57 am

commitment •

to be committed •

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 2:04 pm

מיגו האט געשריבן:commitment •

to be committed •

פארפליכטונג/התחייבות

זיין פארפליכטעט/מחויב
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מיגו » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 11:34 am

גרשון האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:commitment •

to be committed •

פארפליכטונג/התחייבות

זיין פארפליכטעט/מחויב

דער ענגלישער commitment הערט זיך -און פארקערפערט אין זיך לכאורה- סאך א טיפערן באדייט ווי דער בלויזער אידישער פארפליכטונג.

The definition of committed is being dedicated or loyal to something, to give for safekeeping or to be confined

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 5:48 pm

א שיעבוד?

דוראק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך דוראק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 2:29 am

גרשון האט געשריבן:ס'איז קיין חילוק, לויט ווי איך פארשטיי, נאר דעם שרייבער'ס געשמאק. א סך פרעפאזיציעס ווערן אויסגעלאזט, כאטש זייער ארט איז שטומערהייט רעזערווירט. אינעם דערמאנטן ביישפיל וועט שבת פארבלייבן א דאטיוו, ווייל ס'איז דאך קלאר אז דו גייסט אין שול *אום* שבת.

אַ טעות, ס'וועט זײן אַקוזאַטיוו. (ונפק״מ ל„די וואָך”, „דאָס יאָר” וכו').

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:14 pm

דוראק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:ס'איז קיין חילוק, לויט ווי איך פארשטיי, נאר דעם שרייבער'ס געשמאק. א סך פרעפאזיציעס ווערן אויסגעלאזט, כאטש זייער ארט איז שטומערהייט רעזערווירט. אינעם דערמאנטן ביישפיל וועט שבת פארבלייבן א דאטיוו, ווייל ס'איז דאך קלאר אז דו גייסט אין שול *אום* שבת.

אַ טעות, ס'וועט זײן אַקוזאַטיוו. (ונפק״מ ל„די וואָך”, „דאָס יאָר” וכו').

אפשר קענסטו דיך בעסער מסביר זיין. אקוזאטיוו איז א direct subject. שבת אלס אקוזאטיוו וואלט געווען אינעם זאץ, "ער היט שבת," דא אבער זע איך נישט ווי ס'קומט אריין אקוזאטיוו.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דוראק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך דוראק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 1:36 pm

די כללים אַרבעטן ניט אַלעמאָל אין אַ לאָגישן וועג. צום בײשפּיל, פאַרוואָס זאָגט מען „מער פון מיר” אָבער „מער ווי איך”? פאַרוואָס „פרעגסטו מיך” אָבער „דו ענטפערסט מיר”?

אַזוי אויכעט דאָ. כאָטש אַז אין פאַל פון „שבת” איז עס טאַקע קיין נפקא־מינה ניט, אין אַנדערע פאַלן ווי „וואָך” און „יאָר” איז עס יע נוגע. מ'זאָגט „איך בין אָנגעקומען די וואָך” ניט „דער וואָך”. מ'זאָגט „איך האָב נאָך ניט געבענטשט ברכת האילנות דאָס יאָר” ניט „דעם יאָר”.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 1:56 pm

דוראק האט געשריבן:פאַרוואָס זאָגט מען „מער פון מיר” אָבער „מער ווי איך”?

"ווי" ווערט נישט פאררעכנט אלס פרעפאזיציע אין אידיש, ממילא בלייבט דאס נאכפאלגנדע זאך-ווארט אלעמאל נאמינאטיוו.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דוראק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 6:20 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך דוראק » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 6:17 pm

און אָט דאָס זאָג איך, ניט אַלעמאָל זײנען די כללים לאָגיש. „בעסער פון מיר” און „בעסער ווי איך” האָבן פּונקט דעם זעלבן באַדײט.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:58 am

בס"ד

נו, ווער קען העלפן מיט פראסטרעיטינג, פרוסטראציע?

איז דא עפעס בעסערס פאר FRUSTRATION?

(נישט צער ועגמ"נ, עפעס בעסערס)
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:08 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

נו, ווער קען העלפן מיט פראסטרעיטינג, פרוסטראציע?

איז דא עפעס בעסערס פאר FRUSTRATION?

(נישט צער ועגמ"נ, עפעס בעסערס)

וואס איז די זאץ ארום? צומאל קען מען נוצן אפגעשמיסן, אומעטיג, וכו'

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:21 pm

אויסגעמוטשעט
אומוטיג
פארלוירן געדולד
אזויווי אסדר זאגט, שרייב מה לפנים ומה לאחור.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:46 pm

אפשר 'אנטריסטונג'.

-
בנוגע "דער" טראק. דאכציך אז היימישע שרייבער וועלן נוצן א לשון זכר אויף יעדע ווארט וואס איז נישט באשטימט צו עס איז א לשון זכר אדער לשון נקיבה.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 12:59 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

נו, ווער קען העלפן מיט פראסטרעיטינג, פרוסטראציע?

איז דא עפעס בעסערס פאר FRUSTRATION?

(נישט צער ועגמ"נ, עפעס בעסערס)

מעגליך: "ברוגז" אדער "אויפגעברויזט".
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 2:46 pm

פרוסטרירונג, נישט פרוסטראציע.

מ'קען אויך שרייבן אנטריסונג. א מער פשוט ווארט איז אנטוישונג.

ברוגז/אויפגעברויזט איז נישט ריכטיג געטייטשט.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 2:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 2:53 pm

בס"ד

פראסטרירט אז מען האט נישט דערגרייכט א געוויסע ציל אין די באשטימטע צייט.

ברוגז נישט שייך, אנטוישט מיינט דיסעפאינטעד, אויפגעברויזט מיינט אויפגערעגט, אויך נישט שייך אפגעמוטשעט, נישט אומעטיג, נישט טרויעריג.

אנטריסטונג קען זיין, אבער נאך אלץ זייער א פרעמדע ווארט פאר'ן צוועק דא.

לכאורה וואלט געדארפט זיין עפעס ווי, זיך געעגבערט, אנגעגעסן, אבער פארט נישט פליסיג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך צדיק בן צדיק » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 2:00 am

וויאזוי זאגט מען אין אידיש: human beings?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 10:32 am

מענטשליכע באשעפעניש
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Cobweb

תגובהדורך גרשון » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 9:52 pm

ווי אזוי זענען ליינער באקוועם: שפין-וועב? שפין-וועבס? שפין-געוועב?

אדער איינס פון די דריי אין איין ווארט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
א.ב.ג
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: Cobweb

תגובהדורך א.ב.ג » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 10:12 pm

גרשון האט געשריבן:ווי אזוי זענען ליינער באקוועם: שפין-וועב? שפין-וועבס? שפין-געוועב?

אדער איינס פון די דריי אין איין ווארט?

געזעהן ווי ער מאכט א שפין-וועב.
געזעהן א שפין-געוועב.
געזעהן אסאך שפין וועבס/געוועב.

בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

תגובהדורך בועז » מוצ"ש אוקטובער 31, 2020 10:25 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פראסטרירט אז מען האט נישט דערגרייכט א געוויסע ציל אין די באשטימטע צייט.

ברוגז נישט שייך, אנטוישט מיינט דיסעפאינטעד, אויפגעברויזט מיינט אויפגערעגט, אויך נישט שייך אפגעמוטשעט, נישט אומעטיג, נישט טרויעריג.

אנטריסטונג קען זיין, אבער נאך אלץ זייער א פרעמדע ווארט פאר'ן צוועק דא.

לכאורה וואלט געדארפט זיין עפעס ווי, זיך געעגבערט, אנגעגעסן, אבער פארט נישט פליסיג.

פלאצן איז אזא סלענג וואס מען נוצט מיט די באדייט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט