זכר בונדל מהו?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וועלכע פון די פאלגנדע בונדלעך רופט מען "זכר בונדל"?

ארבעס / טשיק פיעס
68
73%
ליימע ביענס
25
27%
 
סך הכול שטימען: 93

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 3:48 pm

פשיהא, איך האב מיך בכלל נישט געראכטן אויף אזא מאסיווע רעאקציע פון מיימינים ומשמאילים...
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג מאי 09, 2017 3:54 pm

וואספארא שייכת האט דער אשכול מיט גראמאטיק ?
טשיק פיעס אדער זכר בונדליך איך מיין ליימע ביענס

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך מאי 10, 2017 9:40 am

געשטימט פאר ארבעס ווייל אזוי האב איך אייביג געוואוסט איך וויל נישט משנה זיין, אבער ווי איינער האט שוין פריער געזאגט איז נישט קיין חילוק ווי אזוי עס הייסט, עס מיז זיין ביידע מיט ריפעל פאטעיטא טשיפ ביים זכר אז די ביר זאל האבן דעם ריכטיגען טעם, שטייצעך נאר אויב סבאטל איז פארהויכט, אויב נישט איז נישט קיין חילוק וואס עס ליגט אויפן טיש, סעט נישט שטימען

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 11:47 am

מוז זיין טשיק פיעס
איך האב געזען ערגעץ אז מען געבט בונדליך ביי א זכור
ווייל ס'איז דומה לעדשים (רינדעכיג) וואס מען געבט פאר אן אבל ל"ע
וואס א זכר מאכט מען אויך לנחמו
אשר על כן ברויך מען עסן זכור טשיק פיעס בונדלעך
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

ר' יום טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:38 pm

איך דענק אלס קינד, בערך 25-30 יאר צוריק פלעג איך כסדר גיין פרייטיג צונאכטס מיט מיין טאטן צום דעמאלסדיגן צענטראלן זכר זאל אין קרית יואל, דער היינטיגער "חדר יצחק מארקאוויטש" ומלפנים "קידוש-שטיבל", ווי עס פלעגט וועכנטליך ווערן אפגעהאלן עטליכע זכרים.

אייביג נאר געווען טשיק פיעס, נישט ליימע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:45 pm

נישט וואר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 14, 2017 9:50 am

זייט ווען איז ארבעס א ״בונדל״?
אוודאי איז עס די בונדלעך וואס מען גיבט.

ארבעס איז געווען א טיפיקל נאש אין די אלטע היים, ס׳איז דעמאלטס נישט געווען קיין קריספס, פאפקארן און פרעצעלס.
אין קרעטשמע מיט׳ן כוסה, האט מען גע׳נאשט׳ ׳ארבעס׳.

אוועטאר
צווייפעל
שר האלפיים
תגובות: 2972
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יולי 16, 2017 12:55 pm

בינעך יעצט אנגעקומען צום שלום זכר, איינער איז נאך דא?.....

געשטימט פאר ליימע בינס, ווייל נאר דאס האט מען געמוזט רופן מיט א שם כינוי עס אפצוטיילן פון אנדערע בונדלעך, משא"כ ארבעס וועלכע הייסט ארבעס.

סא טראץ אלע ענינים פון געבן ארבעס ביי א שלום זכר, איז ליימע ביענס דיזע וועלכע האבן געקריגן דעם שם כינוי זכר בונדלעך.

איש האשכולות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יולי 16, 2017 3:50 pm

געהערט פין א איד פונדערהיים אז די ריכטיגע זכר בונדעל איז די ליימע בונדעל


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט