ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלכע אידישע אויסגאבע

וואך
22
12%
בליק
15
8%
בחצרות
10
5%
צייטונג
10
5%
דער איד
65
34%
בלאט
44
23%
מאמענט
25
13%
 
סך הכל שטימען: 191

נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

ס'נישט דא קיין הלכות בעסטע... וועלכע איז דער בעסטע טאמעיטא דיפ? יעדער האט זיין טעיסט און געשמאק. וואס איטליכער גלייכט דאס איז דאס בעסטע און אויף דעם זאל ער שטימען. אויב למשל דו גייסט מער פאר בילדער שטים לויט דעם, אויב גלייכסטע קורץ און שארף מיט 3 בילדער קענסטע אפילו וועלן פאר'ן וויקלי לינק דורכ'ן שרייבן 'פעלט מיין אפציע' אפציע.. אבער דא האט מען נישט געלייגט בחינם אויסגאבעס.
געשריבן דורך: נעכטן
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

זילבערווערק האט געשריבן:
וואס מיינט דעקן די בעסטע?
קלארע בילדער מיט שיינע מעשיות, אדער ארויסברענגען דער מהות פון מרן הגאב"ד זצוק"ל אן צענזורירן גרויסע מערכות פון זיין לעבן?
קלארע בילדער מיט שיינע מעשיות.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

תגובה דורך זילבערווערק »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:

אויב דאס, דארף מען טאקע ליינען און נאכדעם אפגעבן די שטימע, אבער מעגליך, אז דער איד ליינערס האלטן אז די סיפא פון מיין פראגע איז ריכטיג, און דאס קען מען שוין וויסן פארן ליינען אויך.
לעצט פארראכטן דורך זילבערווערק אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 7:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

זילבערווערק האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
וואס מיינט דעקן די בעסטע?
קלארע בילדער מיט שיינע מעשיות, אדער ארויסברענגען דער מהות פון מרן הגאב"ד זצוק"ל אן צענזורירן גרויסע מערכות פון זיין לעבן?
קלארע בילדער מיט שיינע מעשיות.
אויב דאס, דארף מען טאקע ליינען און נאכן אפגעבן די שטימע, אבער מעגליך, אז דער איד ליינערס האלטן אז די סיפא פון מיין פראגע איז ריכטיג, און דאס קען מען שוין וויסן פארן ליינען אויך.
:shock:
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

[ize=1]איך קען שוין קוים ווארטען צו ליינען אין דער איד וועגן די גאב"ד'ס שטעלונג בנוגע ווילדע מחאות אד"ג (זעהט דא https://tora-forum.co.il/viewtopic.php?p=638729#p638729), און אויסשניטען פון זיין אינטערוויאו אין כפר חב"ד, אא"וו.

הלמאי, זיי צענזורירן דאך נישט.

אין אנדערע ווערטער: יעדער איינער צענזורירט וואס געפעלט אים נישט (אפשר אויסער מער ליבעראלע צייטונגען, וו משפחה וכדומה)...[/size]
אוועטאר
קובץ מפרשים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 7:05 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קובץ מפרשים »

אויב מ’רעדט פון די דעקל איז ’די וואך’ די בעסטע לדעתי, נאכדערצו יעצט ערב ת”ב.
האסט א מיינונג? געוואלדיג. אבער געדענק! יענער האט אויך!!!
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

די וואך האט נושא חן געווען האמיר עס איינגעקויפט.

א העליכע ארבעט געמאכט.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

גא"מ. שוין געליינט די וואך, זיי האבן אריינגערוקט אסאך שיינע סחורה. אויך דער איד האט גאר שיינע זאכן. מאמענט האט געלייגט אלטע זאכן. ס'איז נאך אלץ אקטועל, אבער ס'נישט קיין חידושים. בליק האט אויך עטליכע שיינע שמועסן. אין די צייטונג האט ר' יואל וועבער געשריבן גאר א שיינע הערכה (אויך אויף קול מבשר האט ער דעליווערט א שיינע הספד). די אנדערע חלקים און אויסגאבעס דארף מען איבערלאזן אויף שב"ק אדער ת"ב נאכמיטאג
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אין ארץ ישראל האט זיך פארקויפט די מערסטע 'די וואך' און 'דער איד'.
עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארקויפטע 'דער איד' אין ארץ ישראל, און פרייטאג האבן שוין מענטשן געזוכט מיט ליכט וואו מ'קען טרעפן א 'דער איד'.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

מאמענט ווייל איך בין זייערס א פייערדיגער חסיד
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

איש ציון האט געשריבן:
מאמענט ווייל איך בין זייערס א פייערדיגער חסיד

דער איד ווייל איך בין זייער פייערדיגער חסיד ;l;p-
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

זילבערווערק האט געשריבן:
אין ארץ ישראל האט זיך פארקויפט די מערסטע 'די וואך' און 'דער איד'.
עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארקויפטע 'דער איד' אין ארץ ישראל, און פרייטאג האבן שוין מענטשן געזוכט מיט ליכט וואו מ'קען טרעפן א 'דער איד'.
אין קרית יואל אויך
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

kyshtiper האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
אין ארץ ישראל האט זיך פארקויפט די מערסטע 'די וואך' און 'דער איד'.
עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארקויפטע 'דער איד' אין ארץ ישראל, און פרייטאג האבן שוין מענטשן געזוכט מיט ליכט וואו מ'קען טרעפן א 'דער איד'.
אין קרית יואל אויך
האט עפעס מיט'ן גאב"ד זצ"ל? איך וואלט ענדערש געזאגט אז ס'האט מיט'ן תענית און שבת וואס מען קען נישט לערנען,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

ניס קראכער האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
אין ארץ ישראל האט זיך פארקויפט די מערסטע 'די וואך' און 'דער איד'.
עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארקויפטע 'דער איד' אין ארץ ישראל, און פרייטאג האבן שוין מענטשן געזוכט מיט ליכט וואו מ'קען טרעפן א 'דער איד'.
אין קרית יואל אויך
האט עפעס מיט'ן גאב"ד זצ"ל? איך וואלט ענדערש געזאגט אז ס'האט מיט'ן תענית און שבת וואס מען קען נישט לערנען,
אינטערעסאנט אז מ'האט עפעס אויסגעכאפט פונקט דער איד, ווען די בלאט איז נאך יעצט דא צו קויפן איבעראל, עכ"פ אין ארץ ישראל איז אזוי
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פרייטאג בין איך געווען אין עטליכע געשעפטן צו קויפן עפעס פאר מיין ב"ב צו ליינען, רוב אויסגאבעס סיי ענגליש און סיי אידיש זענען נישט געווען צום געפינען
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

זילבערווערק האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
אין ארץ ישראל האט זיך פארקויפט די מערסטע 'די וואך' און 'דער איד'.
עס איז נישט געבליבן קיין איין אומפארקויפטע 'דער איד' אין ארץ ישראל, און פרייטאג האבן שוין מענטשן געזוכט מיט ליכט וואו מ'קען טרעפן א 'דער איד'.
אין קרית יואל אויך
האט עפעס מיט'ן גאב"ד זצ"ל? איך וואלט ענדערש געזאגט אז ס'האט מיט'ן תענית און שבת וואס מען קען נישט לערנען,
אינטערעסאנט אז מ'האט עפעס אויסגעכאפט פונקט דער איד, ווען די בלאט איז נאך יעצט דא צו קויפן איבעראל, עכ"פ אין ארץ ישראל איז אזוי
איך בין בכלל נישטא צו ארגעמענטן צוויישן דער בלאט אין דער איד ווער סאיז בעסער, צוליב וואס איך ווייס נישט, זינט איך ליין נישט ביידע,
אבער גייט נישט דער איד מער אין א"י יעדע וואך?

דיסקלעמער, קען זיין אז ס'איז יא וועגן דער גאב"ד'ס דעקונג (איי פון ווי האבן מענטשן געוויסט פון די קאווער וואס ס'טוטצעך אינעווייניג?, אבער שוין...) מ'זענער נאר דא לפטפוטי לעלמא...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צ"ק
חברא קדישא
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אמתער
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:51 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמתער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
צ"ק
חברא קדישא
:roll: :roll:
איך זאג אז איך בין א אמת'ער אבער איך האב מורא אז דאס איז די גרעסטע ליגענט ....
הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

איך האב געקויפט מאמענט א בליק און די וואך. דערווייל געליינט רוב ארטיקלען איבערן גאב"ד.
(איך האב אויך געבלעטערט אויפ'ן אימעיל די צוויי עדה חרדית מאגאזינען, העדה און קהלא קדישא, אבער נאכנישט געהעריג געליינט. אויף וואס מען צאלט דעם פולן פרייז ליינט מען די ערשטע...)

די בעסטע איז זייער שווער צו זאגן, לכאו' לענ"ד: דעקל איז די בעסטע די וואך, מצב איז די בעסטע מאמענט, תוכן איז די בעסטע א בליק. בילדער האב איך נאכנישט אנגעיאגט צו קוקן פון קיין איינס.

די תוכנ'דיגסטע ארטיקל איז לדעתי אין שטיבל - א בליק מיט הרה"ג ר' אהרן יהושע ווייס דער ראש הכולל פונעם גאב"ד להבחל"ח. מיר האט עס זייער איבערגענומען. תורה'דיג איז עס די בעסטע ארטיקל, א לאנגע ארטיקל מיט אלע סדרי לימוד פונעם גאב"ד, וואס ווען און וויאזוי ער האט געלערנט, און נאך אינטערסאנטע זאכן.עס האט מיר פרעזענליך אריינגעגעבן א תשוקה צו תורה. נאך אלע מעשה'ס פונעם גאב"ד איז ער פשוט געזעצן און געלערנט ווי א פרישער בחור, און דאס האט ער אייביג

די באשרייבונגען פון די לוי' פון מאמענט און פון א בליק זענען צוויי וועלטן. קיינער שרייבט נישט וואס דער אנדערער שרייבט, מאמענט איז מער די אטמאספארע אין די ירושלימ'ע לופטן, א בליק איז זייער לאנג מיט אלע הספדים וכו'. זייער הנאה געהאט צו ליינען ביידע.
בכלל האט שטיבל אהערגעשטעלט אנגעשטאפטע בלעטער, אנגעזאפט מיט תוכן און גוטע אינטערוויאס, און ווי עס זעט זיך אויס איז אלעס פריש געבאקן פון נאך די לוי'. אבער נישט אנגעיאגט זעט אויס צו מאכן א געהעריגע מצב דערפון מיט שענערע גרעפיקס. אשאד
דער יוסף מאטיאש האט גאר א ספעציעלע שפראך, א טיפער אידיש מיט גאר געלונגענע אויסדריקן. כ'וואלט נאר געוואלט וויסן פון וואו ער האט גענומען אינפארמאציע, זייער אסאך חידושים, ווי למשל וויפל שפראכן דער גאב"ד האט געקענט און ווען עס איז צונוץ געקומען און נאך, אבער עטליכע זאכן האב איך געליינט ביי די אנדערע ארטיקלען אינגאנצן אנדערש, איך געדענקט נישט פונקט וואס.
די ארטיקל מיטן הויז בחור איז אויך אייגנארטיג. און נאך.

די וואך האב איך הנאה געהאט פון די ארטיקל פון די ארכיוון פון טוביה פריינד איבער דער גאב"ד זצ"ל מיט זיין זיידע ר' נטע זצ"ל, טוביה איז פון די שטארקסטע שרייבערס אין לשה"ק, געשמאק אים צו טרעפן אויך אין אידיש...
דער דרייווער'ס ארטיקל זעט אויס א שמועס פון עטליכע מינוט (בעיקר אויף ר' אפרים שטערן...) אבער די שיינע בילדער מאכן עס פאר א גוטן ארטיקל...
אויך פון הרב ברויער איז אויך זייער גוט, ברענגט ארויס גוטע נקודות.

מאמענט האט אויך געהאט פון ארכיוון זייער געלונגענע ארטיקלען, דער לאבין איז א שרייבער איינס אין די וועלט, די שפראך איז געוואלדיג. און פון טאמבור איז אויך זייער קלאסיש און ברייט געשריבן. די זכרונות פון אנטווערפן פון עקשטיין און נאך.

בכלל טרעפט מען זייער אסאך סתירות און שינוי-לשונות צווישן אלע באשרייבונגען, יעדער דערציילט בערך די זעלבע זאכן מיט אנדערע איינצלהייטן, ס'איז געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען פון אלע סארט קוק ווינקלעך. למשל די פשעווארסקע מעשה איז געווען כמעט אין יעדע ארטיקל, אבער קיין איין לשון איז נישט געווען די זעלבע...

דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אויפן זיכרון.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פמא
קהלה קדישא
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

מי כעמך האט געשריבן:
די וואך האט נושא חן געווען האמיר עס איינגעקויפט.

א העליכע ארבעט געמאכט.
גא"מ. די וואך האט געמאכט א גאר רייכע ארבעט.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

הארציגע מוח האט געשריבן:
איך האב געקויפט מאמענט א בליק און די וואך. דערווייל געליינט רוב ארטיקלען איבערן גאב"ד.
(איך האב אויך געבלעטערט אויפ'ן אימעיל די צוויי עדה חרדית מאגאזינען, העדה און קהלא קדישא, אבער נאכנישט געהעריג געליינט. אויף וואס מען צאלט דעם פולן פרייז ליינט מען די ערשטע...)

די בעסטע איז זייער שווער צו זאגן, לכאו' לענ"ד: דעקל איז די בעסטע די וואך, מצב איז די בעסטע מאמענט, תוכן איז די בעסטע א בליק. בילדער האב איך נאכנישט אנגעיאגט צו קוקן פון קיין איינס.

די תוכנ'דיגסטע ארטיקל איז לדעתי אין שטיבל - א בליק מיט הרה"ג ר' אהרן יהושע ווייס דער ראש הכולל פונעם גאב"ד להבחל"ח. מיר האט עס זייער איבערגענומען. תורה'דיג איז עס די בעסטע ארטיקל, א לאנגע ארטיקל מיט אלע סדרי לימוד פונעם גאב"ד, וואס ווען און וויאזוי ער האט געלערנט, און נאך אינטערסאנטע זאכן.עס האט מיר פרעזענליך אריינגעגעבן א תשוקה צו תורה. נאך אלע מעשה'ס פונעם גאב"ד איז ער פשוט געזעצן און געלערנט ווי א פרישער בחור, און דאס האט ער אייביג

די באשרייבונגען פון די לוי' פון מאמענט און פון א בליק זענען צוויי וועלטן. קיינער שרייבט נישט וואס דער אנדערער שרייבט, מאמענט איז מער די אטמאספארע אין די ירושלימ'ע לופטן, א בליק איז זייער לאנג מיט אלע הספדים וכו'. זייער הנאה געהאט צו ליינען ביידע.
בכלל האט שטיבל אהערגעשטעלט אנגעשטאפטע בלעטער, אנגעזאפט מיט תוכן און גוטע אינטערוויאס, און ווי עס זעט זיך אויס איז אלעס פריש געבאקן פון נאך די לוי'. אבער נישט אנגעיאגט זעט אויס צו מאכן א געהעריגע מצב דערפון מיט שענערע גרעפיקס. אשאד
דער יוסף מאטיאש האט גאר א ספעציעלע שפראך, א טיפער אידיש מיט גאר געלונגענע אויסדריקן. כ'וואלט נאר געוואלט וויסן פון וואו ער האט גענומען אינפארמאציע, זייער אסאך חידושים, ווי למשל וויפל שפראכן דער גאב"ד האט געקענט און ווען עס איז צונוץ געקומען און נאך, אבער עטליכע זאכן האב איך געליינט ביי די אנדערע ארטיקלען אינגאנצן אנדערש, איך געדענקט נישט פונקט וואס.
די ארטיקל מיטן הויז בחור איז אויך אייגנארטיג. און נאך.

די וואך האב איך הנאה געהאט פון די ארטיקל פון די ארכיוון פון טוביה פריינד איבער דער גאב"ד זצ"ל מיט זיין זיידע ר' נטע זצ"ל, טוביה איז פון די שטארקסטע שרייבערס אין לשה"ק, געשמאק אים צו טרעפן אויך אין אידיש...
דער דרייווער'ס ארטיקל זעט אויס א שמועס פון עטליכע מינוט (בעיקר אויף ר' אפרים שטערן...) אבער די שיינע בילדער מאכן עס פאר א גוטן ארטיקל...
אויך פון הרב ברויער איז אויך זייער גוט, ברענגט ארויס גוטע נקודות.

מאמענט האט אויך געהאט פון ארכיוון זייער געלונגענע ארטיקלען, דער לאבין איז א שרייבער איינס אין די וועלט, די שפראך איז געוואלדיג. און פון טאמבור איז אויך זייער קלאסיש און ברייט געשריבן. די זכרונות פון אנטווערפן פון עקשטיין און נאך.

בכלל טרעפט מען זייער אסאך סתירות און שינוי-לשונות צווישן אלע באשרייבונגען, יעדער דערציילט בערך די זעלבע זאכן מיט אנדערע איינצלהייטן, ס'איז געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען פון אלע סארט קוק ווינקלעך. למשל די פשעווארסקע מעשה איז געווען כמעט אין יעדע ארטיקל, אבער קיין איין לשון איז נישט געווען די זעלבע...

דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אויפן זיכרון.
וויפיל שפראכן ער האט געקענט האב איך געטראפן אין וויקי
דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: יידיש, ענגליש, לשון הקודש און העברעאיש, דייטש, פלעמיש, אונגאריש און טשעכיש.
הארציגע מוח
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm

Re: ווער דעקט דאס בעסטע דעם גאב''ד'ס פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע מוח »

לא לנו האט געשריבן:
הארציגע מוח האט געשריבן:
דער יוסף מאטיאש האט גאר א ספעציעלע שפראך, א טיפער אידיש מיט גאר געלונגענע אויסדריקן. כ'וואלט נאר געוואלט וויסן פון וואו ער האט גענומען אינפארמאציע, זייער אסאך חידושים, ווי למשל וויפל שפראכן דער גאב"ד האט געקענט און ווען עס איז צונוץ געקומען און נאך, אבער עטליכע זאכן האב איך געליינט ביי די אנדערע ארטיקלען אינגאנצן אנדערש, איך געדענקט נישט פונקט וואס.
וויפיל שפראכן ער האט געקענט האב איך געטראפן אין וויקי
דער רב איז באהאוונט אין זיבן שפראכן: יידיש, ענגליש, לשון הקודש און העברעאיש, דייטש, פלעמיש, אונגאריש און טשעכיש.
כ'האב נישט דעם מאגאזין פאר די אויגן, אבער דוכט זיך אז ער האט געשריבן א גרעסערע סכום פון שפראכן
הרב לאבין האט יא געשריבן אין מאמענט אז דער רב האט געקענט זיבן שפראכן און אויסגערעכט טאקע דיין ליסטע (אבער געשריבן בלויז לשון הקודש, אן העברעאיש)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”