דענקעך נישט אז דער תחש זאל האבן איין הארן. וואס יא, אויפן פר שהקריב אדה"ר זאגן חז"ל שהיה לו קרן אחד במצחו שנאמר מקרין מפריס. (דארפעך נאכזוכן דעם מראה מקום)פראקטיש האט געשריבן:פון דער דעילי איד
לאס אנדזשעלעס – א טשיקאווע עפּיזאד האט פּאסירט ווען א קינד אין לאס אנדזשעלעס האט אריינגעשיקט א ביטע צו די לאקאלע "ענימעל קאנטראל" באאמטע אז זי וויל האבן ערלויבעניש צו האלטן א "יוניקארן" ביי זיך אינדערהיים אלס א היים-באשעפעניש. "יוניקארן" איז א פיקטיווע באשעפעניש, וואס לויט געוויסע מפרשים איז דאס דער "תחש" וועמענס הויט מ'האט גענוצט פאר'ן משכן, צוליב וואס מפרשים זאגן אז דער תחש האט געהאט איין הארן און איז געווען פול-קאלירט, ענליך צו וויאזוי די פיקטיווע "יוניקארן" ווערט אראפּגעמאלן. די לאקאלע באאמטע האבן צוריקגעשריבן א בריוו צום קינד, אז זי איז ערלויבט, און זיי האבן אפילו מיטגעשיקט א פּוכענע "יוניקארן" פאר'ן קינד...
רבש"ע וואס איך זעה דא.
יוניקראן
תחש
פוכענע
עני יוניט עוועילעבל?
וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.ירקרקות האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.צו געזונט האט געשריבן:אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גוט צו וויסן אז ראפאגאש איז לויטער אונגאריש - און פוכיג ווייסעך נאך נישטפראקטיש האט געשריבן:אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.ירקרקות האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.צו געזונט האט געשריבן:אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
זע שבת כח,ב:ירקרקות האט געשריבן:דענקעך נישט אז דער תחש זאל האבן איין הארן. וואס יא, אויפן פר שהקריב אדה"ר זאגן חז"ל שהיה לו קרן אחד במצחו שנאמר מקרין מפריס. (דארפעך נאכזוכן דעם מראה מקום)
קודם אויפ'ן שרייבער פון דער איד דעלי: ס'איז נישט מפרשים, נאר א גמרא. צווייטנס בין איך נייגעריג וועלכע "מפרשים" שטעלן צוזאם דעם תחש מיט מיטאלאגישן יוניקארן. ווי ווייט איך ווייס זאגן דאס נאר אזעלכע ביי וועמען אגדות חז"ל האבן נישט קיין שום שוויות. מ'רעדט דאך דא פון א באשעפעניש וואס משה רבינו האט עכט געניצט. און דאס איז נאך אין איין שורה וואו ער רופט דאס זעלבסט אן "פיקטיוו".אומר היה רבי מאיר, תחש שהיה בימי משה בריה בפני עצמה היה, ולא הכריעו בה חכמים אם מין חיה הוא אם מין בהמה הוא, וקרן אחת היתה לו במצחו, ולפי שעה נזדמן לו למשה ועשה ממנו משכן ונגנז. מדקאמר קרן אחת היתה לו במצחו ש"מ טהור היה, דאמר רב יהודה שור שהקריב אדם הראשון קרן אחת היתה לו במצחו...וליפשוט מיניה דמין בהמה הוא, כיון דאיכא קרש דמין חיה הוא ולית ליה אלא חדא קרן איכא למימר מין חיה הוא.
די חיה קרש וואס די גמרא זאגט דא ווערט אויך דערמאנט אין חולין נט,ב, און אין ירושלמי פרק במה מדליקין שטייט אויפ'ן תחש, "רבנן אמרין מין חיה טהורה וגדילה במדבר...ר' אבון אמר קרש היה שמה." אין חולין זאגט די גמרא אז קרש איז "טביא דבי עילאי" וואס איז זעכצן אמה גרויס, ער איז א טהור'ע חיה און מ'מעג עסן דעם חלב (אזוי ווי חיות, אבער בהמות איז דער חלב אסור). אזוי ווערט טאקע גע'פסק'נט להלכה אין רמב"ם (מאכלות אסורות א,יב) און אין שולחן ערוך (יורה דעה פ,ד).
מיר האבן שוין דערמאנט אז ceros איז אין גריכיש א הארן. לפי זה איז מסתבר אז קרש ליינט זיך ceros מיט א ש' שמאלית און די חיה ווערט טאקע אנגערופן על שם איר הארן. יעצט וועלכע חיה איז דאס טאקע? מיר ווייסן היינט פון אן איינהארן און א נאזהארן. די ביידע קען עס נישט זיין, ווייל א נאזהארן איז נישט כשר צום עסן און אן איינהארן איז א פאנטאזיע אין ערשטן פלאץ, און דא רעדט מען דאך להלכה פון א חיה וואס מ'מעג עסן.
פון דער גמרא זעען מיר אז דער קרש באלאנגט צו דער משפחה פון הערשן (טביא איז צבי אין אראמיש), און רש"י טייטשט טאקע דיי"ן בלע"ז, וואס דאס איז אין ענגליש Dama. אנדערע ווילן זאגן אז דאס איז דער אראבישער רְאֵם. איינע פון די סיבות אזוי צו טראכטן איז ווייל אינעם תרגום השבעים ווערט רְאֵם געטייטשט אלס monokeros; מאָנאָ מיינט איינס, און קעראָס מיינט הארן. ס'בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס טאקע זאלן די ביידע צוויי-הערנערדיגע באשעפענישן ווערן אנגערופן על שם איין הארן.
אין ספר שיחת חולין קומט ער אויף מיט אן אינטערעסאנטן חידוש: דער קרש איז א זשיראף! דאס וועט שטימען מיט דעם אז ער איז א טהור'ע חיה, ער דרייט זיך אין מדבר, איז זעכצן אמה גרויס, דער פעל איז קאלירפול ווי א תחש, און ער פארמאגט אן איבריגן הארן אויפ'ן שטערן. ער ברענגט דערויף א מהר"ם שיף אז קרן אחת מיינט די גמרא אן איבריגער הארן, און נישט אז ס'פארמאגט בלויז איין הארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר העשר
- תגובות: 42
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 7:53 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
צ/ק
anecdote
anecdote
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6224
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אנעקדאט.אזכרה נגינתי בלילה האט געשריבן:צ/ק
anecdote
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אנעקדאט איז די ווארט
אין לענגער. א אינטערסאנטע איינצעלנע פונקט פון א לענגערע ערצעלונג
אין לענגער. א אינטערסאנטע איינצעלנע פונקט פון א לענגערע ערצעלונג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
-
- שר העשר
- תגובות: 42
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 7:53 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
דרייטצעך האט געשריבן:אנעקדאט.אזכרה נגינתי בלילה האט געשריבן:צ/ק
anecdote
יישר כחכםצו געזונט האט געשריבן:אנעקדאט איז די ווארט
אין לענגער. א אינטערסאנטע איינצעלנע פונקט פון א לענגערע ערצעלונג
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
העי, ס'איז געטרעידמארקט.פראקטיש האט געשריבן:אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.ירקרקות האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.צו געזונט האט געשריבן:אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
-
- שר האלף
- תגובות: 1019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אגב, רב סעדי' גאון בפירושו עה"ת טייטשט "זמר" פון פר' ראה א זשיראףגרשון האט געשריבן:
אין ספר שיחת חולין קומט ער אויף מיט אן אינטערעסאנטן חידוש: דער קרש איז א זשיראף! דאס וועט שטימען מיט דעם אז ער איז א טהור'ע חיה, ער דרייט זיך אין מדבר, איז זעכצן אמה גרויס, דער פעל איז קאלירפול ווי א תחש, און ער פארמאגט אן איבריגן הארן אויפ'ן שטערן. ער ברענגט דערויף א מהר"ם שיף אז קרן אחת מיינט די גמרא אן איבריגער הארן, און נישט אז ס'פארמאגט בלויז איין הארן.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
יא, ידוע. און אויף דעם בויט זיך טאקע דער פשט, ווייל די גמרא זאגט אז ס'איז א חיה טהורה, מוז עס בעל כרחך זיין אין כלל פון איינער פון די צען חיות אויסגערעכנט אין פסוק.יחליצך האט געשריבן:אגב, רב סעדי' גאון בפירושו עה"ת טייטשט "זמר" פון פר' ראה א זשיראףגרשון האט געשריבן:
אין ספר שיחת חולין קומט ער אויף מיט אן אינטערעסאנטן חידוש: דער קרש איז א זשיראף! דאס וועט שטימען מיט דעם אז ער איז א טהור'ע חיה, ער דרייט זיך אין מדבר, איז זעכצן אמה גרויס, דער פעל איז קאלירפול ווי א תחש, און ער פארמאגט אן איבריגן הארן אויפ'ן שטערן. ער ברענגט דערויף א מהר"ם שיף אז קרן אחת מיינט די גמרא אן איבריגער הארן, און נישט אז ס'פארמאגט בלויז איין הארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
איך דארף ראיעלטיירקרקות האט געשריבן:העי, ס'איז געטרעידמארקט.פראקטיש האט געשריבן:אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.ירקרקות האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.צו געזונט האט געשריבן:אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
- א גלעזעל חכמה
- שר האלף
- תגובות: 1372
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
Nonchalant
אין אידיש?
אין אידיש?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
גלייכגילטיג.
סינאנימען: קאלט, קאלטבלוטיג, אומבארירט, רואיג.
סינאנימען: קאלט, קאלטבלוטיג, אומבארירט, רואיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
אויך 'געלאסן'גרשון האט געשריבן:גלייכגילטיג.
סינאנימען: קאלט, קאלטבלוטיג, אומבארירט, רואיג.
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
קוק עס נאך אין סיי וועלכן ווערטערבוך. א שיינע ליסטע דא (איך גלייך זייער דעם וועבסייט).פראקטיש האט געשריבן:סיריעס? קיינמאל געוואוסטגרשון האט געשריבן:גלייכגילטיג.
@שמחת עולם, איך האב געזען אז אזוי טייטשט גוגל אויף דייטש, אבער איך מיין אין אידיש ניצט מען געלאסן בעיקר אויף gentle, leisurely.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- א גלעזעל חכמה
- שר האלף
- תגובות: 1372
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm
Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
א דאנק גרשון
Re:
"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"קמיללער האט געשריבן:באוויליגט, איז איינגעגאנגעןאויסדריקליך האט געשריבן:שכוח חילי.לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוגעשטימט.אויסדריקליך האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "מסכים געווען" אין ריין אידיש?
אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון.
למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא.
יו גאט די פאוינט?
Re: Re:
וואס איז מיט דיר וואס?אבינו אתה האט געשריבן:"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"קמיללער האט געשריבן:באוויליגט, איז איינגעגאנגעןאויסדריקליך האט געשריבן:שכוח חילי.לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוגעשטימט.אויסדריקליך האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "מסכים געווען" אין ריין אידיש?
אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון.
למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא.
יו גאט די פאוינט?
די מקור איז דער גראמער.
יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט,
ער גייט ער גייט.
Re: Re:
פראקטיש האט געשריבן:וואס איז מיט דיר וואס?אבינו אתה האט געשריבן:"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"קמיללער האט געשריבן:באוויליגט, איז איינגעגאנגעןאויסדריקליך האט געשריבן:שכוח חילי.לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוגעשטימט.
אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון.
למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא.
יו גאט די פאוינט?
די מקור איז דער גראמער.
יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט,
ער גייט ער גייט.
ריכטיג. אבער "באשטייט" איז די טייטש פון "איז מסכים" בלשון הוה, און די שאלה איז געווען אויף "מסכים געווען" בלשון עבר, און אויף דעם איז די טייטש "באשטאנען"
Re: Re:
גערעכט, מסכים.אבינו אתה האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:וואס איז מיט דיר וואס?אבינו אתה האט געשריבן:"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"קמיללער האט געשריבן:באוויליגט, איז איינגעגאנגעןאויסדריקליך האט געשריבן:
שכוח חילי.
אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון.
למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא.
יו גאט די פאוינט?
די מקור איז דער גראמער.
יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט,
ער גייט ער גייט.
ריכטיג. אבער "באשטייט" איז די טייטש פון "איז מסכים" בלשון הוה, און די שאלה איז געווען אויף "מסכים געווען" בלשון עבר, און אויף דעם איז די טייטש "באשטאנען"
-
- שר האלף
- תגובות: 1019
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: Re:
כ'האב מיך ענדליך דערמאנט: הסכמה = גוטהייסונגאבינו אתה האט געשריבן:"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"קמיללער האט געשריבן:באוויליגט, איז איינגעגאנגעןאויסדריקליך האט געשריבן:שכוח חילי. אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון. למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא. יו גאט די פאוינט?לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוגעשטימט.אויסדריקליך האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען "מסכים געווען" אין ריין אידיש?
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...