וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פראקטיש האט געשריבן:
פון דער דעילי איד

לאס אנדזשעלעס – א טשיקאווע עפּיזאד האט פּאסירט ווען א קינד אין לאס אנדזשעלעס האט אריינגעשיקט א ביטע צו די לאקאלע "ענימעל קאנטראל" באאמטע אז זי וויל האבן ערלויבעניש צו האלטן א "יוניקארן" ביי זיך אינדערהיים אלס א היים-באשעפעניש. "יוניקארן" איז א פיקטיווע באשעפעניש, וואס לויט געוויסע מפרשים איז דאס דער "תחש" וועמענס הויט מ'האט גענוצט פאר'ן משכן, צוליב וואס מפרשים זאגן אז דער תחש האט געהאט איין הארן און איז געווען פול-קאלירט, ענליך צו וויאזוי די פיקטיווע "יוניקארן" ווערט אראפּגעמאלן. די לאקאלע באאמטע האבן צוריקגעשריבן א בריוו צום קינד, אז זי איז ערלויבט, און זיי האבן אפילו מיטגעשיקט א פּוכענע "יוניקארן" פאר'ן קינד...

רבש"ע וואס איך זעה דא.
יוניקראן
תחש
פוכענע

עני יוניט עוועילעבל?
דענקעך נישט אז דער תחש זאל האבן איין הארן. וואס יא, אויפן פר שהקריב אדה"ר זאגן חז"ל שהיה לו קרן אחד במצחו שנאמר מקרין מפריס. (דארפעך נאכזוכן דעם מראה מקום)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5614
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ירקרקות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פראקטיש האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.
גוט צו וויסן אז ראפאגאש איז לויטער אונגאריש - און פוכיג ווייסעך נאך נישט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ירקרקות האט געשריבן:
דענקעך נישט אז דער תחש זאל האבן איין הארן. וואס יא, אויפן פר שהקריב אדה"ר זאגן חז"ל שהיה לו קרן אחד במצחו שנאמר מקרין מפריס. (דארפעך נאכזוכן דעם מראה מקום)
זע שבת כח,ב:
אומר היה רבי מאיר, תחש שהיה בימי משה בריה בפני עצמה היה, ולא הכריעו בה חכמים אם מין חיה הוא אם מין בהמה הוא, וקרן אחת היתה לו במצחו, ולפי שעה נזדמן לו למשה ועשה ממנו משכן ונגנז. מדקאמר קרן אחת היתה לו במצחו ש"מ טהור היה, דאמר רב יהודה שור שהקריב אדם הראשון קרן אחת היתה לו במצחו...וליפשוט מיניה דמין בהמה הוא, כיון דאיכא קרש דמין חיה הוא ולית ליה אלא חדא קרן איכא למימר מין חיה הוא.
קודם אויפ'ן שרייבער פון דער איד דעלי: ס'איז נישט מפרשים, נאר א גמרא. צווייטנס בין איך נייגעריג וועלכע "מפרשים" שטעלן צוזאם דעם תחש מיט מיטאלאגישן יוניקארן. ווי ווייט איך ווייס זאגן דאס נאר אזעלכע ביי וועמען אגדות חז"ל האבן נישט קיין שום שוויות. מ'רעדט דאך דא פון א באשעפעניש וואס משה רבינו האט עכט געניצט. און דאס איז נאך אין איין שורה וואו ער רופט דאס זעלבסט אן "פיקטיוו".

די חיה קרש וואס די גמרא זאגט דא ווערט אויך דערמאנט אין חולין נט,ב, און אין ירושלמי פרק במה מדליקין שטייט אויפ'ן תחש, "רבנן אמרין מין חיה טהורה וגדילה במדבר...ר' אבון אמר קרש היה שמה." אין חולין זאגט די גמרא אז קרש איז "טביא דבי עילאי" וואס איז זעכצן אמה גרויס, ער איז א טהור'ע חיה און מ'מעג עסן דעם חלב (אזוי ווי חיות, אבער בהמות איז דער חלב אסור). אזוי ווערט טאקע גע'פסק'נט להלכה אין רמב"ם (מאכלות אסורות א,יב) און אין שולחן ערוך (יורה דעה פ,ד).

מיר האבן שוין דערמאנט אז ceros איז אין גריכיש א הארן. לפי זה איז מסתבר אז קרש ליינט זיך ceros מיט א ש' שמאלית און די חיה ווערט טאקע אנגערופן על שם איר הארן. יעצט וועלכע חיה איז דאס טאקע? מיר ווייסן היינט פון אן איינהארן און א נאזהארן. די ביידע קען עס נישט זיין, ווייל א נאזהארן איז נישט כשר צום עסן און אן איינהארן איז א פאנטאזיע אין ערשטן פלאץ, און דא רעדט מען דאך להלכה פון א חיה וואס מ'מעג עסן.

פון דער גמרא זעען מיר אז דער קרש באלאנגט צו דער משפחה פון הערשן (טביא איז צבי אין אראמיש), און רש"י טייטשט טאקע דיי"ן בלע"ז, וואס דאס איז אין ענגליש Dama. אנדערע ווילן זאגן אז דאס איז דער אראבישער רְאֵם. איינע פון די סיבות אזוי צו טראכטן איז ווייל אינעם תרגום השבעים ווערט רְאֵם געטייטשט אלס monokeros; מאָנאָ מיינט איינס, און קעראָס מיינט הארן. ס'בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס טאקע זאלן די ביידע צוויי-הערנערדיגע באשעפענישן ווערן אנגערופן על שם איין הארן.

אין ספר שיחת חולין קומט ער אויף מיט אן אינטערעסאנטן חידוש: דער קרש איז א זשיראף! דאס וועט שטימען מיט דעם אז ער איז א טהור'ע חיה, ער דרייט זיך אין מדבר, איז זעכצן אמה גרויס, דער פעל איז קאלירפול ווי א תחש, און ער פארמאגט אן איבריגן הארן אויפ'ן שטערן. ער ברענגט דערויף א מהר"ם שיף אז קרן אחת מיינט די גמרא אן איבריגער הארן, און נישט אז ס'פארמאגט בלויז איין הארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הוהא! וואס דער ווארפט דא צאם...
אזכרה נגינתי בלילה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 7:53 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזכרה נגינתי בלילה »

צ/ק

anecdote
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אזכרה נגינתי בלילה האט געשריבן:
צ/ק

anecdote
אנעקדאט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אנעקדאט איז די ווארט
אין לענגער. א אינטערסאנטע איינצעלנע פונקט פון א לענגערע ערצעלונג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יש הנאה האט געשריבן:
הוהא! וואס דער ווארפט דא צאם...
ש'כח גרשון.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אזכרה נגינתי בלילה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 7:53 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזכרה נגינתי בלילה »

דרייטצעך האט געשריבן:
אזכרה נגינתי בלילה האט געשריבן:
צ/ק

anecdote
אנעקדאט.
צו געזונט האט געשריבן:
אנעקדאט איז די ווארט
אין לענגער. א אינטערסאנטע איינצעלנע פונקט פון א לענגערע ערצעלונג
יישר כחכם
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פראקטיש האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.
העי, ס'איז געטרעידמארקט.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן:

אין ספר שיחת חולין קומט ער אויף מיט אן אינטערעסאנטן חידוש: דער קרש איז א זשיראף! דאס וועט שטימען מיט דעם אז ער איז א טהור'ע חיה, ער דרייט זיך אין מדבר, איז זעכצן אמה גרויס, דער פעל איז קאלירפול ווי א תחש, און ער פארמאגט אן איבריגן הארן אויפ'ן שטערן. ער ברענגט דערויף א מהר"ם שיף אז קרן אחת מיינט די גמרא אן איבריגער הארן, און נישט אז ס'פארמאגט בלויז איין הארן.
אגב, רב סעדי' גאון בפירושו עה"ת טייטשט "זמר" פון פר' ראה א זשיראף
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן:

יא, ידוע. און אויף דעם בויט זיך טאקע דער פשט, ווייל די גמרא זאגט אז ס'איז א חיה טהורה, מוז עס בעל כרחך זיין אין כלל פון איינער פון די צען חיות אויסגערעכנט אין פסוק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5614
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ירקרקות האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
אקעי!
פוך איז די געפילעכץ אין א פעדערנע דאכענע און דאס מאכט עס דופטיג און קושענדיק!
כ'האב אמאל געהערט אן אויסדרוק פון א (שטענדיג) הונגעריגן אז ער וויל 'פוכיגע חלות', היצטערט כאפ איך וואס ער האט געמיינט.
הגם איך גלויב אז ער האט עס נישט געוואלט תוכו כברו, און אודאי ערווארטעט עס זאל זיין ראפאגאש מבחוץ ופוכיג מבפנים.
אן עקסעלענט מארקעטינג איידיע פאר א בעקעריי, וכל הקודם זכה.
העי, ס'איז געטרעידמארקט.
איך דארף ראיעלטי
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

Nonchalant
אין אידיש?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גלייכגילטיג.

סינאנימען: קאלט, קאלטבלוטיג, אומבארירט, רואיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5614
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן:
גלייכגילטיג.
סיריעס? קיינמאל געוואוסט
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

גרשון האט געשריבן:
גלייכגילטיג.

סינאנימען: קאלט, קאלטבלוטיג, אומבארירט, רואיג.
אויך 'געלאסן'
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
גלייכגילטיג.
סיריעס? קיינמאל געוואוסט
קוק עס נאך אין סיי וועלכן ווערטערבוך. א שיינע ליסטע דא (איך גלייך זייער דעם וועבסייט).

@שמחת עולם, איך האב געזען אז אזוי טייטשט גוגל אויף דייטש, אבער איך מיין אין אידיש ניצט מען געלאסן בעיקר אויף gentle, leisurely.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

א דאנק גרשון
אבינו אתה
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:28 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבינו אתה »

מיללער האט געשריבן:
אויסדריקליך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אויסדריקליך האט געשריבן:
וויאזוי זאגט מען "מסכים געווען" אין ריין אידיש?
צוגעשטימט.
שכוח חילי.

אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון.

למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא.

יו גאט די פאוינט?
באוויליגט, איז איינגעגאנגען
"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"ק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5614
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אבינו אתה האט געשריבן:

וואס איז מיט דיר וואס?

די מקור איז דער גראמער.

יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט,
ער גייט ער גייט.

ריכטיג. אבער "באשטייט" איז די טייטש פון "איז מסכים" בלשון הוה, און די שאלה איז געווען אויף "מסכים געווען" בלשון עבר, און אויף דעם איז די טייטש "באשטאנען"

גערעכט, מסכים.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אבינו אתה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אויסדריקליך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אויסדריקליך האט געשריבן:
וויאזוי זאגט מען "מסכים געווען" אין ריין אידיש?
צוגעשטימט.
שכוח חילי. אבער עפעס מאכט מיר "צוגעשטימט" א בליק ווי בלויז צוגעשטימט מיט א שאקל מיט די קאפ, איך זוך עפעס א בעסערע ווארט וואס באדייט אז ער האט געקענט באשטיין צו טון, און ער האט טאקע געטון. למשל: מושי האט מסכים געווען אוועקצוגיין ווען איך האב אים געבעטן, כ'מיין אז צוגעשטימט קלעבט עפעס נישט אזוי אריין דא. יו גאט די פאוינט?
באוויליגט, איז איינגעגאנגען
"מסכים געווען" אין אידיש פלעגט מען זאגן "באשטאנען" (מלשון געקענט באשטיין) = מקור: לשון קדשו מרביה"ק
כ'האב מיך ענדליך דערמאנט: הסכמה = גוטהייסונג
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”