וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פראקטיש האט געשריבן:
רצון - ווילן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.

הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.

קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?

פון די סעריע:

ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?

אין מלבי"ם - ביאור המילות שרייבט ער בזה"ל: תנחני ותנהלני. שניהם באו על ההנהגה בנחת (שזה המבדיל בינם ובין "נהג") רק פעל "נהל" מציין שמנהל את היעף והאין כח, וינהלם בחמורים לכל כושל (דה''ב כ''ח), עלות ינהל (ישעיהו מ׳:י״א), נחית בחסדך ומוסיף נהלת בעזך (שמות ט״ו:י״ג) :
האמיר אן ענטפער אויף די גאנצע ספק.
"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז

די חילוק פון boss און leader.

ווען דו שלעפסט, טיילסט איין און קאמאנדעוועסט אדער ווען דו מאטיווירסט אנדערע און דו ביזט זיי משכנע פאר א געוויסע זאך.

א ריזיגע סוגיא כשלעצמו

יישר כח הרב @רצון - ווילן

לאמיר פרובירן עס אראפצוברענגען צו אונזער טאג טעגליכע שפראך.

די ישיבה ווערט געפירט דורך דער מנהל און די הנהלה, איינער איז דא באין כוח?

אייוועלט האט מנהלים אדער מנהגים?

און די דריטע "נחי-י-ה" ווי זאגט מען? קען נישט א ווארט אויף דעם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

רצון - ווילן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:אויב מ'קען ביטע אויסקלארן די חילוק פון:
הנהלה, מנהל, ניהול, התנהלות.
הנהגה, מנהיג, מנהג, התנהגות.

הנהלה נוצט מען בלויז אויף leadership אבער הנהגה אויך אויף behaviour.

קען מען אויסקלארן דעם צעמישעניש?

פון די סעריע:

ווי אזוי טייטשט מען "ולמען שמך תנחני ותנהלני"?

אין מלבי"ם - ביאור המילות שרייבט ער בזה"ל: תנחני ותנהלני. שניהם באו על ההנהגה בנחת (שזה המבדיל בינם ובין "נהג") רק פעל "נהל" מציין שמנהל את היעף והאין כח, וינהלם בחמורים לכל כושל (דה''ב כ''ח), עלות ינהל (ישעיהו מ׳:י״א), נחית בחסדך ומוסיף נהלת בעזך (שמות ט״ו:י״ג) :
האמיר אן ענטפער אויף די גאנצע ספק.
"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז

וסימנך דרייווערס אין א"י... (בדרך אפשר)
ווייסעך נישט
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

ייש"כ פראקטיש און פארשלאפן, עס איז מיין פלעזשור.
"הנחייה" איז לכאורה נישט א ווארט וואס מען טרעפט אין א פסוק, בלויז "נחית" בחסדך, "תנחני" ותנהלני, ועוד. נאר איך האב עס געזאגט אויף די וועג וויאזוי מען וואלט געדארפט זאגן די שם הפעולה פון נחית תנחני וכו' וואס זיי זענען די שם הפועל דערפון.
עס איז טאקע מער דווקא באוואוסט נאר אלץ לשון הכתובים וואס איז אנדערש ווי די שפעטערדיגע מער באנוצטע לשה"ק וואס איז א סוגיא פאר זיך.

די ציונים שר"י האבן יא גענומען אסאך מליצה'דיגע לשונות פון די פסוקים און עס אריינגעברענגט אינעם באנוץ פון זייער טמא'נעם שפראך (עי' ויואל משה מאמר לשה"ק כמה קטן האחוז של לשה"ק אמיתי בלשונם הטמא.) אינדערצייט וואס ביי אונזערע רבי'ס פוסקים ראשונים ואחרונים זענען די ווערטער געווען באטראכט בלויז אלץ מליצות און נישט באנוצט צו ווערן טאג טעגליך ווען מען וויל סתם שרייבן א תשובה להלכה וכדו'.
כ'מיין אז "הנחייה" איז ביי זיי באנוצט...
כ'ווייס נישט, און אויך אויב זיי נוצן עס יא איז מעגליך אז זיי האבן פארדרייט דעם אמת'ן באדייט אזויווי זיי האבן געטון מיט א ריזן חלק פון אמת'ע לשה"ק ווערטער וואס זיי האבן גענומען פאר זייער טמא'דיגן שפראך.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

נעמטאָדאָם האט געשריבן:
רצון - ווילן האט געשריבן:"הנהלה" איז דער ענין פון הנהגה בנחת - און ווען דער געפירטער איז עיף באין כח
"הנהגה" איז דער ענין ווען עס איז נישט בנחת
"הנחייה" איז בנחת ווען דער געפירטער איז נישט כח'לאז

וסימנך דרייווערס אין א"י... (בדרך אפשר)

:lol: :lol: גוט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:Pardon איז א פראנצויזיש און ענגליש ווארט. אין אידיש פארגעבן.

די אלע וואס שרייבן פארדאנירן זאלן מיר פארגעבן, אבער מוחל זיין אן ארעסטאנט איז די זעלבע פעולה ווי מוחל זיין א פרייען מענטש. ווילאנג מ'פארדאנירט נישט דעם וואס גיסט בטעות אויס די קאווע, פארדאנירט מען אויך נישט קיין ארעסטאנטן. אויב וויל מען זיין מער ספעציפיש, קען מען ניצן באגנאדיגן.

איך זע אז מאשקע אליין האט שוין געווייטאגט אויף דעם מיט יארן צוריק, הגם במחילתו האט ער נישט אזוי פינקטליך געטייטשט דאס ווארט אין אידיש.

איך מיין אז באגאנאדיגן נוצט מען אויף commute אזוי ווי ביי די רובאשקין קעיס.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער איך זע נישט דעם פראבלעם. מ'רופט עס א פארדאן ווייל ס'איז א שם דבר. אזוי הייסט עס אין אמעריקע. פארדאנירן איז נאר אביסל פאראידישט. פונקט ווי פארקירן, בלאקירן און טראנספארטירן... הגם זיי זענען אידישע ווערטער, אבער היינט הך.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:הגם זיי זענען אידישע ווערטער, אבער היינט הך.

אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וואס דו זאגסט דא?

(פארקירן/פארקן איז גראדע נישט אידיש, אבער ווי שוין געשמועסט האט עס נישט קיין עכטן ערזאץ אין אידיש.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:

לאו דוקא אידיש, אבער שוין פאראידישט געווארן. זעלבע מיט פארדאנירן.

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך מיין אז באגאנאדיגן נוצט מען אויף commute אזוי ווי ביי די רובאשקין קעיס.

commute מיינט בוכשטעבליך פארן/רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן. ביי יוסטיץ מיינט עס פארגרינגערן דעם עונש דורכדעם וואס מ'רוקט די עבירה צו א מילדערן שטאפל.

דאס ענגלישע ווארט פאר באגנאדיגונג איז clemency. איך האב אבער געמיינט צו זאגן אז מ'קען עס ניצן אין אידיש אלס א פרייער איבערזעצונג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:הגם זיי זענען אידישע ווערטער, אבער היינט הך.

אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וואס דו זאגסט דא?

(פארקירן/פארקן איז גראדע נישט אידיש, אבער ווי שוין געשמועסט האט עס נישט קיין עכטן ערזאץ אין אידיש.)

לאו דוקא אידיש, אבער שוין פאראידישט געווארן. זעלבע מיט פארדאנירן.

פאראידישט געווארן מסתמא אין די לעצטע עטליכע יאר דורך שרייבערס שלא קראו ולא שמשו. איך האב אלזא גערעדט פון אזעלכע וואס זוכן זייער אידיש זאל ציען ווארצלען פון כאטש צוואנציג יאר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:הגם זיי זענען אידישע ווערטער, אבער היינט הך.

אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וואס דו זאגסט דא?

(פארקירן/פארקן איז גראדע נישט אידיש, אבער ווי שוין געשמועסט האט עס נישט קיין עכטן ערזאץ אין אידיש.)

לאו דוקא אידיש, אבער שוין פאראידישט געווארן. זעלבע מיט פארדאנירן.

פאראידישט געווארן מסתמא אין די לעצטע עטליכע יאר דורך שרייבערס שלא קראו ולא שמשו. איך האב אלזא גערעדט פון אזעלכע וואס זוכן זייער אידיש זאל ציען ווארצלען פון כאטש צוואנציג יאר.

טראנספארט/טראנספארטירן איז נישט געווען פריער?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טראנספארטירן איז געהעריג אידיש. איך האב גערעדט פון פארדאנירן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גרשון האט געשריבן:טראנספארטירן איז געהעריג אידיש. איך האב גערעדט פון פארדאנירן.

שוין אויך אידיש.

איי אמאל האט מען עס נישט געזען? ווייל אמאל זענען נישט געווען אזויפיל אידישע ארעסטאנטן ליידער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פונקט ווי פארקירן איז כשר ווייל ס'האט נישט קיין ערזאץ, די זעלבע איז מיט פארדאנירן.

פארגעבן מיינט נאכגעבן, מוחל זיין. פארדאנירן מיינט ווען א פאליטיקאנט אדער פרעזידענט וואשט ריין און באפרייט איינעם פון טורמע. צוויי אנדערע מושגים.

איי אויף ענגליש איז עס די זעלבע? גוטע קשיא. אידיש איז טאקע רייכער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זייזשע מיר מוחל, האסט שוין אמאל געזען סיי וועם טייטשן "מחילה סליחה וכפרה" "פארדאנירן"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

farshlufen האט געשריבן:זייזשע מיר מוחל, האסט שוין אמאל געזען סיי וועם טייטשן "מחילה סליחה וכפרה" "פארדאנירן"?

רעדטס צו מיר? טאקע נישט, דאס מיינט פארגעבן, נישט פארדאנירן.

דאס זאג איך טאקע, אז פארדאנירן - די פאראידישטע - מיינט גאר עפעס אנדערש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:טראנספארטירן איז געהעריג אידיש. איך האב גערעדט פון פארדאנירן.

שוין אויך אידיש.

איי אמאל האט מען עס נישט געזען? ווייל אמאל זענען נישט געווען אזויפיל אידישע ארעסטאנטן ליידער...

וואס איז מיט די אלע טראנספארטן ליידער ביי די וועלט קריג?
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...

לויט גרשון וואלטן די צייטונגען געדארפט שרייבן: פרעזידענט טראמפ האט פארגעבן פאר ר' שלום ווייס... כ'הער. ער האט אבער קיינמאל גארנישט געטון פאר טראמפ ער זאל אים דארפן פארגעבן.

איך בין נייגעריג אויב אין ענגליש נוצט מען פארדענען ווען איינער איז מוחל זיין שכן...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:טראנספארטירן איז געהעריג אידיש. איך האב גערעדט פון פארדאנירן.

שוין אויך אידיש.

איי אמאל האט מען עס נישט געזען? ווייל אמאל זענען נישט געווען אזויפיל אידישע ארעסטאנטן ליידער...

וואס איז מיט די אלע טראנספארטן ליידער ביי די וועלט קריג?

איך זאג אז פארדאנירן האט מען נישט געזען. טראנספארטירן יא.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:טראנספארטירן איז געהעריג אידיש. איך האב גערעדט פון פארדאנירן.

שוין אויך אידיש.

איי אמאל האט מען עס נישט געזען? ווייל אמאל זענען נישט געווען אזויפיל אידישע ארעסטאנטן ליידער...

וואס איז מיט די אלע טראנספארטן ליידער ביי די וועלט קריג?

איך זאג אז פארדאנירן האט מען נישט געזען. טראנספארטירן יא.

אה, נישט געכאפט אויף וואס דו באציהסט זיך
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:לויט גרשון וואלטן די צייטונגען געדארפט שרייבן: פרעזידענט טראמפ האט פארגעבן פאר ר' שלום ווייס... כ'הער. ער האט אבער קיינמאל גארנישט געטון פאר טראמפ ער זאל אים דארפן פארגעבן.

איך בין נייגעריג אויב אין ענגליש נוצט מען פארדענען ווען איינער איז מוחל זיין שכן...

מאכסט מיר לאכן. מיט עטליכע מאל זען דאס ניי-געשאפענע פארדאנירן האסטו עס שוין אפגעקויפט אלס נכס צאן ברזל פון אידיש. איך מיין ווען דו זעסט פארגעבן איינס-צוויי מאל וואלסטו געווען זייער אקעי דערמיט.

Pardon אין ענגליש. ביי אונז אין קוועבעק (פראנצויזיש) ניצט מען עס נאך אסאך מער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אז איך קען מאכן איינעם שמייכלען איז אלעס ווערד...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:זייזשע מיר מוחל, האסט שוין אמאל געזען סיי וועם טייטשן "מחילה סליחה וכפרה" "פארדאנירן"?

רעדטס צו מיר? טאקע נישט, דאס מיינט פארגעבן, נישט פארדאנירן.

דאס זאג איך טאקע, אז פארדאנירן - די פאראידישטע - מיינט גאר עפעס אנדערש.

פארדאן נוצט מען אפט אויף 'אנטשולדיגט'
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

פראקטיש האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:זייזשע מיר מוחל, האסט שוין אמאל געזען סיי וועם טייטשן "מחילה סליחה וכפרה" "פארדאנירן"?

רעדטס צו מיר? טאקע נישט, דאס מיינט פארגעבן, נישט פארדאנירן.

דאס זאג איך טאקע, אז פארדאנירן - די פאראידישטע - מיינט גאר עפעס אנדערש.

פארדאן נוצט מען אפט אויף 'אנטשולדיגט'

אמת, אבער די חילוק פון ענגליש פארדאן ביז פרענטש פארדאן איז קלענער ווי מען מיינט
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

באגנאדיגן איז לדעתי די ריכטיגע ווארט. איך געדענק אז די ביכער פון די מעשיות מיט אידישע ארעסטאנטן וואס מ'האט געשיקט א שתדלן און געבעטן אז די קעניג זאל אים באגנאדיגן (לאז גיין פריי).

די מושג פון א לאנד פירער זאל עס זיין קעניג, פרעזידענט, אדער גובערנאטאר, צו באגנאדיגן ארעסטאנטן איז נישט ניי. וואס מיינט איר פלעגט מען נוצן אינדערהיים?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

היכי תמצא האט געשריבן:באגנאדיגן איז לדעתי די ריכטיגע ווארט. איך געדענק אז די ביכער פון די מעשיות מיט אידישע ארעסטאנטן וואס מ'האט געשיקט א שתדלן און געבעטן אז די קעניג זאל אים באגנאדיגן (לאז גיין פריי).

די מושג פון א לאנד פירער זאל עס זיין קעניג, פרעזידענט, אדער גובערנאטאר, צו באגנאדיגן ארעסטאנטן איז נישט ניי. וואס מיינט איר פלעגט מען נוצן אינדערהיים?

באגאנאדיגן האט מען טאקע גענוצט אויף רובאשקין און שלום ווייס, אבער פארדענען איז א דרגא העכער. ס'איז ווי גענצליך פארגעבן. ריינוואשן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”