וויכטיג מאכער אינדארסירט...

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

וויכטיג מאכער אינדארסירט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די זאך איז אזוי, (וויזוי?) מ'האלט שוין ביי די וואלן, מ'האלט שוין כמעט ביי סטיעם-עס הגולם, און סידעך א נאלטער מנהג אז מ'אינטרעדוסט א קאנדידאט פאר די וואלן, נו, אידעך נישט מער ווי יושר, (ווייניגער אויך נישט, אבער מער זיכער נישט) אז איך זאל אויפהייבן די מייק, און נעמען ס'ווארט, און זאגן אפאר ווערטער...

די וואכעדיגע סדרה, איז דא זייער א אינטערעסאנטע מדרש, אבער אזוי ווי איך זעה נישט ווי איך קענעס אריינמושן דא, וועלעך נישט רעדן דערפון..

אכטונג אכטונג, א יונגערמאן מיט די נאמען.. נו גילו.. אקעי מיט די ניק מאשקע, זאל מוחל זיין און ארויסגיין, ווייל שפאנונג ווארט עם דא אינדרויסן נעבן די ביימער..

און יעצט גיימער ווייטער, ווי האבעך נאר געהאלטן?. אהה יא, אונז גיימער געבן אונזער אינדארסמענט, (שמערי האט מיטגעברענגט א בעג דאס אהיימצוטראגן... חחח...) די פראגע איז נאר פארוועם איך גיי דאס געבן, סאו ווער ס'איז נישט אינטערעסירט, קען שוין גיין פון דאנעט, און ווער ס'וויל יא וויסן, האט א פראבלעם..

איז אזוי, פון אנפאנג, ניין, איך מיין נישט פון ווען דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, איך מיין פון אנפאנג פון די וואל סעזאן, האב איך געקלערט, אז איך גיי אינדארסירן, מיין ידיד גאליציאנער, אבער ס'האצעך געמאכט פארשידענע פראבלעמען, קודם איז געווארן זייער הייס, האב איך געקלערט פון אוט-דאאר-סירן, אנשטאטס אינ-דאר-סירן, גאלי האט נישט געוואלט, און די ערקאנדישען, האט ער נישט געוואלט אנצינגען, ווייל ס'איז ס'בלאזט א הייסע ווינט אויף ארויס, און ס'וועט מאכן הייס אויפן גאס.. צום סוף הערעך, אז ער קען ניטאמאל לויפן, זיין לונגען.. כ'מיין די שטאטון לאזן עם נישט..

האבעך באשלאסן אז איך וועל מוזן געבן מיין אינדארסמענט פאר איינע פון די אנדערע קאנדידאטן, האצעך געמאכט א פראבלעם, פארוועם געבעכעס?.. קיינער פון זיי איז נישט.. כ'מיין אלע דריי פארדינען זיך עס, מ'האמער זיך גוט נאכגעפרעגט, און די זאך קענער האבן געזאגט, אז אינדערהיים, וואלט מען אזא צייט געגעבן פאר אלע דריי, פאר יעדן א שטיקל..

אבער למעשה, בין איך געגאנגען זוכן ווי מ'קען קויפן די אינדארסמענט, האבעך געטראפן א ספעשעל, "ביי וואן, געט טו פאר פרי", סאו האבעך באקומען דריי, פאר די פרייז פון איינס, האבעך געמיינט, אז איך גיי קענען אנהייבן טיילן אינדארסמענטס אין גרויסן.. ס'דא גענוג, יעדער איינער איינס...

אבער למעשה האבן מיינע עקאנעמישע ראטגעבער געטענה'ט, אז אויב איך וועל געבן פאר יעדן א גאנצע, וועטעס פארלירן די וועליו, סאו וועט די פרייז פאלן, וועט די סטאק מארקעט אנהייבן פאלן, און דאס קען אריינשלעפן די גאנצע עקאנעמי אין א ריסעסיע.. (דער עולם האלט מיט?.. )

איז נישט געבליבן קיין אנדערע עצה, אז איך וועל מוזן מאכן א געהעריגע דיסיזשען, איינער, און נאר איינער גייט באקומען די וויכטיגע אידארסמענט, איך האב לאנג שפעקילירט, איך האב געטראכט, ווער איז די ריכטיגע קאנדידאט, וואס זאל באקומען מיין אינדארסמענט?..

ביז איך בין געקומען צו די החלטה, איך גיי אינדארסירן אזא קאנדידאט, וואס איז ווערט דערצו, א קאנדידאט וואאס פארשטייט וואס ס'מיינט א אינדארסמענט פון וויכי, א קאנדידאט וואס וועט נישט פארשעמען, אדער נאכשעמען, א קאנדידאט וואס וועט נישט מאכן ביליג, מאכן טשיעפ, (טשיפ טשיפ) מיין אינדארסמענט, און פארלירן די וואלן, נאר אזא קאנדידאט וואס גייט געווינען איז ווערט צו באקומען מיין אינדארסמענט..

און אזוי וועל איך טאקע טוהן, איך גיב מיין אינדארסמענט, פאר ראש הקהל פון די היימישע קרעטשמע, שע"י יודישע וועלט, פאר "די געווינער פונעם פארמעסט"..... פינטעלע, און נישט איין פינטעלע, נאר א סאאאך פינטעלעך...

קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!! קלאטש!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב מיטגעהאלטן ביז אויס, און נאך א מזל אז איך האב טאקע געשטימט פאר יענעם...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, שכוח...........

וויכי, זיי געבענטשט..............
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וויכי. זאלעך זאגן אז דו ביסט גוט? ווייסטעכעס שויון ממילא. סאו בלייבעך שטיל. נאר כדי שלא לבייש את מי ש'דריי לו. מוזעך זאגן אז כ'האב נאע געהאט.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

ווי זאגט שמערי "אז ביסט גוט בוסטו בעכער.. כמיין בעסער..."

מאשקע, ווי איז מיין שקויעך?
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכייייייייייי, הערליך, כאמעך שיער טועה געגעסן אז ס'איז אפשר מיין ארטיקל, (מעגעך אויסזאגן אז איך האדער אריין געשיקט די ארטיקל?) ס'איז זייער שיין, יישר כח, כ'האב פיל הנאה געהאט. (כאבעס נאך אלץ.)
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

וויכי כעדער זאגן ס'הערליך שיין ...
ווי פאסט פאר דיר...? קענסט טאקע נישט מחליט זיין...??

דער אמת האסטע מחליט געווען נאר אפשר האסטע מורא צו אז סעט נישט זיין די געווינער, אדער האסט געוואלט סתם שרייבן א שיין ארטיקל... דעמאלטס האסטו טאקע, קיפ אן טייפינג........און פינטעלינג......
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לוסטיג, אויף וואס דארפסטו א שכוח?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

היות איך גיב נישט קיין שכח פאר ווער סשטימט פאר מיר, אלס חשש כאבאר. פרובירט ער זיין מייזעל ביי דיר.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

מיין מייזעל האב איך שוין געכאפט, גראדע מיין ווייב פארפירט אז ס'איז דא נאך...

צירוק צום ענין איך דארף א שקויעך פאר די זעלבע ריזן פארוואס די האסט געגעבן פאר קרעמער, הלמאי ער טעהנעט ער האט געוואוט פארן רוב, איך אויך...

אבער פרעג וויכי צו ער לאט עס דא געבן, דא איז ער בעל הבית..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

אוי גייט זיין א פארמעסט ביי די נעקסטע וואלן!!!

קרעדיט: וויכי..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וויכי.....!!!!

ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”