ביטע אנטשולדיגן נאך דאס מאל

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ביטע אנטשולדיגן נאך דאס מאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קודם קענט איר זיך פרייען, אז כ'מעלד עס נישט די לעצטע מינוט, כ'מעלד עס גענוג פרי, סידעך נאך דאנערטשאג היינט, צווייטענס, קען איך באשטיין אז איר זאלט וויסן יעצט פונקט ווי ביים פריערדיגן ארטיקל לגבי די וואלן, אז איך נעם מיך ס'מיה און שרייבן די פאר שורות, פאר אייערט וועגן, כאטש איך האב אסאך, און ווען כ'שרייב אסאך, מיינעך אסאך, און כ'קען אפילו מיינען מער פון אסאך, (נעבעך, וואסידאס מער פון אסאך?) צו ליינען, כ'בין געפערליך צוריק געבליבן מיטן ליינען, כ'בין נאכנישט צו זיך געקומען זייט חנוכה, כ'ווייס גאר נישט ווי לאנג ס'וועט מיר נעמען די ריקאווערי, אבער מיט דעם אלעם, פיל איך אז ווען איך גיי מעלדן דאס וואס כ'גיי מעלדן, מוזעך דאס פארזיסערן, אז ס'זאל אייך נישט אזוי וויי טון, און אז צוזאמען מיט די כעס וואס איר ווילט זיך אויסגעבן אויף מיר, זאל כאטש אויך קומען די הנאה אז מ'האט כאטש געהאט וואס צו ליינען.

כ'האף אז איר הייבט שוין אן צו כאפן וואס איך גיי אייך שרייבן, ווייל כ'האנישט די כוחות דאס ארויס צו שרייבן במלא מובן המילה, ווייל איך ווייס דאך אז איר וועט מיך ממש וועלן צורייסן, און אפשר אפילו אריין געבן א פעטישן מיך צו פייערן, אבער אפשר נאכן ליינען ס'גאנצע ארטיקל, וועט איר מיך דאך פארשטיין, און מיך נישט פארשטיינערן, און עס אננעמען באהבה, און אויב כ'וועלעס נאך אלץ נישט ווערט זיין, איז טו בעד, איך טוה מיינס, כ'האף אז מיינע איבער זעכצן טויזענט תגובות, צוזאמען מיט דעם אז כ'מאך דערפון א פרישע ארטיקל, וועט דאך איבער וועגן, און איך וועט מיך דן זיין לכף זכות. (ביטע שרייבט אראפ יעצט, וואס איר טראכט וויזוי זענט איר מיך דן יעצט, נאך איידער איר ווייסט די ריכטיגע סיבה דערצו, און נאכן ארטיקל ביים שרייבן אייער רעאקציע, זאלט איר קודם שרייבן דאס וואס איר האט יעצט געטראכט, און צו אייער מיינונג האטצעך געטוישט נאך מיין פארענטפערן זיך.)

סאו וואס איך וויל איך אייך מעלדן, האף איך אז איר ווייסט שוין, (און אויב נישט, וועט איר מוזן צו ווארטן ביזן סוף.) וועלעך באלד צוגיין צו די סיבה וואס גייט ווייטער פאר, מ'קען דאך נישט קומען יעדעס מאל מיט די זעלבע תירוץ, סאו וואסיז געווען מיין פאריגע תירוץ, ווער געדענקט? אז איך בין נישט שולדיג, נאר ווייל כ'האב געדארפט צוקומען צו ארענדאר, און עריז פונקט נישט געווען עוועלעבל, האט מען דאס געמוזט אפשטיפן מיט איין וואך, נו, יעצט קענעך נישט ניצן די זעלבע תירוץ וועגן צוויי סיבות, (עכט וועגן דריי, אבער די דריטע וועלעך שרייבן ממש ביים סוף.) איינס ווייל כ'האב שוין געניצט די תירוץ, און צווייטענס, ווייל ארענדאר האט מיר שוין יא געהאלפן, און ער האט שוין געטון זיין חלק, סאו אים קענעך נישט באשולדיגן, נו, וואסארא תירוץ קענעך יא ניצן, און נאך דערצו ס'זאל אריין גיין אין אייער מח, אויף אזוי ווייט, אז איר זאלט גרייט זיין צו טוישן אייער מיינונג פון פריער איבער מיר?

דער אמת איז, אז איך וויל עכט ניצן די תירוץ וואס כ'האב ביים פאריגן מאל צום סוף נישט געניצט, סאו קענעכעס ווען יעצט ניצן, איר געדענקט וועכע תירוץ כ'האב נישט געניצט? נע, איר דארפט נישט צוריק גיין צו יענע ארטיקל, כ'וויל עניוועי מיט עפעס ציען דעם ארטיקל, סאו איך גיי עס דא איבער שרייבן, איך האב דעמאלטס געוואלט ניצן די תירוץ, אז כ'האב פלעין נישט געהאט קיין צייט, ס'איז געווען חנוכה וכו' וכו' וכו', און שוין, אבער למעשה האבעך דעמאלטס נישט געניצט די תירוץ, ווייל צום סוף האבעך מיך יא געמאכט די צייט, נאר ס'איז דאן נישט געווען בידי, סאו איך האב ערענסט געטראכט צו ניצן דעי תירוץ, אבער דערעמעס איז, אז ס'איז נישט עפעס אויפן שכל דאס יעצט צו ניצן, ווייל לאמעך ענק מסביר זיין, (ווער נישט גערעגט אז איך רעד און רעד און רעד נישט גארנישט, איך פראביר דאך צו ארבעטן אויף דיר, אז דו זאלסט מיך פארשטיין, אקעי, סאו איך וויל זאלסטעס גוט ארויס האבן.) ווען איך זאג ווען קודם, אז כ'האב נישט געהאט קיין צייט, און יעצט קומעך מיט א תירוץ פון ארענדאר, נו, איזעס מיט א סדר, קודם א שוואכע תירוץ, און ווען דער עולם קען שוין ווערן מער גערעגט, קומט א בעסערע תירוץ, אז דער עולם האט נישט קיין ברירה נאר מיך צו פארשטיין, אבער אז כ'האב קודם געניצט די גוטע און פארשטענדליכע תירוץ, און נאכדעם ווילעך קומען ניצן אזא שוואכע תירוץ, אז כ'האב נישט געהאט קיין צייט, וועט דאך דער עולם מיך אפילו נישט וועלן אויסהערן, בינעך גערעכט דערמיט? (כ'ווייס אז איר קענט נישט ענטפערן דא, אבער א שאקל מיטן קאפ קענט איר דאך יא געבן, העכסטענס וועט איך נאכדעם אויב איר געדענקט, שרייבן אז דא האט איר געשאקעלט מיטן קאפ, אז איך בין טאקע גערעכט.) סאו האבעך געמוזט אויפקומען מיט עפעס א בעסערע תירוץ, און כ'בין זיכער אז ווען איר וועט הערן דעם תירוץ, וועט איר גארנישט ברוגז זיין אויף מיר.

נו, איר זענט שוין רעדי? סאו לאמער גיין צום ענין, ארענדאר האט זיך ב"ה פיין צוגעשטעלט, און מיר געהאלפן און מסביר געווען, בטוב טעם ודעת למדני, אפסס, פלעין בטוב טעם ודעת, (אוי די נער, קענסטעכעס פלעין אויסמעקן און שוין, אבער איך בין דאך מר בר רב אשי, און מיר ווייסן דאך, אז צוריק גייט א קאזע, נו, בינעך דאך נישט א קאזע, סאו קענעך נישט מעקן, כ'קען נאר שרייבן וויזוי ס'קומט עכט.) וויזוי איך קען מאכן די נייע וואוטער ליסט, איך לאמעך אייך פארציילן א סוד, האלטס ענק ביים אטעם, "די ליסט איז רעדי" ב"ה. וועט איר דאך אוודאי זיך נעמען מאכן קולות אזוי בינכם לבין עצמכם, נו, אויב אזוי פארוואס קען נישט זיין די וואלן, וואס נאך דארף מען ערלעדיגן אז די וואלן זאלן קענען אנגיין ווי געהעריג? איך קען אייך אפשר אויך פרעגן א קשיא?

איך האב דען דא אפילו איינמאל געזאגט אז די וואלן גייען נישט אנגיין געהעריג? איך שרייב אייך טאקע דעם ארטיקל, אייך צו מעלדן, אז די וואלן גייען טאקע יא פארקומען אי"ה נעקסטע וואך, אנגעפאנגען מאנטאג, ביז דאנערשטאג. (ביידאוועי, דאס איז די דריטע סיבה, פארוואס איך קען נישט ניצן יענע תירוץ. איר געדענקט נאך פון וואס איך רעד, יא?)

האטס מיר און זייטס מיר, און ענזשויט, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צו ליינען רעכטס און לינקס, ביז זי וועט מיך קאלן אז הגיע זמן אהיים צו קומען.

נ.ב. איך האף אז איר פארשטייט יעצט געהעריג די קעפל, דאסיז פארן אנציען אייך ביז אהער.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך הער, אין קורצע ווערטער: דו האסט געמאכט דעם דשאב מיט מיר.............................

עס איז מיר שויןו געליגן אויפן צינג א ארטיקל מיט דריי מאל אזויפיל קערעקטערס ווי דאס ווטאס דו האסט געשריבן, אבער דו האסט מיר אזוי גוט אנגעצויגן...........................................................................

עניוועי, א גרויסן ייש"כ פאר אייער שווערע הארעוואניע (און עקסטער פאר ארענדערס ארבעט). מ'האפצעך בע"ה צו טרעפן ביי דיר אין אפיס ביים לחיים נאכ'ן געווינס.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כשמערי ועוד לקרא. איך הער, עס איז מיר שוין געליגן אין געדאנק אן ארטיקל וואס וועט דיר אריינגעבן מנה אחת אפיים אויף די נאכגעלאזטע וואל סיסטעם און אלעס ארום. אין אנדערע ווערטער: האסט עס געמאכט מיט מיר! ביז די סאמע ענדע.

יו אר די מען!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

איכער דאס מאל גייסטו שוין באקומען פון מיר ווי עס דארף צי זיין!

דו ווילסט נאך יעצט איך זאל דיר זאגן וואס כאגעטראכט אינמיטן די ארטיקל? ניין כעל דיר נישט דערציילן ווואס כאגעעטון ווען כאגעשאקעלט מיט מיין קאפ...

נעקסטיים ווען דו שרייבסט לייען איך פון אינטן אויף ארויף, אוי האסטו מיך גוט מסדר געווען שוין צום צווייטן מאל, נאך דאס יעניגע ארטיקל.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

מעג עכ זאגן נע סנישט א קונץ, אזוי ווי די מעזעס ווען מען הייבט אן פונעם סוף,

איכער ביים ערשטען ארטיקל האב איך געמיינט קודם אז ס'איז א וויץ, דא נאכן ערשטען פארגאראף בינעך שוין געווען מסופק, האב איך גרינגערהייט געטשיט, מיט אזעליכע גרויסע רויטע אותיות

איך_הער, מיר שאצן אייער ארבעט און טייערע צייט, און א דאנק פאר אייער שיינע ארטיקלן.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווי זוי שטייט נאר דארט אין פסוק רייד תחת רייד, טריפ תחת טריפ, ואנציען תחת אנציען, דער ארבעט וואס די האסט געמאכט מיט מיר האט געהאט דעם אגרעסיווסטן אפקלאנג אין מיינע גלידער, דער אזל סימקא וחיורא אויף איין מאל האב איך שוין לאנג נישט געהאט.

נישטא וואס צו רעדן ביים צווייטען פראגראף האביך שוין נאכאמאל געדארפט אנהייבן פון אנפאנג, און ביים דריטן האב איך מיר נאכאלץ נישט דערזעהן מה זה אומר? וואס זאגט ער דא? וואס איז שוין ווייטער? וואס גייט דא פאר? מיינע צעלן פון מיינע פינגער'ס האבן שוין פארגעזאגט א ווייטאג לויט וואספארא ארטיקל און און בלעכענע הויזן מען וואלט דיר געדארפט דעליווערן.

אבער ווי דער וועלט זאגט סוף טוב הכל טוב, ווען דער לעצטע פראז מיט די שרייעדיגע אותיות האבן זיך געלאזט ליינען האב איך געמיזט קאפיטולירן און אנידער לייגן מיין געווער און צוריק לייגן דעם קאנטשעק אינעם ביזעם, און מיט א ברייטע שמייכל אויסגעצויגן פון איין אויער לעפל צום צווייטען אויער גאפעל, האבן זיך מיין ציין אנטפלעקט, אין א שטורעם פון לופט האט ארויסגעיאגט פון די לינגן, ווי צו זאגן "יוא איז עס געווען א שרעקעדיגע רייד", נישטא וואס צוצולייגן אז דער איך הער טראץ זיין ביזי ביזנעס האט ער נאך צייט פאר אונז צו נעמען אויף א חלה מויעד טריפ, אטא דאס האט דער פסוק געמיינט ווען מען האט גערעדט פון א געטרייע סעקרעטאר...

איכער קענסט מיך נאכאמאל נעמען אויף די גרויסע שרעקעדיגע רייד?.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז געווען אן אנגענעמע ראולער-קאוסטער, די סארט וואס מען צאלט ארויפצוגיין דערויף און מען שטעלט זיך נאכאמאל אין די שורה צו פארן דערויף.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איינער האט א פען? (מיט א פינטעלע אין די "פ") כ'האלט אינמיטן ליינען איכער'ס ארטיקל, און ער הייסט אראפשרייבן, וויזוי איך בין עם דן, און כ'דאף א פען.....

חחחחחחחחחח איכער! ביסט געהעריג.... נארמאל...... דאס איז א נארמאלע איכער ארטיקל..... מיט א געהעריגע הקדמה.... און א ענדע, וואס יעדער ווייסט וויזוי ס'גייצעך ענדיגן........ וואס? נא! דאס נישט........

עניוועי, איכער, כ'ווייס נישט צו די ווייסט, אבער דו ביסט....(לאמעך זעהן צו דו ווייסט?).... שלע... ניין! גוט!! מעידזשער..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”