וואהלן אפהאנדלונג פאר די שפעט געקומענע

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

וואהלן אפהאנדלונג פאר די שפעט געקומענע

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 1:00 pm

הגם איך בין דא שוין גאר קיין גר נישט, ווארום איך פאררעכן זיך דאהי א תושב, אבער ווען איך האב געזעהן רעדן איבער אפיציעלע וואלן וועלכע קומען פאר האב איך נישט געלייגט דערויף קיין געוויכט, ווייל איך האב נישט גערעכנט אז דאס מיינט עפעס ערנסט גערעדט, אבער נעכטן פארנאכטס האב איך ביי מיר אין פריוואטע הודעות קעסטל ערהאלטן א ידיעה דערוועגן פון איינע פון די קאנדידאטורישע לאגערן, ובהיות איך ווייס נישט וואס דאס מיינט וואלט איך געוואלט אויב איינער קען ביטע אין די לעצטע פאר שעות איידער נעילות השערים איבער געבן א קורצע אומאפהענגיגע אפהאנדלונג איבער וואס דא גייט פאָר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:44 am

איך האב געהאט די זעלבע פראגע, און אט איז די תשובה וואס איך האב ערהאלטן פון טאקע דעם קאנדידאט וואס האט די פלוג-בלעטלעך צעווארפן:

די וואלן איז צושטאנג געקומען ווען אין א געוויסע קורצע תקופה איז געווען אביסל פארשלאפן, איז פאר איינער פון די חבורה איינגעפאלן א גיניאלע רעיון, אז מען זאל מאכן פאסטענעס, ווי צום ביישפיל א "ראש הקהל" א.א.וו., פון אלע אנדערע כיבודים איז גארנישט געווארן, אבער דער ראש הקהל אמט איז געבליבן צוליב דעם וואס יעדע זעקס חדשים איז דא וואלן דעראויף.

און וואס א ראש הקהל טוט, וואס הייסט וואס ער איז עכט א ראש הקהל, ער גייט מיט א צילינדער... און ער האט א שיינע סייסטער ווער רעדט נאך פון זיין טייערע טאשן זייגער, וואס דער קייטל דערפון הענגט ארויס פון זיין אפענעם אנצוג...

באמת איז דער ראש הקהל אמט א טיטול אן א מיטעל, וואס צו דעם דארף מען דורכגיין וואלן, וואו דער עולם זאל מחליט זיין, אויב מען וויל אים טאקע געבן דעם טיטול, און ווער עס ווערט ראש הקהל באקומט צוטריט צו א באהאלטענע פורום, ווי די הנהלה איז דן כל מה שצריכים בכל עת מצא, און ווי פארשטענדליך האט דער ראש הקהל די רעכטן אריינצורעדן און זאגן חוות דעתו. ווי לאנג מען פארשווייגט אים נישט, און דארט קען זיך אויסריען פונעם גאנצען טאג ארבייט.

און פארדעם צוועק האט מען געעפענט א שטום בודקע, וואו דארטן ווערן בעיקר אנגעפירט די וואלן, אנקעטעס, און אפשאצונגען, אלעס גייט דארט צו מיט א ספעציעלע הומער, און שמייכל און סוף פון די קאמפיין באקומען אלע וואס זענען שטום בארעכטיגט לויט די קאנסטיטוציע, די רעכט צו שטומען פאר די קאנדידאטור וואס איז אים צום הארצן.

איך האף אז איך האב עס גענוג גוט און קלאר מסביר געווען.


אונטער דעם איז געווען געחתמ'ט דער פאטענציעלער ראש-הקהל וואס האט אייך און מיר געשקיט דעם קאמפיין-רוף (אויב ער וועט צושטימען וועלן מיר קענען מזכיר זיין בשמו). תשוח"ח לו פאר'ן ארויסהעלפן און מקיים זיין מצוות "ואהבת את הגר".

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 12:56 am

לאזט אייך נישט פון די פאטענציעלע חברה, שטימט פאר שמערי בערי!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 9:10 am

געערטער שמערי-בערי: "פאטענציעל" מיינט אז עס איז בכח, און אויב ער וועט געווינען וועט עס זיין בפועל, דערווייל איז יעדער אין דעם פארום א "פאטענציעלער ראש-הקהל", דאס הייסט ער האט מעגליכקייט - אויב ער וויל - ווערן ראש-הקהל, אויב נישט יעצט איז דאס קומענדיגע מאל.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 9:19 am

דער טיטל ראש הקהל באקומט איינער וואס רוב אינגעשריבעענע האלטן אז ער איז א גוטע שרייבער, גיט גוטע עצות, ברענגט שיינע ידיעות, בקיצור איינעם פון וועם מ'האט הנאה.
עכ"פ, אזוי ווי אסאך צו באקומען דעם טיטל וועלן זיי זיך אנשטרענגען אריינצולייגן צו מאקסימום כוחות צו שרייבן ארטיקלען ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן, וואס דאס איז דער ציל פונעם קרעטשמע, דעריבער די וואהלן איז וויכטיגע זאך,
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:43 am

דער טיייטל איז נישט מער ווי א שטיקל צוויקל.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 1:57 pm

זאנוויל האט געשריבן:דער טיייטל איז נישט מער ווי א שטיקל צוויקל.

אבער פאר אביסל צוויקל צאלט מען אפאר טאלער אין גראסערי, הא?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 2:02 pm

און וואס וועסטו טוהן מיטן מאמר החכם 'ביליג ווי בארשט'?? אתמהה :o
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 7:58 pm

גר ותושב אנוכי עמכם. זייענדיג אן אלטגעזעסענער תושב הקרעטשמע, בין א גר אין דעם ענין פונקט ווי איר. פלעשער, פלעשער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן, דורך אנוכי הקטן זעלבסט, אין די בראשית יארן פון די המצאות ה'ראש הקהל' בהיימישע קרעטשמע.

פארט אבער וועל איך אייך צופירן צו אייניגע לינקים, מעשה ידי פעפער, וועלכע באהאנדלט די ענינים און גיבט אביסל א קלארער בילד איבער דעם מעשוגאס.

איינס. (א באזונדער אשכול פאר קאמענטארן...)

צוויי

ליינט און האט (אפשר) הנאה...


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט