צייטליך קאמפיין רודערט אויף א וועלט.

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

צייטליך קאמפיין

צייטליך קאמפיין רודערט אויף א וועלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

שטום בודקע, אידישע וועלט – זינט צייטליך האט געמאלדן זיין קאנדידאטור איז אנשטאנען א רודעריי אין קרעטשמע. אלטע ניק'ס זענען אויפגעשטאנען פון זייער טיפער שלאף און געפינען פאר וויכטיג צו ווענדען עטליכע ווערטער - און אסאך מער – לטובת אדער קעגן דעם נייעם און גאר לעצטער קאנדידאט.

שפעקולאנטן און עדיטאריעל שרייבער, ראשי קהלה און אלטע בחורים, פוילישע ארבייטער און סתם קרעטשמע זיצער, יעדער זאגט א מיינונג, יעדער איז פארנועמן אין די טעג דורכצוטוען אלע ענינים אנבלאנגט דעם נייעם קאנדידאט, נעמליך צייטליך.

אין אמת'ן אריין האט זיך פאר דעם שוין געלוינט די גאנצע זאך. דאס אליין אז מ'שפירט שוין צוריק די צייטן פון אמאל. און מענטשן זעהן באשייפערליך אז עס קומען צוריק די גוטע אלטע צייטן נאך ווען קרעטשמע איז געווען קרעטשמע און אידישע וועלט איז געווען וויקיפידיע..

דער פאליטישער וועלט קאכט ווי א טאפ מיט רויע טשולענט, ס'איינציגסטע זאך וואס מענטשן באדויערן איז אז צייטליך איז אביסל שפעט אריינגעטאנצן אונעם קאמפיין, אבער א ווארטזאגער פאר די צייטליך-קאמפיין האט געזאגט אז ער איז גארנישט שפעט אריינגעטאנצן ווארום "ער טראכט שוין דערפון עטליכע וואכן"..

דער פרעסטידזשפולע טעגליכער צייטונג "דער זארעכ וואלקן" האט - אין א אויסערארדערליכער שריט - אין זיין נעכטיגער עדיטאריעל אראפגעשריבן א לענגערע ארטיקל, אויסלויבענדיג דעם נייעם קאנדידאט און ברענגט שטארק ארויס זיין פעיגקייט צו ווערן ראש הקהל פון היימישע קרעטשמע. אזוי אויך ברענגט ער ארויס זיינע פולע לייסטונגען לטובת הקרעטשמע אין די לעצטע יארן.

אויך האט דער "צייטליך קאמפיין" געקריגן נאך עטליכע אנידראסירונגען פון וויכטיגע פיגורן אינערהאלב די קרעטשמע, אריינגערעכנט דער אלטער ראש הקהל מאשקע יר"ה, וואס צייטליך איז דער לעצטער קאנדידאט צו ווערן אינדארסירט דורך אום אין די היי יעריגע וואלן.

אויך ר' שמחה – א קאנדידאט זעלבסט – האט אין א זייטיגע שמועס צוגעשטימט צו מאשקע און אום אינדארסירט. אזוי אויך זענען געקומען פערזענליכע און פארמאלע אינדארסירונגען פון ארום די וועלט.

ס'ווערט ערווערטאט אז מיטן אריינקום פון צייטליך אונעם קאמפיין וועט דאס נאכמער אויפלעבן און גלייכצייטיג אנהאלטן ביים לעבן די קרעטשמע.



עת לשמוח - עס איז "צייט" צו "לאכ"ן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מען הערט געשפרעכן פון אונטער די פירהענג אז טייל פון די שוואכערע קאנדידאטן פלאנען זיך ארויסצוציען פונעם פארמעסט, נישט האבנדיג קיין אויסזיכטן אקעגן דעם ערפארענעם קאמפיינער און דזשורנאליסט מר. צייטליך.
צייטליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר אונזער קאמפיין. ווייל ווי ערפארן אינזער קאנדידאט זאל נאר נישט זיין, וועט ער אבער קיין קאמפיין נישט קענען פירן ווארום ער וועט נישט האבן מיט וועם..

ווי מיר פארשטייען איז דאס נאר ארויסגעלאזטע דמיונות פאברעצירט דורך די מידיאו.
אוועטאר
ושמרת קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 3:19 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ושמרת קאמפיין »

דערווייל האט הערבערט מאשרום, א ווארטזאגער פון די שמארטי קאמפאט-איין געמאלדן אז שמערי וועט זיך בשום דופן נישט ארויס שלעפערן פונעם נאך-מעסט, נאר ער וועט ווייטער קעמפן מיט אלע טיטלען צו געווינען די בעפארשטייענדע וואלן.

אויך הערט מען צוריק פונעם שמערי קראמפ-איין, אז אויב וועט זיך זיידעניו ארויס ציען פונעם פארמעסט וועט עס זיין פאר אים א שטארקן געווינס, וואָרעם די אלע רעכט-געשטימטע וועלכע זענען געווען מיט זיידעניו וועלן מאסנווייז אריבער מארשירן צום שמערי לאגער.
יעס ווי קען! יא מיר קענען!
צייטליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

ווי מ'הערט יעצט טוט די "ושמרת קאמפיין" לייגן גרויס פרעשור און דרוק אויף זיידעניו און זיינע פאליטישע ראטגעבער אז זיי זאלן זיך ארויסציען פונעם פארמעסט. א זאך צו וואס ער איז נישט מסכים, וויסענדיג אז ער האט פונקט אזעלעכע טשאנסן צו געוינען ווי די שמרת קאמפיין..

לויט די שמרת קאמפיין וועט עס זיין א שטארקער געווינס פארן די שמערי קאנדידאט וויבאלד - לויט די שמרת קאמפיין - וועט זיידעניו וחבירתו אריבערגיין צו שמערי'ן. א זאך וואס ווערט אבער אפגעלאכט פון רוב פאליטישע אנעלעזירער.

ראבערט פונקהאלץ, א פאליטישע שרייבער פאר די "מאנטיסעלאו טריביון" שרייבט אין זיין היינטיגע אפהאנדלונג "לויט היסטאריע און לויט פאקטישע גענימענע אנקעטעס איז עס דורכאויס פאלש, וויבאלד דאס קען נישט העלפן פאר שמערי געווינען די וואלן אין אלגעמיין, עס וועט אום סך הכל אביסל ארויפריקן אין די אנקעט'ס"

אויך דער "וויליאמסבורג טיימס" שרייבט ענליך אז "ער [שמערי] וועט נאך אלץ נישט קענען מיט דעם געווינען די לעקטעראלע און געמיינזאמע שטימען".

א אנקעטע ואס איז גענומען געווארן נעכטן נאמיטאג צווישן ווארשיינליכע וויילער האט געוויזן אז עממממ... נו! איך האב שוין פארגעסן, שוין, אנטשולדיגט, ואתכם הסליחה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, ס'לחחחחחחתי................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

פרישע אנקעטעס גענומען געווארן ווייזן אז אין פאפולערע שטימען האט טאקע צייטליך אן איבערוויגענדע מערהייט, צוליב דעם וואס גאר אסאך וועטעראן קרעטשמע שרייבער קערן זיך יעצט צוריק, און זיי וועלן מאסן ווייז ארויס גיין שטימען פאר זייערס א אלטע קאלעגע נאך פון די גוטע צייטן אויף היידפארק, כאטש צייטליך האט שוין זייט דעמאלטס ארויס גענומען די עין פון זיין נאמען.

אבער אין די עלעקטארעלס האבן ביידע קאנדידאטן שמערי און זיידעניו המכונה פראנט ראנער(ע"י פאטאקי), גאר א שטארקע אויבערהאנט נאכדעם וואס אין די לעצטע האלבע יאר האבן זיי איינגעשפאנט אלע זייערע שטיצער זיי זאלן זיך פארשאפן עטליכע ניקים, און זיי האבן אלע אפגעגאפעלט 12 תגובות און פון דארט און ווייטער איז...

אבער די עיקר ארבייט האט זיך יעצט אנגעהויבן ווען פאולסטערס האבן זיך ארויס געלאזט אין די מאסן איבער אלע סטעיטס אינערהאלב די קרעטשמע צו נעמן סטעיט ביי סטעיט אנקעטעס.

מילער זאגט אז ביז סוף סאפער האפט ער שוין צי האבן מינימום א שטרוי אנקעטע פון זיינע פארומס, אבער בעיקר האט זיך אנגעהויבן א ראבעריי צווישן ר' שמחה און זיידעניו אויף די שטימען פון מידי שבת בשבתו, ווי ר' שמחה שרייט אז די שטאט בלאנגט צי אים, אבער זיידעניו שרייט אז רוב תגובות דארט זענען דאס זייניגע, ווי עס שיינט וועט עס דארפן קומען צום טיש פון ארענדער, ווי אלע מנהלים וועלן דארפן אפגעבן זייער שטימע אין א ספעציעלע סעסיע פאררופן אויף היינט נאכט.

מאשקע מיט די-פאקט געבן איבער אז פון זייערע סטעיטס וועט נישט אזוי שנעל ארויס קומען רעזולטאטן צוליב דעם וואס עס איז צוטיילט אין צענדליגע קליינע אינזלעך ווי עס איז זייער שווער אנצוקומען דארט.

פון היכל הנגינה קומט יעצט אריין א פרישע באריכט, אז וויכי האט ארויס געקאפערט מאשקע פון דארט, מיטן טענה אז ער וועט אלעס גלייך צוטיילן פאר שמערי.

חיים ברוך איז דאך סתם אזוי נישט שטום בארעכטיגט, צוליב דעם וואס אין זיין פיינענשעל דיסטריקט איז שוין לאנג נישט עפעס געשריבן געווארן, ווי אויך האט ער ניטאמאל 6 תגובות אפגעקלאפט אין די לעצטע 3 חדשים.
צייטליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

זאנוויל, פון די "נייעס" פורום האסטו בכל נישט גערעדט, דאס מאכט מיר טאכטן אז די ביסט איינזייטיג...

אבער דיין תגובה איז צוקער זיס, איך האב הנאה געהאט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין די שלום עליכם פארום איז היינט אווענט פארגעקומען א קאקוס-נוס, פון וואס אלע באטייליגטע האבן שטארק הנאה געהאט, אזש ארויסקומענדיג האט מען זיי קוים דערקענט פון די געדעכטע קאקאו אויפן פנים. מאנכע צוקוקער האבן נישט געקענט פונאנדערשיידן צווישן די ווייסע געזעלשאפט און טונקל-הויטיגע נאר אויפן פארעם פון די נאז.

די איינוואוינער פונעם טעכנאלאגיע פארום האבן דורכגעפירט אן אייגענע רעפערענדום אויב זיי זאלן אפגעבן זייערע שטומעס אויף בויגענעס אזוי ווי אין די אלטע טעג אדער טאקע זיך פירן כמנהג המדינה און גיין היי-טעק אויף מאשינען וואס זאלן פארמיידן דעם דימפל-טשעד דילעמא מימים ימימה. וואל באאבאכטער זענען אראפגעשיקט געווארן צו די ביזנעס פארום, נאכן הערן אז עפעס א דריי-קאפ וויל אנווירטשאפן פרישע אינווענטשאנס וואס זאל אים ברענגן אטענטשן פון מערערע מענטשן וואס זאלן אים בענטשן.

יעצט קומט אריין א באריכט אז דער יונגער דזשעסי דזשעקסאן זעלבסט איז געווען דער וואס האט צוגעשטופט צייטליך צו לויפן, מיט א וויסטע פלאן דאדורך איבערצונעמען זיין דזשורנאליסטישן אמט ביי ק.נ.א. נאכדעם וואס ער וועט אויסגעשלאסן ווערן פון די קאנגרעס רייען צוליב זיינע קארופציע רעדערייען מיט ראד בלאגאיעוויטש פון אילינאי, די הויפטשטאט פון אבאמא באראקארופציע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צייטליך קאמפיין רודערט אויף 'איי וועלט'.

איינער בעסער פונעם אנדערן, קיפ דעם אפ קאמינג, איך קען נישט צו סאך שרייבן, כאנאך אסאך וואס צו ליינען. טענקס. ביי.
פרייליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליך קאמפיין »

צייטליך קאמפיין האט געשריבן:אויך ר' שמחה – א קאנדידאט זעלבסט – האט אין א זייטיגע שמועס צוגעשטימט צו מאשקע און אום אינדארסירט.

אויב דאס איז א אינדארסירונג דאן טרייסט איר זיך מיט חלשות,
מיר האפן נאר אז אייער גאנצער קאנדידאטור איז נישט געבויט אויף דעם אופן,
ווייל דאן, נישט נאר שטייט עס אויף גענזענע פיסלאך, נאר עס דארף רחמי שמים מרובים.



מיט שמחה קומט מען אהן....
פרייליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליך קאמפיין »

זאנוויל האט געשריבן:אבער בעיקר האט זיך אנגעהויבן א ראבעריי צווישן ר' שמחה און זיידעניו אויף די שטימען פון מידי שבת בשבתו, ווי ר' שמחה שרייט אז די שטאט בלאנגט צי אים, אבער זיידעניו שרייט אז רוב תגובות דארט זענען דאס זייניגע, ווי עס שיינט וועט עס דארפן קומען צום טיש פון ארענדער, ווי אלע מנהלים וועלן דארפן אפגעבן זייער שטימע אין א ספעציעלע סעסיע פאררופן אויף היינט נאכט.
ווי עס זעהט אויס האט ר' זאנוויל נישט געליינט אונזער ארטיקל,
ווען יא וואלט ער נישט געשריבן זוינע נארישקייטן און געהאט קיינע ספיקות,
מיר באשולדיגן אים נישט ווייל נאך אלעם איז ער נישט פון די שטים בארעכטיגטע -ליידער- ביי די איצטיגע וואלן,
אבער עס קען זיך מאכן מאנכע תמימי לב וועלן קלערן אז יש דברים בגו,
און ווילן נישט גיין צו קיין לינק'ס אדער רעכטס, ברענגען פאר זיי עס אראפ מוכן כשולחן עורך,
פרייליך קאמפיין האט געשריבן:ווייל נאך אלעם מיט די פולסטע מאס רעספעקט וואס מיר האבן פאר ר' זיידעניו און זיינע אויפטוען, ער האט טאקע צו זיין דיספאזיציע און קרעדיט איבער פיר טויזענט תגובות מלא תוכן, אבער ער קומט ווי פארשטענדליך נאך אלס נישט צו, צו די שפיץ קנעכעל פון אונזער הויכגעשעצטען קאנדידאט.

מיר רעדן שוין נישט פון די עהרע און ווירדע וואס אונזער קאנדידאט שטעלט מיט זיך פאר, נאר דאס ערנסטע איבער געגעבענקייט און ערפארונג וואס ר' שמחה האט צו אונזער וועלטל דא, איז נישט דא זיין גלייכן, קען זיין אז נאך עטליכע יאר וועט ר' זיידעניו אנקומען דערצו אויב ער וועט ווייטער גיין אויף דעם זעלבען וועג ווי ביז אהער, הי איז אן טהא רייט טרעק, אבער מען טאר נישט כאפן פאר די צייט, ווייל ווי באקאנט איז "בנין נערים סתירה" אפילו ער הייסט זיידע.

ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו




מיט שמחה קומט מען אהן....
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ריזיג ריזיג.

אדער ווי ר' שמחה זאגט (פרייליך קאמפיין: בויכסט מיך נישט קוואוטן) גוט איז נישט דאס ווארט.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

הער מיר נאר אויס הרב ביקסאד....כמיין פרייליך קאמפיין, אונז האמיר שוין איינמאל געליינט דעם ארטיקל, טאקע נישט אנגעקומען מגיב צו זיין דארט, האמיר איינוועגס דא מגיב געווען אויף צוויי ארטיקלן אינאיינעם, און דאס וועט טאקע דינען ווי א עטפער פון די וזקנתי קאמפיין אויף דיין ארטיקל....
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

זאנוויל האט געשריבן:הער מיר נאר אויס הרב ביקסאד....כמיין פרייליך קאמפיין


גוט....
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זאנוויל האט געשריבן:און דאס וועט טאקע דינען ווי א עטפער פון די וזקנתי קאמפיין אויף דיין ארטיקל....

הרב זאנוויל....וזקנתי קאמפיין.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

:? מען בעט נישט מגלה זיין ניק'ס :?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”