ווי אזוי בין איך געוואר געווארן אז צייטליך לויפט?

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ווי אזוי בין איך געוואר געווארן אז צייטליך לויפט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

היינט פאר מעריב שטיי איך ביים סינק, כ'וואש מיר צו תפילת ערבית, איך כ'זעה א קענטיג פנים (פון טאלק), און יאפ כ'אב עס דערקענט, אבער כדרכי בין איך א נישט קיין מגלה ניקים, האב איך מיר נישט מגלה געווען פאר אים, אבער עס איז מיר געלונגען אונטער צו הערן א שיח הויט סאפרי קודש, בשעת איך זיך מיר ווי לענגער אפצו ווישן מיינע הענט מיטן האנטוך...

ר' חיים: שלום עליכם ווי אזוי הייסט איר?

ר' יואל: צייטליך

ר' חיים: צייטליך? אזא פאני נאמען, דיין טאטע האט דיר דאס אנגעטוהן ביים ברית?. (דא קומט ארויס א קרעכטץ)

ר' חיים: זאג נאר וואס טוט א איד פאר פרנסה?

ר' יואל: איך בין א רעפארטער,

ר' חיים: אן אדאפטער? וואס מיינט דאס, דו ציהסט אויף באשעפענישן?

ר' יואל: ניין! איך ארבייט ביים ק.נ.א. נייעס סטאנציע, און איך גיב איבער באריכטן, וואס עס פאסירט אויף דער וועלט.

ר' חיים: זאג נאר מען קען עס הערן אויף קול מבשר?

ר' יואל: ניין מישט נישט אויס קיין חצוצרות. עס איז דא א רעדעדיגע נייעס סטאנציע, וואס עס הייסט קאלמע וואסער, און עס איז דא א געשריבענע נייעס סטאנציע וואס דאס איז ק.נ.א..

ר' חיים: אינטערסאנט איך האב עס קיינמאל נישט געהערט, וואס מאכט דער ווארט ק.נ.א.?

ר' יואל: אהה עס מאכט לאכן...

ר' חיים: ווי זוי לאכט מען דארט, זיי מסביר.

ר' יואל: אאםם, עס איז א אפיציעלע מקום ווי די נייעס ווערט באריכטעט מיט א הומער.

ר' חיים: ווער דרייווד אריין דעם הומער, און בכלל פארוואס עפעס א האמער עס ניצט דאך אזוי פיל גאז, און עס איז דאך אינגאנצען נישט מסוגל אין דיזע טעג?

ר' יואל: ניין גראדע האט איר נישט פארשטאנען דעם קרעטשמע שפראך, עס איז נישט א קאר, נאר עס איז א באריכט פיל מיט לאכעדייגע אויסדריקן צווישן די נייעס באריכט.

ר' חיים: קוטשמע שפראך?, וואס איז דאס, איך האב שוין געהערט פון שיחת בהמות, חיות, עופות, דקלים, שדים, און נאך, אבער וועלכע קוטשמע האסטו שוין געהערט רעדן.

ר' יואל: ניין נישט קוטשמע נאר קרעטשמע...

ר' חיים: קרעטשמע... מה זאת?, זינט די מעשה ביכלעך איז דאס נאך נישט געווען, ווי קען מען אריין גיין אין א קרעטשמע אין יארע 2010?

ר' יואל: א גוט מארגן געלא!, יעצט זענט איר אויף געשטאנען? עס איז אויבן אויפן אינטערנעט איז דא דארט אזא זייטל.

ר' חיים: א זייטל?, וואס איז דאס זיי נעמען א צד אין יעדע נייעס? וועלכע זייט?, די מער ארטעדאקסישע אדער מער ליבעראלע?

ר' יואל: נעע! ביי נייעס דעקט מען אלעס ווי כאילו אלעס איז אונטער אין קאווער, און ווער עס איז אויפן געוועב ווייסט דערפון...

ר' חיים: אזוי גאר איך גיי שוין רופן מיין יצחק'ל ער זאל מיר דאס נאכטשעקן, זאג נאר אויף איבעי איז עס ביליגער?

ר' יואל: ניין מען קען עס האבן בחינם.

ר' חיים: אזוי ממש מיינסט עס ערענסט, פשיהא.

ר' חיים: נו לאמיר הערן דערצייל מיר עפעס א נייעס וואס דו האסט היינט געמאלקן, ביי דיין סטאנציע?.

ר' יואל: אה היינט האב איך געבראכן די נייעס וואס דער וועלט קען זיך נישט בארוהיגן.

ר' חיים: נו וואס, לאמיר הערן!

ר' יואל: איך האב געמאלדן אז איינער מיט מיין זעלבע נאמען זעהט אויס אז מיר זענען קרובים, האט זיך דערקלערט אז ער איז א לויפער.

ר' חיים: וואס הייסט ער הייסט לויפער אויפן נאמען אדער צייטליך?, מען קען דאך נאכקוקן אויף די געבורטס-קאפל!.

ר' יואל: ניין נישט זיין נאמען נאר ער פרעזענדליך גייט לויפן פאר זיין קאנדידאטורשאפט פון די ראש הקהל דקרעטשמע.

ר' חיים: אזוי אלעס איז אויף יענע זייט?, יענע זייט האט אויכעט א ראש הקהל?, און יענע זייט האט אויכעט וואלן?.

ר' יואל: יא אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אויב עס איז נישטא קיין ראש הקהל וועט יענע זייט זיין ראש הקהל...

ר' חיים: אהה ביסטעך אויכעט א צדיקים נאכזאגער, קוק נאר אהער פּויפּריפּויפּוי קניינע הארעלע.

א צענטער צו ברכו..... נו מנין........ האסט שוין געדאווענט?.......
אקעי...... נאך צוויי........
יעצט דארף מען נאך זיבן אין מען גייט צו.....
שיר המעלות

איך האב עס געהערט האבעך געמיינט אז דאס איז עס, איך גיי צו צי אים און כ'געב אים אזא קלאפ אין ריקן, אז ער זאל געוואר ווערן ווער זיידעניו איז, אבער משום איזה סיבה האט מיין אינערליכע מיר דאס נישט ערלויבט, אבער איך האב גאנץ מעריב געשטראלט פאר שמחה אז ענדליך איז מיין רעפארטער שוין איינגעזעהן אז ער מעג אויכעט אמאל טרייען...
פרייליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליך קאמפיין »

זיידעניו האט געשריבן:אבער איך האב גאנץ מעריב געשטראלט פאר שמחה אז ענדליך
ווי באקאנט אין מוקדם ומאוחר בתורה,
על כן קומט אייך א גרויסן דאנק ר' זיידעניו,
יו"ר פונעם וזקנתי קאמפיין פארן האבן איינזעהעניש ענדליך מיט ר' שמחה,
יו אר ווערי וועלקאם, איטס נעווער לעיט.




מיט שמחה קומט מען אהן....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די ביסט דאאאאאאסס???? כ'וואלט עס קיינמאל נישט געגלייבט.. באמת א בא בשנים, א עלטערער איד מיטן פולע בארדע, ממש אן עטרת זקנים. פשששי, וואס דער קרעטשמע פארמאגט אלץ.

אז מ'רעדט שוין יא, זאג זיידעניו, וואס האלט איר איבער דעם ר' חיים? דאנט ווארי, ער הערט נישט און זעהט נישט וואס די זאגסט, ער וועט דא נישט אנקומען, אויב קומט ער ערגעץ אן וועט עס זיין מיסתמא צו רב לויפער, דער וואס גייט אנגעטוען מיט א ארטעדאקסישע ליבעראלע קושטמע, אזאנס וואס מ'קען קריגן בחינם אויף איבעי..

איך מיז דיר זאגן, אז פון דעם טשולענט קוגל וועט זיך מיר נאך דרייען די בויך ס'גאנצער נאכט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נו, נישט שיין זיך אונטערצוהערן. אבער אז דו האסט שוין יא געהערט, איזעס טאקע נישט מער ווי יושר עס דא אראפ צו שרייבן, אזוי ווי איר האט טאקע געטון.

יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיידעניו;

יו מעיד מיי נייט!

א קרעפטיגע ארטיקל געווען.
אוועטאר
ושמרת קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 3:19 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ושמרת קאמפיין »

הורעי זיידל באטשי, האסט נישט געהערט דעם ענד פונעם שמיץ? איין רגע, האַאאאטשו!!! אקעי סארי האסט אפשר א טישו? פשוט פון אזויפיל לַחַץ האט זיך מיר ס'נעזל צושפילט.

עניוועי, דער חיים זאג נאר, ער האט אקע אנגערופן דעם איציקל?, יעצט כאפ איך, כאבעם טאקע געהערט קרייען ווי א בענקל אינעם סעלפאן אריין: "אבער נאר די וואס איז פאר אומזינסט, אויב דו וועסט באצאלן דערפאר נעם איך עס בשום פנים ודופן אריין אין שטוב אריין, פארשטאנען?".

האועווער, יו מעיד מיי... וואטעווער
יעס ווי קען! יא מיר קענען!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך בין געווען דער ר' חיים :grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol: :grin: :lol: :grin:
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
דזשאמבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשאמבא »

זיידעניו, זייער א שיינער שמועס געוועזן, אינזין געהאט ביי שמו"ע האסטו וואס? איך מאך נאר א וויץ,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיידעניו, צייטליך איז גערעכט, דא אין קרעטשמע שרייבט מען מיט הומאר!..................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

א קנאקעדיגס, זיידעניו/איך מיין צייטליך ביסט מחי' דער עולם.

שמערי ווי דידנט פארגעט עבאט יו איזער
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיידעניו;
דו רעדסטו דארט ממש ווי א זיידיטשקע ... טעם זקנים...

אזאנס צו לאכן שוין לאנג נישט געווען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

הוי זיידעשי

דיינע רייד זענען דאך עפעס זיסער פון זיס, אה! ווי האט זיך יענער אויסגעדרוקט, אז מ'קען אז מ'קען...
אבער זיידע, פאוואליע, מיין נישט אז מיט דעם ביסטו פארטיג און אפגעקויפט די וועלט, עס ווארט נאך א שווערע פארמעסט, ס'מיינסטע? אנמעסטן א נייע באלי היטל איז א גרינגע מעשה? מ'ברויך אויף דעם אסאך שוויצן [נאוואדע שמעק אריין אינם היטל און זאג דו אליין...] זאלסט נישט אויפהערן שמייסן ארטיקלן ביז נאך די וואלן, ו"נאך" בכלל..... ש'קיין חילוק ווער ס'וועט געוואונען, מיר קרעטשמע-איינוואוינער האבן זיכער געוואונען פון דיינע ספייסי טעם'פולע שרייבעכצער.

מיר ווילן נאך און נאך און אויך נאך....
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”