פאליטישער קאלום: ווען אן אויסדריק ווערט פארפולקאמט

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

פאליטישער קאלום: ווען אן אויסדריק ווערט פארפולקאמט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

פאליטישער קאלום: ווען אן אויסדריק ווערט פארפולקאמט
דורך: זארעכפעפער

ווען לייכטזיניגע פערזאנען לאזן צומאל פאלן ווערטער אין א קאמפלעמענטאריש פורמאט, געצילט צו א געוויסן מאן-דהוא, איז קלאר פאר ביידע צדדים אז די ווערטער זענען בלויז אין א פארום פון 'גוזמא קא-נקיט' אדער אפילו וויינגער פון דעם. מיט די צייט, אז עס זאל זיך האבן ארויסגעשטעלט אז די גוזמאות זענען פארפולקאמט געווארן, קומט דער מאן דהוא צוגיין מיט זיין גאנצן גלייכגילטיקייט און פארקירעוועט זיך אפ דאס קרעדיט אין זיין ריכטונג. מיר וועלן מיט דעם פונקט נישט זיין צוריקגעבליבן, אבער ס'וועט זיך פארט אפגעפונען א שטיקל אינטערשיד. מיר וועלן זיך טאקע אנקליידן אין פירן א קאמפלעמענטארישער קרעדיט, וועלכער איז היינטצוטאגס פולקאם פארפולקאמט געווארן, צו אונזער ריכטונג, אבער ס'מוז קלאר געזאגט ווערן אז ס'בהחלט נישט געווען קיין לייכטזיניגער אדער גלייכגילטיגער גוזמא'דיגער וואונטש אדער בלויז א קאמפלעמענט אויסדריק. די ווערטער זענען אין זיינער צייט געזאגט געווארן מיטן פולסטן ערנסקייט [נעבעך...], און מיר האבן געמיינט וואס מיר האבן געזאגט.

אין די פארגאנגענהייטן, בעת מיר האבן פיל געפילעוועט אין קרעטשמערישע איינגעלעגנהייטן און אונזערע קאלומ'ס זענען געלאפן איבער קרעטשמעס און ווערץ-הייזער, פלעגן מיר דאן סופלייען די קרעטשמע ווענט מיט פארשידנארטיגע שטות-שטאף. פון צווישן אנדערע האבן מיר אוועקגעשטעלט אין די ארכיוון אן ארטיקל, געשריבן אומגעפער מיט אן אנדערטהאלבן יאר צוריק, ווי מיר האבן דאן פארקאכט עפעס א קאשע מיט צימעס, ווען פון צווישן די פילע תגובות דארט ליינט זיך אין איינע פון זיי, צווישן די שורות, אט דאס פאלגנדע:

זארעכפעפער האט געשריבן:און דא איז טאקע פאסיג צייטליכ'ס תגובה, פון וועלכע איך האב באזונדער'ס הנאה געהאט (אגב, איך האלט, צייטליך, אז דו ביסט פאסיג צו קאנדידאטירן פאר ראש הקהל...).


ווען מיר האבן דאס געשריבן האבן מיר דאס טאקע ארויסגערינגלט, אבער דער אנגעבליכע סיבה דערפאר איז בלויז ווייל דאס האט אונז דאן אויסגעקוט ווי א דמיון וועלכע וועט נישט קיינמאל נישט קומען צום רעאל, אבער מיר האבן שוין דאן גענומען אן הונדערט פראצענטיגן אחריות'שאפט אויף די ערנסקייט פון די דיבורים. אצינד, אז פון א חלומ'דיגער זע איז גאר אויסגעוואקסן א הקיצ'דיגער פאקט, איז דאך נישט מער ווי נארמאל אריינצוכאפן דעם קרעדיט צו אונזער קאנטע.

מצד אונזער בליק דוכט זיך איז גענצליך איבעריג פארצושטעלן דעם באדייט פון א 'צייטליך קאנדידאטור'. זיינע פולע לייסטונגען וועלכע ליינען פון צווישן די אותיות פון יעדע תגובה זיינע, זענען פאר אים די בעסטע קאמפיין מאטריאל. עס פאדערט זיך נישט קיין ערקלערונגען פארוואס זיין סטיל אין שריפט איז דאס בעסטע וועלכע קען באזעצן דעם אמט און אנפילן דעם חלל.

זייענדיג א וועטערן מיטגליד פון די היימישע קרעטשמע און א הויפט מיטגליד אינעם "קרעטשמע ק.נ.א." אגענטור, איז ער מיט די צייט אויסגעשטיגן צו זיין דער בעסטער קאנדידאט פאר דעם ראש הקהל אמט. מ'דארף נישט מער ווי מיטהאלטן און נאכלויפן זיינע באריכטן, קאמענטארן אדער סתם תגובות, און דער ליבער לעזער וועט שוין אליין קומען צום באשלוס אז ער איז דער פערזאן וואס מיר דארפן האבן צו דעם אמט. אבער, דאס איז נישט אלעס. עס פאדערט זיך פון אונזער זייט ארויסצוברענגען אין קורצן נאך א באהאלטענער פונקט.

דער הומאריסטישער סטיל וועלכער ליגט פארבארגן אין זיין פענע, טראגט אין זיך דעם כאראקטער פון די קרעטשמע-קעפ-טאטעס און זייער סטיל. די וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן, וועלן אייך וויסן אנצוטייטלן דעם געשמאק דערפון. ער האט דעם אין זיך איינגעבויט דעם סארט סטיל, דעם סארט געשמאק, און איבער אלעם באזיצט ער א שימוש פון זיינע פארגייער. דער קרעטשמערישע כאראקטער וועט אונז מיט א צייטליך קאמפיין באגלייטן דעם גאנצן וועג, אנגעהויבן פונעם קאמפיין ביז צום סאמען ענדע פון זיין דינסט.

דער באדייט דערפון? ששש...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

טאקע אט דאס איז פשט פון פסוק: "ארויס געזאגטע ווערטער קאן מען נישט צוריק ציעהן",

כאילו ער וויל דערפון חוזר זיין, אבער דאס איז שוין א טעמע פאר זעך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

זארעך; איך שטעל מיר פאר אז דו שאָקלעסט דיר מיט א בענקל אהין און צוריק, אין די נאַשט זאָכער-בונדלעך, מ'שטיינס געזאגט טשיק-פיעס.

טראכסט אזוי צו דיר, איי וויי, אין די גוטע צייטן וואלט אזא תגובה אויפכגעשאקלט א שטאט, ווי זענען די צייטן היינט איינגעמאָגערט געווארן? אפילו איך וויל נישט שלום מאטכן מיטן מצב אז עס איז היינט א פארנעפעלטן געדוכטן גלאאָמי (GLOOMY) וועטער. איז דאך דער תירוץ מעוננן, איא? אבער; טאָ ווי גערעכט איר זענט און ווי וואויל איר זאגט, אבער זאלט איר וויסן. ניין! עקטשעלי יא! איר האט אויפגעשאָקעלט א וועלט.

איר זאגט וואָר, וואר וועט זיין...

זארעך! קיפ-דעפ-קאָמען, איט וויל ראַק.

*

ביקסאד; דו שפילסט די געים פון 'הוא מותיב והוא מפרק' ? אדער די שטעלסט דיך פאר אז מען ווייסט שוין סייווי די איביריגע חלק תוגבה וואס דו האסט געוואלט שרייבן? צומאל איז אזוי: דיין פענע טראסקעט תגובות, טיילמאל קען מען זעצן אין קראכן דעם פארשטיינערטען אינטערנעט מוח אין נישט וויסן וואס אין די וועלט איר מיינט, אייער קעפל איז פיל מיט ידיעות, אבער ניש יעדער כאפט אייביג פונקטליך... סארי; ווען איך בין אויף די אינטערנעט טריי איך נישט צופיל אויפצוכאפן, איך וויל מיר נישט אנזעהן. סאו אז דו קענסט אמאל געבן צייט אין עקספלעינען בעסער וואלט איך גערן געמאכט א טאָטעל וויפיל תגובות איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך פון דיר. אָווערראָל ביסטו אייזן! דו ביסט קורץ אין שארף!

קורץ ווי קאָצק, אין שארף ווי ביקסאד...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ותראינה באחו, שלום וברכה,

מיר קומט נישט אן גרינג צו טייפן, פארלאזן מיר זעך אויף די מבינים - מבין דבר מתוך דבר -

אז זיי וועלן דערגיין די כוונה פון די דיבורים אפילו עס איז געשריבן אין קורצן,

וואו מיר פארשטייען האט איר א גוטע ראיה און איר האט שנעל אויף געכאפט,

איר האט אונז נישט אנטוישט אדער איבעראשט.

איצטער פארשטייט איר שוין פארוואס מיר טועהן אונטערפירן די קאנדידאטור פון ר' שמחה,

אפילו ער שרייבט נישט קיין שמאלציגע ארטיקלן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זארעכ, זעסט אז ס'לוינטצעך צו דרייען דא? מ'ווארפט נביאות און ס'ווערט מקויים, א געשמאקע פילונג, ניין?

שכוח פארן אריין פאלן דא פון צייט צו צייט, מיר האבן הנאה.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

זארעך עס איז אויך דא א בחינה פון שגגה היוצא מפי השליט

דהיינו עס איז דא מענטשען וואס דארפן וויסן אז יעדעס ווארט וואס זיי זאגן טראגט א ערנסטע באדייט און איז נישט אבי גערעדט

ממילא דאס קען שוין הייסן אן אינדארסמענט פון דיר...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויש זארעעעך, ווי נעמט מען אזא ווייטע בליק? פון דיין נאבעלהאפטיגע (וועא"מ) שריפט, העמער נאך רעדן, אבער דיין בליק, קען מען נישט פארשווייגן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צייטליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

איך וועל יעצט גארנישט שרייבן, איך וויל פשוט נישט אפ'הרג'נען.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יענטאאש יענטאאש איכה????????????

וואס האט זיך פלוצים בני היכלא, אזאנס צובענקט אויף דעם אלט-פארצייטישן, קוים-געדענקטער אידל וואס איז געבליבן באקאנט פאר דעם איינעם אורזאך, צוליב וואס ער האט אויף זיין קערפער אנגעטון א שיינעם הוטל און לאנגן שניי ווייסן בארד, מה כל הגעגועים הזאת?

דער תירוץ איז פראסטער פון פראסט. אז אזא פערזאן ווי עס איז אונזער הויכגעשעצטער דיכטער און ארטאגראף, מר זארעכפעפער ירום הודו, ווי ער מיט זיין מאיעסטעטישן קאנצעליי, האט מיט פראכט באשאפן א ווערק פון ריינע קונסט, און ווער קוקט דען דערויף? ווער נעמט זיך די מי אנצוקלאפן א ווארט דערוועגן? איך וועל זאגן נאך שרעקליכער, ווער פארשטייט עס דען? די עקביים פון די שיחות חולי חולין שלו....

אז זארעך רעדט, רעדט דאך זארעך, און אז זארעך שרייבט, שרייבט דאך זארעך, און אז זארעך איז דער וואס שרייבט, מיינט דאך דאס אז דא איז דא וואס צו לעזן, און אז דיזע לעזבארע רייד, קען מען מיט קיין אויבנאויפ'דיגע בליקן נישט באגרייפן, נישט נאר די טיפקייט דערפון, נאר פראסט פשוט פשט צו האבן בכלל אן אנונג, אין די דברים הקולעים כשערה, כלפי מה הדברים אמורים, הדרא דלא אפשר למפרט, ווען מ'ליינט זארעכ'ס א שרייבעריי ארבעיט, מיט א שטחיות'דיגע פאר ברילן, קוקט מען אויס ווי די באקאנטע האן פון די מה נשתנה, אדער ווי דער תם פון דער בני אדם..

און אז מ'דערזעט זיך, מיט זארעכ'ס א סמעטענע, און ואין קול ואין קשב, אין קורא ואין עונה, אוודאי הייבט זיך אן צו בענקען צו יענטאאשש......

ווער געדענקט נאך, ווען אנשטאט עסן ברויט פאר פרישטאג, פלעגט מען עסן, א מאכל וואס פלעגט זיך רופן פעפערענטאאש..... און טאקע מיט נקודות עקודות וטלואים, פינטלעך כזה................ האט זיך געשאסן לרחצה, מ'האט נישט געקארגט אויף קיין קוועסטשען מארקס, נישט אויף קיין פאנקטעישן מארקס, נישט אויף קאמעס, נישט אויף קאלאן'ס ניטאמאל אויף האלבע קושקעס, אין פאקט האט מען אויסגענוצט און ארויסגעברענגט יעדעס איטליכעס בוכשטאב און סימבאל וואס דער שליסלטאוועל פארמאגט נאר אויף זיך, מכח אל הפועל, און, תוצאותיו? הא הא הא... אן ארטיקל פון אזא קאליבאר, האט זיך געלייענט נאך בעסער ווי איך וואלט אים געהערט.....

ווער געדענקט נאך, ווען אנשטאט לייענען א סיפור, אדער א תורה, פלעגט מען זיך דערקוויקן, און פארסמאקעווען מיט קרעטשמע טרינקעריי, ששמו "געלכעטער" ווען פויערן פון די קרעטשמע פלעגן נאכאנאנד זיפן און פארזוכן פון די נארהאפטיגע געשמאקע זיסע צוקער טינט וואס פלעגט זיך גיסן אויף די בענק און טישן.

ווען נאך אטא די מאכלים ומשקאות, פלעגן די פויערן ווערן צוגעקלעפט און פארגלייזט, צו די מראות קודש פון די חלונות הקרעטשמע, און זיך געווארפן די גאנצע בשר קודש, מיט רקודין נוראין לכבוד התעירא.... די קרעמערס מיט די מאשקעס האבן ביינעזאם זיך אונטערגעהאלטן מיט הומאריסטישע וויצלעך, מיט לעבעדיגע פארבן... אזוי האבן זיך די נפשות אשר בתוך גופם, געווארן צוזאמגעשמאלצן והי' לבשר אחד והי' כלא הי'.....


אך אך אך .... יענטאאש איכה???????????????????????
צייטליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך קאמפיין »

בני, מיר פארשטייען פונקטליך פון צווישן די שירות וואס איר מיינט..

און איך וועל אויסניצן ס'פלאץ זיך צו באדאנקן פאר זארעכ'ן (יעצט רעד איך נישט איבערן עצם ארטיקל, ווייל דאס קען איך יעצט נישט שרייבן..) פארן ארויסשלעפן בני היכלא פון זיין לעכל און זיך באווייזן פאר די חברי ה'קרעטשמע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געוואלדיג שעבעגעוואלדיג. יישר כח.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בכל קודש לא תגע ואל המקדש לא תבוא, פרעג זיך זארעך אזוי תמיה'דיג.

ער פארהייבט זיך די אלטע אפגעשימלטע פארהארטעוועטע גרויע אויגן ברעמען, וועלכע זענען זיך שוין ווילד צעוואקסן איבער זיינע זע קראפטן, נעמליך ער האט זיי דאך שוין פאר לאנגע לאנגע וויילע זיי נישט געניצט. איר פרעגט פארוואס? הא... הא... ער פרעגט 'פארוועם?" וואו זאל ער מיט זיי קוקן און אז ער וועט זיי שוין יא ארויפשארצן וועמען וועט ער שוין אזוי באגעגענען? טא איר פרעגט נאך פארוואס???

אבער אז ס'תמהי'ט זיך שוין שטעלט זיך דאס שוין נישט אפ. היכלא זה בא לבית קרעטשמותי ולא אקום גבי עיני?

מיט די אלטע אפגעדינטע הענט, וועלכע פלעגן אין פרידנס צייטן קלאפן קאלענס און נקודים, קאמעס און בוכשטאבן, עקודים און כחכח'ס, זיי פלעגן קלאטשן און פאטשן, טאנצן און זינגען. זיי פלעגן ארויסשפראצן און באשאפן אותיות פורחות בקרעטשמע כעוף הפורח ובחלום יעוף. יום ויום לא ישבותו, זיי האבן נישט געקלאצט אין קרעטשמע און נישט גערוהט אין פארברענגען, זיי האבן נישט געדרימלט אין שול און אוודאי נישט געשלאפן און שפראך. זיי האבן נישט געשימלט. זיי האבן זיך ארויסגעגעבן מיטן גאנצן גלאנץ. ועתה, אהה... זיי זענען שוין נעבעך פאר די לעצטערע שטיק צייט אויף אורלייב, אזש ז'זענען שוין גרין פאר דזשאווער און צעקניישט פון שימל. יא, יא, קיין גוזמא, אט אזוי קוקן זיי אויס און אט אזוי, אין דעם צושטאנד, האבן זיי אנגעשטרענגטערהייט זיך ארויף געריקט צו די אייגעלעך, פאריקט די סטיל-וואל הארטיגע באוואקסענע ברעמען בכדי א בליק צו טאן.

צו זע איך גוט? איז דאס טאקע ריכטיג? הידים ידי היכלא והקול קול בני! גשה נא אלי - קום נאר אריין מיין פריינד --- איין מינוט... איין מינוט...

יאנאש, יאנאש, זייז'שע מוחל, גיב נאר ביטע א ברענג ארויף פון קעלער אביסל 'אלטער' 'מאשקע' מיט 'יין שרף' לאמיר נאר מאכן א לחיים אידן. עס איז א גאסט אין דארף...

שווער, שווער, איז געווען דאס פאריקן פראצעדור. אבער יא! עס איז א ווירקליכקייט. ס'איז וואר. ער אי-דאס. ער איז דאס.

ס'זינגט זיך, ס'טאנצט זאך, ווער דארף א סיפור? ווער דארף א טעירע? ס'דא אלץ! ווייל אז היכלא איז דא איז דאך אלצדינג דא. יע, יע, מיר דארפן זוכן מיט וואס צו שטופן די עתים ו'מוט'ים. ווער פרובירט מיט סיפורים; ווער מיט טעירעלאך; ווער מיט בלשנים; און ווער מיט דרשנים; יעדע קראצט זיך עפעס אפיר פון אונטער די תהומות. איר ווייסט פארוואס? ווייל מיר פארמאגן נישט דעם "והי' לבשר אחד", מיר זענען אלע פלג'יים, צעשפרייט און צעזייט. מיר זיינען פזורים אין ארבע כנפות הקרעטשמע.

אין אלטע צייטן ווען מיר האבן געהאט דעם 'והי' לבשר אחד', וועלכער האט געטראגן אין זיך דעם טעם מן, אין וועלכן מ'האט געקענט טרעפן אלע טעמים וואס מ'האט נאר געדמיונ'ט, זיינען מיר געזעצן אין געשלינגען מיט דורשט דעם מן פון הימל. מיר האבן אלע טאג געטראפן ביי די טיר גרייט שטיקער פארציעס מן, עומר לגלגולת פון אלע סארטן, אלע טעמעס און אלע טעמים.

אז דער היכלא איז געווען בתוכינו, איז דאך דאס געווען ווי דער מן מן השמים ממש. וויל מען א טעם נגינה, איז ער אין היכל הנגינה; וויל מען די בני יעקן אדער אנדערע, איז ער יעקן איש תם יושב אהלי ספארטס; וויל מען א סיפור פון רבין ר' הארש, איז ער באלד דא מיט אויסגיס פון רבין ר'בארש; וויל מען א שמועס אין שפה ברורה, איז באלד דא מיט זיין גאנצן שפראך אויסגיס און צעלייגט דאס בהירים וברורים כנתינתן מסיני.

אוי וויי... שטעלט אייך פאר. די אלטע גרויע דיקע ברעמען ווערן צוביסלעך אויפגעלאזט. די נאסע טרערן, וועלכע פליסן פון נאסטאלגיע, זענען דאך ווי א הייסע שול טיי אויף די הארטע ציקער. כולם אהובים, כולם ברורים, וואו אימער מ'גייט און וואו אימער מ'שטייט איז ער אהוב ונחמד מיט זיין ברירות. און איר פרעגט נאך פארוואס מיר דארפן נאך היינט צוטאגס טעירעלעך און סיפורים'לעך? יע, מיר זענען צעזייט און צעשפרייט צווישן די מאשקעס און קרעמערס, זה בנגינה וטעכנאלאגיע וזה בקרעמער'ל שלו... און דער דריטער איז פארנומען מיט זיין שולכ'ל דארט אין דאונטאון סקרענטאן, און קיין בשר ונפש אחד פארמאגן נישט!

איז אז איר זייט שוין יא דא, פרעגן די טרינקערס מיט ווינדער: ואל המקדש לא באת? צום חצר בית החיצון האט איר זיך אריינדערווישט און צום מקדש אליין האט איר נישט אנגעיאגט איבער צולאזן א גוט ווארט???
*

שוין כאפן א טוש! און אפווישן די אלטע גרינע שימל וועלכע זענען שוין באוואקסן איבער מיין באוואקסענע לייב. טו אהער דעם כוסה'לע דארט, און וקוי יחליפו כח..

רבותי, ס'לעבעדיג אין דארף. ס'גייט וואלן, ס'גייט מאשקע/משקה לרחצה, און אט אט א ישועה צו די אלטע בחורים און די טויטע קאלמאנאוויטשעס...

את הכל עשה יפה ב'עתו' - הא צייטליך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוי בין איך צומישט, אזש פון גרויס טומעל האט זיך מיר אויסגעדוכטן כאילו איך זעה גאר א תגובה פון -- איר געדענקט אים נאך? -- "בני היכלא" אליינס.

און - געס וואט - עס איז נישט געווען נערך... נישט נמחק... נישט פארראכטן און נישט ציטירט, עס איז געווען א תגובה שלימה במלא הדרה ויפיה, ממש זיך צום באלעקן.

ואישן ואיקץ... איך בליק צוריק... און איך זעה דער מראה איז דאך דא!!! לאמיר נישט מאכן קיין ויצעקו, ווייל דאס קען זיך שלעכט אויסלאזן, מען קאן דאך נישט אויסרעכענען מיט די יעניגע זינין בישין וואס פארגינען נישט פאר די קרעטשמע טייערע פערל רייד מפי ממלל רברבן אונטער דעם בני-היכלא ניק.

שששש, עס איז אברהמ'עלעס סוד פאר גאנץ בראד................ אבער בני-היכלא האט געשריבן א סמעטענע און זארעך האט אים געענטפערט מיט ענליכס, און פאר אונז איז בלויז געבליבן זיך צו פאסמאקעווען מיט אלו ואלו ביזן דא"ח.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך וועל מיך האלטן שטיל, און מיך אונטערהאלטן....................................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, ויישן ויחלום שנית. מאך דיר צו די אייגעלעך, פארפיר די ידי קרעמער אויפן כי שמשמש בד' לשונות, פארשארצט דיר די ארבעל און צוריק די אלטע סמעטענע. קראץ אראפ דעם שימל פון די פרישע קעז (חחח), און יאלא לעבודה..

דו קענסט, איך ווייס. איך דענק נאך...
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך מוז אייך זאגן מורע מוריינע ערעב זארעך, איר האט מיר דעם לשון אפגענומען מיט אייער תגובה, מ'קען זאגן לדעתי אז זינט ס'פלעגט זיך זארעכ'ן אין זארעכלאנד, האט שוין לאנג אזאנס נישט געזארווערוכעט... אין די עטליכע שורות וואס האסט פארפאסט לכבוד דעם פארשימלטן גרינער וואס האט זיך באוויזן אין דארף, ליגט שטיקער אלט-פארצייטישע גינגאלד אויסדרוקן מבית הזארעך, צו מסביר זיין פאר די אינגעלייט נועם זיו תפארת מעשה ידי זארעך אטאדא.. גיבסט פשוט נישט, ווערטער וואס זאלן שיינען א שטיקל ליכטיגקייט אויפן פראכט פון די בליציגע געדאנקען וואס זארעך האט נארוואס קאמפאזירט איז פשוט נישט צום האַבן.. איך וואלט מציע געווען ללומדי תורת הפפר, ווער עס זוכט זיך נאר צו דערגרונטעווען לעומק מצולות מי הזארעך, ווער עס הארעוועט נאר אויף א שטיקל השגה כל שהוא, אין דעם באקאנטן איש פלא, פונעם לעצטן מילעניום, ה"ה הרב הגאון העניו החסיד האמיתי בעל שרפרף זורח, עליך אים מייעץ זיין, ער זאל נעמען די אקארשט פארגאסענע דיבורים פון זארעך, דאס גוט דורכגיין לעומקה ולרחבה, לאטי'דיג.. שטאטעלעך.... לרגל המלאכה אשר לפניו, או אז, וועט זיך אים אנטפלעקן הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא....


הרב המייסד מר קרעמער ירום הודו

איר געדענקט מיך נאך? גוט! אבער ווער ס'זאל געדענקען אייערע מליצות, איז שוין באלד נישטא..., ווער ווייסט נאך בכלל וואס דאס דארף מיינען...

גיי זאג זיי בשמי אזוי, מצאתי מגילה אחד, וזה נוסחה, איש אחד היה דר בקרעטשמע הישנה, ושמו בני היכלא, שמילא כל הבית עם דיו שחור, וכמה פעמים נשפך הדיו על עצים ואבנים, על הארץ תשפכנה כמים, וכה הלך מדי יום בלילו, ומילל ופילל כל המרזחים וכל הפונדקאות, עם חביות מלא עם דיו, וקרהו אסון, ויהי בלילה ההוא, עבר עליו רוח שגעון מעולם השגעונות, והנה כיסה את עין הארץ, והלך בכבודו ובעצמו ומחק ואיבד רוב תורתו ממנו, וקשה לילה ההוא כיום שנעשה העגל, ובלילה ההוא נדדה שנת של מלכו של קרעטשמע.... ושקעה השמש שלא בעונתה, וכל הרקיע נתכסה בעננים שחורים, עד שלא נודע שבאו אל קרבנה, ובאותו שעה נגזרה גזירה, וכל העולם כולו יללו כעופרת, אוי מה היה לנו, ומכל אמרותיו ומכל הדיבורים לא נשאר הרבה, ומה שאכל הברד אכל הארבה, ועל מקום כל הדיו, נטמן מצבה שכתוב עליה, פה נטמן מי שמילא כריסו בתגובות, ונעבד במיטב שנותיו, וצוה להטמין כל כתביו עמו בקרקע, שלא זכה להפיצם בטהרה, על כן לא רצה שישאר שמו עליו, ומן השמים הסכימו אתו, כי בן יום היה ובן לילה אבד.
אחר הדברים האלה, כשך שגעון המלך, וידע את אשר קרה לו, והנה ראה מקום אחד, השאיר ה' לנס על הארץ, ופליטה גדולה נשאר להצלה, שממקום ההוא, יכולים לחקוק עלי גליון מחדש, כל החסירות ויתירות שאין אנו בקיאות עוד בזה אחרי שנאבדו, ויפקח אלקים את עיניו, והתחיל לחזור בו, וצמח בקרבו רוח חדשה, וישוב נפשו למנוחיכי, וכפי עתותיו אשר בידו, השלים את אשר החסיר, אבל לא בחפזון, כי את אשר נעשה אין להשיב, ומה שנאבד בלילה אחד, מבלתי יכולת להחזירו באלף לילות, וכה עבר כמה שבועות, שכמה מרגליות נחזרו למקום מנוחתם, ופתאום יצא בת קול, בא אל היכלו והגיד בשער בת רבים, לא עת האסף פה, כל המרזח הולך לעבור למקום חדש "עולם היהודי" שמו, ובין כך ובין כך, הלך כל מקום ההוא לנאנחות ואותנו עזב לעולמות.... ושם היה קבורתו... כל הבקשות להציל מה שניתן להציל, הלכו לאויר, ועדיין מסתובבים ברקיע השמים, תנצב"ה
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

WOW WOW WOW, דאס איז אלעס וואס ס'לאזט זיך מיר זאגן יעצט.

מורי ורבותי, די קרעטשמע סטאק'ס פארן ארויף מיט גרויס אימפעט, און אויב האט צו דעם אויסגעפעלט א רעסעסיע, חוששני צו זאגן, אז אפשר האטצעכעס אויסגעצאלט.

יישר כח ער' זארעכ, ער' בני היכלא, און קרעמער פאר אייך אויך, פארן האבן א טייל, אין ארויס ברענגען פון בני היכלא, א הערליכע מגילה, מיט א געלונגענע שריפט, און מיט פערל ווערטער אויסגעגאסן דערויף.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

טרערן רונען אויף מיין אויגן גלעזער, גאנצעטע פעיפער טאועלס ווישן אפ מיין געזיכט, דער לשון און שיניים מיינע שפירן דעם ביטערן זאלץ וואסער טעם, די געשפירן זענען אום באלומפערדיג פארטעמט, די לעפצן פארשפארט, און געביין פארהארטעוועט, פון דעם רירנדיגע באגעגעניש פון די אלטע גוטע פריינט וואס אונזערע פליישיגע אויגן פארשטייען נישט אפי' דעם געהויבנקייט פונעם ערד און הימל'דיגע מצב וואס האט אזוי פאסירט אינמיטן העלן טאג ווען פלפלין האט מעורר געווען דעם סעודה ג' פון זיין וואכזיניגען שלאף און מוציא געווען מכריכה אל הפעולה דעם איינזאמער איינגעבונדענעם זון(ען) פון הי כלה.

נאר נאך לאנג זיצן און אפירזוכן אין אלע 'ווינקלען און פארשטיפטע ערטער (ווי דער לוקח האט נישט עספיעט צו מאכן משיכה) די אומפארלוירענע........... אוצרות, קען מען פארשטיין אפס קצהו וואס ליגט נאך באהאלטן אינטערן חספא וואס איך און בדומה לי זענען שוין נישט בכח עס מגלה צו זיין, ווייל ואינני כי לקח אותו.......

אבער פון א פעפערדיגע בונדל וואס נישט ווערענדיג גענוג באוואסערט אינעם שטום'ע יאר האט עס נישט געהעריג געשפראצט און נישט געהעריג עושה פעפער געווען, ולא זרח............

אבער ווי נאר די שומרי שמיטה האבן צוריק אנגעהויבן צו וואסערן האט מען גלייך אנדערקענט-שוין געווען משיכיר לויט אלע שיטות-און די זריחה האט געברענגט די פעפערדיגע בונדל זאל שטייטלעך אנהויבן פארשפרייטן זיין טיפזיניגן ריח פאר די שומרי (מל' אביו שמר) הפעפערקארן, צוגיסענדיג זיין דשוס פאר אלעמען, אבער א ריכטיגע בחינה פון יפוצו חוצה אזש ביזן אריינברענגן דעם ריכטיגער בעל הקרעטשמע וואס אויף יעדע נושא איז דא די רייכע ידיעות און קלארע בהירות און צו דעם אלעם מיטן זילבענעם פעדער וואס גיסט גאלד.

אז איך האב שוין (פרובירט) ארויסגעברענגט אביסל פון די דערהויבענקייט וואס הערשט, קום איך שוין צוביסאלאך צוריק צו זעך און איך ווער פון פריש איבערגענומען מיט א שמחה'דיגע פארפלייץ אז לא השבית לנו........ און אז מיר וועלן קענען הנאה האבן פון דער נאנט אזוי ווי מיינע חברים פלעגן אמאל, און נישט דארפן גיין זוכן אלטע ארכיוון כדי ארויפצוברענגן שמייכלען אויף מיינע אזוי מעוננדיע לעפצן.........
בלייבט אונז נאר איבער צו האפן און בעטן (פערזענליך) אז די שני המאורות הגדולים זאל בלייבן ווייטער שיינען כשנים הקדמונים בהילו נירם על ראשינו ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זארעכ;

דיין בחינה געפונען מיר אין דער תורה; ניבא ואינו יודע מה ניבא - סופה לעשות כמצולה שאין בה דגים. . .
און ווי דער מדרש זאגט פריער; דגים אין בה אבל שוועמל יש בה.

ס'גארנישט.

האסטו געזאגט, איז וואס.

וויפיל זאכן וואס דו האסט נישט געזאגט און ס'האט פאסירט ? ...

רבותי ! שרעקט אייך נישט פון דעם זארעכישן עדי-טוילעטיעל...
שוועמל עט יור פינגער טיפס !!!
שטימט שוועמל 09 !!!



בני היכלא;
געדענק אונזערע שמועסן אין גוגל טולק, און זאל דיך דיר אויפוועקן דיין אהבה מיסיס טעירעס. שטים פאר מיר, איך בעט דיר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווער ווי זאגן ברוכים הבאים פאר די אלטע גווארדיע ווילעך ווייל דער שמועס איז צו זיס צו אריינרעדן.

ברוכים הבאים.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אוי איז גוט צו זיין א איד, אוי איז גוט צו זיין א איד, אוי איז גוט צו זיין א אידעלע.... (קרעדיט: ליפא)

איר פרעגט פארוואס איך זינג? פארוואס איך טאנץ? ולשמחה מה זו עושה ווילט איר אוודאי פארשטיין. איך גלייב אז דאס ווועט נישט זיין קיין שווערע זאך מסביר צו זיין פאר אינזערע קרעטשמע מיטגלידער, יעדער האט שוין זיכער געהערט און געליינט, אבער פארט וועל איך אייך אביסעלע בעסער מסביר זיין דעם ריכטיגען באדייט פון מיין שמחה. אבער זייער קורץ און צום פונקט.

איך פיל פאר א זכיה אז איך האב א טייל און מהנה זיין אזויפיל ליינער דורכן אויפלעבן און ארייננברענגען דא אין קרעטשמע בכלל, און אין שטום בודקע בפרט, די סאמע גרעסטע לייבן פון אינזער דערפעל, די עידיות פון אינזער אידישע וועלטל און דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט היינט אויף די ברייטע אינטערנעט.

"אילו", וואלט איך ווען נאר געהאט אויפגעוועקט זארעכ פון זיינע פארהארטעוועט אויגן ברעמען און אריינגעברענגט אהער מיט אן ארטיקל גענצליך זארעכ סטיל, "דיינו", וואלט עס מיר שוין אויך געווען א כבוד און א עהרע.

"אילו", וואלט מיר ווען נאר געלינגען אריינצושלעפן דא אינזער גאר אלטער ידיד הנקרא רבי בני היכלא מיט אזא לאנגער מגילה, "דיינו", וואלט עס מיר שוין אויך געווען א כבוד און א עהרע.

"אילו", וואלטן זיי ווען נאר געשריבן א תגובה'לע אדער קאמענט דא און נישט אזעלעכע אויסטערלישע רייכע ארטיקלען יעדעס באזינדער, "דיינו", וואלט עס מיר שוין אויך געווען א כבוד און א עהרע.

על אחת כמה וכמה טובה כופלה ומכופלת למקום עלינו אז מיר האבן באקומען דא סיי זארעכ, סיי רבי בני היכלא און נאכדערצו אזעלעכע אינהאלטרייכע לענגערע תגיבות/ארטיקלן. אההההה, ס'לוינט זיך צו זיין א איד בלי שום צל של ספק.

יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איך זינג?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מיינע אלטע גוטע פריינט, ווער אויב נישט ענק ווייסן, אז די בעסטע צייטן אין קרעטשמע איז געווען ביי א וואל סעזאן, נאך פון גרויזאמער און מעסטערמיינדס צייטן, יגר סהדותא מיט יענטאאש'ס צייטן, ביז מאשקע מיט אלטער בחור'ל, אלע לייבן שטייען אויף פון בערן שלאף, אלע בערן ווערן פארשטילט פון שאקירנדע אויסטרעפן מיט וואס די לייבן באגיסן זיי, כך דרכה של קרעטשמע מימים ימימה, נו, איז דאך א פארט א וואל סעזאן......

ווילדער טערק, איך האב אייך שוין טאקע נישט פארכאפט, אבער אז איר קלעטערט אין די ווינקלעך צו טרעפן אוצרות, זאג איך אייך זוכט נאר זוכט, נאך געבליבן גענוג זיך אונטערצוהאלטן, און נישט פון מיר דוקא, נאר אז דו זוכסט וועסטו דאך טרעפן פון די ריכטיגע לייבן מיט לייבלעך, א שטייגער ווי מילער אין די ראקי יארן, ליינטס און האטס הנאה, און א יישר כח פארן מעלדן אייער הנאה. כשירחיב ה' את מקומי, ואזכה לבית שמשם תצא תורה והוראה, אוכל להאריך ולכתוב כרצוני.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ס'גייט דא פאר?
די קאמפיוטער-סקרין איז נישט קלאר?

נע! ס'קען דאך נישט געמאלט זיין, ערשט האמיר דאך דעם מאניטאר אוועקגעווישט פונעם מעונן-פארע, צו ערשט האט מען די דיקערע וואלקענעס אראפגעשיילט, נאכהער די מילדערע, און אט הייבט זיך אן דערקענען עפעס מטושטש'דיגע ווערטער פון אונטערן נעפל, בני היכלא... זארעכפעפער... וואס זאל דאס באדייטן? הא?!!!
זאלעך גאר זאגן דאס מיינע ברילן זיינען דאס פארשמירט וואס שאפט די מאדנע מראות אין מיינע אויגן, אדער גאר מיינע אויגן גופא דינען שוין נישט מיט טרייהייט, דען ווי עס שיינט פאפן זיי מיך אטע דאס מאל?

איי עסטע דאך אוואדע פרעגן דעם פון-זיך-אליין-געפרעגטע שאלה'כל, מאן יימר אז די עננים האבן אויף אן אמת באזוכט אונזער אווערנייט-ערד-קוגעל?

אבער לאַניעס-דאַטי ווער ס'קען אפילו אזוי איין פראגע אויפן געדאנק ארויפשלעפן, דער האט נאך קיין ריכטיגע טעם קרעטשמאש-טארט נישט פארזוכט, אַמֶער, וואלט ער ווען זיך געדרייט דא אין די נישט ווייטן אמאל, ווען ס'איז געווען שנים כתיקונם, עס זענען געווען די לייבן און לייבעלעך די וואס האבן געפירט די ריח-ניחוח'דיגע בא'חנ'טע, שפראכפולע, אינהאלטסרייכע, אינטערהאלטספולע, לאַכמאַכענדע שמועס'לעך, שמייכל-באצווינגערס, ווער אין צדיקים אפטיילונג, ווער אין תורה שטיבל, ווער אין קרעטשמע גופא, און - ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין - ווער אין ספארטס-ביידל, וואו שמאלץ גריוועלעך זיינען געווען צו געפינען אין איטליכער ווינקל, וואו מ'האט זיך נאר א קער געטאן האט מען אנגטראפן פון די געשמאקע ווארע, וואלט ער ווען דאס אלעס מיטגעהאלטן [וואס אני הקטן זעלבסט בעונותי האב נישט זוכה געווען דערצו... זייענדיג גאנץ א גרינער דאהי], וואלט ער אזא שאלה ניטאמאל פראבירט ארויפצוברענגן אויפן אויבערפלאך פון זיין טראכט-אפאראט, דען ער וואלט דאס געדארפט וויסן מעצמו, דאס אויב זעהט זיך נאר אן אזעלכע אדער ענליכע ווערטער ווי זארעכפעפער וכדומה אדער דומה דדומה, דאן איז דאס א קלארע אנדייטונג אז אדער היינט אדער מארגן אדער איידערנעכטן, האט זיך אויפן האריזאנט באוויזן א קיבוץ פון מערערע וואלקענס, וואס ביי אונזער מורינו ערעב זארעך איז דאס פארשריגן געווארן אלץ "יום המעונן", און אויף אן אמת גערעדט, אז ס'האט אנגעהויבן גיין וואלקענעס אויפן הימל אביסקעלע מער פון וואס מ'איז געוואוינט, האט דאס תמיד ארויסגערופן א פון-באק-צו-באק שמייכל ביי איטליכע קרעטשמע איינוואוינער, וואס הייסט? א קלייניקייט? אז ס'איז מעונן טייטש דאס דאך אז ר' "זארעך" וועט בעל כרחו ערשיינען היינט ביינונז אין שטיבל, און אז ר' זארעך איז פארהאן, טייטשט עס דאך אז ער וועט מיט זיין זיס זאפטיגע פעדערל שמייסן שורות מיט שורות וואס וועט אלעמען דערקוויקן דאס פונאנדערגע'יבש'טע זעהל'כל, וואס דאס וועט נאכפאלגן מיטן ערשיינונג פון "בני הכלא" מיט די גאנצע חבריא, זה מותיב וזה מפרק, דער זאגט א מיינונג און דער צווייטער ווארפט אפ, דער באדאנקט זיך און יענער האט טענות, אבער אלעס באקליידעט מיט הומאריסטישן שמאלץ, אזש עס האט זיך געוואונטשן אין די כליות ווען וועל מיר זוכה זיין צום קומענדיגן יום המעונן, וואס לא היו ימים טובים לקרעטשמע כיום המעונן...

אופס, איך בין פארפארן, האמיר געהאלטן אין מיטן זיך אויסריידן דאס הארץ דאס איך ווער געקארמעט היינט מיט גאר גאר פארפירערישע אינפארמאציע, ווי קען דאס אויפן געדאנק קומען אז דאס איז דאס ריכטיגע וואס שפילט זיך באמת אפ אינעם אנגייענדן פאקט, אמער, ווי מיר אלע ווייסן האט מען שוין אט די צוויי ערווענטע נעמען פון א לאנגע צייט צוריק אנגעשלאסן צו די היסטאריע פארפאסונג, ווען האט מען דאס לעצטע מאל געזעהן דא די צוויי לייבן? הא? הא?

אבער אז איך פארוויש נאכאמאל דעם סקרין, קומט נישט דער מצב צו קיין פארבעסערונג, ניין, ווידעראמאל באווייזן זיך אט די צוויי נעמען מיטן גאנצן פראכט! וואס זיינען דאס? אילוזיעס? פאנטאזיעס? עמער מוזן זאגן אז דאס איז פרי עמלו פון די שטענדיגע מחשבה'לע וואס צווינגען זיך אריין אין געדאנק אומוועלנדיג "שטעל דיך פאר דאס די אלטע גווארדיגע קערט זיך אום מיט איר פולן פראכט", פארשטייצעך אז אזא טריבע געדאנק ווערט אוועקגעשליידערט אויפן ארט, דען דאס ברענגט דאך נאר שווערע בענקעניש געפילן פון: "אוי מי יתננו ירחי קדם ווען עס געווען א וועזן, אה! וואו נעמט מען אט די געשמאק", עמער טאקע מוזן זאגן אז מכח אזויפיל פאנטאזירן האט זיך עס אוועקגעשטעלט ווי אזא שטארקן חלום וואס מ'קען אפילו בהקיץ נישט פטור ווערן דערפון?

הא??? ענטפערט מיר אידעלעך!!!
אילוזיעס אדער ווירקליכקייט???

[נ.ב. דעם שרייב-אויסברוך האב איך נאך געוואלט פירקלן ווען עס האט זיך דאס ערשטע מאל באוויזן צייכענעס פון ר' זארעכ'ן, אבער איך בין דערצו נישט אנגעקומען, אבער אז די זאך הייבט זיך אן איבער'חזר'ן איצטערט מיט בני הכלא, קען איך נישט שטיל בלייבן נישט ארויסצושפייען מיינע געפילן על השנות החלום]
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ויהי בימים הרבים ההם, ואין ויהי אלא לשון שמחה. ויאמר זארעך אל לבו, קום לך אל הקרעטשמע הזה כי זה ימים ימימה אשר כמוהו לא נהייתה, כי זה האיש בני היכלא שמו נראתה בפתח ההיכל, ובכל מקום אשר תדרוך כף רגליך תראה ששם הופיע הדר גאון עוזו ברוב יקר ותפארת כמעולם. ויקם זארעך וילך אל הקרעטשמע ההוא לדרוש בשלמה ובשלום טובתה, וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו, שם האחד "וויילטורקי", והשני שמו "אינטעליגענט", ועליהם עומד האי רבא גבירתא ובני היכלא יקרא. ויהי כאשר ראה זארעך את המגילות כתובות שחור על גבי לבן, ותכהינה עניו מראות, כי קרן עור עיניו מהמחזה אשר זָהַר לנגד עיניו, ולא האמין בלבו מהמחזה הנורא והגדול.

ויקרא זארעך את כל המגלות אשר לפניו ותיזל עפעפיו מדמע, כי ראה ראה את אשר כתובים בהם לאמר, וכי כתוב בני היכלא לאמר מחה תמחה קיימתי בהם אבל לקיים בהם השב תשיב אי אפשי, כי אי אפשר לקיים שניהם ואת הנעשה אין בהם השב תשיב. וינחם על לבו לאמר, אם כי אבוד תאבדון קיים בם, ומרדת שחת מעולם לא ישיבו, ומצבת קבורת זכרונם העלה בהם וחרות בהם בכתב מפורש עלי גליון כי אין בידו מאומה מאותם הדברים, אבל זאת נחמתי בעניי כי אחר השבר הנורא מעת שנשברו הלוחות ראשונות, שלא ראוי היינו לכך, זכינו לחדש אורם עם עלות בני היכלא לקרעטשמתינו להביא אותנו את הלוחות שניות כתובים וחקוקים בעופרת וברזל, אשר מעולם אתנו לא ימוש.

נחמו נחמו יאמר. דברו על לב בני היכלא שזכרו הטהור לא ימיש מאתנו. ובכפילא דיבר הכתוב, נחמו נחמו, יען וביען שמאז הופעת הדר גאון עוזו באו לחסות בצל קורתו וליצטרף בצירופא הני תרי צנתרא דדהבא, אשר זה זמן כבר האירו שערי וחדרי היכלנו בנועם זיו אמרותיהם המתוקים. ואם אמרנו אספרנה רוב גבורותיהם יכלה הזמן והם יכלו, כי כל רואיהם יכירו ויגידו כי מפרי מעשיהם ניכרים שאין אלו אלא אנשים חשובים מלאים תוכן ושומן, על דרך הסלולה לנו מרבינו בני היכלא, ומרוב כתביהם ניכרים כי נמצא בקרבם טעם כעיקר וטעם הניכר אשר ריחו נודף עוד מימי קדם בעת אשר ישבנו על סיר בשר הקרעטשמע בשבתינו יחד עם כל הני חברייא קדישא הדין.

ומעתה, יעמוד יעמוד בני היכלא באמצע, ולצדו אינטעליגענט לימין ו'וויילד טורקי לשמאלו, ויחד כולם הודו ואמרו 'יחי הסג"ל', כי סגל חבורה הדין יעמוד לנו למשמרת עוד ימים רבים להשפיע לנו מזיו תנובתם עד יעמוד הכהן לאורים.

מייערן צימעס איז א גוט מאכל, אחות לוטן האט דאך געהייסן תמנע, און איך קאן שוין נישט ווייטער. פשוט איך בין אויסגעלאפן מיט מליצות...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אין והי' אלא לשון זארעכ.
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”