איין מינוט ערענסט גערעדט!!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

איין מינוט ערענסט גערעדט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איידער איר גייט שרייבן סיי וועלכע תגובה אדער פאברעצירן סיי וועלכע בילד איז נייטיג אז איר זאלט לעזן די קומענדיגע פראזן, מיט גרויס ערענסטקייט.

יעדער זעהט אז עס קאכט און באבעלט א קאמפיין אזאנס אין אזעלעכס וואס מעולם לא שמע קרעטשמע כזאת, און א קאכעדיגע פאר וואכן ווערט ערווארטעט מיט גרויס געש'מייכל'לעכטס, און איך באנאזאם מיט שמערי בערי זיצן און טראכן צוזאמען (מיר זיצן אויף טאלק שעות ארוכות, די לעצטע צוויי טעג האבן מיר גערעדט בערך זיבן שעה!!!) און מיר האפן אייך נישט צו אנטוישן, און צושטעלן ווארע מווארע שונים ומשוגים, און עס זעהט זיך אויס ווי עס גייט טאקע פאסירן.

און יעצט צום ערענסטן ענין.

ווען מען קוקט איבער די היסטאריע פון אונזער וואל סיסטעם וועט מען זעהן פארשידענע סארט מיני קאמפיינען און שגיונות, אבער אלעס איז צוגעגאנגען מיט א גאר געשמאקקייט און אידישליך און אוודאי קרעטשמעריש, אבער משום איזה סיבה האט זיך עס נישט אזוי אויסגעשטעלט ביי אונזער קאמפיין, ווילן מיר קלאר מאכן עטליכע כללים און תקנות אויף וואס דער קאמפיין איז געשטעלט און אויף וועלכע רעלסען עס דארף פארן.

א) דער ערשטע יסוד איז: עס איז נישטא קיין אפענאנטן און קעגנער באמת, די גאנצע וואלן איז ווי קינדער שפילן קעטש און באהאלטן, שפילן טאטעס וואלן, און עס איז א חלק פון די פארברענגן פארום, און עס האט נישט קיין שום באדייט אז די צוויי קאנדידאטן אדער קאמפיין פירער זענען מיט סיי וועלכע טינא ח"ו איינער קעגן די אנדערע, אדער סיי וועלכע קעגן זאץ אלעס איז בלויז לשמוח לשמח, לאמיר אייך ארויס געבן א סוד וואס איר זאלט קיינעם נישט דערציילן איך האב די פעסווארד פון די ושמרת קאמפיין ניק [און כ'שרייב דערמיט לטובת שמערי] און שמערי האט די פעסווארד פון די וזקנתי קאמפיין ניק [און ער מאכט מיר כסדר זאכן ווי צ.ב.ש. שמערי האט געמאכט פאר אונזער קאמפיין די לאגא, און נאך].

ב) און צוליב כלל א' איז נישט דא קיין סיבה אויף דערוועלט וואס זאל מאכן אז מען זאל אטאקירן איינע פון די קאנדידאטן אויפן סיי וועלכע אמת'ע זאך, אדער וויריטואלע זאך וואס קען ארויסגעדריגן דערפון א טשעפע אדער פתיחת הכבוד, און דאס איז נוגע סיי פאר בילדער און סיי פאר שרייבער.

ג) עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען אידן (מיינסטעס אמת'דיג?.) און מיר זענען פרומע אידן, חרידים און לאור זאת זענען מיר אפגעזונדערט פונעם גוי און פון אלע זייערע געשמאקייטן און איך וויל נישט מאריך זיין איך זאכן וואס פעלט נישט אויס מאריך צו זיין, און צוליב דעם האב איך מיט שמערי אפגעמאכט א נייע יסוד מוסד אויף וואס דער קאמפיין זאל "נישט לויפן" אויף קיין שום פאל. דהיינו אז אין קיין שום בילד אדער ארטיקל טאר נישט זיין קיין שום זאך וואס איז גוי'איש אדער אטאקיריש אדער סיי וועלכע זאך וואס איז פרעמד פון עהרליכקייט. עס איז איבריג צו זאגן אז בילדער פון גוים איז א זאך וואס דארף זיין בבל יראה ובל יצמו בקאמפינינו.

מיר האפן אויף אייער קאאפעראציע און אייער פארשטענדעניש, אז עס זאל אלעס גיין מיט א שמייכל...



הק' זיידל זיידענפעלד, המכונה זיידעניו.


וליתר שאת באתי גם אני על חתום, און איך בעט מהסרים למשמעתי אז מען זאל זיך האלטן דערצו.
הק' שמעריה דוב המכונה שמערי בערי
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

געוואלדיג שיין ארויס געברענגט.

אונז קוקען ארויס/ארויף אויפענק.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

מיר נעמען עס אן מיטן פולסט'ן רעספעקסט

יישר כח זיידעניו פארן אויפמערקזאם מאכן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אַז זיידעניו זאָגט, נעם איך עס אָן!!
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ושמרת קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 3:19 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ושמרת קאמפיין »

כאטש איך האב שוין איינמאל אונטער געשריבן, שפיר איך אז איך מוז ארויס קומען מיט נאך אפאר שורות.

הערט, די היסטאריע צייגט אז די פריערדיגע קאמפיין'ס, ספעציעל אין די לעצטע הונדערט יאר, זינט 2000, איז בכלל נישט באזירט געווען אויף בילדער, כלל וכלל לא, אמאל אמאל האט מען געמאכט א זיס בילד און דער עולם איז געווען אויף טישן און בענק, דער עיקר פון די קאמפיין איז געווען זאפטיגע ארטיקלען וואס פאסט פאר קרעטשמע שרייבער. און ביים לעצטן קאמפיין האט זיך עס מער צוברייטערט אין בילדער, אבער עס ברויך נישט ארויס גייין פון גבול.

אדרבה, זכרי' ימים מתירוש, ווער עס קען זאל טאקע שרייבן ארטיקלען זאפטיגע געשמאקע און שיינע, בילדער ברויכן זיין א טפל און נישט א עיקר.

הק' שמעריה דוב המכונה שמערי בערי
יעס ווי קען! יא מיר קענען!
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

געטס א קוק אונזערע צוויי קאנדידאטן?! צוויי שוואכלינגן איינס גרעסער פונעם צוייטן, אביסעלע היץ קענען זיי נישט דערהייבן.

זיידעניו האט זיך צוריק פארבענקט צום פארברענגן אווי די אמאליגע צייטן ווען אונז פלעג מיר אים זען אפטער, טאקע נאר אין אונעם סוב אבער דאך בעסער ווי גארנישט, אבער אזוי ווי ער האט זיך דערזען שטייענדיג פאר א פארמעסט ווי צענדליגע פיילן פליען אין זיין ריכטונג האט ער זיך דערשראקן און ארויס געשטעלט א דיסקלעמער רבותי מען ברויך ווערן ערענסט.

און דאן איז געקומען דער צווייטער שוואכלינג שמערי, וועלכע איז נאך געווען אינטערן שאק פון די נייע ערענסטע זיידעניו סטראטעגיע, איז אנשטאט זאגן ר' איד אויב ווילט איר זיין קרעטשמע פרעזידענט דאן לייג דיך א שמייכל אויף דיין עוועטער, האט ער זיך גאר דערשראקן און זיך ארונטער געווארפן און שרייט ברבים חטאתי עויתי פשעתי, רבותי איך ווער אויך ערענסט.

הקיצור ס'ווערט מיר דא א ערענסטע געמויזאכטס, ביידע שטאלצע ראשי קהלה דרייען זיך ארום מיט צוקוועטשטע נעזער און ציטערן פאר זייער אייגענעם שאטן.

וויל איך דא זאגן פאר די גאנצע אידישע וועלט!

א ראש הקהל וואס קען נישט דערהייבן קיין היץ קען קיין ראש הקהל נישט זיין!

ווילט עטץ לויפן פאר א פאסטן איבער אונזערע קעפ דארפט עטץ זיך ארויס שטעלן מיטן גאנצען פעסטקייט כגיבור במלחמה, שוואכקייט איז א סימן אויף די פארקערטע פון פירערשאפט. פינטל.

און איידער איך ענדיג(איינער הערט נאך....), ברויך איך זאגן א ווארט פאר אלע אנדערע וואס האבן זיך דערשראקן, שרעקט אייך נישט קיפ אפ יאר ווארק, אונז ווארט מיר אלע אויף מער, ס'זאל נישט הערשן קיין אנגעצויגענקייטן דא ביחד מיט געמאכטע ערענסטקייטן, נאר דערוילעם זאל זיך ארום דרייען מיט א פרישע שמייכל אויפן פנים האקן ארטיקלן בילדער וואס עס קומט נאר אינטער די האנט, בשום אופן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, און אפשר אזוי וועט......וואס...? .איך ווייס אויך נישט וואס.

דיסקלעמער: אלעס איז געווען נוסח קרעטשמע ספעציעל אין וואלן צייטן.
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

עס זעהט אויס ערנסטע געשעפטן - וואלן.
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

זאנוויל, הער זיך צו, איך ווייס נישט אויף וואסערע נוסח דו האסט עס געשריבען, אבער דאס בקשה זייערע ברענגט ארויס פינקט דאס פארקערטע וואס דו האסט ארויסגעברענגט, קיינער דארף זיך נישט דערשרעקן דא, קיינער טרייט קיינעם נישט צודערשרעקן, וויזוי איך קוק עס אן איז עס געווען בנוסח בקשה נישט צו דערשרעקן קיינעם.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

דא קוקט אויס ווי ביי דור הפלגה!!!!!!!!!!!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

און דיין בילד צייגט אוואו דער דור פון שלמה המלך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ראמני 08 האט געשריבן:דא קוקט אויס ווי ביי דור הפלגה!!!!!!!!!!!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זיידעניו, זייער שיין, און הונדערט פראצענט גערעכט.

די גאנצע איידיע פון וואלן, קומט פון מיר, און איך האבעס געטון פאר איין סיבה, אז ס'זאל זיך אביסל טון, און ס'האט היבש געהאלפן, איך האב גראדע געטראכט אז מ'פארברענגט שוין דא גענוג און נאך, אז מ'קען שוין סטאפן די וואלן פארברענג, אבער אז דער עולם גלייכט עס, און אין פאקט, ברענגטעס אזאנע ארטיקלען וואס אין די געזונטע חדשים זעט מען דאס נישט, זאל זיין אזוי, אבער ס'איז קלאר אז מ'טאר אויף קיין איין מינוט נישט פארגעסן אז דאס איז א שפיל מתחלה ועד סוף.
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

זיידעניו האט געשריבן:ג) עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען אידן (מיינסטעס אמת'דיג?.) און מיר זענען פרומע אידן, חרידים און לאור זאת זענען מיר אפגעזונדערט פונעם גוי און פון אלע זייערע געשמאקייטן און איך וויל נישט מאריך זיין איך זאכן וואס פעלט נישט אויס מאריך צו זיין, און צוליב דעם האב איך מיט שמערי אפגעמאכט א נייע יסוד מוסד אויף וואס דער קאמפיין זאל "נישט לויפן" אויף קיין שום פאל. דהיינו אז אין קיין שום בילד אדער ארטיקל טאר נישט זיין קיין שום זאך וואס איז גוי'איש אדער אטאקיריש אדער סיי וועלכע זאך וואס איז פרעמד פון עהרליכקייט. עס איז איבריג צו זאגן אז בילדער פון גוים איז א זאך וואס דארף זיין בבל יראה ובל יצמו בקאמפינינו.


וואס?


וואס איז פלוצלינג געשען? די זאגסט דאך אליינס אז קיינער מיינט נישט פערזענליך, נו אז איינער טרעפט/מאכט א גוט בילד נו וואס איז? וואס איז דא אנדערש ווי פאליטישע קארטונען אדער אינטערסאנטע בילדער ואיכמ"ל, אפשר דארף מען אויך אראפנעמען די אשכול פון באמפער סטיקערס? און אפשר דארף זיך שוועמל (דיין אנהענגער) טוישן די אוועטער?
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

איין מינוט ערענסט גערעדט!!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי געוואלד, וואו איז זארעכפעפער ווען מ'דארף אים האבן?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איין מינוט ערענסט גערעדט..........

פינעף מינוט ארום וועט מען ווייטער טאנצען.............................
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

וויכי, ככככחחחחחחחחחח
פרייליך קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליך קאמפיין »

מיינען זיי עס ערנסט, קענען זיי בכלל זיין ערנסט
ושמרת קאמפיין האט געשריבן:הערט, די היסטאריע צייגט אז די פריערדיגע קאמפיין'ס, ספעציעל אין די לעצטע הונדערט יאר, זינט 2000, איז בכלל נישט באזירט געווען אויף בילדער, כלל וכלל לא, אמאל אמאל האט מען געמאכט א זיס בילד און דער עולם איז געווען אויף טישן און בענק, דער עיקר פון די קאמפיין איז געווען זאפטיגע ארטיקלען וואס פאסט פאר קרעטשמע שרייבער. און ביים לעצטן קאמפיין האט זיך עס מער צוברייטערט אין בילדער, אבער עס ברויך נישט ארויס גייין פון גבול.

אדרבה, זכרי' ימים מתירוש, ווער עס קען זאל טאקע שרייבן ארטיקלען זאפטיגע געשמאקע און שיינע, בילדער ברויכן זיין א טפל און נישט א עיקר.

הק' שמעריה דוב המכונה שמערי בערי
איך_הער האט געשריבן:ברענגטעס אזאנע ארטיקלען וואס אין די געזונטע חדשים זעט מען דאס נישט,
האבן מיר אפיר גענומען פון די אלטע ארכיוון א פארשלאג וואס יעדער קען זעהן מיט די אייגענע אייגעלעך און נאך קוקן דאהי, מיר וועלן פון דארט צוטירן אייניגע פערל ווערטער פון דעם הינדעלע, ווי פארשטענדליך נאר די דברים הנוגעים לעניננו,
Anonymous האט געשריבן:דעתי העניי איך שלאג פאר די פאסטענס וואס איז דא אינעם נושא ראה"ק, גבאי, פארשטאנד, ראש המדברים א.ד.ג.
ווי מיר ווייסן אלע איז גארנישט געווארן דערפון, דער סעקרעטאר האט אזוי אוועק געמאכט דעם נעבעכדיגן הינדעלע בדברים של מה בכך, און ער האט אים געשיקט לופטערען -פליען- אין א צווייטע געהענגעל, על כן ווי עס זעהט אויס איז שמאלציגע ארטיקלן לאו דוקא, נאר כל הקהל הקודש זאל ארויס ברענגען פון זיך דאס בעסטע, שענסטע און שטערקסטע, אפילו יותר מכפי יכולתם וזכות הרבים יהא תלוי ועומד בהמה.



מיט שמחה קומט מען אהן....
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כאנישט קיין אהנונג וואס דער וויל פון מיר.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך יא
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

איך אכנישט פארשטאנען
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

וואס א חילוק וואס ער האט געוואלט, דער עיקר אז ער האט אפיר געברענגט אלטע זיסע זאכן.

אבער איין זאך וואס ווערט מיר אסאך מאל שווער, וואס און ווער איז דער "ענאנימעס" וואס מען זעט כסדר אין די אלטע אשכולת? קען זיך איינער יאווען מיר מסביר צי זיין דעם תמיה.

דוגמא:

פרייליך קאמפיין האט געשריבן:
Anonymous האט געשריבן:דעתי העניי איך שלאג פאר די פאסטענס וואס איז דא אינעם נושא ראה"ק, גבאי, פארשטאנד, ראש המדברים א.ד.ג.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

נאך א דוגמא: ANONYMOUS

און לשה"ק רופט זיך עס "בעילום שם"
איך גלייב עס איז איינער פון די מנהלים
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניין, דאס זענען ניקס וואס האבן נישט געשריבן א לענגערע צייט (איבער אנדערטהאלבן יאר) און מען האט געוואוסט אז דאס זענען סתם דאפעלטע ניקס פון עקזיסטירענדע מיטגלידער וואס פלאנירן דאס מער נישט צו נוצן, על כן זענען זיי נידון געווארן למחיקה.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

אינטרעסאנט!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”