ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ברעכיגע נייעס!
ס'איז נארוואס גענדיגט געווארן אן אסיפה אקרו"ט, ווי ס'איז באשלאסן געווארן אז נאך יארן וואס ס'איז שוין נישט פארגעקומען קיין וויילן אין די קהילה דא
אין ס'זעט זיך אן א שטארקע פארלאנג איבערצוארבייטן די קהילה מיט אינגע/פרישע כוחות
גרייט מען זעך אויף פרישע וואלן!!! יא איר הערט גוט וואלן

ס'ווערן יעצט געגרייט אלע פרטים וואס ס'פעלטצעך אויס דערצו

פרטים באים!
סטעי טאונד
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ווען עפנט זיך די שטום בודקעס? ווער לויפט?
...
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

איך שטום נישט בל"נ אין די קומענדיגע וואלן.

ווילט איר אוודאי וויסן פארוואס, ע'לעך אייך פארציילן.
וואס, איר ווילט נישט וויסן? גייט מיר נישט אן, כ'האב אנגעהויבן, יעצט הער מיר אויס ביזן סוף.

איך קען א איד - לאמיר אים רופן ראובן - א גרויסער עושר, און א גוט הארץ דערצו אויך. ווען איינער רופט אים פאר א קורץ טערמיניגע הלואה, נישט קיין חילוק ווער, בעט ער צוויי ערבים און ער בארגט אן קיין שאלות (פארשטייט זיך ער האט א לימיט ביז וויפיל געלט).

ויהי היום, שמעון איז געדריקט אין געלט, ער קען יעצט נוצן אפאר אלפים פאר א חודש צוויי. ער טראכט נישט קיין אכט, רופט אן ראובן צו ער קען אים פארלייען, ראובן קווענקלט נישט און זאגט אים ער זאל מוחל זיין אריבערקומען איבערמארגן דריי אזייגער צו אים אין אפיס און ער בארגט אים גערן ס'געלט.

למעשה, איז שמעון געווען זייער געדריקט און ער האט נישט געוואלט ווארטן צוויי טעג, האט ער געזוכט - און געטראפן - א הלואה פון א צווייטן, און ווען עס איז דורך די צוויי טאג האט ער שוין נישט געדארפט די הלואה.

גייט דורך א האלבע יאר און עודך, ער איז געדריקט אין אפאר אלפים. ער רופט אן ראובן, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', ער האט אים געהייסן קומען אין צוויי טעג, למעשה האט ער זיך א עצה געגעבן בעפאר און איז נישט געגאנגען אפנעמען די הלואה.

ויהי ערב ויהי בוקר יום שלישי, א האלבע יאר שפעטער, ער דארף נויטיג טויזנט דאלער פאר צוויי וואכן, ער רופט אן ראובן פרעגן צו ער קען אים עס בארגן, זייענדיג זיכער אז ראובן וועט אים גערן בארגן, און די איינציגסטע אורזאך פון די פאון קאול איז צו הערן ווען ער קען עס קומען אפנעמען. צו זיין אנטוישונג, זאגט אים ראובן, אנטשולדיגט מר. שמעון, איך קען דיר נישט בארגן קיין געלט!

ער ווערט פארלוירן, וואס הייסט, ער בארגט געלט פאר די גאנצע שטאט, מיר קען ער נישט בארגן? נאכדערצו ווען ער האט מיר שוין צוויי מאל געטרויט און געוואלט פארבארגן? זאגט אים ראובן, לאמיר דיר מסביר זיין, ביי מיר האט יעדער א חזקת כשרות און איך בארג פאר יעדעם, אבער נאר ביז מ'שפילט מיר אויס. איינמאל האסט מיר אויסגעשפילט, האסט עס פארברענט, איך קען דיר מער נישט בארגן קיין געלט.

געוואלד און געשריגן - שרייט ער - איך בין דיר שולדיג א רויטן סענט? ווען האב איך דיר אויסגעשפילט?

שולדיג? דאס נישט - ענטפערט אים ראובן - אבער אויסגעשפילט האסטו מיר יא. די לעצטע צוויי מאל ביזטו נישט אנגעקומען ביים נעמען די געלט, איך האב מורא אז יעצט וועסטו נישט אנקומען ביים באצאלן דאס געלט!

----

וואו קומט עס אריין דא? אךךך, אייביג שרייב איך שטותים, פארוואס טוה איך עס?

אה, איך דערמאן מיר, אויב ביים לויפן פאר ראש הקהל - וואס כידוע ביים לויפן איז מען גרייט אלעס צוצושטעלן - הערט מען נישט פון די קאנדידאטן, פארוואס מיינסטו אז איך מיין אז ווען איינער וועט זיין ראש הקהל וועט ער א פינגער אין קאלט וואסער אריינלייגן פאר אונז?

און דאס - מיינע טייערע - איז פארוואס איך נעם נישט אנטייל אין די שטימען.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א פענע א פיינע מיט דמיונות ריינע - מיר האבען נישט קיין וואלען און ביטע זייט נישט געפאלען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך מאך א ויצעקו, פארוואס נישט טאקע.
זאל מען נישט שטימען, אלע וועלן קומען.
עס איז שוין צייט, צו מאכן א בייט..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

נו וואס מיינט עטס, איך שלאפ עפעס? בשעת דער עולם איז פארנומען מיט די שרייבעריי פארמעסט פאנג איך שטילערהייט אן מיט מיין קאמפעין, אזוי ארום אז ביז די עכטער וואלען הנוגעים למעשה רוקן זיך אן, גיין מיין קאנקערענטען נישט וויסען וועלכער בייזע ווינט האט זיי ארויס געשטופט פון די פארמעסט. לאכטס נאר לאכטס. אדערווייל קוקט טאקע די וואלען אויס ווי א וויסטען חלום, אבער ויהי למחרת, איין טאג גיין ענק זיך נאך אויפוועקען צום פרייליכער מציאות אז סטיטשי איז ערוועלט געווארען ראש הקהל. ווארטס נאר ווארט. עטס קענטס לאכן ביז מארגען, אבער געדענקטס: סטיטשי שלאפט נישט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

סטיטשינער האט געשריבן:נו וואס מיינט עטס, איך שלאפ עפעס? בשעת דער עולם איז פארנומען מיט די שרייבעריי פארמעסט פאנג איך שטילערהייט אן מיט מיין קאמפעין, אזוי ארום אז ביז די עכטער וואלען הנוגעים למעשה רוקן זיך אן, גיין מיין קאנקערענטען נישט וויסען וועלכער בייזע ווינט האט זיי ארויס געשטופט פון די פארמעסט. לאכטס נאר לאכטס. אדערווייל קוקט טאקע די וואלען אויס ווי א וויסטען חלום, אבער ויהי למחרת, איין טאג גיין ענק זיך נאך אויפוועקען צום פרייליכער מציאות אז סטיטשי איז ערוועלט געווארען ראש הקהל. ווארטס נאר ווארט. עטס קענטס לאכן ביז מארגען, אבער געדענקטס: סטיטשי שלאפט נישט.

אזוי מיטען מאסק,

העט דיך קיינער נישט אויסהערן..
אטעטשמענטס
giphy.jpg
giphy.jpg (80.17 KiB) געזען 3271 מאל
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

האסט גוט מעורר געווען און מיינע ראטגעבער האבן אנערקענט די וויכטיגקייט דערפון. מ'גייט עס אי'ה טוישען.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

נא ווען קומט די וואלן?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

סטיטשינער האט געשריבן:האסט גוט מעורר געווען און מיינע ראטגעבער האבן אנערקענט די וויכטיגקייט דערפון. מ'גייט עס אי'ה טוישען.

שוין מסודר. דא נאך עפעס וואס מדארף פארעכטען פארן עפענען די קאמפיין?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סטיטשי, דו מיזט האבן פעטיציעס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אזוי שטייט אין די שטאטוטן? כ'האב קיינמאל נישט געזען אזא געזעץ.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך, אלס פראנטראנער, פארלאנג פעטיציעס אריינצוקומען אינעם פארמעסט!
שטאנען?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

רבותי! שרייצאלע!

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לאטס אים הייזעריג ווערן אליין...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

רבותי, לאצענק נישט פון דעם אלטן 37 יעריגער סטיטשי!
קומט'ס מיט מיר, יונג און פריש!
גיימער אויפפרישן אייוועלט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך לויף אויך
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גוט געזאגט, דער האט פלעין נישט וואס צו טוהן (ידנ) זיכט ער פרישקייט. די רגע ער טרעפט א נייער נעסט איז ער פארשווינדען פון דאנעט ווי א פארשיקטע פייגל.
פאר ראש הקהל דארף מען א באזעסענער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מטעמים האט געשריבן:איך לויף אויך

אוי גיימער מאכן מטעמים פון דיר...

און כהאב ענק שוין געזאגט, דערווייל בין איך נאך אין בעיסמענט, נאך גארנישט פראקלאמירט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סטיטשינער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך לויף אויך

אוי גיימער מאכן מטעמים פון דיר...

האב אינזין לכבוד שבת
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גראדע יעצט געבסטו מיר א שטופ צו לויפען, קעגען דעם ציווילדערטן אינגערמאנטשיק האט מיר נישט אזוי געפאסט...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיין שטומע איז קלאר, אן קיין צווייפל

איך האב שוין א פערדל אין דעם פארמעסט
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

רבותי רואיג, ס'איז א שאד, דער פאני-כאני מיט זיין בלומבערגעלט מיינט אז ס'וועט אים גיין... ניין! מיר שטומען פאר נקודה'לע
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעכיגע נייעס! ס'קומט פרישע וואלן!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מטעמים, סטיטשי, קודי (לויט די סדר הא"ב)
ענק ווילן לויפן קעגן מיר?? טראכץ גוט איבער ענקערע שריט!!
קוקץ ווי אנטוזיאסטיש דער עולם איז פאר מיר! ווער פון ענק האט שוין אפי' איין פעטיצע??
מיינע פיטיציעס ציילן זיך שוין אין די מיליאנען!

לאמיר נישט פארגעסן און אויסשרייען הויך!

כאניש פאר ראש הקהל!!!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”