אזא שטילע וואל סעזאן

די קומענדיגע וואלן וועלן אי"ה פארקומען חנוכה תשס"ט

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אזא שטילע וואל סעזאן

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 06, 2007 2:05 am

קיין ווארט הערט מען נישט פון די צד-שכנגד, קיין מוק נישט. עס קוקט אויס ווי זיי האבן שוין איינגעזען אז עס איז א שאד צו שפענדן די פאר קאפיקעס אויף אריינצוכאפן נאך א וויילער צוויי, ווייל די וואלן ליגן שוין ווי פארזיגלט אין די הענט פון יגרסהדותא ירום הודו.

אבער נישט דאס בין איך אויסן דא צו שפרעכן.

מיין קלאץ-קשיא וואס איז מרפסין איגרא, ווערט געוואנדן צו די קארפן קעפ פון די קרעטשמע: פארוואס האט זיך נאכנישט געיאוועט איינער פון אייך אנצופירן מיט די קריטיש וויכטיגע "דעבאטעס" צווישן די צוויי קאנדידאטן???

ווי באקאנט, פלעג איך אינעם פארגאנגענהייט דינען אלס פארמיטלער ביי די דעבאטעס, אבער יעצט זייענדיג א פולשטענדיגער קאמפיין מענעדזשער פאר איינע פון די קאנדידאטן, האב איך ערווארטעט אז איינער וועט נעמען דאס האמערל אין די האנט אריין און צוזאמברענגן די קאנדידאטן צו א דעבאטע, איבערצושמועסן פארשידענע אקטועלע טעמעס וואס ברויכן באהאנדלט ווערן צווישן די הויפט קאנדידאטן וועלכע ווילן פארדינען דאס פאלקס שטיצע אין זייער געיעג צום ראש-הקהל אמט.

עס ווערט געזוכט א טויגליכער, ראפינירטער (וואס מיינט דאס?), פיפיגער (ווער דארף דאס?) קרעטשמע מיטגליד, וואס זאל באוויליגן פארצולייגן ערנסטע שאלות פאר די קאנדידאטן, א שטייגער ווי איך האב געטאן ביי די פארגאנגענע וואלן צווישן יגרסהדותא און גרויזאמער (זעהט אין יענעם אשכול, אין די ארכיוון פונעם שטום בודקע).

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יוני 06, 2007 10:00 am

און אויב מ'רעדט שוין פון קלאץ-קשיות וועל איך אויך צו קלאצן איבער א קשיא:

האו קאמס אז פון 177 חברים, זענען בלויז 35 דערפון שטים בארעכטיגט?...
אה... איך כאפ שוין... ווייל די איבעריגע 142 חברים זענען נישט אקטיוו... (א קלאץ-תי'... הא?)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 06, 2007 2:17 pm

די איבריגע טפלים זענען זיך מוציא מיט זייער עיקר ניק.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך יוני 06, 2007 3:07 pm

גם אני בקלוצי קליצה גדולה יש לי קלאץ קשיא;

ס'הייסט אז איך בין פון די אויסדערוועלטע "אקטיווע" מעמבער'ס וואס זענען שטים בארעכטיגט?





צר לי עליך קרעטשמע... :-e;/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 06, 2007 5:05 pm

איך כאפ נישט דיין קלאג, פענסטער'ל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 06, 2007 11:04 pm

פענסטער, אויף צולעהאכעס ביסטו נאכגעקומען דאס מאל די תקנות פון די שטאטוטן, און ממילא ביסטו פון די דאזיגע ווי דו רופסט דאס אוידערוועלטע אקטיווע מעמבערס.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 1:01 pm

קרעמער

איך טראכט אפשר, היצט אזוי בין תנור לכריים, אז מעגליך אז די סיבה פון דער שטילער וואל סעזאן איז פשוט ווייל דער עולם האט אטנערקענט אין מיין סאלאגאן פון: "נייטראליזים אין קרעטשמעריזים".

כלומר – מ'שטיינס, אזוי צו זאגן, אינעם פארלאפענעם וואל סעזאן האט זיך די קרעטשמע נויטיג געפאדערט אין אזא סארט פיגור וואס זאל טראגן דעם טיטל "ראש הקהל", פשוט כדי צו הייבן די שטימונג אין די קרעטשמע מיט ארטיקלען און באשרייבונגען. היינט צו טאגס, וואס סיי "יגרסהדותא" און סיי "מאשקע" טוהן דאס זוי-ווי-זוי, מרצון נדבת לבם הטוב והמטיב, איז שוין דער גאנצער סאבדזשעקט נישט אזוי רעלעוואנט און ציענד.

נאכמער, לאמיר געבן א ביישפיל אז יגר/מאשקע געווינט די וואלן, נו, וועט דען יגר/מאשקע אונז נישט ווייטער מהנה זיין מיט זיין זיס פענע? וועלן זיי דען לאזן פארהאקן זייערע רעיונות מיט גרויסע שלעסער און בשום פנים ואופן דאס נישט מיטטיילן מיט אונז? עה... וואס... ווי/וואו... ווען... אפי' זיי ווילן קענען זיי דאס נישט באווייזן, נעמליך, זייערע נאטורן וועלן כהרף עין אוועק שטויסן אזעלעכע סארט געדאנקען תיכף לעזאזל המדברה.

אלזא, ראש הקהל ארויף ראש הקהל אראפ, עס שטייען פאר אונזערע אויגן צוויי געלונגענע חברה, מיט נאבעלע רעפוטאציעס, וועלכע שפענדן זייער האב און גוטס פאר די "היימישע קרעטשמע", קיין חילוק צי זיי הייסן ראש הקהל, צי זיי הייסן שר המשקים, צי שר האופה, קיין חילוק! ס'אלעס איינס!

אהה... אצינד (דא דרייט מען מיטן גראבן פינגער אדער מיט די נאז. ס'געווענדט זיך וויזוי מ'נעמט דאס אויף...) פארשטייט מען שוין מיין קאמפיין מטרה. די תושבי הכפר זענען שוין היינט צו טאגס אזוי "פאר'קרעטשמע'ריזימט" אז ז'זענען שוין געווארן "נייטראליזירט" אינעם ענין פון די וואלן, ס'ציט שוין נישט אזוי שטארק זייער אינטערעסן אין דערין, ווארן די מוט און די שטימונג אין דער "קרעטשמע" בליהט און שפראצט ווען בראש שטייען סייווי צוויי נאבעלע פערזאנען, מיט נאך פיל אנדערע, וואס וועלן סייווי פארזעצן מיט זייערע ווערק אונטער סיי וועלכן טיטול.

ועוד, דאס אי-דאך אמאל זעכער אז ביידע קאנדידאטן זענען געלונגען, ערשט קלאסיג גוט, טא וויאזוי זאל א תושב באשליסן פאר וועמען צו קלייבן? וואס איז אים א חילוק? ביידע טוען דאס זעלביגע סייווי אונטער סיי וועלכען נאמען, טא וואס זעל אים אויסמאכן צי אונטער דער נאמען אדער דעם צווייטענס נאמען זאל שטיין די ווערטער ראש הקהל? איז פארן שמייכל א נפקא מינה פון אונטער וועלכן טיטל דער שמייכל איז צושטאנד געקומען?

אט דאס קלער איך אצינד מסביר צו זיין די סיבה פון די פראסטיגע-קאלטקייט וואס הערשט אין דערפל איבער די וואלן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 5:18 pm

זאגסט זייער גוטע און ריכטיגע רייד, ערעב זאכער, אבער אין די שטאטוטן שטייט קלאר אז דא אין קרעטשמע מוזן פארקומען האלב-יעריגע וואלן, און מיר קענען זיך נישט איבערקלוגן... אלזא, וויבאלד א וואל קאמפיין איז אונטערוועגנס, איז צום האפן אז דאס זאל זיך אויפלעבן, כאטש אין די לעצטע פאר פארבליבענע מעת-לעת ביזן פארמעסט.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג יוני 07, 2007 5:31 pm

זרח, נאדיר דעם גראבן אויפ'ן קאפ.
כ'פיהל ווי דו רעדסט צו מיר. ווי יעדער ווייסט בינעך געוועזן קאמפיין מענעדזשער ביי מאשקע און דערנאך ביי - להבדיל - יגר'ל. וואס זאלעך אייך זאגן? כ'בין באמת ניספאל פון ביידע. זוי ווי ר' זרח האט שוין ארויסגעברענגט, 2 איידעלע חברה, גוטע רעדנערס (ווער געדענקט דען נישט מאשקע'ס הספד אויפ'ן שניי-מענטש....), ערשט-קלאסיגער שרייבערס וכילע וכילע.
דערפאר, און טאקע דערפאר האבעך זיך ארויסגעלאזט דערפון. מה לי הוא ומה לי חבירו, ווער ס'וועט זיצן אויפ'ן בענקל וועט דאך וודאי ממשיך זיין להשפיע לנו מטובו הגדול. ובכן עלעך לאזן זיך פירן פון אויבן וויזוי ס'איז באשערט, און כעל שטיין צום האנט פון ביידע.

איצטע א ווארט לגבי דעם שר האויפעם וואס ר' זרח האט דערמאנט בתוך דבריו המתוקים. ווילאנג יעקב אלי' האט זיך אויסבאהאלטן פון אונז, קוים אמאל אמאל האט ער זיך אריינגעשליידערט פונעם בעק טירל, אראפגעלאזט א טעצל קעיק און זיך געלאפן ווייטער, דאן איז געוועזן מיין טענה אז מ'דארף אפיהר זוכן א נייעם בעקער. היות ער האט זיך צוריק אריינגעווארפן אין די עבודת הקודש מיט פלייס און אימפעט, און ס'איז ס'פלאץ צו דערמאנען טאקע די גוטע פרישע מזונות וואס ער ברענגט אונז קעסיידער און טאקע מיט א געשמאקייט און ווארימקייט (בדרך קלאל איז די מזונות נאך ווארעם...), על כן עמיר עם לאזן ווייטער אויף זיין פאסטן, מ'עט עם נישט דן זיין לתליה ווילאנג ס'וועלן נישט קומען פייגעלעך און עסן פון די העכסטע קארב העכער זיין קעפעלע....
פארשטייט זיך, ס'דארף ווערן מוסכם ומקובל בפי הנהאלעס כהילאסיינע האכדוישע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 7:16 pm

קרעמער:
קודם, מזל טוב צו מיין נייער נאמען... (אויב איז דאס נאר געווען א טעות הזעצער, דאן צי איך שוין צוריק מיין האנט פונעם מזל טוב...)

דערנאך, כ'זע אז דו ביסט פון די וואס האבן געדרייט מיט די נאז און נישט מיטן פינגער... האב איך דען ח"ו געוואלט מחולק זיין מיט א בפירוש'ער שטאטוט וואס שטייט געשריבן אין קרעטשמע שבכתב? חלילה אזוינס צו טראכטן אפי'! כ'מיין ווער וואגט זיך דען מחולק צו זיין מיט א קלארער כתוב וחתומ'דיגער קרעטשמע שטאטוט?. איך האב נאר פרובירט אריינצולערנען א פשט, כיד הטובה עלי, אין דיין ווינדער איבער דער פראסטיגער שטילקייט פון די וואלן. און דער פשט, לכאורה, קוקט מיר אויס צו זיין קרוב לאמת, והא ראי', כי מצאתי סייעתיה לדברי, הלא הוא: דו זעלבסט...

לחיים:
אודה ולא אבוש, כ'על דער זאגן דעם אמת, כ'אב נישט מכוון געווען בדברי בדייקא צו דיר, נאר איך האב אפעלירט צו יעדן איינציגן קרעטשמע מיטגליד באזונדער, אבער אז דו ביסט שוין יא דא לאמעך דער עפעס זאגן, אז נישט נאר ווער ס'וועט זיצן אויפן בענקל וועט סייווי ווייטער ממשיך זיין להשפיע לנו מטובו הגדול, נאר אפי' דער נישט געווינער וועט אויך ווייטער טוהן דאס זעלביגע, אפי' אנעם טיטול.

און יא, פאר איך פארגעס, דו ביסט מיט ביסט, איא? ביסט א מעמבער אינעם נייטראליסטישן פארטיי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 08, 2007 3:04 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:קרעמער:
קודם, מזל טוב צו מיין נייער נאמען... (אויב איז דאס נאר געווען א טעות הזעצער, דאן צי איך שוין צוריק מיין האנט פונעם מזל טוב...)

דערנאך, כ'זע אז דו ביסט פון די וואס האבן געדרייט מיט די נאז און נישט מיטן פינגער... האב איך דען ח"ו געוואלט מחולק זיין מיט א בפירוש'ער שטאטוט וואס שטייט געשריבן אין קרעטשמע שבכתב? חלילה אזוינס צו טראכטן אפי'! כ'מיין ווער וואגט זיך דען מחולק צו זיין מיט א קלארער כתוב וחתומ'דיגער קרעטשמע שטאטוט?. איך האב נאר פרובירט אריינצולערנען א פשט, כיד הטובה עלי, אין דיין ווינדער איבער דער פראסטיגער שטילקייט פון די וואלן. און דער פשט, לכאורה, קוקט מיר אויס צו זיין קרוב לאמת, והא ראי', כי מצאתי סייעתיה לדברי, הלא הוא: דו זעלבסט...

לחיים:
אודה ולא אבוש, כ'על דער זאגן דעם אמת, כ'אב נישט מכוון געווען בדברי בדייקא צו דיר, נאר איך האב אפעלירט צו יעדן איינציגן קרעטשמע מיטגליד באזונדער, אבער אז דו ביסט שוין יא דא לאמעך דער עפעס זאגן, אז נישט נאר ווער ס'וועט זיצן אויפן בענקל וועט סייווי ווייטער ממשיך זיין להשפיע לנו מטובו הגדול, נאר אפי' דער נישט געווינער וועט אויך ווייטער טוהן דאס זעלביגע, אפי' אנעם טיטול.

און יא, פאר איך פארגעס, דו ביסט מיט ביסט, איא? ביסט א מעמבער אינעם נייטראליסטישן פארטיי...


עס איז נאר געווען א טעות הצעזער (אוי, שוין ווידער..), א זאך וואס מאכט זיך ביי די שענסטע און בעסטע, והא ראיה - די צווייטע אותיות בולטות.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יוני 11, 2007 2:23 pm

זארעך;

אין איין ווארט:

ביסט נישט גערעכט!!

וואס פאר א שטופ מ'באקומט פון אינטן, פארט עס בעסער פון פארנט, וד"ל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 11, 2007 2:42 pm

קוקטס נעבעך ווי ער בעט זיך...

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג יוני 11, 2007 2:54 pm

אז מען בעט,באקומט מען.

טייערע מאשקע.(איך פרוביר מיט חנופה)

זיי נאכנישט אזוי זיכער.

עס וועט (קען) זיך טוישן זייער שנעל.

און צו דיר יגר'ל לא עת לחשות,

זיי אונז מהנה מיט א זאפטיגע ארטיקל,עס איז א גוטע אינוועסמענט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג נובעמבער 27, 2007 7:36 pm

ביי די יעצטיגע וואלען איז אויך עפעס זייער שטיל דא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 27, 2007 8:23 pm

פאטאקי איז גערעכט און אומגערעכט צו דער זעלבער צייט. גערעכט - ווייל עס איז קיין דעבאטע נישט פארגעקומען צווישן די קאנדידאטן, און אומגערעכט - ווייל עס איז אזוי לעבעדיג אז דער עולם בעט זיך שוין ברחמים מען זאל זיי לאזן אויפאטעמען פונעם הארצרייסנדן געלעכטער.

בנוגע די דעבאטעס טאקע: עס איז אפן פאר ווער עס וויל דאס אנפירן (איך האב פרובירט צו בעטן איינעם פון די חשוב'ע מיטגלידער, ער האט מיר אפגעזאגט קאטעגאריש - אן קיין שום גוטע סיבה).

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 28, 2007 2:15 pm

נו! קריננע דאיגרתא איהו להוי פרוונקע וועט עווער ספעלט זיך

אפשר קרעמער?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 28, 2007 7:29 pm

קרעמער איז דער קאמפיין פארזיצער פון יענטאאש08, און איז צו איינזייטיג צו מאדערעיטן אומפארטייאיש ביים דעבאטע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 12:06 pm

איז אפשר זאלן זיי זיך אליינס דעבאטירן אן קיין מאדערעיטער?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 2:47 pm

מנהלים
ביטע פארעכטס די נאמען פון פורום עס ספעלט זיך אזוי: שטום בודקע!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 3:35 pm

זאגט ווער.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 3:37 pm

יאנאש האט געשריבן:זאגט ווער.


וואס?

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 4:17 pm

פאטאקי איז גערעכט, מען דארף אומקוואליציפירן (וואס ?) יענטאאשן מיט מאשקע, א מין חוצפה פון די צוויי.
זיי באווייזן זיך בכלל נישט פאר די וויילערס, זיי טוען אונז אונטערשאצן, מקען דאך פון זיי פלאצן !!

פאטאקי נעם דיך לויפן, איכעל לויפן קעגן דיר.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 4:19 pm

איזאק, טאמבס אפ, נעמטס ענק לויפן, אבער שנעל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 4:26 pm

פאטאקי רעדי ???????


צוריק צו “שטים בודקע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט