פרקי מחשבה - מהותו של יהודי

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מזכה

פרקי מחשבה - מהותו של יהודי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שלום עליכם מורי ורבותי, אחי ורעי, איך שטעל מיך דא אויף און איך נעם דאס ווארט צו רעדן דא פארן עולם, פארשידענע ענינים, ארויס גענומען פונעם באקאנטן ספר פרקי מחשבה פון הרב ר' עזריאל טויבער שליט"א, דאס זענען געדאנקען וואס ר' עזריאל רעדט ברבים ביי דרשות, און סעמינאר'ס, וואס קומען פאר שבתים, וואכן טעג, און פארשידענע פלעצער בכל קצוי תבל בלי שום גוזמא.

ער האט דאס פארשריבן אין א ספר, ס'איז דא אויף לשון קודש און אויף ענגליש, אזוי ווי ס'איז נאכנישט דא אויף אידיש, און מיר האטעס זייער שטארק געפאלן, און כ'פיל אז כדאי אז ס'זאל בלייבן אין מיר, איז גוט אז איך זאלעס ארויס ברענען מן המחשבה אל הלב, האבעך געטראכט, אז איך גיי דא עפענען אן אשכול, און איך גיי עס דא באשרייבן, איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, און איך פון מיין זייט האף איז אז איך וועל נישט נמאס ווערן, אבערן אן אנפאנגען קען מען דאך זיכער נישט נמאס ווערן.

איך האב מיך א נאמען געגעבן 'מזכה' אויפן אויסדרוק פון מזכה את הרבים, ווייל דאסיז מיין ציל דא. איך ווייס און פארשטיי, אז פאר פארשידענע חברים וועטעס אויסקוקן זייער מאדנע, ס'קומטצעך אריין א נייער מעמבער און הייבט באלד אן מיט זיינע מעשיות, עפענצעך אשכולות, און נאך דערצו מוסר, ווער האטעם אהער גערופן, און נאך אזעלכע מחשבות, וועל איך דערציילן, אז ניין, איך בין לגמרי נישט קיין נייער מעמבער, אפשר נישט גאר אן אלטער, אבער דאך נישט ניי, און איך באטייליג מיך היבש אין די טעגליכע דיסקאשענס, סיי אין היימישע קרעטשמע, און סיי אין פארברענגען, און אזוי אין די גאנצע הערליכע קרעטשמע, סאו זייט נישט ברוגז אויף מיר.

איי וועט איר דאך פרעגן, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? וואסי שלעכט מיט מיין אלטע ניק, די תירוץ איז, אז איך קען באשטיין אז די תוכן פון דעם אשכול זאל נישט לינקען צו מיר, פאר פארשידענע סיבות, וואס איך מיין אז א גרויסער עולם וועט דאס פארשטיין, און אז איינער ווען אויפן סטיל פונעם שרייבן, טראכטן וואס מיין אנדערע ניק, זאלערעס פליז האלטן אין זיך, און נישט מאכן קיין רעדע דערפון, און רעספעקטירן מיין ווילן, א גרויסן יישר כח פון פאראויס.

אז ס'וועטצעך מאכן אז איינער האלט אנדערש ווי דאס וואס שטייט דא, האטער אלע רעכטן צו פרעגן, אבער ס'זאל זיין מיט רעספעקט, דאסיז נישט מיינע אייגענע בויך סברות, און איך זאג נישט צו, אז איך וועל קענען פארענטפערן קשיות פונעם עולם, איך וועל אבער קענען נעמען די קשיות און אנפרעגן ר' עזריאל'ן ווען איך וועלעם טרעפן, און ווען איך וועל האבן די תירוצים, וועלעכעס בלי נדר פארענטפערן.

איך לערן דאס צוביסלעך יעדן טאג פאר מיר, און נאכן לערנען פריוואט, וועלעכעס אי"ה דא אריין ליייגן.

ובזה החלי.
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

אריינפיר:
א. די משנה אין אבות רעכענט אויס, צווישן די מעלות פון א חכם, (מסכת אבות פרק ו) 'המכיר את מקומו', דאס איז אן עקסטערע חכמה, אז א מענטש זאל וויסן וואו ער אליינס שטייט איין, דאס הייסט, נישט אז די חכמה איז, אז ער זאל וויסן וועלכע פלאץ אין בית המדרש אדער אינדערהיים, געהער פאר אים, נאר זיין עצמיות, זיין אנכיות, וואו געהער איך אויף די וועלט, וואס איז זיין תפקיד. דאס גייט ארויף סיי זיין תפקיד לגבי יחידים, און סיי לגבי זיין דור, דאס הייסט אז פונקט ווי א מענטש דארף ניצן זיין חכמה צו וויסן וואו זיין פלאץ איז צווישן דעם עולם, אזוי אויך דארף מען ניצן חכמה צו וויסן די תפקיד פון אונזער דור, כלפי אנדערע דורות.

כלליות'דיגערהייט, האט כלל ישראל געהאט צוויי תקופות. די ערשטע תקופה איז אין בחינה פון 'להגיד בבוקר חסדך', אנגעפאנגען פון יציאת מצרים, מעמד הר סיני, כיבוש ארץ ישראל, דור הנביאים, און אזוי ווייטער די צייטן פון בית המקדש, ביזן יום המר והנמהר וואס אין יענעם טאג איז די בית המקדש חרוב געווארן, איז די הנהגה פון השי"ת געווען צו אונז, אין א בחינה פון בוקר, אלעס איז געווען קלאר, אן קיינע צומישענישן, עס האט זיך קלאר דערקענט, אז ווען מען טוט די רצון פון השי"ת, זענען מיר זוכה צו השפעות טובות ממרומים, און ח"ו ווען מען טוט נישט וואס מען דארף, האט השי"ת געשיקט זיינע שלוחים אין פארשידענע פארמאטן, אריין צו ברענגען הרהורי תשובה אין כלל ישראל, און ווען עס האט ליידער נישט געהאלפן, איז געקומען א שטראף, און אז מען האט תשובה געטון, האט השי"ת געהאלפן און געשיקט זיין ישועה, די הנהגה איז געווען הנהגת 'צדיק וטוב לו און רשע ורע לו'.

אין יענע צייט איז די תפקיד פון א מענטש געווען, אין בחינה פון 'להגיד בבוקר חסדיך', דאס הייסט אז מען האט געדארפט מפרסם זיין, די גרויסקייט פון השי"ת, און זיינע חסדים און וואונדער, אויף די גאנצע וועלט.

אבער נאכן חורבן הבית, ווען מען איז אריין געגאנגען אינעם טונקלקייט פונעם ביטערן גלות, ווען אלעס איז געווארן פארטונקלט, ווען פאר יעדן איז שווער די שטארקע קשיא, ווי אזוי איז דאס מעגליך אז עס זאל זיין, 'צדיק ורע לו און רשע וטוב לו', די וועגן פון השי"ת זענען פון אונז פארהוילן, און עס ווערט נאר ערגער פון דור צו דור. און אט דעם דור, האמער נישט וואס מפרסם צו זיין אין די וועלט, אדרבא השי"ת נאמען איז פארשוועכט צווישן די גויים, איז אונזער תפקיד, צו זיין אין די בחינה פון 'ואמונתך בלילות'. מחזק צו זיין די אמונה ביי אונז אין הארץ.

און מען דארף דאס ארויס ברענגען, דאס חשיבות פון כלל ישראל, אז משך די צייט פונעם לאנגן ביטערן גלות, איז שוין געווען פארשידענע צייטן, ווען מען האט געוואלט פון אונז אויסרייסן די אמונה, און ווי אויך איז געווען צייטן, ווען עס איז נישט געגאנגען אזוי שלעכט פאר אידישע קינדער, ווען אידישקייט האט געבליהט, אבער אין סיי וואספארא מצב, האבן אידן אכטונג געגעבן אז די אידישע פלאם זאל זיך חלילה נישט פארלעשן, און אפילו אין שווערע מצבים, האט מען זיך נישט אפגערעדט אויף השי"ת, נאר מען האט מקבל געווען אויף זיך, די הימלישע גזירה, באהבה, זיי האבן געוואוסט מבחין צו זיין, צווישן די טונקלקייט פונעם גלות, צו די ליכטיגקייט פון די אמונה און אהבה צו השי"ת.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער גוט. קענסט אפילו מזכה זיין את הרבים און עס ארויסגעבן לאור עולם.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיר קוקן ארויס אויפן נעקסטן שיעור, מיין שטוב איז אויך עוסק אין דיעזע טעג איבערצוטייטשן אן ענגלישן ספר אויף מאמע לשון, עס איז נישט קיין גרינגער ארבעט דעריבער שפיר איך א חוב דיר צו מחזק זיין.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

א גרויסן יש"כ, מיר ווארטן אויפן קומענדיגע.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מזכה, איר זענט א ריכטיגער מזכה את הרבים, גייט ווייטער אן דא, דער ספר איז לדעתי איינער פון די בעסטע ספרים וועלכע זענען ערשינען אין די לעצטע צוואנציג יאר, ער איז הפלא ופלא, בפרט פאר'ן היינטיגן דור און די היינטיגע צייטן.

איך האב דעם ספר (ווי אויך די אנדער ספרים פרקי מחשבה), און איך האב עס שוין עטליכע מאל אדורכגעלערנט, און איך חזר עם שטענדיג.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ב'

ב. אויף יעדן מענטש ליגט א פליכט צו זיין א 'חכם המכיר את מקומו', און צו וויסן די שטעלונג און פלאץ פון אונזער דור, צווישן אלע דורות פון פריער, אין אזא פאל, וועט זיין פיל גרינגער אנצוקומען צו די ריכטיגע השקפה. עס איז נישט קיין שום ספק, אז די יעצטיגע צייט, איז אזא צייט וואס עס שטייט דערויף, 'כי החושך יכסה ארץ', דאס טונקעלקייט וועט פארדעקן די וועלט, און די טונקעלקייט איז א געדאפעלטע טונקעלקייט, אין די בחינה פון 'הסתר אסתיר', הסתר בתוך הסתר, א באהעלטעניש אין א באהעלטעניש, אונז זעמער איינגעטינקען און צרות און יסורים, א צייט פון די טונקעלקייט פאר די טאג הייבט זיך אן, וואס דאן איז די טונקעלקייט אסאך טונקעלער. דאס און אז די טינקעלקייט שטארק זיך פון טאג צו טאג, מאכט אז מיר זאלן נישט קענען בארואיגן אונזער זעל און אנגעווייטאגטן הארץ, און זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון.

אין די פריערדיגע דורות, האט מען טאקע געליטן פון א הסתר פנים בגשמיות, אבער זיי האבן געהאט אינערליכע שטארקע כוחות צו דערקענען דעם באשעפער אין יעדע מצב, און צו פארשטיין אז דאס וואס גייט אויף זיי אדורך איז אין די בחינה פון 'כאשר ייסר איש את בנו, ד' אלקיך מיסרך', (דברים ח, ה) אז פונקט אזוי ווי א טאטע שטראפט זיין קינד, נאר ווייל ער האט אים ליב, און ער וויל אז ער זאל זיך פארבעסערן און באקומען אלעס גוטס, אזוי אויך השי"ת, שטראפט זיינע קינדער כדאי זיי צו קענען נאך אלעמען געבן אלעס גוטס, די פארבינדונג פון די אידישע קינדער צו השי"ת איז געווען אויף א קלארע אופן, און אין יעדע פראבלעם אדער צרה, איז די ערשטע זאך וואס א איד האט געטון, איז געווען זיך צו ווענדן צו השי"ת, וואוסנדיג אז אלעס קומט פון אויבן, מען האט געלעבט דערמיט, א יעדע מינוט און רגע, און מען האט פארשטאנען, אז אלעס וואס פאסירט, איז דא א הימלישע האנט וואס פירט דאס, און דאס איז נישט געווען נאר געזאגט ארויס מיטן מויל, נאר מען האט אזוי געלעבט, און מען האט דאס גע'אטעמט און געטאפט מיט די הענט, אוודאי האבן זיי אויך געהאט יסורים, און שווערע יסורים, אבער די אמונה פשוטה וואס זיי האבן געהאט און געלעבט דערין, אז 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד' אז אלעס וואס דער באשעפער טוט, איז אלעס נאר צום גוטן, און דאסיז געווען איינגעפלאנצט אין זייער הארץ און איינגעזאפט אין די בלוט, דאס האט זיי געהאלטן און געשטארקט, און דאס האט זיי געגעבן כח אדורך צו לעבן זייערע מצבים.

און די אלע זאכן זענען נישט נאר געווען לגבי יסורים, די קשר מיט השי"ת איז געווען אויף טריט און שריט, און דאס איז געווען איינגעפלאנצט אין יעדענ'ס הארץ, דאס וויסן פון השי"ת איז געווען די מיטל פונקט וואס ארום דעם האט זיך אלעס געדרייט, ביים אויפשטיין ביים זיך לייגן, אין בית המדרש און אין די ארבעט.

ג. אבער היינט צו טאג, ווער עס האט נאר א געפיליש הארץ פילט אז אונז זעמער היינט אין א מצב פון הסתר בתוך הסתר, אבער נישט דייקא בגשמיות נאר ברוחניות, עס פאסירט פאר אונזערע אויגן פארשידענע וואונדערליכע און פארכטיגע זאכן, און מיט דעם אלעם, איז אונזער הארץ פארשטאפט, מען כאפט זיך נישט און מען פארגעסט אפילו פון צייט צו צייט, אז השי"ת איז דער וואס פירט די וועלט, און אלעס קומט פון אים. מען דארף דאס ארויס ברענגען, אז אסאך מאל האבן מיר אפילו נישט קיין קשיות אויף השי"ת, מען געדענקט פשוט נישט אז דער באשעפער לעבט און ער איז דער וואס איז 'עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', ער האט געטון און טוט און וועט טון אלעס וואס עס קומט פאר אויף די וועלט.

אונזער כוונה איז נישט חס ושלום צו בארעדן די הייליגע אידישע פאלק, צו זאגן אז זיי זענען נישט קיין גלייביגע, אז זיי גלייבן חס ושלום נישט אין באשעפער, אוודאי ווייסט יעדער אז דער באשעפער איז דער וואס טוט און וועט טון אלעס, אבער דאס איז נישט אריין געווארצעלט אין אונז, און מיר לעבן נישט דערמיט מיט א פשטות און גראדקייט, אזוי ווי עס איז געווען אין די פריערדיגע דורות, און דאס איז די הסתר בתוך הסתר אין וואס מיר געפינען זיך היינט.

אבער פון די אנדערע זייט, האט אונזער דור א זאך וואס די פריערדיגע דור האט נישט געהאט, אז אויף אונזער דור שיינט שוין אביסל פון די ליכטיגקייט פונעם מלך המשיח. חכמינו ז"ל האבן אונז מגלה געווען, אז פאר משיח וועט קומען, וועט זיך אליהו הנביא באווייזן, און אונז צוגרייטן צו די גאולה שלימה. דער מהר"ל אין חידושי אגדות אויף סנהדרין (עמוד רט"ז) איז מסביר, אז די אנטפלעקונג פון אליהו הנביא ווען קומען אויף אן אינערליכען שכל'דיגן פארנעם, אז עס וועט אראפ קומען הערות אין בחינה פון גילו אליהו, וואס מיט דעם וועלן מיר זיך קענען צוגרייטן צו די גאולה שלימה, אזוי ווי ער שרייבט 'ואין ספק כי אף קודם שיצא המשיח לפועל לגמרי, הנה סדר המושכל שלו נמצא… כלומר שיתחבר אל מושכל של משיח' ע"ש. דאס איז אזוי ווי מיר האבן געשריבן אז פאר משיח וועט קומען וועט אראפ קומען א שכל'דיגע הערה, וואס דאס וועט אונז געבן די כוחות וואס מיר דארפן האבן, זיך צו קענען שטארקן אין אזא שווערע און טונקעלע מצב, און אונז צו העלפן זיך צו קענען גרייטן און אויפנעמען משיח אזוי ווי עס דארף צו זיין.
לעצט פארראכטן דורך מזכה אום מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מזכה, זיי ממשיך!! מיר ווארטן שוין קוים אויפ'ן פארטיגן ספר!

יאנאש, וועלכעס נאך ספר ארבייטן מען יעצט איבער אויף אידיש?

עס זענען דא אסאך געוואלדיגע ספרים וועלכע זענען נאכנישט ערשינען אין די אידישע שפראך, ווי צ.ב.ש.
"די געיטוועי טו העפינעס"
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח הרב מזכה, איך באלעק מיך מיט די שיעורים.
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ג'

ד. עס זעט אויס אז אין אונזער דור איז נישט גענוג אז מען זאל זיך שטארקן אין איינצעלנע זאכן צו דינען דעם באשעפער. אוודאי האט דער באשעפער ליעב א יעדע איינצעלנע פרט און מצוה ווי מען שטארקט זיך דערין אים צו דינען, און דאס איז אוודאי ביי אים טייערער פון אלעם, אבער מיט דעם אלעם, די שטארקייט וואס מיט דעם פאסירט אלעס און אונזערע היינטיגע טעג, ווייזט קלאר, אז עס איז נישט גענוג זיך צו שטארקן אין איינצעלנע זאכן. אונזער פאטער אין הימל, אונזער ליבהאבער, און דער וואס האט אויף אונז רחמנות, פארלאנגט עפעס מער, אזאנס וואס זאל אנמאכן א מהפיכה ביי אונז, אונז זאל מיר ווערן שטארק איבער געדרייט און איבער געמאכט, פון וואס אונז זעמער.

אז אונז זאלן וועלן דאס ארויס ברענגען אין אנדערע ווערטער, וואלטן מיר געזאגט, אז דער באשעפער וויל פון אונז, אז מיר זאלן משקיע זיין שטארקע כוחות אין קבלת עול מלכות שמים, אז אונז זאלן איינווארצלען אין אונזער הארץ, די אמונה אין הייליגן באשעפער, אז ער איז דער וואס האט באשאפן די וועלט, און ער פירט דאס ביזן היינטיגן טאג, און ער האט געטון און טוט און וועט טון אלעס וואס עס פאסירט אין איר, און ער טוט אלעס פאר אונזער טובה אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ער האט אונז איבער געגעבן די גאנצע תכלית פון די בריאה, און אונז זעמער ביי אים זייער חשוב און טייער. ער וויל אז אונז זאלן דאס פילן און טאפן מיט די הענט, און אז אין יעדע מצב זאל מען זיך צו אים ווענדן. דאס וויסן דאס, דאס פארשטיין דאס, און דאס ארויס האבן דאס אין פרטים און אין פרטי פרטים, און דאס טראכטן דערפון יעדע מינוט אין יעדע רגע, דאס ווערט אנגערופן 'קבלת עול מלכות שמים'. ווען מען לעבט מיט אט די מחשבות, קען מען דערמיט איבער דרייען אונזער מהות, אונזער לעבן, סיי לגבי גשמיות'דיגע ענינים און אוודאי לגבי רוחניות'דיגע ענינים, ווי אזוי צו דינען דעם באשעפער מיטן גאנצן הארץ.

ה. די אלע ידיעות און דאס פארברייטערן זיך אין זיי, לויט אונזערע כוחות, דאס וועט אי"ה ווערן אויסגעשמועסט אין דעם ספר, די אלע זאכן זענען נישט קיין זאכן וואס מען דארף זיך מחזק זיין דערין בפרטיות, מיר שטעלן אהער א פודאמענטליכע טויש און אונזער רוחניות'דיגע וועלט, א טויש ווי אזוי אנצוקוקן די ארבעט וואס אונז דארפן אהער שטעלן פארן בורא כל עולמים, און ארויס ברענגען די נאנטקייט צווישן אונז אונעם הייליגן באשעפער.

אונז האמער חלילה נישט אינזין עפעס צו טוישן אפילו כחוט השערה, פון דאס וואס איז ביי אונז אנגענומען פון דור דורות פון אונזערע עלטערן, נישט קיין טויש אין מנהגים, נישט קיין טויש אין נסחאות. אונזער ציל איז אריין צו גיסן א נייע ענערגיע, און פאראנטווארטליכע כוחות, כדאי אז מיר זאלן קענען אויספירן, אט די פירונג וואס מיר פירן זיך סייווי דערין, נאר אן קיין אריין טראכטן, נאר ווייל מען איז אזוי געוואוינט, זאל מען דאס אויספירן מיט חשק און שמחה און מיט א לעבעדיגקייט.

איך וויל מיך נישט איינרעדן אז די אלע זאכן וואס איך שרייב דא, זענען מיינע געפינסן וואס איך האב אויסגעפינען מיט מיין געלונגענקייט און מיט מיינע כוחות, דאס זענען זאכן וואס השי"ת האט מיך מזכה געווען מיט זיינע גרויסע חסדים, דורך די כח הרבים און אין זייער זכות, ווען מיר פארברענגען אסאך שבתים צוזאמען מיט אלע מיני אידן וואס זענען פארהאנען. דאס זענען טויזענטער שעות פון מחשבה און התבוננות, אין די חשוב'ע שאלה, 'וואס פארלאנגט פון אונז דער באשעפער און אונזערע היינטיגע גורל'דיגע צייטן'. די דאזיגע שעות האבן אונז מיטן באשעפער'ס הילף ארויף געברענגט די רעיונות וואס ווערן ארויס געברענגט אין דעם ספר.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

מזכה, ביסט מיך מחיה פשוט, איך דאנק דיך פאר דיין מיה, שרייב נאך און נאך.
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ד'

ו. אונז וועלן צולייגן נאר א נקודה, אז קיין חכמה ליגט טאקע נישט דא, אבער עקספיריענס און דורכגאנג איז יא דא, דאס הייסט, אז שוין אסאך יארן וואס דער באשעפער האט אונז מזכה געווען זיך משתתף צו זיין אין די צער פון אסאך אידן, מענשטן רעדן זיך היינט אויס פאר ווער עס הערט זיי נאר אויס, מענטשן זענען צובראכן און אין יעדע זאך וואו זיי זעען נאר א פונק פון האפענונג, כאפן זיי זיך אן דערויף, און אזוי קומען צו אונז אויך פארשידענע מענטשן, מיר הערן אויס די צרות און די פיין וואס עס פייניגט זיי. דאס זענען אסאך מאל אסאך אזעלכע צרות וואס מען קען דאס קוים הערן, ווער רעדט נאך פון דאס באשרייבן, יעדער מיט זיין פעקל יסורים, איך האב אליינס צוגעזען די שוועריגקייט מיט וואס די מענטשן דארפן זיך ספראווען, און זיי זענען פארביטערט, און ווייסן נישט ווי אין די וועלט זיך אן עצה צו געבן, איך האב פראבירט צו טראכטן, ווי אזוי בין איך אדורך די אלע פלאג און פיין, וואס האט מיר געהאלפן זיך צו ספראווען מיט די אלע פראבלעמען, ווי אזוי בין איך אדורך געשווימען דעם ברויזענדן ים, און זיך נישט געלאזט פארשווימען פון די ברויזענדע כוואליעס, איך האב דאך אויך געהאט מיינע שוועריגקייטן וואס האבן מיך באלעסטיגט.

מיט די יארן האבן מיר אנדעקט, אז עס פעלט אונז פודאמענטליכע וואוסנשאפט אין אידישקייט, וואס ווען מיר זאלן ווען דאס וויסן, און אונז וואלטן זיך ווען פארטיפט דערין, און אריין געטון אונזער מחשבה דערין, וואלטן מיר געהאט די ריכטיגע כלים מיט וואס זיך צו פארמעסטן קעגן די אלע פראבלעמען וואס נעמען אונז ארום.

דער אמת איז, אז אין דעם ספר האבן מיר זיך אריין געלייגט ארויס צו ברענגען די פודאמענטליכע קוק וואס מיר דארפן האבן אויף אונזער לעבן, אבער כדאי אייך צו געבן צו פארשטיין וויאזוי דאס קען אונז העלפן און אונזער טאג טעגליכן לעבן, וועלן מיר נעמען פאר א משל די קומענדיגע מעשה.

עס איז צו געקומען צו מיר א חשוב'ער איד, און זיך אויסגערעדט פאר מיר זיין אנגעווייטאגטע הארץ, ער האט אראפ געלייגט זיין לעבענס ביוגראפיע, אנגעפאנגען פון זיין געבוירן ווערן ביזן היינטיגן טאג, און ארויס געברענגט ווי אין משך פון יארן, איזער געווען ארום גענומען מיט אסאך פעקלעך מיט יסורים, וואס מען קען עס ממש נישט ארויס שרייבן. אלץ קינד האט ער צוזאם געליטן פון זיינע עלטערן וואס האבן זיך געפירט אינדערהיים מיט א ברוטאליטעט וואס מען הערט ווייניג, וואס אין אזא פאל פארשטייען מיר אלע ווי אזוי מען זעט אויס אין חדר, און מיט וויפיל חשק מען האלט מיט די לימודים, און ווי אויך פארשטייען מיר די תוצאות, ווי אזוי אלע מלמדים און מחנכים האבן זיך אויפגעפירט צו אים, וואס דאס האט אים נישט צו סאך צוגעגעבן צו זיין אזוי אויך פארביטערטע לעבן, ביז ווען מען האט אים חתונה געמאכט מיט א מיטגעמאכטע מיידל, און אויך א פארביטערטע הארץ, זיין חתונה לעבן'ס ביוגראפריע, איז אויך נישט צו סאך גלאנציגער ווי די קינדער'ישע און בחור'ישע לעבן, און דערצו האבן ממש אלע פון זיינע קינדער געהאט פראבלעמען, איינער ברוחניות און אן אנדערער בגשמיות.

ער פארציילט ווייטער, איך האב ב"ה א גרויסע פאמיליע, אבער די צרות און יסורים רינגלען מיר ארום פון אלע זייטן, איך וועל נישט מגזים זיין, ווען איך זאל ווען זאגן, אז ווען מען נעמט ווען די יסורים פון דעם מענטש, און מען צוטיילט דאס פאר פופציג מענטשן, וואלטעס נאך אלץ געווען גענוג און נאך פאר יעדן איינעם פון זיי.

ער פארציילט ווייטער, איך בין שוין געגאנגען צו אלע צדיקים וואס פועל'ן ישועות, איך האב שוין פראבירט אלע מיני סגולות, איך בין געגאנגען צו קברי צדיקים, אסאך מענטשן האבן מיך גע'עצה'ט, אז אויבאיך וועל טון די אין די זאך, וועט זיך אלעס פארבעסערן, יעדער מיט אן אנדערע פלאן, אבער אלעס מיט די זעלבע תוצאות, איך בין מיט גארנישט געווארן געהאלפן, ממילא פרעג איך, 'וואס וויל דער באשפער פון מיר?'

איך וועל ענק זאגן דעם אמת, מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר דעם איד, ער איז אמת'דיג געווען צובראכן און צושאסן. איך האב אנגעפאנגען צו שמועסן מיט דעם איד צוביסלעך און יסודות'דיג, און איך האב אים אנגעפאנגען פרעגן?

זאג מיר ר' איד: אט אייך דער באשעפער ליעב?

ער ענטפערט מיר: ווי אזוי קען זיין אז ער האט מיך ליעב? קוק וויפיל יסורים איך לייד מיך צוזאם, איך האט נאכנישט געהאט א גוטן טאג אין מיין לעבן.

האב איך אים געפרעגט: עס קען זיין אז איר זאגט יעדן טאג צוויי מאל ליגענט? און נאך דערצו זאגט איר דעם ליגענט בשם ומלכות? האט איר דען נישט היינט געזאגט, 'הבוחר בעמו ישראל באהבה'? און אויך 'אוהב עמו ישראל'? איז אויב אזוי ווי אזוי קענט איר זאגן אז דער באשעפער האט אייך נישט ליעב ח"ו?.

שטעלענדיג זיך אויף מיינע ווערטער, פרעגט מיך יענער: אויב אזוי, אז דער באשעפער האט מיך יא ליעב, פארוואס טוט ער דאס אלעס צו מיר? פארוואס שיקט ער מיר אזויפיל יסורים?

האב איך אים צוריק געענטפערט: מיר פארשטייען נישט דעם באשפער'ס וועגן, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דער באשעפער האט אייך נישט ליעב, עס קען גאר זיין אז אדרבא, פון גרויס ליעבשאפט וואס ער האט צו דיר, פארנעמט ער זיך מיט דיר, מיט א עקסטערע און ספעציעלע באהאנדלונג, עס קען גאר זיין אז איר זענט פון די וואס עס שטייט אויף זיי, אז דער באשעפער פירט זיך מיט זיי, אין די בחינה פון 'צדיק ורע לו'.

עס קען נישט זיין, איך בין נישט קיין צדיק! האט זיך יענער צושריגן.

האב איך אים געזאגט: איר קענט קיינמאל נישט וויסן, ווי אזוי מען האלט פון אייך אויבן אין הימל, עס קען זייער מעגליך זיין, אז אזא איד ווי אייך הייסט א צדיק אויבן, וויבאלד איר פון אייער זייט, פירט זיך אויף ווי עס באדארף צו זיין, איר פראבירט מיט אלע אייערע כוחות צו פירן א אידישע שטוב, מחנך צו זיין אייערע קינדער מיט א הייליגע אידישע חינוך, אזוי ווי די תורה הקדושה פארלאנגט, און אז איך פאלט אמאל אדורך, איז דאך דאס נאר וועגן די צרות און יסורים וואס פלאגן אייך זייער שטארק, אזוי ווי עס שטייט, אז יסורים קענען מעביר זיין א מענטש על דעת קונו. און מיט די אלע יסורים האט איר נאך קיינמאל נישט אפילו אין מחשבה געטראכט פון אראפ נעמען פון זיך די יאך פונעם הייליגן באשעפער און פון זיין תורה.

דער באשעפער קומט נישט מיט קיין אונטערערדישע טענות צו קיין מענטש. אייער אפמאך אז איר זענט נישט קיין צדיק, איז א גרויסע טעות. איר נעמט דאך אן אויף זיך יעדן טאג צוויי מאל א טאג די יאך פון מצוות, און איר זענט דאך אינטערעסירט זיי מקיים צו זיין.

און אויף דאס וואס איר וואונדערט זיך, אז אויב איר זענט יא אזא צדיק, פארוואס ליידט איר אזויפיל? פארוואס געט אייך נישט דער באשעפער די ריכטיגע כלים ארויס צו ברענגען אייער
צדקות אין פאקט? פארוואס הערט ער נישט צו די אלע תפילות פון צדיקים וואס בעטן פאר אייך? און פארוואס הערט ער נישט אויס אייערע אייגענע תפילות? פארוואס העלפט נישט די אלע סגילות און צדקות וואס איר האט געטון?

די אלע זענען פראגעס, וואס מען דארף זיך אריין טון פארוואס דאס פאסירט, אבער דאס טוישט נישט די מציאות פון די פאקט, אז דער באשעפער האט אייך ליעב, און איר זענט ביים באשעפער ווי אן איינציג קינד, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, 'בני בכורי ישראל'. דאס איז א פאקט, וואס דערויף קען מען זיך נישט טענה'ן, אזוי לאנג ווי איר ווערט אנגערופן איד, האט אייך דער באשעפער ליעב, מיט א שטארקע ליעבשאפט, וואס אונז קען מיר זיך דאס אפילו נישט פארשטעלן.

ז. נאכדעם וואס די ווערטער כלפי די ליעבשאפט פונעם באשעפער צו אים, איז אים אריין געגאנגען אביסל אין קאפ, האב איך ממשיך געווען מיט מיינע הסברים: לגבי אייערע פריערדיגע שאלות פארוואס איר ליידט אזויפיל, איז אזוי, יעדן טאג איז יעדער איד מקדים פארן אננעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים ביי קריאת שמע, סיי ביי שחרית און סיי ביי מעריב, 'הבוחר בעמו ישראל באהבה' און 'אוהב עמו ישראל', וואס דאס מיינט, אז דער באשעפער האט אויסגעוועלט אין אונז, און ער האט אונז ליעב, און נאר נאכדעם קען מען אננעמען אויף זיך עול מלכות שמים, מיטן פסוק 'שמע ישראל'. וואס די טייטש דערפון איז ווי פאלגענד:

מיט דעם פסוק ווענדט זיך א איד צום באשעפער, 'שמע ישראל' – פארשטיי איד, דו ביסט אן איינציגער זון ביים באשעפער, און ער האט דיך ליעב. "ה' אלוקינו" – דער באשעפער וואס איז מיין ג-ט, דער באשפער וואס אסאך מאל פירט ער זיך צו מיר מיטן מדת הדין, אזוי ווי די לשון אלוקים איז מדת הדין, און ברענגט אויף מיר צרות, ער איז "ה' אחד" – ער איז דער איינציגער און איך בין איינציג מיט אים, מיין הארץ איז פון אים נישט אפגעטיילט, און איך בין אלעס מקבל באהבה, איך דאנק אים פאר אלעס וואס ער האט געטון און טוט צו מיר, און אז יעדע פירונג פון אים צו מיר, איז נאר געקומען פון גרויס ליעבשאפט פון אים צו מיר, און ממילא בין אין איינס מיט אים, עס איז נישט דא צווישן אונז קיין שום אפטיילונג אפילו כמלא חוט השערה, און איך טראכט נישט נאך זיינע מעשים.

נאכדעם איז א איד ממשיך און זאגט: 'ואהבת את ה' אלוקיך' פונקט אזוי ווי דער באשעפער האט אונז ליעב, אזוי דארפן מיר אים אויך ליעב האבן. 'בכל לבבך' - מיט ביידע יצר'ס וואס א מענטש האט, מיטן יצר טוב און מיטן יצר הרע, אפילו אויב דער יצר הרע שטארק זיך איבער מיר, און איך קען פון אים נישט פטור ווערן, פון דעסט וועגן דאך האב איך נאך אלץ ליעב דעם באשעפער, אפילו ווען מיין רוחניות'דיגע מצב איז אויפן נידריגסטן שטאפל, בין איך גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר זיין ליעבן נאמען, אפילו ווען איך בין איינגעטינקען אין די מ"ט שערי טומאה, בין איך גרייט צו ווערן גע'הרג'עט על קדושת שמו יתברך.

די אלע זאכן זענען נישט קיין ליגענט, ווייל דאס איז די ריכטיגע און אמת'דיגע זאך וואס ליגט באהאלטן אין די טיפעניש פון יעדן אידיש קינד, אסאך אידן וואס זענען געווען איינגעטינקען אין די מ"ט שערי טומאה, און זיי האבן זיך אינגאנצן דערווייטערט פונעם הייליגען באשעפער, אבער ווען עס איז געקומען דערצו, אז מען האט זיי געהייסן זיך שמד'ן, האבן זיי זיך אין די לעצטע רגע מוסר נפש געווען פארן הייליגן באשעפער, מיט שמחה, און זיי זענען געשטארבן ווי הייליגע צדיקים.

א איד זאגט ווייטער: 'ובכל נפשך' – אפילו ער נעמט דיר אוועק דיין זעל, אפילו איך זע מיך ממש אויפן שוועל פונעם טויט, אדער איך זע חלילה מיינע קינדער אדער איינע פון מיינע הויזגעזונד זיי נישט געזונט ח"ו, מיט דעם אלעם האב איך ליעב דעם באשעפער מיט אלע מיינע כוחות, אזוי ווי דער הייליגער תנא ר' עקיבא אין זיין צייט, וואס מען האט געקעמט זיין לייב מיט אייזערנע קאמס, און ער האט דאן געליינט קריאת שמע, אננעמענדיג אויף זיך עול מלכות שמים מיט ליעבשאפט, אויף יעדן איד ליגט א חוב אפצומאכן ביי זיך, אז איך בין אויך אויף דעם שטאנד, אז אפילו אין אזא שווערע מצב, האב איך נאך אלץ ליעב דעם באשעפער.

ווייטער זאגט מען: 'ובכל מאודך' – מיט דיין גאנצע זעל, אפילו מען האט נישט קיין פרנסה, דו ביסט הונגעריג נאך ברויט, און דו האסט חובות וואס פארשווערן דיר דיין לעבן, און בעלי חובות שטייען דיר אויפן קאפ, מיט דעם אלעם, האב איך נאך אלץ ליעב דעם באשעפער.

נאך א פשט, 'ומכל מאודך' – מיט יעדע מידה און מידה וואס דער באשעפער פירט זיך צו דיר, זאלסטו אים דאנקען דערויף, אלע יסורים וואס א מענטש גייט דורך, איז אויסגערעכענט מיט א פונקטליכע מאס, און לויט די מאס וואס אונזער טאטע אין הימל האט אנגעשריבן, אז עס דארף אויף מיר אדורך גיין, אז איך זאל קענען אנקומען צו מיין ציל פון אננעמען אויף זיך עול מלכות שמים בשלימות. איך וועל נישט באקומען קיין איין טראפ מער יסורים, וויפיל עס פעלט זיך אויס, אז איך זאל אנקומען צו מיין שלימות, און צו ערפילן מיין תפקיד אויף די וועלט, און איך דאנק דיר דערויף מיטן גאנצן הארץ, און אין הארצן ווענד איך מיך צום באשעפער און איך זאג, איך דאנק דיר באשעפער אויף אלע יסורים וואס דו האסט מיר געשיקט, ווייל איך פארשטיי אז דאס איז אלעס פאר מיין טובה וועגן, און דאס איז נישט נאר געזאגט מיטן מויל ארויס, נאר דאס קומט ארויס פון מיר פון טיפן הארצן, און איך דאנק דיר באמת דערויף.

ח. איך האב צוגעלייגט און געזאגט פאר דעם איד: נעמען אויף זיך עול מלכות שמים אמת'דיגערהייט, קען נאר געשען, ווען א מענטש האט נישט קיין שום טענה צום רבונו של עולם ח"ו, נאר אננעמען אלעס מיט ליעבשאפט און מיט תמימות. איינער וואס האט ח"ו טענות צום באשעפער איז פונקט ווי ער וואלט ווען קיינמאל נישט אנגענומען אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט אן אמת'דיגקייט.

די אלע תפילות, עצות, און סגולות, קענען נישט העלפן אזוי לאנג ווי דער איד האט נישט אנגענומען אויף זיך עול מלכות שמים מיט ליעבשאפט. ווייל דאס דאווענען איז דאך א מצוה, אזוי ווי מיר זאגן ביי די צווייטע פרשה אין קריאת שמע, 'ולעבדו בכל לבבכם', וואספארא מין עבודה האט צו טון מיטן הארץ, דאס איז דאך 'תפילה' דאווענען צום הייליגן באשעפער, ווען נישט דאס איז א מצוה, וואלטן מיט נישט אפילו געהאט די זכי' צו דאווענען, אונז וואלטן ניטאמאל געהאט די שטארקייט און חוצפה צו דאווענען, קען מען זיך דען נעמען די שטארקייט און איינטיילן פארן באשעפער וואס ער זאל מיר טון?

דאס איז צוגעגליכען צו א מענטש וואס ליגט אינעם אפעראציע צימער, ביי א גרויסן אויסגערופענעם דאקטער. וועט דיר דען איינפאלן צו זאגן פארן דאקטער וואס ער זאל טון מיט דיר? דער מענטש פארלאזט זיך אז דער דאקטער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טון, און ער פארשטייט פונקטליך וואס עס איז גוט פאר אים, ק"ו און טויזענטער מאל מער, אז די זעלבע איז ביים הייליגן באשעפער, וואס האט אלעס באשאפן און אויך דעם מענטש, אוודאי און אוודאי ווייסט ער וואס עס גוט פאר דעם מענטש, און אונז זעמער אין זיינע הענט, איז ווי וואלטן מיר געהאט די שטארקייט אים איינצוטיילן ווי אזוי ער זאל זיך צו אונז אויפפירן, נאר ווייל דאווענען איז א מצוה, דערפאר קענען מיר בעטן ביי אים אלע אונזערע געברויכן.

עס איז נישט קיין שום ספק, אז די פאסירונג מיט דעם מענטש, איז אן אויסטערלישע פאסירונג, אסאך פון אונז וואלטן נישט געהאט די חוצפה ארויס צו ברענגען אויפן מויל, אז דער באשעפער האט אים חלילה נישט ליעב, אונז זעמער מאמינים בני מאמינים, אז אלעס וואס פאסירט צו אונז איז אלעס נאר צום גוטן, און אלעס איז ווייל דער באשעפער האט אונז ליעב, אבער אפילו פאר אונז, פעלט אויך די גראדקייט אין דאס גלייבן, וואס ער ליגט אין די בחינה, עס פעלט אונז די אנערקענונג צו לעבן מיט די אמונה ווי מיט א פאקט.
לעצט פארראכטן דורך מזכה אום מאנטאג נאוועמבער 24, 2008 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

געלייענט, און נתרגש געווארן, ארויסגעפרינט כדי עס איבער צו לייענן נאכאמאל, דאס ארטיקל איז א געוואלדיגע חיזוק, און מיך ביסטו זיכער מזכה, ואילו לא באתי בקרעטשמע אלא בשביל זה דיינו.
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ה'.

ט. אינעם לעצטן דור, גייען מיר אדורך די לעצטע באהאנדלונג פאר ביאת המשיח, די גאולה שלימה דערנענטערט זיך מיט שנעלע טריט, וועט אונז דען איינפאלן, צו לאזן וויסן דעם באשעפער וואס פאר אונז איז גוט? ער איז דאך דער גרעסטער און באגלייבסטער און רחמנות'דיגער דאקטער, ער נעמט קער פון אונז, ער אפערירט אונז מיט אזא באהאנדלונג, ווי ווען א דאקטער אפערירט אן אייגן איינציג קינד, ער ווייסט פונקטליך וואס פאר אונז איז גוט, און וואס ער דארף צו טון אז פאר אונז זאל גוט זיין, און ווען נישט דאווענען וואלט געווען א מצוה, וואלט ווען געווען א געוואלדיגע חוצפה, צו בעטן פון באשעפער, טו מיר אזוי, מאך מיר אזוי.

אבער דער באשעפער האט מיט זיין גרויסקייט און קלוגשאפט אויסגעשטעלט, אז די השפעות פון אויבן זאלן אראפ קומען נאר דורך תפילה, ווייל דער באשעפער האט ליעב ווען אידישע קינדער דאווענען צו אים און רעדן זיך אויס צו אים, אבער מיר טארן נישט פארגעסן, אז דאס דאווענען איז פונקט אזא מצוה ווי אנדערע מצוות, מיר דארפן דאס מקיים זיין, אן קיין פניות און חשבונות, נאר כדאי צו טון דעם רצון פון באשעפער, און כדאי צו קענען נעמען אויף זיך עול המצוות, דארף מען קודם נעמען אויף זיך עול מלכות שמים, אזוי ווי די גמרא זאגט (ברכות דף י"ד ע"ב) פארוואס ליינט מען קודם פרשת שמע פאר והי' אם שמוע, כדאי אז מען זאל אננעמען אויף זיך קודם עול מלכות שמים, און נאכדעם דעם עול המצוות.

און אן וואס א מענטש זאל נעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים, מיט ליעבשאפט און פרייד און אין אלע אומשטענדן, וועלן אלע מצוות זיין פעלערדיג, עס וועט פעלן פון זיי דאס פנימיות, ווייל אויב טוט ער נישט די מצוות מיטן פשוט'ן חשבון, צו טון דעם רצון הבורא, איז דאך פשוט, אז די מצוות זענען נישט בתכלית השלימות, און אזוי ווי עס ווערט געברענגט, אין ילקוט שמעוני, (ויקרא פרק י"ח, רמז תק"צ) אז דער אייבישטער ווענדט זיך צו אונז, און זאגט, 'נעמט אן מיין קעניגרייך און דערנאך נעמט אן מיינע גזירות', פארוואס איז דאס אזוי? ווייל ווי לאנג א איד נעמט נישט אן דעם באגריף, אז דער אייבישטער איז דער אייביגער און איינציגסטער קעניג, און ער דארף דאס אננעמען מיט אונטערטעניגקייט און שמחה אינאיינעם, אזא איד אטעמט נישט מיטן באשעפער, און לעבט נישט דערמיט אז דער באשעפער האט אים ליעב און באנעמט זיך צו אים פונקט אזוי ווי עס פעלט זיך אויס פאר אים, איז ער דאך אויך נישט פרייליך מיטן באשעפער'ס באנעמונג צו אים, דאן פעלט אים אויך די אינערליכע פרייד ביים טון א מצוה, קומט אויס אז די מצוה איז נישט בתכלית השלימות.

די מצוות זענען נישט ווי א געזעץ בוך, די פודאמענט פון די מצוות זענען א פארבינדונג צווישן דעם איד אינעם באשעפער, און אזוי לאנג ווי א איד נעמט נישט דעם עול מלכות שמים מיט ליעבשאפט, האבן זיינע מצוות אויך א ליידיגקייט, און עס פעלט אים די פארבינדונג צום באשעפער.


י. און מערסטענס איז די אויבנדערמאנטע ווערטער שייך, ביים דאווענען, אזוי לאנג ווי דער איד פרייט זיך נישט מיט די באנעמונג פון השי"ת צו אים, קען אויסקומען אז זיין דאווענען, איז אויסגעמישט מיט טענות און קריטיק צום באשעפער ח"ו.

נישט אומזינסט האבן אונז די חכמים אויסגעלערענט די סדר פון דאווענען, (ברכות מ"ד) מען דארף דאנקען אויף דאס וואס איז אריבער, און בעטן אויף דאס וואס גייט קומען, אזא איד וואס דאנקט אבער נישט אויף דאס וואס איז אריבער, נישט קיין חילוק צו דאס וואס איז אריבער אויף אים איז גוט צו ח"ו פארקערט, אזא איד לעבט דאך נישט מיט די אמונה פשוטה אז דער באשעפער איז דער וואס נעמט קער פון אלעס וואס פאסירט צו אים, און ער ווייס וואס עס איז גוט פאר אים, ווי אזוי קען ער דען בעטן אויף דאס וואס גייט קומען? ווייל פונקט ווי ער איז נישט צופרידן מיט וואס עס איז געווען און האט תרעומות אויפן באשעפער חלילה, זענען זיינע בקשות אויך געמישט מיט טענות, נו ווי אזוי קען ער ערווארטן אז דער באשעפער זאל זיך צו אים צוהערן?

דערפאר האבן אונזערע חכמים אונז געזאגט (ע"ז ז' ע"ב) 'לעולם יסדר אדם שבחו של מקום ואח"כ יתפלל', אלץ זאל א מענטש קודם זאגן די לויב פון השי"ת און הערשט דערנאך זאל ער דאווענען. לויבן צום באשעפער מיינט, און איז אריין גערעכענט, אז פאר אלעם וואס דער באשעפער האט געטון און טוט צו מיר, דאנק איך אים און איך לויב אים דערפאר, סיי אויף די גוטס וואס איך זע מיט מיינע אויגן אז עס איז גוט, און אויך אויף דאס וואס אין מיינע אויגן איז שלעכט און טוט וויי, און אזוי ווי מען טיישט די פסוק, (ברכות ס' ע"ב) 'חסד ומשפט אשירה לך ה' אזמרה', אם חסד אשירה, אם משפט אשירה, אז סיי ווי אזוי דארף מען דאנקען דעם באשעפער, סיי ווען ער באנוצט זיך מיט חסד, און אויך ווען ער באנוצט זיך מיט משפט.

האב איך מיך געוואנדן צו דעם איד און געזאגט: איך קען אייך נישט העלפן בעצם, איך קען אייך אבער געבן די חומר און די כלים ווי אזוי צו טראכטן, ווי אזוי זיך צו פארבינדן מיטן באשעפער, און ווי אזוי איר זאלט אננעמען אויף זיך עול מלכות שמים. און נאר נאכדעם וואס איר וועט אננעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט אן אמת'דיגקייט, נאר דאן וועט איר קענען דאווענען צום באשעפער אזוי ווי עס דארף צו זיין, און דאס איז פארזיכערט אז קיין שום תפילה ווערט נישט פארלוירן, און קערט זיך נישט צוריק אן אויפטון דאס וואס עס דארף אויפצוטון, איז אדער וועלן אייערע תפילות ווערן גראד אנגענומען, און אויב נישט, איז א סימן אז דאס איז פאר אייער טובה וועגן, כאטש מיר פארשטייען דאס נישט פונקטליך, און ווען מען דאווענט מיט די כוונה, אז מען טוט וואס דער אייבישטער האט געהייסן, און נישט מיטן חשבון אז די תפילה מוז ווערן גראד אנגענומען, אזא דאווענען, איז אן אמת'דיגע דאווענען, א דאווענען וואס מען האט פארדעם אנגענומען דעם עול מלכות שמים מיט ליעבשאפט, און מיט פולן באוואוסטזיין אז אלעס וואס איז אויף אים אריבער, איז געווען נאר פאר זיין טובה וועגן, און ער דאנקט דערויף מיט גאנצן הארץ, נאר נאכדעם קען ער בעטן אויף ווייטער, אלעס וואס ער דארף, און דאן איז זיין תפילה א ריינע תפילה און איז ראוי אנצוגענומען ווערן פארן הייליגן באשעפער.

נאר נאכן זיין א 'מודה לו במאד מאד', דאנקען אויף אלעס וואס ער האט מיט אונז געטון, סיי לטוב און סיי לרעה, נאר דאן קענען מיר זיך שטעלן דאווענען און אויך נאר ווייל דער באשעפער האט אזוי געהייסן.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מזכה, מיר שלינגן מיט דורשט יעדעס שיעור, און קענען זיך קוים דערווארטן אויף פרישע ווארע,
אגב ווי קען מען טאקע באקומען דאס ספר, איז דאס דא אין די (בעסערע) ספרים געשעפטן?
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ו'

יא. דער איד, נאכן הערן מיינע רייד, איז געווארן אינגאנצן צושטורעמט, און האט זיך אנגערופן, איך בין מודה מיטן פולן מויל, אז איך האב קיינמאל נישט געטראכט פון אזעלכע זאכן, איך האב קיינמאל נישט אנגענומען אויף מיר דעם עול מלכות שמים, אויף דעם אופן וואס איר האטעס מיר יעצט מסביר געווען. איך האב נישט קיין שום ספק, אז אייערע רייד זענען ריכטיג, און אז דאס איז די יסוד פון אמונה. אבער וויאזוי איז דאס מעגליך, אז שוין יארן וואס איך דריי מיך ארום מיט אזעלכע שווערע פעקלעך פון יסורים, און איך בין שוין אויסגעגאנגען א וועלט, צו טרעפן עפעס א היילונג דערפאר, און קיינער האט מיר דאס נישט ערקלערט אויף דעם אופן? קיינער האט אפילו נישט פראבירט מיך צו מאכן אזוי טראכטן.

האב איך אים געענטפערט, אז אין אמת'ן זענען מיר אויך נישט אזוי מחונך געווארן, דער עיקר מיט וואס מען האט אונז מחנך געווען, איז געווען תפילה, לערנען, היטן מצוות, און דאס איז אמת אז מען דארף ווערן מחונך מיט אט די אלע זאכן, אבער אז מען נעמט נישט אן אויף זיך דעם עול פון באשעפער, ווי אזוי קען מען דען אנקומען צו אט די אלע זאכן בתכלית השלימות? איי פארוואס האט מען אונז טאקע נישט איינגעוואוינט און מחנך געווען, דאס ענין פון עול מלכות שמים? אדער אננעמען יסורים באהבה? פארוואס האט מען אונז נישט געלערענט, אז דאס אלעס וואס מיר ליידן, איז אויף אן אופן, ווי א טאטע שטראפט זיינע קינדער?

נאכן אריין טראכטן דערינען, האב איך געטראכט אז די ענטפער דערצו איז, אז ווען מען זאל ווען אונז מחנך זיין פון קליינערהייט דערמיט, וואלט דאס געווארן ביי אונז א געוואוינהייט, אזוי ווי פארשידענע מצוות וואס מיר טוען נאר פון געוואוינהייט, ווייל מיר האבן דאס געזען ביי אונזערע עלטערן, און מען קען אפילו זאגן, אז פארשידענע מצוות, טוט מען אזוי ווי געצוויגענערהייט, אין די בחינה פון 'כפה עליהם הר כגיגית', אנדערש איז אבער מיט קבלת עול מלכות שמים, האט דער באשעפער געזארגט, אז מיר זאלן דאס אליינס אויסטרעפן, און זיך אליינס אויסארבעטן דערינען, אזוי ווי אברהם אבינו אין זיין צייט, ווייל ווען מען ארבעט אליינס דערויף, און מען הייבט דאס אן צו שפירן, דאן האבן אלע מצוות אן אנדערן טעם און אויסזען, אנדערש איז אבער, אויב מען ווייסט דאס און מען לעבט דערמיט פון געוואוינהייט.

און א שטיקל ראי' צו אונזערע רייד, אז דאס איז די ריכטיגע סיבה, פארוואס מען האט אונז דאס נישט געלערענט, און דערמיט צוגעוואוינט, קען מען זען פון דאס וואס איך וועל אייך יעצט זאגן.

ביי די צווייטע פרשה פון קריאת שמע, זאגן מיר בלשון רבים, 'והיה אם שמוע תשמעו אל מצוותי אשר אנכי מצוה אתכם היום וגו', ווידעראום ביי די ערשטע פרשה וואס רעדט זיך פון קבלת עול מלכות שמים, זאגן מיר דאס בלשון יחיד. אונז צו לערנען, אז אננעמען אויף זיך עול מלכות שמים, איז א פריוואטע אונטערנעמונג וואס יעדער דארף פאר זיך אונטער נעמען. דער באשעפער וואס ער פירט אלעס און מאכט זיכער וואס און ווען יעדע זאך זאל געשען, ער האט דערפאר געזארגט, אז די ענין פון קבלת עול מלכות שמים, זאל טאקע נישט ווערן א געוואוינהייט, נאר ווער עס וויל, דארף דערויף אליינס ארבעטן, און דאס אויסטרעפן.

לויט דעם הסבר, פארשטייען מיר אויך, פארוואס אין די צווייטע פרשה שטייט נישט 'ובכל מאדכם', אזוי ווי עס שטייט ביי די ערשטע פרשה, 'ובכל מאדך'. און די טעם איז, ווייל בכל מאדך איז דאך טייטש, אז מיט יעדע מידה און מידה וואס דער באשעפער פירט זיך מיט אונז, זאלן מיר אים דאנקען, און דאס קען נאר אנגיין, ביי א יחיד, ווייל יעדער יחיד פאר זיך, דארף עקסטער ארבעטן, אז סיי ווי אזוי דער אייבישטער פירט זיך מיט אים פריוואט, דארף ער דאס אננעמען מיט ליעבשאפט, און דאנקען דעם באשעפער דערויף. אזוי ווי מיר האבן דאס מסביר געווען ביז אהער.

אויב אזוי וועט איר דאך אוודאי זיך וואונדערן, אז אויב איז דאס אמת, אז דער אייבישטער האט געזארגט דערפאר, אז דאס זאל בלייבן באהאלטן, כדאי אז יעדער זאל אליינס ארבעטן דערויף, וויאזוי קומען מיר און מיר זענען דאס מגלה? די ענטפער דערויף איז, אז מיר זענען גארנישט מגלה, מיר געבן נאר די איידיע אויף וואס מען זאל טראכטן, ווייל אין די מינוט וואס מען נעמט זיך טראכטן טיעף דערין, וועט מען אליינס איינזען אז מיר האבן נאך גארנישט געזאגט. ווייל ווען מען טראכט טיעף דערין, קומט מען צו בחינות אן קיין ענדע, עס ווערט אלץ מער און מער אויפגעדעקט, פארשידענע זאכן וואס מיר האבן ביז היינט נישט געטראכט דערפון, מען ווערט אריין געצויגן דערין טיפער און טיפער, ביז מען פילט זיך ממש צוגעבינדן צום באשעפער מיט א פרטיות'דיגע בונד.

יב. ווי עס זעט אויס, שטייען מיר אין די היינטיגע צייטן, ממש ביים ענד פון די מלחמה קעגן אלע שלעכטע כוחות, וואס דאס איז אונזער לעצטע מלחמה איידער ביאת המשיח, וואס וועט אונז אויסלייזן א גאולה שלימה, די מלחמה ווערט מרומז אין די תורה, אין פרשת שופטים, (דברים כ' א.) 'כי תצא למלחמה על אויבך, וראית סוס ורכב עם רב ממך לא תירא מהם, כי ה' אלוקיך עמך המעלך מארץ מצרים, והיה כקרבכם אל המלחמה ונגש הכהן ודבר אל העם, ואמר אליהם, "שמע ישראל" אתם קרבים היום למלחמה על אויביכם, אל ירך לבבכם, אל תיראו, ואל תחפזו, ואל תערצו מפניהם. כי ה' אלקיכם ההולך עמכם להלחם לחם עם אויבכם להושיע אתכם'.

די גרויסע מלחמה פון יעדן איד, אויפן גאנצן וועג פון זיין לעבן, איז די מלחמת היצר, דער יצר הרע האט אלע מיני כלי משחית, ער האט פערד און וואגן, ער האט פארשידענע וואפן, און צו יעדע צייט טרעפט ער א פרישע וואפן. אסאך מאל פילן מיר אז מיר זענען אזוי פארטיפט אין די מלחמה, און מיר טראכטן, וויזוי איז מעגליך אפילו זיך צו שטארקן און צו געווינען אזא שווערע מלחמה? אבער אונזערע חכמים לערנען אונז, (ילקוט שמעוני, דברים פ"כ רמז תתקכ"ג) מאי שנא 'שמע' (דאס הייסט, פארוואס זאגט דער כהן זיין ווארענונג מיט די לשון שמע)? ווייל דער אייבישטער זאגט פאר די אידן, אפילו איר האט נישט מקיים געווען נאר די איין מצוה פון קריאת שמע אונדערפריה און ביינאכט, וועט איר נישט ווערן איבער געגעבן אין זייערע הענט.

וואסי פשט דערפון, וואס האט די קריאת שמע אזא כח? נאר אזוי ווי מיר האבן דאס ערקלערט, אז ווען מען ליינט קריאת שמע מיט די פולע כוונה, און מען האט אינזין קבלת עול מלכות שמים בייטאג און ביינאכט, דאס איז דער גרויסער זכות וואס באגלייט אונז, וואס מיט דעם קענען מיר בייקומען אונזערע פיינט, דאס איז דער כח וואס דער אייבישטער האט אונז אויך געגעבן אין היינטיגע צייטן, בייצוקומען די לעצטע שווערע מלחמה וואס מיר האבן, די מלחמת היצר, און צו שטיין מיט הצלחה קעגן אלע שווערע נסיונות וואס מיר האבן אינעם היינטיגן דור. דאס אז מיר ווייסן אז מיר זענען קנעכט פונעם מלך מלכי המלכים, און דער באשעפער איז דער וואס גייט פאראויס פאר אונז אויף יעדן טריט און שריט, אזוי ווי דער פסוק זאגט, 'וה' אלוקיכם הוא ההולך לפניכם ולהלחם לכם', דאס איז די כח וואס מיר קענען ניצן אין אונזער שווערע תקופה.

אפילו מיר פילן און טראכטן אז מיר זענען פיל ערגער ווי די פריערדיגע דורות און מיר זענען אויף א שוואכערן מצב ווי זיי זענען געווען, און אפילו מיר ווערן טאקע געשטרויכלט אין רוחניות, און מיר האבן שאדן בגשמיות, דארפן מיר אייביג געדענקען, אז מיר האבן איין זכות וואס וועט אונז אייביג ביישטיין, דאס איז קבלת עול מלכות שמים מיט ליעבשאפט, דאס איז די אמת'דיגע קבלת עול מלכות שמים.

עס קען זיין, אז ווען מיר וואלטן מצליח געווען און עס וואלט אונז גוט געגאנגען אויף אלע אופנים, ברוחניות ובגשמיות, וואלטן מיר נישט מצליח געווען, אנצוקומען צו קבלת עול מלכות שמים מיט אזא קלארקייט, אין אזא מצב וואלטן מיר געווען צופרידן מיטן אננעמען דעם עול המצוות, און אויף דעם אופן וואס מיר האבן דאס געזען ביי אונזערע עלטערן, מיט א געוואוינהייט, אן קיין ספעצילע כוונות. אבער יעצט ווען מיר פילן זיך פארלוירן, ווען מיר פילן אז מיר קענען נישט ערפילן דאס וואס מיר ווילן, סיי אין רוחניות און סיי און גשמיות, דאס מאכט אונז טראכטן טיפער, אין אזא צייט דארפן מיר זיך מוטשענען אויסצוטרעפן די ריכטיגע רפואה דערצו, וואס דאס איז ווי געשריבן, קבלת עול מלכות שמים אויפן אמת'דיגן וועג, מיט די אמונה וואס אונזערע עלטערן האבן געלעבט אין באשעפער, וואוסנדיג אז אלעס וואס פאסירט ביי זיי, ווערט געפירט מיט אן השגחה עליונה. און דערפון נישט פארגעסן קיין איין מינוט.

מיר דארפן אנפאנגען מיט די זעלבע פודאמענט ווי אברהם אבינו אין זיין צייט, ווען ער האט דערקענט דעם באשעפער מיט זיינע אייגענע כוחות, אן באקומען הילף פון קיינעם אויף דער וועלט, און דערנאך ווען ער האט זיך שוין געפילט אינגאנצן אין באשעפער'ס האנט, האט ער שוין אנגעהויבן אויך פילן ווי דער באשעפער איז מיט אים אויף טריט און שריט, א זאך וואס עס איז טאקע געווען, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אינגאנצן אויפן באשעפער, און מען פילט זיך נישטיג, דאן שיינט ארויס דעם באשעפער'ס השגחה, דאן קען מען דאס זען אויף א באשיינפערליכן אופן. און אויף דעם דארפן מיר ארבעטן, אז מיר זאלן זיך קענען, און קענען דעם באשעפער וואס האט אונז באשאפן, מיט א ריכטיגע אנערקענונג לויט די ווי תורה האט אונז פארגעשריבן.
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ז'

יג. די אופן פון אננעמען אויף זיך עול מלכות שמים אזוי ווי געשריבן ביז אהער, וועט ארבעטן אויף דעם מענטש, אויף דריי יסודות'דיגע וועגן, איינס, אז ער דארף אננעמען אז סיי ווי אזוי ער איז, מיט זיינע מעלות און חסרונות, איז ער באליבט ביים באשעפער, אסאך מער ווי ער קען זיך נאר פארשטעלן, כאטש דער אייבישטער וויל טאקע אז ער זאל זיך פארבעסערן אין יעדן הינזיכט, נעמט דאס אבער נישט אוועק פון די ליעבשאפט וואס דער באשעפער האט צו זיינע קינדער.

צווייטענס, דארף א מענטש אננעמען אויף זיך, די פירונג פון באשעפער צו אים, סיי ווען ס'איז צום גוטן, און סיי ווען חלילה נישט, דארף ער פארשטיין, אז אלעס איז פאר זיין טובה וועגן, און אלעס פאסירט צו אים, נאר ווייל דער אייבישטער, וויל דאס בעסטע פאר אים.

דריטענס, אז אויף דעם אופן, וועט א מענטש קענען אננעמען אויף זיך אויך פארשידענע זאכן, וואס עס פאסירט צו אים פון הימל דורך די פארמיטלונג פון אנדערע, ווי למשל, ווייב, קינדער, חברים, און סתם מענטשן, דארף ער וויסן, אז קיין שום מענטש קען אים גארנישט שלעכטס טון, נישט פאר אים פערזענליך, און אויך נישט פאר זיינע חפצים, ווי געלט, אדער אין פרנסה, אויב דאס איז נישט אנגעשריבן אין הימל פון פאראויס, און ממילא האט עס נישט קיין שום זין צו באשולדיגן קיינעם נישט, נאר ביי יעדע פאסירונג, זיך באלד ווענדן צום באשעפער.

די דריי יסודות, וועלן מיר רופן מיט קורצערע נעמען, דאס ערשטע איז, בין אדם לעצמו, די צווייטע איז בין אדם למקום, און די דריטע איז בין אדם לחבירו. און פון אט די דריי זאכן גייען מיר רעדן אין דעם ספר.

דאס לעבן אויף דעם אופן ווי דערמאנט, קען נישט פאסירן פון איין מינוט אויף די אנדערע, מען קען דאס נישט קונה זיין, אין איין שעה אדער טאג און אפילו וואך און חודש. פאר דעם דארף מען מקדיש זיין, שעות אויף שעות פון מחשבה. און קיינמאל נישט אויפהערן טראכטן דערפון, און נאר אזוי וועט עס ווערן אריין געקריצט אינעם מענטש, ביז עס וועט ווערן זיין טבע.

די פרקי מחשבה האט שוין געהאלפן פאר אסאך מענטשן, ווען מען האט דאס גע'דרשן'ט ברבים, צענדליגער און הונדערטער מאל, פאר תלמידי חכמים, גדולי תורה, און פשוטי עם, אין פארשידענע סעמינאר'ס וואס מיר האבן אפגעהאלטן ביז היינט מיטן אייבירשטענס הילף, נאך יעדע אזא סעמינאר, זענען די מענטשן ארויס מיט געהויבענע געפילן, מיט א שמחה און פארשטאנד, מיט וואס זיי זענען נישט געווען געוואוינט ביז דאן, אבער דאס אנצוהאלטן, דארף מען דאס חזר'ן אין אריין קריצן אינעם מח, און טראכטן דערפון בייטאג און ביינאכט.

פאר די סיבה, האב איך געטראכט, אז איך קען נישט יוצא זיין נאר מיטן האלטן דרשות, נאר איך מוז דאס אפשרייבן, אז די אלע וואס האבן דאס שוין געהערט, זאלן דאס קענען איבער חזר'ן, און אזוי דאס געדענקען, און אפילו די וואס האבן דאס נאכנישט געהערט, זאלן אויך זיך קענען אריין טיפן אין די מחשבות, און אנפאנגען טראכטן פון אן אנדערע גאנג אין זייער לעבן, עס וועט זיי עפענען א פענסטער און דערנאך א טיר, צו גאר אן אנדערע וועלט. א וועלט וואס וועט זיי קענען טוישן און איבער דרייען זייער לעבן צו פרייליכע לעבן. סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

טייערער ליינער!

פון עקספריענס אויס, בין איך זיכער אז ווער עס וועט דורך לערנען דעם ספר צוויי דריי מאל, מיט מחשבה, און נישט סתם אויבערפלעכליך, וועט דאס משפיע זיין אויפן מענטש, און עס וועט אים ארויס ברענגען זיינע באהאלטענע געפילן, אז ער זאלן קענען ערפילן און וויסן וואס זיין שטרעבן איז. זיין לעבן וועט זיך טוישן צום גוטן, און ער וועט זיך פילן נאנט מיטן באשעפער, און דאס וועט אים אויך העלפן ביים לעבן מיט די ארומיגע ארום אים.

און אויב איר פילט אז דער ספר רעדט צו אייך, און עס העלפט אייך ארויס, זאלט איר נישט צוריק האלטן דאס גוטס פון אנדערע אויך, ליינט דאס צוזאם מיט אייער בני בית, פארטיפט זיך דערין אינאיינעם, לערענט דאס אינאיינעם, און אזוי וועט דאס אויפטון פיל מער.

און ווי געשריבן אויבן, די ספר איז נאר א מראה מקום, נאר צו געבן חומר למחשבה, און מעורר זיין אריין צו טראכטן אין זאכן וואס מען האט ביז היינט נישט געטראכט, און דערפאר וועל איך אויך נישט זאגן קבלו דעתי, אבער אויב איר טרעפט דערין ווערטער וואס גייען אייך אריין אין הארץ, זאלט איר זיך פירן דערמיט, און דאס חזר'ן, אז עס זאל בלייבן ביי אייך, און אויף דעם זאגן די חז"ל, קבל את האמת ממי שאמרה.

איך האב נישט נאכגעמאכט אלע מחברי ספרים, און געגאנגען זוכן הסכמות, וויבאלד דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט אייגענע אויסטרעפונגען, נאר איך בין א מראה מקום, איך צייג אן ווי מען קען טרעפן אלעס וואס איך שרייב. ממילא דארף יעדער איד פאר זיך אפמאכן, צו די פרקי מחשבה רעדן צו אים, און נאך מער, וויבאלד די וויכסטיגסטע נושא פון וואס מיר רעדן דא איז, אנצונעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים, וואס די מצוה איז פאר יעדן פריוואט, אפילו ווען מיר וואלטן דאס נישט געזאגט, ממילא קומט אויס, אז די אלע זאכן וואס מיר שרייבן דא, איז נאר חומר למחשבה, זאכן אין וואס אריין צו טראכטן.

די צוויי הסכמות וואס מיר האבן יא אריין געלייגט, פון הרה"ג המקובל ר' יעקב הלל שליט"א, און פון הרה"ג הגדול ר' נפתלי נוסבוים שליט"א, איז נאר ווייל זיי זענען געווען ביי איינע פון אונזערע סעמינאר'ס, און דאס וואס זיי שרייבן, איז נישט אלץ אן הסכמה, נאר א גילו דעת, אז די דאזיגע ווערטער, זענען משפיע אויף אחינו בני ישראל צום גוטן, און ממילא האלטן זיי זייער שטארק פון אט די סעמינאר'ס.

מיר האפן, אז דער אייבישטער וועט אונז אריין שיקן הצלחה במעשי ידינו, און אז די ליינער זאלן האבן א תועלת דערפון, עס קען זיין, אז די ווערטער דא וועלן אריין ברענגען אין כלל ישראל אזא איבערקערעניש, דאס וואס דער באשעפער וויל טאקע פון אונז, און אז דורך דעם זאלן מיר זיך נישט פילן פרעמד צו אים, נאר די בונד און קניפ פון אונז צום באשעפער זאל זיין מיט א לעבעדיגקייט, און ליעבשאפט, און אונז זאל מיר זוכה זיין געהאלפן צו ווערן מיט די גאולה שלימה בב"א.

עזריאל טאובער
מזכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזכה »

שיעור ח'

אריינפיר:

די ציל פון דעם ספר איז נישט מחדש צו זיין חידושים וואס עס איז נישט באוואוסט, אדער זיך צו פארטיפן אין חקירות. די ציל איז איין זאך, אראפ צו שטעלן פאר אונזער דור, די ריכטיגע קוק אויף אונזער דרך החיים, לויט די השקפה פון די הייליגע תורה.

מיט א פרייליך הארץ

די ספר איז געשריבן געווארן נאכן באקומען די עקספיריענס, וואס ער האט זיך צוזאם גענומען ביי אונז, פון די אלע יארן וואס מיר האבן געמאכט סעמינאר'ס, פאר אלע סארטן מענטשן, און אלע סארטן פלעצער, די עקספיריענס האט באוויזן קליפ און קלאר, אז א גרויסע חלק פון אונזערע פראבלעמען, קומט נאר פון דאס אז עס פעלט אונז די פרייליכקייט אין אונזער הארץ, עס פעלט אונז די שמחת החיים, מען איז נישט צופרידן מיט זיך אליינס, אין יעדן'ס הארץ נעסטיגט א זויערקייט און אן אומצופרידנהייט, ביי איינעם מער און ביי אן אנדערן ווייניגער.

דאס פעלן פון פרייליכקייט קלאפט אויס, אז דאס פירט אונזער גאנצע סדר היום. עס איז היבש שווער צו טרעפן עטליכע מינוט אין טאג, וואס מיר זאלן קענען זאגן, אז מיר זענען דאן צופרידן מיט זיך, וואס מיר זאלן דאן זיין צופרידן מיט די רוחניות'דיגע דערגרייכונג צו וואס מיר זענען צוגעקומען. אלץ ליגט אין אונזער הארץ א ווילן צו צוקומען צו עפעס העכער'ס, א זאך וואס מיר האבן נישט, אדער צו וועלן עפעס וואס מען האט אונז נישט געגעבן. און ווען עס ארבעט זיך נישט אויס, מען קומט נישט צו, צו דאס וואס מען וויל, ווערט מען צובראכן, און טרויעריג.

מען פילט אז די מצב אין וואס מיר זאלן זיך פילן גוט און פרייען און זיין צופרידן מיט דאס וואס מיר האבן, איז זייער ווייט פון אונז. דאס קענען האבן און פילן די שמחה, און דאנקען דעם באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אונז, און פאר אלעס וואס ער גיט אונז, ווייב, קינדער, פרנסה, הויז, ארבעט, כשרונות, הצלחות און דורכפאלן, איז ממש אין איינצעלנע פעלער, דאס קענען אויספירן די מאמר פון בן זומא 'איזהו עשיר השמח בחלקו' איז ממש נאר דא איינציגע וואס קענען און טוען דאס, אין משך פון רוב פון אונזער לעבן, פילט מען אן אומצופרידענהייט, און אז עס גייט נישט גוט פאר א מענטש, איז ער טרויעריג.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גייט דאס נאך אן, אויב נישט אפשר איז כדאי צוריק אנצוהייבן, מיר פלעגן זייער הנאה האבן דערפון.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

/
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איינער קען זיך מתנדב זיין צאמצונעמן די עטליכע שיעורים אין א PDF ??

א דאנק פון פאראויס
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

לעצט פארראכטן דורך משה כהן אום זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ר' משה לייג איבער, ייש"כ
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

מתוקן
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

שטוינענד!
אטעטשמענטס
גליון אידיש 43-4.jpg
גליון אידיש 43-4.jpg (583.09 KiB) געזען 6313 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”