אבער יעצט נאכדעם וואס די מתמידים האבן שוין זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף בשר בחלב! מיט חזרות טאקע.. (כ'פלאץ פאר קנאה..) יעצט טראכט איך, אפשר זאל מען אנפאנגען נאך א הוראה חבורה, אבער מיט א רואיגקייט, פאר די יודען וואס האבן עליות מיט ירידות.. און דארפן זיך מתחדש זיין כסדר?
אפשר זאל איך אנפאנגן צו אפשרייבן א שיעור אין הלכות בשר בחלב, מיך וועט עס געבן א שטופ צו לערנען, און דער עולם וועט גרינג קענען מיטהאלטען די לימודים, און אויב פאלט מען ארויס פאר א שטיק צייט, איז אויך נישט עק וועלט.. מען ליינט איבער די שיעורים ביז ווי מ'האלט און מ'פאנגט אן מיט א פרישקייט!
אויף די זעלבע סטייל ווי די "תניא שיעור" דא, עס האט טאקע עליות און ירידות ליידער, אבער ווי נישט ווי האלט מען שוין פרק י"ח! (איי ווען "לכאורה" אדער "צולייגער" וואלטן עס געשריבן וואלט מען שוין געהאלטען לאאאנג נאכן ענדיגן די גאנצע ספר, פלאס אפאר חזרות! נאר וואס קען מען טאן? האנטעך איז האנטעך.. נישט לכאורה און נישט צולייגער..).
וואס זאגען ענק צו דעם? ווער איז גרייט? צו אנפאנגען א נייע חבורה אין בבשר בחלב און אפשר וועלן אונז אויך זוכה זיין זיך צו פארהערן און באקומען א היתר הוראה!
אפשר קען עס זיין א גוטע פריוואטע קבלת התורה יעצט נאך שבועות, און א גוטע אינוועסטמענט אין די קאנטרי צייט ווען אלעס איז ממילא מער סלאו, און עס איז דא מער צייט צו לערנען, אויב האט מען די גוטע שטופ דערצו..