הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 12:21 am

אויש, אזא זכות צום גרויסן טאג.

קען מען נאך מיטכאפן? ווי הייבט מען אן?

לעזער פ.
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:58 pm

תגובהדורך לעזער פ. » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:02 am

חסדי אבות האט געשריבן:ווער עס האט עס רעקארדירט, אדער כאטש קען אראפברענגען ראשי פרקים, פאר די וועלכע קענען נישט מיטהאלטן לעבעדיג, תבוא עליהם ברכה.

שיעור פתיחה

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 1:46 pm

א גרויסער יישר כח פאר לעזער פ. פארן טון צו דער זאך און רעקארדירן דעם שיעור, זכות הרבים תלוי בו.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 5:00 pm

עני אפדעיטס?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:12 pm

מתבונן האט געשריבן:עני אפדעיטס?

מסתמא נאך סוכות

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג אוקטובער 06, 2015 8:35 pm

א גוט וואך א גוט יאר

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 9:03 pm

א גוט יאר אלע חברים. זאל יעדער האבן געפועלט אלעס גוטס.
חסדי אבות, מיר ווארטן מיט אפעדעיטס.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 11:08 pm

די ימים טובים זענען געקומען און געגאנגען, מיין צוקונפטיגע יורה דעה חברותא האט מיר שוין געמאכט א מי שברך ר"ה ביים עולה זיין... יעצט ווארט מען אויף הוראות למעשה. וואס זענען די פלענער? א' נח?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 11:53 pm

זונטאג נח הויבט מען אן בשעומ"צ. סימן פ"ז. פונקטליכע אנווייזונגען וועט איבערגעגעבן ווערן אין פרטי פאר די חברים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 11:54 pm

אההההההההההההההההה

כ'האב שוין געקלערט פון שרייבן א סטראשע מיט אן אולטימאטום אז אויב איר קומט נישט צוריק מיט פונקטליכע אנווייזונגען ביז יום פלוני ושעה פלונית, וועלן מיר אויפנעמען א נייעם מנהל החבורה...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 12:06 am

חסדי אבות האט געשריבן:זונטאג נח הויבט מען אן בשעומ"צ. סימן פ"ז. פונקטליכע אנווייזונגען וועט איבערגעגעבן ווערן אין פרטי פאר די חברים.

פארוואס עפעס אין פרטי? און אז איינער וויל מיטהאלטען פון אינדרויסען און וויל פראבירן אנאלעזירען וכולי פארוואס זאל ער נישט קענען מיטהאלטען לכה"פ אווי מען קען מיטהאלטען די "ווערים אין די אראנזש זשוס"??

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:28 am

חסדי אבות האט געשריבן:זונטאג נח הויבט מען אן בשעומ"צ. סימן פ"ז. פונקטליכע אנווייזונגען וועט איבערגעגעבן ווערן אין פרטי פאר די חברים.

קענט וועיט! בשם השם נצליח!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 1:46 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:קענט וועיט! בשם השם נצליח!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 5:30 pm

חסדי אבות האט געשריבן:זונטאג נח הויבט מען אן בשעומ"צ. סימן פ"ז. פונקטליכע אנווייזונגען וועט איבערגעגעבן ווערן אין פרטי פאר די חברים.

דער אישי איז נאך נישט געווארן ארויסגעשיקט, אדער איך בין שוין ליידער ארויסגעפאלן פון די ליסטע?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 5:56 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:זונטאג נח הויבט מען אן בשעומ"צ. סימן פ"ז. פונקטליכע אנווייזונגען וועט איבערגעגעבן ווערן אין פרטי פאר די חברים.

דער אישי איז נאך נישט געווארן ארויסגעשיקט, אדער איך בין שוין ליידער ארויסגעפאלן פון די ליסטע?

נאכנישט אנגעקומען צו קיינעם כפי הנראה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אפדעיט

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 2:16 pm

אן אישי איז ארויסגעשיקט געווארן צו די חברים, ווער עס האט נאכנישט באקומען, ווערט געבעטן זיך צו ווענדן אין אישי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 09, 2015 2:27 pm

פריוואטע אפדעיט:

מיט גרויס שמחה האב איך היינט אפגעשמועסט מיט מיין חברותא א פונקטליכע זמן און מקום ווען מיר גייען אי"ה לערנען דעם טעגליכן שיעור.

ובשם ה' נעשה ונצליח.

יישר כח חסדי אבות!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 11, 2015 1:41 pm

האט איר שוין געלערנט דעם היינטיגן שיעור? וועלכע צייט אין טאג האט איר אויסגעקליבן פאר יורה דעה? נו, וואס זאגט איר צו יורה דעה? קלערט איר אז דער ארויסגעגעבענער שיעור איז צו פיהל אדער צו ווייניג?

אזעלכע און ענליכע שאלות ווירבלן זיך אויף די מיילער פון די צענדליגער אינגעלייט וואס האבן זיך נארוואס דערזעהן אלס טייל פון א פראיעקט וואס גייט אי"ה אדורכלערנען יורה דעה חלק א', אין דעם היינטיגן "זונטאג נח" וואס איז באשטימט געווארן דורך די הנהלת החבורה אלס פתיחת הזמן.

כשאני לעצמי, האב איך שוין ב"ה געלערנט היינט מיט מיין חברותא, און איך האב שטארק הנאה פון מיין חברותא'ס ידיעות אין יורה דעה, ער האט דאס געלערנט אין ישיבה אלס בחור און איז פיין אויסגעקאכט דערין. מיר האבן אויסגעקליבן די אינדערפרי שעות דערפאר, און מיר האפן ביז ענדע וואך צו וויסן אויב דער שיעור איז צו קורץ אדער צו לאנג, צי מיר דארפן זיך אונטעראיילן אדער מיר וועלן האבן צייט צו לערנען אויך טור בית יוסף.

איין אקטועלע פראגע ווילט זיך אויסשמועסן: וועלכע דרוק נוצט איר?

אין ישיבה פלעג איך האבן א "מכון ירושלים" טור ושו"ע, אבער דאכט זיך אז היינט זענען שוין דא בעסערע ווי דאס.

אין איין שוהל האב איך געזען א שו"ע המבואר פון עוז והדר, א שטייגער ווי די מתיבתא ש"ס. דער מבוא דארט איז מיר זייער געפאלן, ער שטעלט אראפ אלע כללים פון יורה דעה מיט זייער באדייט און פארשידענע חילוקי דינים דערין. דאס קען זייער שטארק צוניצקומען ביים זיך באגעגענען מיט מושגים וואס מען טרעפט נישט אין ש"ס אדער הלכות שבת, און מען וויל באקומען א באגריף דערין תיכף ומיד צו קענען ווייטער גיין אינעם ט"ז אדער ש"ך.

----
אגב, וואלט מען געמעגט גרינדן אויף אייוועלט אן אפטיילונג פאר יורה דעה, מעגליך אין די שיעורי הקרעטשמע אפטיילונג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » זונטאג אוקטובער 11, 2015 1:56 pm

לדעתי, איז זייער א גוטע זאך צו לערנען אין די צורת הדף, צוליב דעם וואס עס אנטהאלט אסאך אויף א בלאט, און דעריבער גרינגער צו געדענקן, אויסער דעם וואס די סארט שולחן ערוך'ס געפינען זיך געווענליך איבעראל, און וואו מען וויל עס נאר לערנען קען מען עס טרעפן: צומאל די נייע און צומאל די אלטע.

איך הייב ברוב רחמיו וחסדיו אן היינט נאכט, דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל אנהאלטן מיט הצלחה אמן, און חסדי'ן א דאנק לאמיר נישט פארגעסן צו טאן.

והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

תגובהדורך והאמת ניתן להיאמר » זונטאג אוקטובער 11, 2015 6:34 pm

איך הייב אנצוהאבען א שטיקל קנאת סופרים... וויפיל צייט דארף דאס געדויערן א טאג? קען מען זיך נאך מיטכאפען?

לעזער פ.
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:58 pm

תגובהדורך לעזער פ. » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 10:03 am

אפשר וואלט געווען כדי צו מאכן א טעלעפון ליין אויך מען זאל נישט דארפן זיין אנגעוויזן צו האבן אן אנליין קאנעקשאן.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:14 am

לכאורה האט געשריבן:האט איר שוין געלערנט דעם היינטיגן שיעור? וועלכע צייט אין טאג האט איר אויסגעקליבן פאר יורה דעה?

יאפס מיר האבן אנגעהויבן לערנען דעם שיעור ביינאכט, מיט א חברותא א גאר חשובן ניק. די ערשטע טאג געווען זייער געשמאק.

לכאורה האט געשריבן:אגב, וואלט מען געמעגט גרינדן אויף אייוועלט אן אפטיילונג פאר יורה דעה, מעגליך אין די שיעורי הקרעטשמע אפטיילונג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 2:13 pm

תפילה עושה מחצה... דערווייל האט מען דעם אשכול אריבערגעפירט צו שיעורי הקהילות>שיעור הקרעטשמע

לאמיר האפן אז דאס איז נאר אויפן וועג צו א פרישע סאב-פארום
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש אוקטובער 17, 2015 9:15 pm

טייערער מנהל ר' "חסדי אבות"

די ערשטע וואך איז געווען ב"ה גאר ערפאלגרייך. מיין חברותא און איך האבן געלערנט די ערשטע 5 סעיפים פון סימן פ"ז עטליכע מאל, צוגעלערנט שפעטער אויך טור בית יוסף מיט באר היטב. יעצט ווארטן מיר אויף די פארשפראכענע בחינה, און א פונקטליכע סדר הלימוד פאר די קומענדיגע וואך אי"ה.

---

טייערע חברים

ביטע שרייבט אריין אייער סדר הלימוד בערך. מיר האבן זונטאג מאנטאג און דינסטאג געפארטיגט דעם גאנצן שיעור דאס ערשטע מאל, מיטוואך און דאנערשטאג איבערגעלערנט א צווייטע מאל. פרייטאג האט מען געלערנט טור בית יוסף און דערנאך באר היטב. מיר לערנען א קנאפע שעה טעגליך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש אוקטובער 17, 2015 9:34 pm

לכאורה האט געשריבן:טייערער מנהל ר' "חסדי אבות"

די ערשטע וואך איז געווען ב"ה גאר ערפאלגרייך. מיין חברותא און איך האבן געלערנט די ערשטע 5 סעיפים פון סימן פ"ז עטליכע מאל, צוגעלערנט שפעטער אויך טור בית יוסף מיט באר היטב. יעצט ווארטן מיר אויף די פארשפראכענע בחינה, און א פונקטליכע סדר הלימוד פאר די קומענדיגע וואך אי"ה.

---

טייערע חברים

ביטע שרייבט אריין אייער סדר הלימוד בערך. מיר האבן זונטאג מאנטאג און דינסטאג געפארטיגט דעם גאנצן שיעור דאס ערשטע מאל, מיטוואך און דאנערשטאג איבערגעלערנט א צווייטע מאל. פרייטאג האט מען געלערנט טור בית יוסף און דערנאך באר היטב. מיר לערנען א קנאפע שעה טעגליך.

דער עולם דארף מער מגיב זיין ווי אזוי די זאך פארט אזוי הרב לכאורה האט געטוען. דאס איז די גרויסע מעלה פון א חבורה, אז איינעק איז מחזק דעם צווייטען.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט