סיכום אויף די שיעור אין תניא- פאר די וואס ווילן זיך מיטכאפן.

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

סיכום אויף די שיעור אין תניא- פאר די וואס ווילן זיך מיטכאפן.

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך מאי 27, 2015 2:44 pm

בס"ד

אן אשכול פאר אלע וואס ווילן זיך מיטכאפן מיט דעם שיעור אין תניא.

דא וועלן מיר שרייבן א קורצן סיכום אויף די עיקרי הדברים וואס מיר האבן געלערנט ביז דא, אזוי אז אפילו עס איז נישט קיין תחליף אויף די שיעורים ביז אהער אבער כאטשיג זאל מען קענען מיט האלטן די שיעורים פון היינט און ווייטער ביז לכשירחיב ווען מ'וועט האבן צייט וועט מען קענען לערנען די פריערדיגע פרקים.

פ"א. יעדער יוד האט אין זיך צוויי נשמות א נפש אלוקות און א נפש הבהמי. די נפש הבהמי איז שוכן אין די בלוט פון מענטש, און פון אים קומט אלע מידות רעות פון מענטש. און ביי א יוד קומט אויך פון דעם נה"ב די גוטע מידות וואס ער האט בטבע ווי רחמנים ביישנים גומלי חסדים, משא"כ דער גוי איז כולו רע.

פ"ב. דער נפש אלוקי פון א יוד איז א חלק אלוק ממעל ממש ביי יעדע יוד אן אינטרשייד. (די חילוק פון צדיקים און פשוטע יודען ווי אויך די הבנה פון חלק אלוק ממעל ממש זעה אין די שיעורים אויף תניא באריכות).

פ"ג. די נפש אלוקית איז צוטיילט אין צעהן מידות. באופן כללי זענען זיי די שכל פון א מענטש (חב"ד), און די מידות- געפילען פון א מענטש (חג"ת, און ווי אויך די כחות אויס צו פירען בפועל די החלטות (נהי"ם) זעה באריכות אין די שיעורים).
די נפש אלוקית האט נאר איין תאוה, וואס דאס איז, צו דינען דעם אייבערשטן מיט אלע זיינע צען כחות הנפש.

פ"ד. אויך האט דער נפש אלוקית דריי לבושים וואס זיי זענען מחשבה דיבור און מעשה.
דהיינו די מידות איז די כחות הנפש צו קענען ארבעטן, אבער די לבושים איז מיט וואס צו ארבעטן, דהיינו אויב ס'נישט דא קיין תורה קען די שכל נישט ארבעטן וכו' אבער ווען ס'דא תורה קען די שכל זיך מלבש זיין אין די תורה און טראכטן די רייד פון די תורה.

ווען א יוד טוט א מצוה איז די מצוה זיך מלבש אויף זיין נשמה און עס ווערט א לבוש אויף אים, אויף אייביג וואס דורך דעם וועט ער נהנה זיין לעתיד לבא מזיוו השכינה, וואס איז זיך מלבש אין די תורה ומצוות פון א יוד.

פ"ה. די חילוק פון ידיעת התורה און מצוות מעשיות, אז ידיעת התורה גייט אריין אין דעם יוד, און עס ווערט איינס מיט דעם יוד, און לעתיד וועט דאס זיין די מזון רוחני פון א נשמה, און מצוות ווערט נאר א לבוש אויף דעם יוד און דאס וועט זיין לעתיד די בגדים פון יודישע נשמות.

עד כאן די נפש אלוקי די קומענדיגע פרקים די נפש הבהמי פון א יוד.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

פרקים ו-י"ב

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:35 pm

פ"ו. די נפש הבהמי פון א יוד ליגט אין די בלוט פון דעם מענטש. און ער איז אויך צוטיילט אין צען מידות, דהיינו די זיבן מיני שלעכטע געפילען, וואס קומען פון די ד' יסודות רעים פון דעם מענטש, און די דריי לבושי המוח, אויף אריין צו טראכטען אין די תאוות שבלב. די נפש הבהמי ציעט צו נוצען דעם גוף אויף זאכן וואס זענען מסטרא אחרא, דהיינו נישט אויף זיך מבטל זיין צום אייבערשטן און טוען זיין רצון.

די סטרא אחרא איז צוטיילט אין צוויי, איינס ג' קליפות הטמאות, דהיינו די כח צו זינדיגען בפועל, און אויך די חיות פון די גוים.

פ"ז. די צווייטע חלק פון די סטרא אחרא, ווערט אנגערופן נוגה, תאוות היתר וואס מ'קען עס נוצען לשם שמים, און אויך די חיות פאר די נפש הבהמי פון א יוד, וואס האט אויך אין זיך טוב, ווי די דרי יודישע סימנים רחמנים ביישנים גומלי חסדים.

די חילוק פון תאוות איסור און תאוות היתר איז, איינס אז תאוות איסור קען מען נישט מעלה זיין צו די קדושה אזוי גרינג, נאר מיט תשובה ותיקונים. אבער תאוות היתר קען מען מעלה זיין מיט דעם וואס מען טוט עס לשם שמים, און אפילו אויב האט מען נישט געגעסן לשם שמים קען מען נאכדעם עס מעלה זיין מיט דינען דעם אייבערשטען מיט די כח האכילה.

פ"ח. נאך א חילוק. תאוות היתר וואס מען עסט לשם שמים ווערט גראד נכלל אין די קדושה, אבער איסור וואס מ'עסט אפילו לשם שמים, בלייבט אין די סטרא אחרא.

עס איז דא צוויי באזינדערע יצרים פאר די תאוות היתר ואיסור. יצרא דהיתרא זענען די שדין יהודאין. און יצרא דאיסורא זענען שדין נוכראין.

אפילו תאוות היתר וואס מען האט נישט געטוען לשם שמים וועט מען דארפן נזדכך ווערן אויף דעם.

פ"ט. די מקום פון די נפש הבהמי איז אין די לינקע זייט פון די הארץ וואס איז מלא דם, און פון דארט קומען די תאוות הגופניות, וואס דער נפש הבהמי וויל אז די גאנצע גוף זאל זיך צושטעלן צו די תאוות הלב, און עס משמש זיין, אז די מוח זאל טראכטען אין דעם, און די כלי המעשה זאלען גומר זיין.

און די מקום הנפש אלוקי איז אין די מוח און אין די רעכטע זייט פון די הארץ וואס האט נישט קיין בלוט. וואס די נפש האלוקי וויל אז דער מענטש זאל טראכטען גוטע מחשבות, און אזוי אויפוועקען דעם יצר טוב, און נאכדעם זאל זיך די גאנצע גוף צושטעלן צו די נשמה, אז די לינקע זייט פון די הארץ זאל זיך צושטעלן צו די רעכטע זייט, און די גאנצע גוף זאל גומר זיין די עבודת השי"ת.

פ"י. א צדיק איז איינער וואס דער יצר הרע רעדט אים שוין נישט צו צו זינדיגען. און דאס איז צוטיילט אין צוויי, באופן כללי. איינס איז צדיק גמור, וואס איז א צדיק וטוב לו ער האט נאר טוב אין זיך, און ער האט פיינט די סטרא אחרא ומעשי הרשעים ווי די טויט. און נאך א דרגא צדיק שאינו גמור, וואס הגם דער יצר שלאפט אבער עס איז נאך אין אים, צדיק ורע לו ער האט נאך אויך שלעכטס, וועגן דעם האט ער נישט אזוי פיינט די רע, און ממילא פעלט נאך אין אהבת ה' אויך, ווייל עס גייט אינאיינעם.

פי"א. א רשע איז איינער וואס האט געזינדיגט, אפילו די מינדענסטע חטא, און נאך נישט תשובה געטאן. דאס איז אויך צוטיילט אין צוויי. רשע וטב לו עס דערקוטשעט אים נאך, און ער איז מלא חרטות. און א רשע ורע לו, וואס האט שוין מגרש געווען די טוב פון זיך, און ער פילט שוין נישט קיין חרטות, ביי אים געפונט זיך די נשמה נאר למעלה מראשו, און ער פילט עס שוין נישט.

פי"ב. דער בינוני איז איינער וואס האט נאך תאוות און יצרים חזקים, אבער ער איז ממשיל דעם נפש אלוקית אויף זיין גוף, און ער לאזט נישט אז דער יצר הרע זאל שולט זיין אויף זיין גוף. נאר אין די דערהויבענע זמנים וועקט ער אויף זיין אהבה צום אייבערשטען, און אין די פשוטע זמנים, לאזט ער זיך נישט פון דעם יצר, נאר ער דרייט תיכף איבער די מחשבות, צו גוטע מחשבות.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט