הערות אויפ'ן שיעור אין ספר ה"תניא"

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פאפענדעקל
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 23, 2015 3:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפענדעקל »

א גרויסן יישר כח אייך הרב האנטעך! ידיך רב לך!

איך לערן אייער שיעורים בעיון און איך שעפ געוואלדיגע הנאה און חיזוק דערפון, די טיעפע זאכן אזוי שיין און פשוט צו פארשרייבן איז געוויס א קונץ.

ספעציעל הנאה געהאט פון די צווייטע פשט פארוואס זיך צו האלטן פאר א בינוני.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

האנטעך האט געשריבן:פארוואס טאקע פעלט אויס אז אפילו אזא יוד זאל זיך האלטען כרשע ווי א בינוני?. דאס זאגט נישט דער תניא דארט, אבער לכאורה די הסבר דארף זיין.
ווי מיר וועלן שפעטער זעהן חזר'ט דער תניא כסדר איבער א וויכטיגע יסוד. אז א גרויסע חלק פון די כוונה עליונה פאר די עבודה פון כלל ישראל איז געווען די צמאון און רצונות וואס א יוד האט צום אייבערשטן. און לאו דוקא די עבודה נאר בעיקר די רצון צו זיין גוט. און דאס איז די דירה בתחתונים אז דער תחתון וויל און גליסט צום אייבערשטן.
און דאס איז א גרויסער תיקון פארן יוד. און אפילו נאכמער "ווי מער נידריג דער יוד איז פארזונקען אלס א גרעסער תיקון מאכט ער מיט זיינע כיסופין צום אייבערשטן", ווייל עס ווערט א דירה בתחתונים אפילו אין די 'נידריגע ארט' ווי ער געפונט זיך. אפילו דארט פילט דער יודישע נשמה אז ער מוז צוקומען צום אייבערשטן.


זאגסט שיינע הסברים פארוואס ער ברויך זיך האלטן כבינוני
אבער קען זיין אז היות דער צדיק האט אין פאקטישען מציאות ערגעץ ווי נאך באהאלטען דעם שאור שבעיסה וואס קען אין א ליאדע מינוט ארויסקריכען פון זאק איז פשוט נישט פראקטיש זיך מעלים עין זיין פון דעם מציאות אז א מאנסטער באהאלט זיך ערגעץ ווי אין אים, דורך דעם וואס ער האלט זיך פאר א בינוני איז עס א שמירה פון די כח היצר, כנלענ"ד
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

wow - די כוחות פון א ציבור אידן איז נישט נארמאל, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז אייוועלט קען גענוצט ווערן פאר דעם אויך, אריינברענגען אידן צו פארשטיין א מהלך אין עבודת השי"ת. דער אשכול איז ווערד א גאלדענער מעדאל. אינעם היינטיגן וועלט ווען עס איז עוועליבל אזויפיל קורסעס אונליין "פאר דאממיס", נוצט מען דאס אויס אויף גוטס אויך. "תניא" פאר בעגינערס. (נישט פאר דאממיס...)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
האנטעך האט געשריבן:פארוואס טאקע פעלט אויס אז אפילו אזא יוד זאל זיך האלטען כרשע ווי א בינוני?. דאס זאגט נישט דער תניא דארט, אבער לכאורה די הסבר דארף זיין.
ווי מיר וועלן שפעטער זעהן חזר'ט דער תניא כסדר איבער א וויכטיגע יסוד. אז א גרויסע חלק פון די כוונה עליונה פאר די עבודה פון כלל ישראל איז געווען די צמאון און רצונות וואס א יוד האט צום אייבערשטן. און לאו דוקא די עבודה נאר בעיקר די רצון צו זיין גוט. און דאס איז די דירה בתחתונים אז דער תחתון וויל און גליסט צום אייבערשטן.
און דאס איז א גרויסער תיקון פארן יוד. און אפילו נאכמער "ווי מער נידריג דער יוד איז פארזונקען אלס א גרעסער תיקון מאכט ער מיט זיינע כיסופין צום אייבערשטן", ווייל עס ווערט א דירה בתחתונים אפילו אין די 'נידריגע ארט' ווי ער געפונט זיך. אפילו דארט פילט דער יודישע נשמה אז ער מוז צוקומען צום אייבערשטן.


זאגסט שיינע הסברים פארוואס ער ברויך זיך האלטן כבינוני
אבער קען זיין אז היות דער צדיק האט אין פאקטישען מציאות ערגעץ ווי נאך באהאלטען דעם שאור שבעיסה וואס קען אין א ליאדע מינוט ארויסקריכען פון זאק איז פשוט נישט פראקטיש זיך מעלים עין זיין פון דעם מציאות אז א מאנסטער באהאלט זיך ערגעץ ווי אין אים, דורך דעם וואס ער האלט זיך פאר א בינוני איז עס א שמירה פון די כח היצר, כנלענ"ד


גענוי אזוי ווי דעם צווייטן פשט פון רב האנטוך! ברוך שכוונת (גנבת )
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

די צווייטע ביאור פון רב האנטוך איז דאכצעמער א צווייטע
זאל ער אליינס זיך אויסקלארען
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:אבער קען זיין אז היות דער צדיק האט אין פאקטישען מציאות ערגעץ ווי נאך באהאלטען דעם שאור שבעיסה וואס קען אין א ליאדע מינוט ארויסקריכען פון זאק איז פשוט נישט פראקטיש זיך מעלים עין זיין פון דעם מציאות אז א מאנסטער באהאלט זיך ערגעץ ווי אין אים, דורך דעם וואס ער האלט זיך פאר א בינוני איז עס א שמירה פון די כח היצר, כנלענ"ד

זייער שיין! א בחינה ווי אל תאמין בעצמך.
אנדערש ווי איך האב געשריבן ווען ס'קומען שוין די נסיונות נאר אפילו פאר דעם זאל ער וויסן צו אכטונג געבן
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

.
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

האנטעך האט געשריבן:אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צו מאכן א pdf פון די אלע שיעורים ביז אהער, פאר די וואס האבן נישט עספיעט ביז אהער צו מיט לערנען, אז זיי זאלען עס קענען ארויס פרינטען, צו לערנען במשך דעם יום טוב, וועט ער זיין פון די מזכה הרבים

נישט עפעס ווייסעך וואס שיין, אבער כאטש עפעס:
אטעטשמענטס
שיעור בתניא.compressed.pdf
(217.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 315 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

קנאפער ידען האט געשריבן:
נישט עפעס ווייסעך וואס שיין, אבער כאטש עפעס:

א גרויסער יישר כח!
זייער זייער שיין!!!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

רב האנטעך, זייער קלאר און ב'טעמ'ט.
ש'כח, שכרך הרבה מאוד.
הק' איש ימיני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הרב האנטוך געוואלדיג!
דער ספר התניא האב איך שוין כמ"פ אנגעהויבן און דארט געבליבן שטעקן. דיין מבוא איז מוראדיג.
און פון ר' איטשע מאיר שליט"א האב איך געהערט אז דער גאנצער ספר התניא איז מיוסד אויף בלויז "איין נקודה" בסדר ההשתלשלות אויב מען ווייסט דעס קען מען מצליח זיין, רוב מענטשן מיינען זיי פארשטייען תניא אבער אן וויסן די נקודה הייבט מען נישט אן צו פארשטיין.

אויב מעגליך ביטע צייכענען מקורות צום מבוא.
הרב וואלפסון'ס שיעורים האסטו געהערט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יישר כח פאר די חיזוק!
אלע זאכן וואס ווערן געזאגט דאס מיינט מען א טיפערע לעוול אונז לערנען נאר פשוט פשט אזוי אז מ'זאל קענען אנפאנגען צו פארשטיין די שיחת חולין פון ר' איטשע מאיר שליט"א.

די מקורות פון די זאכן וואס כ'האב געשריבן איז בעיקר פון ספר התניא
נאר געוויסע זאכן וואס דער תניא איז נישט אזוי מבאר באריכות האב איך געשריבן ווי אזוי איך האב עס פארשטאנען נאכן לערנען נאך חסידישע ספרים אויב וועט איר צוצייכענען וועלכע נקודה איר דארפט א מקור וועל איך פרובירן זיך צו דערמאנען אין וועלכע חסידישע ספר שטייט עס מער באריכות.
אבער דער כלל איז אז דאס איז בעיסיק יסודות גענומען פון אלע חסידישע ספרים און ס'איז נוגע כדי צו פארשטיין אלע חסידישע ספרים.

כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו הערן די טעיפס פון הרה"ג ר"מ (כ'האב נישט געוואוסט פון זיינע טעיפס)
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

א דאנק פאר די נייע שיעור, קורץ און צום פוינט.
החכמהמאין
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 5:53 pm

עטליכע הערות און הוספות צום שיעור אין תניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החכמהמאין »

דאס מיינט אז למשל אויב ווערט קלאר אין תניא אז ס'איז דא נשמות וואס זיי קענען נישט אנקומען צו געוויסע דרגות אפילו זיי וועלן
ארבעטען זייער שווער. (דאס ווארט: וויל נאר וועסטו זיין א גאון, האט לימיטעישאנס...)

הרה"ק ר' יענקעלע פון פשעווארסק זיע"א, פלעגט זאגן כהאי לישנא: יאך האב נישט ליעב דאס ווארט וויל נאר וועסט זיין א גאון, צו דען אויב וויל איך קענען זינגען אזוי ווי דעם און דעם קען איך דען?!

ועי' עוד באגרא דכלה [ד"ה ותכל כל עבודת המשכן], שמבאר דעיקר התשובה הוא שיבטוח בה', ואי אפשר לעשות הכל, ולא כ"א יכול לזכות לכל, רק שיעשה תשובה בכל כחו ומוחו, והשאר יזכה שמן השמים יעזרהו,
והיינו שכל מי שרוצה שיזכה להיות גאון יזכה, זה שקר, שכ"א צריך לזכות למעלתו וא"א לו להשיג יותר ממה שהוא,
ובוודאי צריך שיצפה וישתוקק שיזכה לעשות היותר מה שביכלתו אבל יותר ממה שיכלתו להיות גאון וגדול זה אינו, והרי זה רק דמיונות שוא.

ער דארף דעמאלס טוהן וואס ער דארף טוהן בקטנות המוחין מיט אמונה, און מיט דעם טוט ער
אויף וואס ער דארף.

איינער פון די צדיקים האבן געזאגט: ס'שטייט כסיל בחושך הולך טייטש א נערישע מענטש גייט אין די פינסטערניש, לערנט מען דערפון אז וואס טוט א חכם, ער שטעלט זיך אפ, און קוקט וויאזוי ער קען ווייטער גיין אין דעם מצב וואס ער שטייט.

די תפקיד פון די מענטש איז צו זיין דער שופט פון די צוויי און זעהן אז דער נה"ב זאל בלייבן אין די ריכטיגע שעיפ און נישט ווערן
דער בעה"ב אויפן מענטש.

כ'ווייס נישט גענוי, אבער כמדומה לי איז משמע כסדר פונעם הייליגן תניא, אז 'דער מענטש' איז דער נשמה, און נאר דאס וואס דער נשמה וויל דאס דארף איהם זיין נוגע, ער האט נאר ביי די זייט א גוף א נפש הבהמיות וואס שטערט איהם דינען דעם אויבערשטן,
די מעלה ווען מען לעבט מיט אזא חשבון א גאנצע צייט איז פילפאכיג, מען ווערט בכלל נישט דעשראקן פון די אלע ירידות און נסיונות וואס קומען אונטער, און ס'איז בכלל נישט קיין מדובר דער נערישע גוף מיט זיינע דמיונות, און איך בין גוט און איך וויל באמת נאר גוט, כ'האב א אינדערויסענ'דיגע זאך וואס שטערט מיר און וויל מיר אונטער לייגן פיסלעך אינעם עבודת ה',
(אבער פון אייערע ווערטער איז משמע, כאילו 'איך' דארף זיין דער שופט צווישן גוף און נשמה, אבער ס'איז נישט אזוי, ווייל 'איך' בין נשמה, און 'דער' גוף וויל 'מיר-נשמה' שטערן.

אויב א מענטש שטארקט
זיך אויף א יצה"ר 3 מאל גייט עס אוועק דהיינו עס ווערט שוואכער

דער באקאנטע ווארט פון צדיקים וכלשונו וואס מען זאגט נאך פון הרה"ק ר' נחמן מברעסלאו זיע"א עד שאתה מאמין שאתה יכול לקלקל תאמין שאתה יכול לתקן, דער ענין איז אז אזוי ווי די ווייסט דאך אז דאס ערשטע מאל וואס די ביסט אדורך געפאלן מיט אן עבירה האט עס דיר נישט אזוי אויסגעמאכט ווי דער צווייטע מאל, און מיט יעדן מאל מער ווערסטו ווייטער און פאגרעבטער, איז דאך כאטשיק פונקט אזוי ווען די טוסט עפעס א גוטע זאך אז מיט יעדן מאל מער וואס די לייגסט צו א גוטע ענין שטארקט זיך די כח הקדושה בפפרטיות אין דיר און בכלליות אין די גאנצע וועלט.

אויך איז דא רשעים וואס זיי האבן זיך שוין
געפראגרעמט אטאמאטיש צו פאלגען זייער נה"ב און דער נה"א שלאפט שוין ביי זיי ר"ל .

יא, שלאפט שוין, אבער נאר עס שלאפט, מען דארף זיך וועקן.
[דאס איז נוגע צו וויסן אפילו פאר פשוטע ערליכע אידן וואס לעולם וואלטן זיי אנגערופן געווארן בינונים אבער לויטן תניא צומאל קענען זיי אנגערופן ווערן רשעים אויך,-דארף מען דאס געדענקן קלאר, אז אלעמאל בלייבן מיר אנגעבינדן צום כסא הכבוד, און דאס האט בכלל נישט מיט אונזערע בחירה צו מיר ווילן יא צו נישט, האבן מיר א געטליכע נשמה וואס שיינט און ברענט פאר איין איינציגע גאט יעדע רגע.
[ביטע מתקן זיין אויב האב איך נישט ריכטיג פארשטאנען אדער געלערנט, ייש"כ פארן שיעור.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

החכמהמאין האט געשריבן:
די תפקיד פון די מענטש איז צו זיין דער שופט פון די צוויי און זעהן אז דער נה"ב זאל בלייבן אין די ריכטיגע שעיפ און נישט ווערן
דער בעה"ב אויפן מענטש.

כ'ווייס נישט גענוי, אבער כמדומה לי איז משמע כסדר פונעם הייליגן תניא, אז 'דער מענטש' איז דער נשמה, און נאר דאס וואס דער נשמה וויל דאס דארף איהם זיין נוגע, ער האט נאר ביי די זייט א גוף א נפש הבהמיות וואס שטערט איהם דינען דעם אויבערשטן,
די מעלה ווען מען לעבט מיט אזא חשבון א גאנצע צייט איז פילפאכיג, מען ווערט בכלל נישט דעשראקן פון די אלע ירידות און נסיונות וואס קומען אונטער, און ס'איז בכלל נישט קיין מדובר דער נערישע גוף מיט זיינע דמיונות, און איך בין גוט און איך וויל באמת נאר גוט, כ'האב א אינדערויסענ'דיגע זאך וואס שטערט מיר און וויל מיר אונטער לייגן פיסלעך אינעם עבודת ה',
(אבער פון אייערע ווערטער איז משמע, כאילו 'איך' דארף זיין דער שופט צווישן גוף און נשמה, אבער ס'איז נישט אזוי, ווייל 'איך' בין נשמה, און 'דער' גוף וויל 'מיר-נשמה' שטערן.
אויך איז דא רשעים וואס זיי האבן זיך שוין
געפראגרעמט אטאמאטיש צו פאלגען זייער נה"ב און דער נה"א שלאפט שוין ביי זיי ר"ל .

יא, שלאפט שוין, אבער נאר עס שלאפט, מען דארף זיך וועקן.
[דאס איז נוגע צו וויסן אפילו פאר פשוטע ערליכע אידן וואס לעולם וואלטן זיי אנגערופן געווארן בינונים אבער לויטן תניא צומאל קענען זיי אנגערופן ווערן רשעים אויך,-דארף מען דאס געדענקן קלאר, אז אלעמאל בלייבן מיר אנגעבינדן צום כסא הכבוד, און דאס האט בכלל נישט מיט אונזערע בחירה צו מיר ווילן יא צו נישט, האבן מיר א געטליכע נשמה וואס שיינט און ברענט פאר איין איינציגע גאט יעדע רגע.
[ביטע מתקן זיין אויב האב איך נישט ריכטיג פארשטאנען אדער געלערנט, ייש"כ פארן שיעור.


זייער שיינע און טרעפליכע הערות!

אוודאי זאגט דער תניא, אז יעדע יוד האט אין זיך א נפש אלוקית וואס קען נישט נפגם ווערן, און אפילו איינער וואס איז א רשע, ברענט זיין נשמה, און זיין נשמה איז צוגעבינדען צום אייבערשטן, און מיט אייין אמת'דיגע קרעכץ קען ער ארויס גיין פון שאול תחתית, צו די העכסטע מדריגות, כמבואר הרבה פעמים במשנתו של בעל התניא. ועיין באריכות בפרק לא. אבער בנוגע דער צוגאנג וויאזוי א מענטש זאל זיך אנקוקן, איז דא צוויי מהלכים אין חסידישע ספרים.

דאס איז יעדער מודה, אז יעדע יוד האט א חלק אלוק ממעל אייביג, וואס קען נישט נפגם ווערן, און ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא. און דאס איז אויך יעדער מודה, אז ער האט אין זיך א חלק הרע, וואס איז נאר אנגעקלעפט אויף אים, אבער דאס גייט נישט בלייבן אויף אים, דאס גייט ווערן אפגעוואשען, דורך תשובה אדער יסורים וגיהנום, און נאכדעם גייט ער זוכה זיין צו חיים נצחיים, נהנה צו זיין מזיו השכינה.

אבער אין די צוגאנג וויאזוי א מענטש זאל לעבן דערמיט, איז דא צוויי מהלכים, דער תניא האלט אז דאס איז די חילוק פון בינונים און צדיקים. ביי בינונים איז למעשה זייער מציאות דער נפש הבהמי, נישט דא וואס צו רעדן, זיי פשוט פילען נישט קיין דערהויבנקייט, נאר אין געוויסע זמנים, וכולי האי ואולי, און אויף זיי איז געזאגט געווארן נשמה 'שנתת בי', אבער זיי זענען נישט די נשמה. משא"כ צדיקים לעבן זייער חלק אלוק ממעל, און זיי זענען די עצם נשמה.

ווי ער שמועסט אויס אין פכ"ט
וזה לשון התניא:
ולב נשבר רוח נשברה, היא הס"א, שהיא היא האדם עצמו בבינונים, שנפש החיונית המחיה הגוף, היא בתקפה כתולדתה בלבו, נמצא היא היא האדם עצמו. ועל נפש האלהית שבו נאמר, נשמה שנתת בי טהורה היא, שנתת בי דייקא, מכלל שהאדם עצמו איננו הנשמה הטהורה. כי אם בצדיקים, שבהם הוא להפך, שנשמה הטהורה שהיא נפש האלהית, הוא האדם, וגופם נקרא בשר אדם. וכמאמר הלל הזקן לתלמידיו, כשהיה הולך לאכול היה אומר, שהוא הולך לגמול חסד עם העלובה ועניה, הוא גופו, כי כמו זר נחשב אצלו, ולכן אמר שהוא גומל חסד עמו במה שמאכילו, כי הוא עצמו אינו רק נפש האלהית לבד, כי היא לבדה מחיה גופו ובשרו, שהרע שהיה בנפש החיונית -המלובשת בדמו ובשרו- נתהפך לטוב, ונכלל בקדושת נפש האלהית ממש, בצדיקים. אבל בבינוני, מאחר שמהותה ועצמותה של נפש החיונית הבהמית שמס"א, המלובשת בדמו ובשרו, לא נהפך לטוב, הרי היא היא האדם עצמו.


נאר אפילו לויט דער תניא, טאר א מענטש נישט לעבן מיט די געדאנק, נאר אין געוויסע זמנים, ווי ער שמועסט דארט אויס, אבער אין די אנדערע זמנים, דארף ער לעבן מיט זיין חלק הטוב, און זיך נישט אומקוקן אויף זיין חלק הרע, נאר עס זאל זיין ביי אים א דרויסנדיגע זאך, ווי א גוי הייסט אים טאן זאכן. ווי ער שמועסט אויס אין פכ"ח.

זעה אויך אין פל"א ווען ער רעדט פון חיזוק.
וזל"ק:
אך כל זה הוא אני לבדי, הוא הגוף עם נפש החיונית שבו, אבל מ"מ יש בקרבי חלק ה' ממש, שישנו אפי' בקל שבקלים, שהיא נפש האלהית, עם ניצוץ אלקות ממש, המלובש בה להחיותה וכו'.


דהיינו דער תניא האלט, אז די בליק פון א בינוני אויף זיך איז, אז בעצם איז ער נענטער צו די נפש הבהמי, אבער למעשה דארף ער לעבן מיט זיין נפש אלוקית מיט אמונה, אפילו אויב ער שפירט נישט.

משא"כ אנדערע צדיקים, ווי דער מאור עינים און נאך אסאך אנדערע. זענען דא וואס האבן נישט געמאכט קיין גרויסע עסק פון די נפש הבהמי פון א מענטש, נאר בעיקר גערעדט פון די נפש אלוקית. ווייל זיי האבן געהאלטען, אז מ'זאל טראכטן גוט וועט זיין גוט, זיי נישט ביזי מיט דיין קטנות לעב מיט גדלות.

די זעלבע חילוק געפינען מיר ביי נאך אסאך ענינים, ווי למשל די צוגאנג צו עסן. אין רוב חסידישע ספרים איז די צוגאנג מ'זאל גלייבן אז עסן אליינס איז א מצוה, ווייל מ'איז מעלה די ניצה"ק בשעת'ן עסן,
זעה מאור עינים
די ערשטע שטיקל פרשת מטות:
"אפילו איינער וואס האט נישט אינזינען טיפע כוונות נאר די עצם עסן און פשוטע ברכות וואס ער מאכט איז אן עבודה און פונקט אזוי זיין תורה ותפילה איז נישט מיט אזא כוונה עכ"ז איז עס א מצוה די זעלבע זאך זיין עסן נאר מ'דארף כסדר גיין פון איין מדריגה צו א העכערע מדריגה!".


אבער דער תניא, בעיקר רעדט ער, אז ס'ווערט נתעלה, דורך דעם וואס די עסן ווערט בלוט, און ווען מ'דינט דעם אייבערשטן מיט די כח וואס ליגט און די בלוט, ווערט עס נתעלה, זעה אין פ"ז.

ס'אינטערסאנט צו זעהן אן אריכות אויף דעם ענין, אין ספר הכשרת אברכים אין מבוא השערים, ווי ער איז מסביר די נושא פון חסידות, ברענגט ער דארט די יסוד, וואס מאכט די קליינע חילוקים, וואס איז דא צווישן די עטליכע מהלכים אין חסידות.
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

להודיע האט געשריבן:כל הכבוד פאר די שעות ארבעט וואס ליגט אין דעם. איך כאפ התפעלות אז א איד איז גרייט צו ספענדן אזויפיל כח מח און צייט צו לערנען מיט אנדערע אידן.
לך בכחך זה
זיסקייט
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסקייט »

קנאפער ידען האט געשריבן:
האנטעך האט געשריבן:אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צו מאכן א pdf פון די אלע שיעורים ביז אהער, פאר די וואס האבן נישט עספיעט ביז אהער צו מיט לערנען, אז זיי זאלען עס קענען ארויס פרינטען, צו לערנען במשך דעם יום טוב, וועט ער זיין פון די מזכה הרבים

נישט עפעס ווייסעך וואס שיין, אבער כאטש עפעס:

נישט געוויסט וואס איך פארפאס!! א דאנק אייך הרב האנטוך הערליך שיין.. קיעפ אפ קאמינג.
קנאפער מיר ווארטן קוים אויפן קומענדיגן PDF יישר למפרע
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

שוועמל האט געשריבן:און פון ר' איטשע מאיר שליט"א האב איך געהערט אז דער גאנצער ספר התניא איז מיוסד אויף בלויז "איין נקודה" בסדר ההשתלשלות אויב מען ווייסט דעס קען מען מצליח זיין, רוב מענטשן מיינען זיי פארשטייען תניא אבער אן וויסן די נקודה הייבט מען נישט אן צו פארשטיין.



ר' איטשע מאיר האלט אויך אז ליקוטי הלכות קומט אויך אן צו איין נקודה.

אלענפאלס ווילען אלע אנקומען זיך מתבטל זיין רצונך מפני רצונו.
תפוח
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תפוח »

האנטעך האט געשריבן:און ווי דער תניא וועט אויס שמועסן אז מ'דארף זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן פון קיין שלעכטע מחשבות וואס קומען אריין אין מוח, נישט קיין חילוק ווי נישט גוט זיי זענען. די עיקר איז נאר איין זאך מסיח דעת זיין פון זיי, און זיך פארשטעלן אז די שלעכטע מחשבות קומען בכלל נישט פון אים, נאר אזוי ווי א גוי שטייט נעבן אים און רעדט ניבול פה, און ער איז גארנישט שולדיג אין דעם אז דער געמיינער גוי רעדט שטותים, נאר ער דארף צושטאפן זיינע אויערן און מסיח דעת זיין פון דעם, און אזוי איז ער מקיים די מצות ל"ת פון ולא תתורו אחרי לבבכם אשר אתם זונים אחריהם.


אין שיחות הר"ן זאגט ער דעים זעלבן יסוד.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

שיינע שיעורים.
התניא מפרש בפרק כב, 'ופי' "אחוריים" כאדם הנותן דבר לשונאו שלא ברצונו שמשליכו לו כלאחר כתפו כי מחזיר פניו ממנו משנאתו אותו'.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן ייש"כ הרב האנטוך שוין לאנג נישט געהאט די זאכן אזוי קלאר
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

מענין לענין... ס'דא א מעשה אז דער רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוז זי"ע איז אמאל שבת אריין געקומען פארקלערט, און מיט זיין שטריימל האט ער א שאקל געטון בטעות די הענג לייכטער, ווען ער האט באמערקט האט ער געחלש'ט, מ'האט אים שפעטער געפרעגט היתכן, ער איז דאך געווען נאר א שוגג, האט ער גענטפערט נו וועל איך נישט ברענען אין גהינם, עטץ מיינט'ס כ'האב געציטערט פון א שטראף האב איך געחלש'ט, ווען עטס וואלט'ס געזען דעם חרבן און טומאה וואס איז אראפ געקומען אויף דער וועלט מיט די איין עבירה, וואלט עטס אויך געחלש'ט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
...
איך קלער צו מאכן די זעלבע סארט שיעורים אויף די הייליגע חיבור פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל, איז עס אינטערסאנט פארן עולם?
די סגנון השיעורים וועט נישט רעדן די שפראך ווי א ברסלבר, נאר בלויז איבערטייטשען און באגלייטען מיט אביסל דברי הסברה די הייליגע רייד פינעם לקוטי מוהר"ן


יא מיר ווילן
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

געשריבן א שיינע שיעור בס"ד, וואס איז אויך מסביר א פנימיות'דיגע בליק אויף יום כיפור. שמעו ותחי נפשכם.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

האנטעך האט געשריבן:געשריבן א הערליכע שיעור בס"ד, וואס איז אויך מסביר א פנימיות'דיגע בליק אויף יום כיפור. שמעו ותחי נפשכם.[/size]


ישר כח, נהנתי
פאר קריטיק דריקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”