א לייכטע און געשמאקע שיעור אין ליקוטי אמרים תניא
געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 7:30 pm
בס"ד
מיט א גרויס פרייד זענען מיר מייסד דעם נייעם שיעור תניא אינם ביהמ"ד דקהילתינו בית יאנאש.
די סדר פונם שיעור וועט זיין בעז"ה, קודם וועט מען פארלערנען דעם פרק אויף א לייכטע אופן, אז אפילו די וואס האבן נישט קיין צייט צו לערנען אינעווייניג זאלען אויך קענען מיטהאלטען. און נאכדעם וועט מען בעז"ה שרייבן הערות והארות פאר די מעיינים פון צווישען אונז, סיי מער טיפערע זאכן, און סיי אזעלכע זאכן וואס שטייען אינעווייניג אין תניא, אבער ס'פעלט נישט אויס צו פאר די לייכטערע שיעור.
דער עולם ווערט געבעטען צו מגיב זיין, סיי אויף די געשריבענע, און סיי אויף דאס וואס שטייט אין תניא און מיר האבן פארזעהן צו שרייבן וועגן דעם.
איך וואלט געוואלט מגלה זיין פאר דעם חשוב'ן עולם, היות ווי געשריבן אין א פריערדיגע אשכול בין איך א פשוטע עמך יוד, און איך בין נישט געלערנט אויפצוטרעטן, און כ'ווייס נישט פונקטליך וויאזוי צו רעדן פאר אן עולם... וועגן דעם וועל איך בשמחה רבה זיין גרייט צו הערן וועלכע הערה אימער, ברבים אדער אין אישי כדי זיך צו קענען פארבעסערן.. און השי"ת זאל העלפען אז צוזאמען זאל נתברר ווערן די סוגיות און חפץ ה' בידינו יצליח אמן.
דער ספר הקדוש ליקוטי אמרים תניא איז נישט קיין ספר התעוררות, נאר א ספר אויף עצות אין עבודת השי"ת ווי מיר וועלן שפעטער לערנען אין די הקדמה. אבער ס'איז כדאי אנצומעקן א קליינע נקודה. אנשטאט אנצופאנגען גראד מיט די פראבלעמען און זאגן עצות דערויף, פאנגט ער קודם אן צו מסביר זיין די מהות פון א נפש ישראלי, און הערשט אין פרק ט"ז פאנגט ער אן צו רעדן תכלית'דיגע עצות אין עבודת השי"ת.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין פארוואס טאקע איז עס אזוי, און באמת נישט נאר דער תניא פירט זיך אזוי נאר כמעט אלע חסידישע ספרים פירען זיך אזוי.
די הסבר פאר דעם איז. איינס פון די הויפט יסודות איז, אז מ'זאל קודם וויסן ווי מ'שטייט. דהיינו ווען איינער איז פארלוירן און ער טרעפט א מאפע, דארף ער קודם טרעפן אין די מאפע די פלאץ ווי ער געפינט זיך יעצט, און נאר נאכדעם קען ער אנפאנגען צו זוכען פון דארט די וועג ארויס. אסאך פראבלעמען קומען פון דעם וואס א מענטש קען זיך נישט און ער האט זיך נישט פונקטלעך ארויס, ממילא ווייסט ער נישט זיין פלאץ אין עבודת השי"ת. ווען מ'איז יונגער האט מען רצונות, און ווען מ'זעהט אז ס'ארבעט זיך נישט אויס פונקטלעך ווי מ'האט געוואלט, מאכט מען אפ אקעי כ'זעה שוין ס'איז נישט פאר מיר, איך בין שוין אזוי ווי איך בין... אבער אי"ה מיינע קינדער וועלן שוין אויסזעהן בעסער פון מיר, זיי וועלן זיך שוין קענען לערנען אויף מיין בארד... וועגן דעם קומט דער תניא קודם מגלה זיין פאר א מענטש פונקטליך ווער ער איז, אלע זיינע שוואכקייטען, אבער אויך די כוח הקדושה וואס איז דא אין אים.
ס'דא א ווארט פונם הייליגען קאברינער ז"ל, 'גבוהים ורמים' איינער וואס גייט צו הויך איז 'תנין ואדם' איין טאג א גלח און איין טאג א מלאך! נאך א ווארט, פון די ערד קען מען נישט פאלען! דאס איז איינס פון די הויפט יסודות פון תניא. ווייס פונקטלעך דיין פלאץ מיט אלע דיינע שוואכקייטען, און פון דארט טרעף דיין מקום עבודה, צו טוהן וואס דער אייבערשטער ווארט פון דיר, טאקע דארט ווי דו שטייסט.
כ'וועל אראפ ברענגען עטליכע כלליתדיגע מושגים פון די ערשטע פאר פרקים, אז ס'זאל זיין לייכטער צו כאפן דעם המשך ווען מ'וועט שוין לערנען על הסדר.
א. מיר זענען צוגעוואוינט צו קוקן אויף אונזער רוחניות'דיגע לעבן מיט א יחיד'ישער בליק, דאס מיינט ווי מיר שטייען אין עבודת השי"ת, צו מיר טוהן מצוות אדער עבירות וכדומה. אבער ווען מ'וויל פארשטיין מושגים כלליים אינם געבוי פון א יודישע נשמה מוז מען קוקן כללית'דיג.
דאס מיינט אז למשל אויב ווערט קלאר אין תניא אז ס'איז דא נשמות וואס זיי קענען נישט אנקומען צו געוויסע דרגות אפילו זיי וועלן ארבעטען זייער שווער. (דאס ווארט: וויל נאר וועסטו זיין א גאון, האט לימיטעישאנס...) קען ווערן שווער צו פארשטיין, וואס הייסט וויאזוי קען זיין אזא זאך? יעדער דארף דאך שטרעבן צו שלימות! און נאך אזעלכע קשיות. נאר די תירוץ איז אז ס'נישט דא קיין שלימות פרטי נאר א שלימות כללי. למשל ווען עסקנים גרייטען אן א מסיבה. אויב יעדער וועט טראכטען נאר פון זיך א גאנצן צייט, און וועלן טוהן 'זיין' שלימות, וועט יעדער זוכן די חשובע דזשאב, און די פשוטע זאכן וועלן נישט געטאן ווערן. אבער אויב מ'וועט טראכטען כללית'דיג וואס קען איך טאן אז 'ס'זאל זיין א שיינע מסיבה' און אלעס זאל קלאפן, דעמאלס וועט ער קוקן וועלכע זאכן דארפן געטאן ווערן, און ער וועט טאן וואס ער קען, און פון יעדעם צוזאמען וועט ארויסקומען א סוקסעספולער מסיבה. די זעלבע זאך, ווען א יוד וועט קוקן נאר אויף 'זיין' שלימות וועט ער לפעמים קענען ליב האבן צו טאן זאכן וואס ס'איז נישט זיין תפקיד, און דאס איז די יסוד פון אלע פראבלעמען אין רוחניות, ווי דער באקאנטער בריוו פון פרי הארץ מכתב כ"ב אז דאגות און אומצופרידענהייט אפילו אין רוחניות ברענגט תאוות און מחשבות זרות ר"ל, און דער עיקר איז זיין א חכם המכיר את מקומו און טוהן זיין תפקיד בשמחה. און כדי צו קענען זיין א מכיר את מקומו דארף מען האבן די מעגליכקייט צו קענען זעהן פונדרויסען די גאנצע פיקטשער און נאר נאכדעם זעהן וואס ער דארף טוהן צו דעם.
וואס איז די גאנצע פיקטשער?
באריכות איז עס מבואר שפעטער אין תניא פון פרק לו און ווייטער, אבער די גאנצע ספר איז געבויעט אויף דעם יסוד. די תכלית פארוואס דער באשעפער האט באשאפן די וועלט איז, וועגן ער האט געוואלט האבן א דירה בתחתונים. דאס מיינט אז כלל ישראל זאל ממשיך זיין קדושה אויף די וועלט דורך די מצות עשה, און מבער זיין די טומאה דורך די מצות ל"ת. (מיט יעדע מצוה איז מען ממשיך קדושה אויף די וועלט, נאר מיר זעהן עס נישט כדי ס'זאל בלייבן א בחירה.) און ווען אלעס וועט שוין זיין מתוקן, וועט מקויים ווערן פתאום יבא האדון אל היכלו, און עס וועט נתגלה ווערן כבוד שמים. און אלע יודען וועלן זוכה זיין צו שכר נצחי נהנה צו זיין מזיוו השכינה, דורך די מצוות וואס זיי האבן געטוען. ס'דא א טייטש אין די קדמונים שכר מצוה מצוה, די מצוה אליינס איז די שכר. נאר אויף די וועלט קען מען עס נישט פילען אבער (אויף יענע וועלט נאר אביסל און בעיקר) ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען זוכה זיין צו קרבת ה' אלס שכר פון די מצוות וואס מ'האט געטאן, וואס דאס איז די גרעסטע תענוג וואס איז שייך.
וויאזוי פונקטליך ווערט די התגלות השכינה ווייסן מיר נישט, מיר קענען נאר מקיים זיין די מצוות און דער אייבערשטער טוט שוין מיט דעם אלע תיקונים וואס פעלט זיך אויס. אבער אזויפיל האבן צדיקים מגלה געווען אז פונקטליך ווי אזוי די תיקונים זאלן ארבעטען, ווענדט זיך אין יעדע נפש, און לויט יעדע מצב וואס ער געפינט זיך לויט דעם טוט זיך די תיקונים. אסאך מאל פעלט זיך אויס פאר די תיקוני הנפש והעולם דוקא שוואכע זמנים, אז דער מענטש זאל זיך אביסל אנשטרענגען זיך צו געבן אביסל א בייג פארן אייבערשטנס כבוד וועגן, און מער דארף מען נישט פון אים פאר די יעצטיגע תיקון. אין אזא פאל האט דער מענטש בכלל נישט קיין בחירה צו קענען זיין דערהויבן! נאר ער דארף דעמאלס טוהן וואס ער דארף טוהן בקטנות המוחין מיט אמונה, און מיט דעם טוט ער אויף וואס ער דארף. (עס ווערט געברענגט אז ס'איז דא גאנצעטע דרושים אויף די נושא אין כתבי האריה"ק וויאזוי דאס ארבעט, אויך אי זידוע מעשיות אויף דעם מתמידי בעש"ט הקדוש). כ'האב אמאל געהערט בשם רי"מ שעכטער שליט"א אז א מענטש האט נישט קיין בחירה אין וועלכע מצב צו זיין, ער האט נאר א בחירה וויאזוי אנצונעמען זיין מצב!
וועגן דעם כדי א מענטש זאל קענען אנהייבן צו פארשטיין די מושגים וואס דער תניא רעדט, דארף ער אנפאנגען צוביסלעך צו טוישן זיין בליק צו קוקן כלליתדיג, סיי אויף כלל ישראל בדורינו, ווי אויך אויף אלע דורות וואס זענען דא פון בריאת העולם ביז משיח'ס טאג. און נאר נאכדעם קען ער קוקן אויף זיין פרטית'דיגע לעבן, און זעהן וואס איז זיין תפקיד בעולם. אזוי ווי די פריערדיגע משל פון עסקנים ביי א מסיבה.
עד כאן פאר יעצט כ'האף צוריק צו קומען צו גיין ווייטער מיט די מבוא אויסצושמועסן נאך אפאר מושגים פון תניא כדי ס'זאל זיין שפעטער גרינגער צו לערנען על הסדר.

מבוא: