שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

שאלות תשובות און הערות אויפן שיעור הקהלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

אלץ בחור האב איך געהערט פון עטליכע בעלי דרשנים אז דיני השכמת הבוקר פאנגט זיך אן וואס מען דארף טון ווען מען שטייט אויף, און די צווייטע סעיף פאנגט זיך אן וואס מען זאל טוען ווען מען לייגט זיך שלאפן. האבן זיי געזאגט , אז אויב מען לייגט זיך ווי א איד, שטייט מען אויף ווי א איד. און פארדעם קומט עס זייער גיט אריין צווישין די דיני השכמת הבוקר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ווארט איז באקאנט פון ר' מאיר'ל פרימישלאנער, ער שטעלט זיך פארוואס דער רמ"א שרייבט אז מען זאל זיך לייגן שלאפן מיט "שויתי", דער מחבר האט דאך אנגעהויבן מיטן אויפשטיין צופרי. אויף דעם ארויף האט ער געזאגט דעם באקאנטן ווארט: אויב מען לייגט זיך ווי א פערד, שטייט מען אויף א פערד, דערפאר שרייבט דער רמ"א אז מען זאל זיך לייגן ווי א איד, אזוי וועט מען האפנטליך אויפשטיין מיט א אידישע נשמה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האבן היינט געלערנט אין קיצור שלחן ערוך סימן א' סעיף ד': קודם שיתגבר עליו היצר הרע בטענות ותואנות לבל יקום. ויתחכם עליו להשיאו בחורף: איך תקום עתה בבוקר השכם והקור גדול, ובקיץ ישיאנו: איך תקום ממטתך, ועדיין לא שבעת משנתך, או בטענות אחרות וכדומה.

אויף אידיש: דער יצר הרע רעדט איין דעם מענטש פארשידענע זאכן פארוואס ער זאל בלייבן איינגעוויקעלט אונטערן קאלדרע און נישט ארויסקריכן דערפון אין די פריע פארטאגס שטונדן, דהיינו: אין די ווינטער פרעגט ער אים "וויאזוי קענסטו אויפשטיין אזוי פרי? עס הערשט דאך א פרעסט אינדרויסן? בלייב אביסל ליגן, שפעטער וועט די זון אויפקומען און עס וועט ווארעם ווערן אויף דער וועלט", און אין די זומער טעג זאגט דער יצר הרע "וויאזוי קענסטו שוין אויפשטיין? ביסט דאך נאכנישט גענוג געשלאפן? לייג זיך צוריק, שלאף נאך אביסל!".

וויל איך פארשטיין: פארוואס אין די ווינטער זאגט ער אים נישט סתם "שלאף נאך אביסל, ביסט נאך צו ווינציג געשלאפן", פארוואס ברויך ער אנקומען מיט א "פארקילעכץ" טענה, און איז נישט צופרידן מיט א "מידקייט" טענה, אזוי ווי אין די זומער.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווייל ווינטער פלעגט מען גיין שלאפן זייער פרי גלייך ווען עס איז טונקל געווארן, ווען עס איז געקומען פארטאגס איז מען שוין געשלאפן גענוג שעות.

משא"כ זומער ווען עס ווערט טונקל שפעט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב אויך געקלערט אזוי, אבער למעשה ביי אונז - היינטיגע צייטן - איז ליידער נישט קיין נפקא מינה, און מען איז קיינמאל נישט אויסגעשלאפן... ווי די וועלטס ווערטל לויטעט: אדם מיע"ד לעולם.

בדרך אפשר קען מען זאגן, אז זינט דער יצר הרע האט פארלוירן זיין טענה אז עס איז קאלט אינדרויסן (א דאנק די מעכטיגע הייצונג סיסטעמען וואס ווארימען אונז אן אין אלע שעות פונעם טאג), האט ער זיך גענומען באנוצן מיט די מיעדקייט טענה א גאנץ יאר (פרייליך).
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

ס'איז נאך זונטאג, און די שיעור האלט שוין ביי מאנטיג, וויי און וואונד איז מיר...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וויי אפשר, וואס עפעס וואונד?
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

זאלסט האבן וואס צו פרעגן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פענסטער האט געשריבן:ס'איז נאך זונטאג, און די שיעור האלט שוין ביי מאנטיג, וויי און וואונד איז מיר...


אפשר ביים אנהייבן שרייבן די תגובה איז נאך געווען זונטאג, אבער ביים דרוקן "שלח" אום 9:09 איז שוין געווען אויפן אידישן זייגער מאנטאג!
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

ווען איך האב געשריבן די תגובה איז שוין געווען מאנטאג, אבער ווען יאנאש האט געשריבן זיין תגובה איז נאך געווען זונטאג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האבן געלערנט אינעם היינטיגן שיעור אז בעפאר נטילת ידים טאר מען נישט צורירן די אויגן/אויערן/נאז/מויל און דאס גלייכן, ווייל די רוח טומאה איז שורה אויף די הענט.

אין די גמרא (שבת ק"ט ע"א) שטייט אז אויב מען רירט יא צו איינע פון די אברים מיט טמא'נע הענט, ווערט מען חלילה בלינד/טויב ח"ו עיין שם.

איז כדאי מעתיק צו זיין וואס איך האב געזען אין ספר כף החיים (או"ח סי' ד' סקי"ט) בשם ספר סולת בלולה וז"ל, ומ"ש שהרוח רע מסמא ומחרשת וכו', אע"פ שאינו כן בחוש העין, הענין הוא בתורה, ור"ל הנוגע באחת מאלה נעשה באותו היום סומא או חרש בתורה, כי לא יבין מה שיראה בתורה ולא יבין מה שישמע כו' עכ"ל.

אין שבט מוסר (פרק ט"ז סי' י"א) ברענגט ער אן אנדערע פשט דערויף, בשם צוואת ר"א הגדול, וז"ל, רוח הטומאה שורה על הידים, ואל תעביר אותה על עיניך פן יכשלו רבים במראית עיניך כי אין ברכה שורה בראית עין שקבל טומאה עכ"ל.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יישר כח יאנאש פארן מיר מזכה זיין מיטן געבן די שיעור היינט נאכט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויף די שיעור פון פרייטאג האב איך געוואלט צולייגן אז עס איז א גרויסע מחלוקת צווישן די פוסקים אויב מען ברויך צובינדן די לינקע בענדלעך פון הויזן (לדוגמא) אדער נאר פון שיך, דאס הייסט אז הגם דער קיצור שו"ע זאגט אז סיי ביי שיך און סיי ביי אנדערע מלבושים זאל מען צוערשט צובינדן דאס לינקע זייט, זענען אבער דא חולקים דערויף.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האבן היינט געלערנט:
בבית הכסא אסור להרהר בדברי תורה, לכן בהיותו שמה, טוב שיהרהר בעסקיו ובחשבנותיו, שלא יבא לידי הרהור תורה או הרהור עבירה חס ושלום. ובשבת שאין להרהר בעסקיו, יהרהר בדברים נפלאים שראה ושמע וכדומה.

האב איך געקלערט, בדרך אפשר, אז שבת קען מען טראכטן פון די תגובות אין קרעטשמע... וואס גייען לכאורה אויך אריין בגדר "דברים נפלאים שראה ושמע וכדומה"
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, גרינע מענטשעלע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

עס איז באקאנט (?) די מעשה פון א גרויסע גביר וואס איז געשטארבן, און מען האט מכבד געווען דעם רב פון שטעטל זאל זאגן אפאר ווערטער ביים לוויה, וואס צו זאגן איז נישט געווען, קיינמאל קיין ספר נישט גע'עפענט, קארג געווען ווי דער גוטער יאר, א טובה פאר א צווייטן מאן דכר, קוים געדאווענט מיט מנין.

אבער דער רב איז קיין נער נישט געווען, ער האט דאך געוואוסט אז דא ווארט אים א גרויסע מטבע וואס ער האט נישט געקענט ערלויבן צו פארלירן, איז ער אויפגעקומען אויף א וואזשנע בייפאל, ער האט זיך אויפגעשטעלט אין געזאגט, רבותי דא ליגט פאר אונז א איד וואס מען קען זאגן אויף אים במלא מובן אז ער האט קיינמאל נישט עובר געווען אויפן דין פון אסור להרהר ד"ת במקומות המטונפים, ווער פון אונז קען דאס זאגן, דער גאנצער עולם האט אויסגעבראכן און א ............
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער עולם זאל געווארנט זיין - די וואס לערנען דעם טעגליכן שיעור אין בית המדרש - אין וועלכן ספר קיצור שולחן ערוך מען לערנט דעם שיעור!

איך פלעג ביז יעצט לערנען אין איין געוויסע דרוק (נדפס בשנת תש"ב), ביז איך האב אנגעהויבן באמערקן דארטן אזעלכע מאדנע שיבושים, געפערליכע גרייזן, אזש גאנצע סעיפים האבן געפעלט (און איך האב זיך שוין אפילו צעמישט מיטן סדר השיעור).

ביי די היינטיגע שיעור, האט למשל געפעלט די צווייטע האלב פונעם ערשטן סעיף וואס מען לערנט היינט, א פחד נורא, דער עולם זאל זען צו לערנען דעם שיעור אין א ספר מוגה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין די היינטיגע שיעור שטייט "ואפילו אם הוא אינו מריח צריך להרחיק כאילו היה מריח".

פשט דערפון איז, אויב דער מענטש וואס דאווענט ליידט אויף א מחלה וואס בלאקירט זיין חוש הריח, אזוי האב איך געזען אין מחבר סי' ע"ט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח קרעמער, לערנענדיג היינט דעם שיעור איז מיר אומקלאר געווען די פראז, יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אינעם היינטיגן שיעור זאגט דער קיצור (אייגערינגלט) אז 'דמטות שלנו אינן חוצצות', וואס מיינט דאס?

אין סעיף י"ד שרייבט ער, אז אין בית המרחץ טאר מען נישט זאגן דעם אייבערשטענס נאמען, וואס הייסט בית המרחץ, די שטוב וואו מען טוט זיך אויס איז אויך בית המרחץ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לכאורה "מטות שלנו" מיינט אז ביי אונז איז געווענליך ליידיג אונטערן בעט, משא"כ ביי זייערע בעטן וואס דאס איז געווען א גאנצע סטארעדזש פאר העלצער און אנדערע חפצים, ממילא האט עס געקענט חוצץ זיין אינעם שטוב (רבינו יונה ברכות פרק ג' בשם הגאון). אדער ווענדט זיך עס וויפיל טפחים עס איז דא צווישן די בעט און די ערד (ווינציגער ווי 3 טפחים זאגט מען לבוד און עס איז חוצץ, 10 טפחים הייסט אויך שוין א באזונדערע רשות, ברכות כ"ה ע"ב), אדער ווענדט זיך דאס אויב די בעט האקט טאקע איבער דעם שטוב אין צווייען, ד.ה. ער ציהט זיך פון איין וואנט ביז די צווייטע (כך הבנתי מדברי המג"א סי' פ"ז סק"ד).

--
בית המרחץ: אמאליגע צייטן פלעגט זיין דריי שטובער אין בית המרחץ, יעדע שטוב האט געהאט א באזונדערע דין לגבי מזכיר זיין א דבר שבקדושה, אבער היינט האט אלעס א דין בית המרחץ ווייל אין אלע שטובער דרייט מען זיך ארום פולשטענדיג ערום, אנדערש ווי אמאל וואס מען האט זיך אויסגעטאן נאר האלב אין די פאדערצימער, פארענדיגט אינעם מיטעלן צימער, און די דריטע צימער האט מען זיך גערייניגט (דארט איז די הארבסטע, ווייל דארט איז די זוהמא גאר שטארק).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב באמערקט א דבר פלא אינעם היינטיגן שיעור: אין סעיף ט"ז איז מבואר אז לגבי די גוף פון א פרוי איז די שיעור ערוה נאר ביי א טפח, אבער ביי "האר" איז די שיעור אפילו א משהו.
ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק »

איך האב נעכטן געוואלט פארלערנען אוןווען איך האב שוין ענדליך פארענדיגט אפטייען די גאנצע שיעור (דורך דעם לינקhttp://www.gate2home.com/?language=he&sec=2) האב איך באמערקט אז יענטאאש האט מיר שוין אויסגעכפט

אבער איך גלייב עז עס איז אזוי געווען באשערט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ניק האט געשריבן:איך האב נעכטן געוואלט פארלערנען אוןווען איך האב שוין ענדליך פארענדיגט אפטייען די גאנצע שיעור (דורך דעם לינקhttp://www.gate2home.com/?language=he&sec=2) האב איך באמערקט אז יענטאאש האט מיר שוין אויסגעכפט

אבער איך גלייב עז עס איז אזוי געווען באשערט

דאס קומט ביי די דוירכפעלער אשכול.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניק;

א ריזן יישר כח פארן וועלן פארלערנען, מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה.

די מעשה איז אז די פארלערנען איז - בדרך כלל - איינגעטיילט צווישן די מנהלים, כל הקודם זכה (זיי האבן דאס אויפן סיסטעם, מען ברויך דאס נישט אפטייפן).
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”