הלכות לשון הרע באידיש

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ד' כי תשא תשע"ד - שיעור כ"ד

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 12, 2014 6:57 pm

חלק ההלכה:

לשון הרע געצוואונגענערהייט


עס איז נישטא קיין חילוק צי מען דערציילט לשון הרע פון דעם אייגענעם ווילן, צי מען ווערט געצוואונגען דערצו. אויב א מענטש וועט דיר צווינגען צו עסן אומ'כשר'ע עסנווארג, וועסטו עס דען מעגן עסן? געוויס נישט! דאס זעלבע איז אויך ביי לשון הרע.

צום ביישפיל: חנינא איז זייער נייגעריג צו וויסן ווער עס האט געטון א געוויסע אומרעכט, און דערפאר מאנט ער פון זיין חבר ער זאל עס אים דערציילן. חנינא פאנגט אן: "זע, מיר זענען דאך גוטע פריינט, איך בעט דיר, דערצייל מיר, איך וועל פאר קיינעם נישט אויסזאגן". ער זאגט ווייטער, "גיב מיר נאר א רמז. אויב דו וועסט מיר נישט זאגן וועסטו נאך חרטה האבן. איך וועל דיר נישט פארלאזן, דו מוזט מיר דערציילן".

חנינא פראבירט אויף אלע וועגן ארויס צו באקומען דעם נאמען. דער חבר טאר עס אויף קיין שום פאל נישט דערציילן.

חלק ההתעוררות:

ביי א מצורע שטייט "וטמא טמא יקרא", זאגן חז"ל אז דאס איז כדי שיודיע צערו לרבים ויבקשו עליו רחמים. איז שווער מיר ווייסן דאך יפה תפלת החולה, פארוואס זאל ער נישט ענדערש אליין מתפלל זיין אויף זיך?

אבער אז מ'זעט וואס עס שטייט אין זוה"ק אז טאמער איינער רעדט לשון הרע ווערן זיינע תפלות נישט אנגענומען ביז ער טוט תשובה און מעקט אויס די עבירה, קומט אויס אז ער אליין קען נישט מתפלל זיין, ווייל זיינע תפלות ווערן דאך נישט אנגענומען, דארף ער צוקומען אז רבים יבקשו עליו רחמים.

אויך שטייט אין מדרש אז דורך רעדן לשון הרע פארלירט מען דאס ביסל תורה וואס מ'האט געלערנט. דער פשט אין מדרש קען זיין אז דאס איז ווי דער חובת הלבבות שרייבט אז ווען מ'רעדט לשה"ר טוישט מען זיך אויף די מצוות און עבירות מיטן בארעדטן, קומט אויס ער פארלירט אלע זיינע תורה וואס ער האט געלערנט.

מיר ווייסן אז ווען א מענטש טוט אן עבירה מיט איין אבר, איז ער פוגם אין יענע אבר, אבער ווען א מענטש רעדט לשון הרע דארף מען זיך אפשיידן פון די גאנצע מענטש, אזוי שטייט אין זוה"ק אז די עבירה פון לשון הרע איז פוגם אין די גאנצע נפש פון דעם מענטש רח"ל

און טאמער מ'היט זיך אפ איז דער גאנצע נפש ריין.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ה' כי תשא תשע"ד - שיעור כ"ה

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 10:54 am

חלק ההלכה:

פארמיידן לשון הרע צו עלטערן אדער לערערס.


אויב א לערער אדער עלטערן פרעגן וועגן א זאך וואס האט פאסירט, און מען ווייסט אז מיט'ן ענטפערן וועט מען מוזן רעדן לשון הרע, טאר מען זיי גארנישט זאגן. טראץ דעם וואס מען האט א פליכט זיי מכבד צו זיין, מוז מען אויסטרעפן א שיינע און בכבוד'יגע וועג ווי אזוי זיי צו ענטפערן. אבער אין א פאל וואס די רייד וועלכע זיי פאדערן צו וויסן, קען זיין א תועלת, דאס מיינט זיי קענען פארמיידן שלעכטס אדער שאדן, און מען ווייסט, אז אליין האט מען נישט די מעגליכקייט יענעם צו זאגן שטראף רייד, דארף מען יא דערציילן וואס מען ווייסט.

פארלירן געלט אדער די גאנצע פארמעגן דורך זיך פארמיידן פון לשון הרע.


עס איז נישט פארהאן אן ערלויבעניש אדער בארעכטיגונג צו רעדן לשון הרע, אפילו אויב דאס שווייגן קען צוברענגען צו א שאדן, אדער אפילו צו פארלירען זיין גאנצן פארמעגן, טאר מען נישט פאר דעם עובר זיין אפילו אויף איין איסור פון די תורה.
צום ביישפיל: מר. גולדבערג וואס האט א פאבריק, פאדערט פון זיינע ארבעטארערס זיי זאלן בארעדען זיין קאנקורענץ, דער שכן וואס האט דעם זעלבן סארט פאבריק. מר. גולדבערג האט זיי אפילו געווארנט, אז אויב זיי וועלן אים נישט פאלגן, וועט ער זיי אוועקשיקען פון די ארבעט, כאטש עס איז זייער שווער צו בלייבן אן פרנסה, דאך טאר מען נישט אויף קיין שום פאל רעדן שלעכטס אויף יענעם.


חלק ההתעוררות:

די גמרא (שבת קיט) זאגט "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל פיהם של תינוקות של בית רבן". האט רב פפא געפרעגט פון אביי, וואס טוט זיך מיט אונזער תורה וואס אונז אמוראים לערנען? האט אים אביי געענטפרט "אינו דומה הבל פיהם שאין בהם חטא, להבל פיהם שיש בהם חטא". דאס הייסט אז אפילו די הייליגע אמוראים האבן געפילט אז זיי האבן עפעס א פגם אין דעם ענין פון שמירת הלשון, און וועגן דעם האט דאס שוין נישט די זעלבע כח ווי הבל פיהם של תשב"ר.

דאס הייסט, אז אפילו תינוקות של בית רבן וואס זייער תורה ותפלה איז בכלל נישט מיט קיין שטארקע כוונות, זיי האבן דאך נישט קיין השגות, און די תורה ותפלה פון די הייליגע אמוראים זענען דאך געווען מיט די גרעסטע כוונות און השגות וואס שייך, פון דעסטוועגן ווערטער וואס קומט פון א הייליגע מויל האבן א גרעסערע כח.

דארף אונז אנכאפן א ציטער, מה-דאך די הייליגע אמוראים האבן אזוי געהאלטן אויף זייער אייגענע תורה ותפלה, וואס זאלן מיר טראכטן? אונזער גאנצע לערנען און דאווענען דארף דאך סתם אזוי א גרויסע ישועה, וועט מען נאך יעצט גיין מטמא זיין די מויל מיט דיבורים אסורים?!

יעדער וואס האט א ביזנעס לייגט דאך אריין קאפ און מח צו זען ווי אזוי ער קען פארבעסערן די ביזנעס, דארף מען ביי רוחניות אויך זען אז כאטש דאס ביסל וואס מיר דאווענען און לערנען זאל זיין ווי ריינער עס איז שייך.

(שמירת הלשון שער הזכירה פרק ז')
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום א' ויקהל תשע"ד - שיעור כ"ו

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 16, 2014 7:27 pm

חלק ההלכה:

שרייבן לשון הרע


אויפ'ן איסור פון לשון הרע קען מען עובר זיין סיי מיט רעדן, און סיי מיט שרייבן. וועגן דעם דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווען מ'שרייבט בריוון, ספרים, צייטונגען און פארשידענע מודעות. ווייל אויב עס איז דא אין דעם שאנד ווערטער אויף א צווייטן ווערט עס פאררעכנט אלס לשון הרע.

פארעפנטליכן א בריוו וואס וועט דערנידערן דעם שרייבער דערפון


אויב מען דערהאלט א בריוו, און דורכן ווייזן פאר א צווייטן וועט מען צוקומען צו לשון הרע, טאר מען עס פאר קיינעם נישט ווייזן. אפילו אויב מען רעדט גארנישט וועגן דעם שרייבער, אבער דער וואס ליינט עס קען אליין פארשטיין אז דער שרייבער איז א נאר, אדער אז ער האט אנדערע פעלערן, הייסט עס "לשון הרע ברמז", און עס איז אן עבירה, גענוי ווי יעדע אנדערע לשון הרע.

צום ביישפיל: זעליג האט דערהאלטען א בריוו פון מענדל, וועלכער איז אנגעפילט מיט גרייזן, פאלשע געדאנקען און אויך פארשידענע מאמרי חז"ל וועלכע זענען נישט ריכטיג נאכגעשריבן. זעליג טאר עס פאר קיינעם נישט ווייזן און דורכדעם צוברענגען צו מענדל פארשעמונג און שפאט.


חלק ההתעוררות:

דער צער פון שווייגן און די באלוינונג דערפאר.


א מענטש וואס עס איז אים אויסגעקומען צו זיצן צווישן א גרופע מענטשן וועלכע רעדן לשון הרע און רכילות, און ער האט נישט קיין מעגליכקייט זיך אוועק צו קערן פון זיי, טאר ער נישט אנטייל נעמען אין זייער געשפרעך. כאטש עס איז נישט אנגענעם צו זיצן און שווייגן און אויסזען ווי א נאר, דאך מוז מען געדענקען אין אזא צושטאנד דאס וואס אונזערע חכמים ז"ל האבן געזאגט: "מוטב לי להקרא שוטה כל ימי ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום" (עדיות פ"ה, מ"ו) "עס איז בעסער אז איך זאל גערעכנט ווערן פאר א נאר אין מענטשנס אויגן מיין גאנץ לעבן, איידער איך זאל זיין א רשע איין מינוט אין די אויגן פון השי"ת".

אין די מינוט, דארף א מענטש טראכטן וועגן דאס גרויסע באלוינונג וואס הקב"ה וועט אים געבן פארן שווייגן. וויפיל גרעסער עס איז דער צער פון שווייגן, אלץ גרעסער וועט שטייגן זיין שכר, ווי אונזערע חכמים ז"ל האבן געזאגט: "לפום צערא אגרא" (אבות פ"ה משנה כ"ג) "לויטן ווי פיל מען ליידט אזוי פיל איז דער באלוינונג". און אויף דעם ברענגען חז"ל אין מדרש, אז יעדע מינוט וואס א מענטש שווייגט, איז ער זוכה צו א באהאלטענע ליכטיגקייט, וואס קיין שום מלאך און באשעפעניש קען זיך נישט פארשטעלן (אגרת הגר"א).

און דאס וואס חז"ל זאגן, לעולם יהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות, דאס הייסט א מענטש זאל זען צו זיין "אנגענומען" צווישן מענטשן, דאס איז געזאגט געווארן דוקא אויף "בריות", מענטשן וואס פירן זיך על פי תורה, אבער מענטשן וואס פירן זיך נישט על פי תורה ווערן אפילו נישט אנגערופן "בריות".

די גמרא אין פסחים (קיט) זאגט, כל האומר לשון הרע ראוי להשליכו לכלבים שנאמר לא תלך רכיל בעמך וסמיך לי' לכלב תשליכון אותו. זאגט דער מהר"ל, ווייל ביי כלבים טרעפן מיר אז אין מצרים האבן זיי זיך געהיטן דאס מויל ווען מ'האט געברויכט, ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו, אבער דער וואס קען זיך נישט היטן דאס מויל ווי ס'דארף צו זיין, איז דאס זיין פארדינטע עונש.

און איינער וואס היט זיך יא, איז זיין שכר זייער גרויס.

(חפץ חיים כלל א', און שמירת הלשון שעה"ז פרק' ח').
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ב' ויקהל תשע"ד - שיעור כ"ז

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 17, 2014 3:05 pm

חלק ההלכה:

מרמז זיין לשון הרע


אזוי ווי מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע, אזוי טאר מען אויך נישט מרמז זיין, דורך ווינקען, געבן א דריי מיטן נאז, אדער סיי וועלעכע רמז וואס מען קען דורכדעם פארשטיין לשון הרע.

אויב אזוי ווערט שווער, די גמרא אין ברכות דף ח' זאגט דאך, במערבא כי נסיב איתתא האט מען אים געפרעגט מצא או מוצא? איז די קשיא ווי אזוי האט מען געקענט פרעגן אזא קשיא ווען אויב זאל ער ענטפערן 'מוצא' [אני מר ממות את האשה], וואלט דאך עס געווען לשון הרע אויף די ווייב, און דאס איז אויך אסור פונקט ווי לשון הרע אויף אנדערע מענטשן?

נאר ס'קען זיין אזוי ווי ס'ווערט דערמאנט שפעטער אין כלל ב', אז א זאך וואס איז באוואוסט פאר יעדן איז נישטא אין דעם קיין איסור לשון הרע (עיי"ש התנאים לזה), איז אזא פרוי וואס מ'קען זאגן אויף איר 'מר ממות' איז דאס זיכער א דבר ידוע, און ס'נישטא דער איסור לשון הרע.

זיך זעלבסט אריינרעכענען אין די שלעכטע רייד.


דער וואס רעדט לשון הרע אויף א צווייטן, אפילו ווען ער רעכנט זיך זעלבסט אריין אין די זעלבע דערציילונג, ווערט גארנישט קלענער זיין זינד. אויב ער דערציילט א געוויסע אומרעכט וואס ער מיט זיין חבר האבן צוזאמען געטון, אפילו אויב ער דערמאנט זיין אייגענעם נאמען פריער, איז ער עובר אויף לשון הרע.

אזוי טרעפט מען ביי ישעי' הנביא ווען ער האט געזאגט פארן אויבערשטן 'כי איש טמא שפתים אנכי ובתוך עם טמא שפתים אנכי יושב', און ער איז געווארן באשטראפט פאר דעם. זעט מען אז אפילו מ'הייבט אן מיט זיך אליין העלפט דאס נישט צו פטר'ן די איסור פון לשון הרע.


חלק ההתעוררות:

איינער וואס רעדט לשון הרע איז מגדיל עוונות עד לשמים, ווי ס'שטייט שתו בשמים פיהם וגו'.

לשון הרע איז אזוי הארב ווי די דריי ערגסטע עבירות, אויך דער עונש דערפון איז אזוי שווער, ווי ס'שטייט אין ירושלמי מס' פאה, אז פאר פיר עבירות באצאלט מען דעם מענטש אויך אויף דער וועלט, עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, און לשון הרע.

אויף בעלי לשון הרע און מחללי השם קומט דער זעלבער עונש ווי קרח, ותכס עליהם הארץ.

אויך זאגט די גמרא אין מס' שבת דף ל"ג א סימן ללשון הרע איז מיתת אסכרה, וואס דאס איז פון די שווערסטע מיתות. די גמרא זאגט פארוואס הייבט זיך מיתת אסכרה אן בבני מעיים און ענדיגט זיך אין מויל? אזוי ווי לשון הרע וואס כליות יועצות, און די פה איז גומר די לשון הרע.

און ווען מ'היט זיך פון דעם אלעם, היט מען זיך פון אלע צרות.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ג' ויקהל תשע"ד - שיעור כ"ח

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 18, 2014 4:36 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – שיטת התוספות


די גמרא אין בבא בתרא (דף לט) זאגט "אמר רבה בר רב הונא, כל מילתא דמתאמרא באפי תלתא לית בה משום לישנא בישא", יעדע זאך וואס ווערט געזאגט פארנט פון דריי מענטשן איז נישט דא אין דעם קיין לשון הרע.

די מימרא פאר זיך דארף א שטארקע ביאור, וואס הייסט ס'נישט דא אין דעם קיין לשון הרע?! אויב טאר איך נישט רעדן לשון הרע מיט איין אדער מיט צוויי מענטשן, פארוואס ווען ס'איז דא דריי מענטשן מעג מען יא?! פארקערט גאר, יענער ווערט דאך מער פארשעמט דורך דעם?!

נאר אז מ'קוקט אריין אין די ראשונים זעט מען אז דא איז דא פארשידענע מהלכים ווי אזוי צו לערנען פשט אין די מימרא.

תוספות לערנט פשט, אז דאס גייט ארויף אויף א פאל וואס די ווערטער פונעם זאגער קען אויסגעטייטשט ווערן אויף צוויי וועגן. למשל, ראובן זאגט "ביי שמעון אין שטוב קאכט מען אלעמאל עסן!" דאס קען ווערן אויסגעטייטשט אויף צוויי וועגן, אדער אז דארט זענען זיי פארנומען עסן אגאנצן טאג, דאס איז שלעכטס, אדער אז דארט איז דא א גרויסע משפחה וואס מ'דארף קאכן אגאנצן טאג, גארנישט שלעכט דערמיט.

איז טאמער איינער וויל זאגן אזא סארט זאך, דארף ער סתם אזוי זייער אכטונג געבן ווי אזוי ער זאגט עס אז פון זיינע ווערטער זאל מען נישט קענען אויסטייטשן קיין שלעכטס. אבער טאמער זאגט ער עס פארנט פון דריי מענטשן, דעמאלט דארף ער נישט אזוי שטארק אכטונג געבן, ווייל יעדער ווייסט אז א זאך וואס מ'זאגט פארנט פון דריי מענטשן וועט זיכער אנקומען צו דעם יעניגן אויף וועמען מ'רעדט, און אויב האט ער נישט מורא דאס צו זאגן אויף אזא אופן פארנט פון שמעון אליין, ווייל שמעון וועט פארשטיין אז ער מיינט נישט קיין שלעכטס, מעג ער עס אויך זאגן פארנט פון דריי מענטשן אויף דעם אופן.


חלק ההתעוררות:

אין מדרש אגדה (בראשית כ') שטייט אז לעתיד לבא וועלן אלע האבן א רפואה חוץ פונעם נחש, [אזוי ווי ס'שטייט אין פרקי דרבי אליעזר, ווייל אין פסוק שטייט 'ועפר תאכל כל ימי חייך', און חז"ל דרש'נען ימי חייך – העוה"ז, כל ימי חייך – להביא לימות המשיח]. אזוי אויך וועט דער בעל לשון הרע נישט האבן קיין רפואה אויף יענע וועלט אויך נישט.

אין מדרש פרשת וירא שטייט, אז לעתיד לבא וועט דער אויבערשטער פרעגן די אומות העולם "פארוואס האט איר גע'רודפ'ט מיינע קינדער?" וועלן די אומות העולם ענטפערן "זיי האבן דאך גערעדט לשון הרע!" וועט דער אויבערשטער נעמען די גוים צוזאמען מיט די בעלי לשון הרע און אריינטראסקען אין גיהנם.

די גמרא זאגט אין מס' תענית, אין הגשמים נעצרין אלא בשביל בעלי לשון הרע. קומט אויס אז די צרה פון ארימקייט און דלות קומט אויך צוליב די בעלי לשון הרע.

על כן, ווער ס'וויל זיך היטן זיין גוף און זיין נשמה פון אלעם שלעכטס, זאל זיך אפהיטן זיין מויל פון רעדן לשון הרע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ד' ויקהל תשע"ד - שיעור כ"ט

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 19, 2014 3:48 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – שיטת רשב"ם


דער רשב"ם לערנט אן אנדערער פשט אינעם היתר פון אפי תלתא. אויב האט ראובן גערעדט לשון הרע אויף שמעון פארנט פון דריי מענטשן, לאמיר זיי אנרופן ענר אשכול וממרא, האט ראובן גאר הארב עובר געווען אויף לשון הרע. אבער איינע פון די דריי מעגן יעצט גיין איבערזאגן פאר שמעון אז ראובן האט אים בארעדט. פארוואס? ווייל וויבאלד דאס איז געזאגט געווארן פארנט פון דריי מענטשן וועט שמעון סייווי געוואויר ווערן דערפון, איז נישט קיין נפק"מ ווער ס'דערציילט אים עס.

דער חפץ חיים האט אויף דעם שיטה עטליכע שטארקע קשיות, און פארענטפרט עס מיט עטליכע תירוצים, אבער פירט אויס אז למעשה דא רעדט מען פון א הארבע ספיקא דאורייתא פון רכילות אויף א גרויסן פארנעם, און דער רשב"ם איז נאר א שיטה יחידאה, וועגן דעם טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף דעם היתר.

סוגיא דאפי תלתא – שיטת רש"י


רש"י לערנט פשט, אז דא רעדט מען ווען א מענטש אליין האט דערציילט פאר דריי מענטשן (ווען זיי שטייען אינאיינעם) אז ער גייט טון עפעס א ביזנעס אדער למשל א שידוך, און טאמער ווערט דאס באקאנט פאר אנדערע קען דאס יענעם שאדן, געווענליך אין אזא פאל איז דאס אן איסור צו דערציילן פאר א צווייטן, אבער דא וויבאלד עס איז געזאגט געווארן באפי תלתא, קומט אויס אז יענעם שטערט נישט אויב מענטשן ווערן געוואויר דערפון, מעג מען עס גיין דערציילן פאר אנדערע.

אבער דאס איז נאר טאמער קיינער פון די דריי זענען נישט זיינע גאר נאנטע וואס ער ווייסט אז זיי גייען עס נישט איבערדערציילן, און אויך איז נישטא דער היתר טאמער ער האט זיי קלאר אנגעווארנט אז זיי טארן עס נישט איבערזאגן.

חלק ההתעוררות:

האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק "דער גיהנם איז נישט גענוג גרויס"? אט דאס שטייט אין תנא דבי אליהו פי"ח אויף בעלי לשון הרע, ווען מ'טראסקעט זיי אריין אין גיהנם זאגט דער גיהנם פארן אויבערשטן, "רבוש"ע איך בין נישט גענוג טיף פאר די גרויסע בעלי עבירה, שיס דו דיינע פיילן פון אויבן, און איך וועל ברענען פון אונטן, אפשר אזוי וועט דאס זיין גענוג!!" שרעקליך!!

די גמרא אין סוטה זאגט אז ס'דא פיר כתות וואס וועלן נישט זוכה לעתיד מקבל צו זיין פני השכינה, כת שקרנים, כת חנפים, כת ליצנים און כת מספרי לשון הרע. ווייל ס'שטייט אין פסוק 'לא יגורך רע', און א בעל לשון הרע ווערט אנגערופן 'רע', ווי ס'שטייט אין מדרש, אז די מענטשן וואס פירן זיך אויף צו אנדערע מענטשן איידל און שיין און דערווייל אונטער זייער רוקן בארעדט מען זיי, רופט זיי דער אויבערשטער אן "רע".

אין מדרש נעלם שטייט אז בעלי לשון הרע ווערן נידון אין גיהנם אין מדור ג' (כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דאס איז, אבער ס'סאונד נישט צו געשמאק...)

וועגן דעם זאל מען זען זיך גאר שטארק צו היטן כדי ניצול צו ווערן פון די אלע שווערע זאכן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ה' ויקהל תשע"ד - שיעור ל'

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 3:15 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – שיטת הרמב"ם


דער רמב"ם לערנט פשט אין די היתר פון אפי תלתא, אז דא רעדט מען אז ראובן האט עובר געווען אויף לשון הרע, און דערציילט שלעכטס אויף שמעון פארנט פון דריי מענטשן. דאס איז זיכער אז ראובן האט עובר געווען אויף לשון הרע אויף גאר א הארבע וועג, אבער וויבאלד די מעשה איז פארציילט געווארן פארנט פון דריי מענטשן, און חברא חברא אית לי', ווערט דאס שוין באוואוסט אין די גאנצע שטאט, און וויבאלד יעדער ווייסט שוין דערפון, מעג מען שוין יעצט רעדן פון די מעשה, ווייל די איסור לשון הרע איז נאר צו "אנטפלעקן" נייע זאכן, אדער מאכן אז דער לשון הרע זאל "מער שעדיגן", אבער סתם צו רעדן א זאך וואס יעדער ווייסט, דאס איז נישט קיין איסור.

אבער, ס'איז דא דא אפאר תנאים. מענטשן פארלאזן זיך גאר שנעל אויף דעם היתר און כאפן נישט אז דא איז דא אסאך שווערע תנאים אז מ'זאל דאס מעגן אויספירן.

די ערשטע תנאי איז, אז ער טאר נישט אינזין האבן צו מגלה זיין דעם לשון הרע, ער מעג דאס נאר רעדן מיט איינעם וואס ער האלט אז יענער ווייסט עס שוין, און נאר דרך אגב אינמיטן א שמועס, אבער נישט מיט א כוונה יענעם צו בארעדן און באשמיצן.

נאך א תנאי, ס'מוז זיין מסתבר אז יענער וואס הערט אים אויס ווייסט פון דער לשה"ר, טאמער אבער ווייסט ער אז יענער ווייסט מסתמא נישט, ווייל די מעשה איז ממש יעצט פארציילט געווארן באפי תלתא, און ס'האט נאכנישט געהאט קיין צייט צו ווערן פארציילט פאר אנדערע, דעמאלט טאר ער עס נישט פארציילן.

א ראי' צו דעם איז וואס די גמרא דערציילט אין סנהדרין (ל"א.) אז רבי אמי האט ארויסגעווארפן א תלמיד פון ביהמ"ד ווייל ער האט איבערדערציילט א לשה"ר וואס האט פאסירט אין ביהמ"ד מיט 22 יאר פריער, און לכאורה וויבאלד ס'געווען אין ביהמ"ד איז דאך עס זיכער געווען באפי תלתא איז פארוואס האט מען אים ארויסגעווארפן? אבער וויבאלד ער האט געוואוסט אז קיינער ווייסט נישט פון די מעשה און ער האט עס יא פארציילט, האט ער עובר געווען אויף לשה"ר, און איינער וואס רעדט לשה"ר באלאנגט נישט אין ישיבה.

חלק ההתעוררות:

אין מדרש פרשת כי תצא שטייט, אל תתן את פיך לחטיא את בשרך, דורכ'ן חטא וואס דער מענטש טוט מיט דעם מויל ווען ער רעדט לשון הרע, ליידט שפעטער דער גאנצער גוף. און א מענטש זאל זיך נישט איינרעדן אז איך וועל רעדן און קיינער וועט נישט וויסן, ווייל דער אויבערשטער שיקט א מלאך וואס שטייט נעבן די מענטש און שרייבט אראפ יעדעס ווארט וואס ער רעדט!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

ערש"ק ויקהל תשע"ד - שיעור ל"א

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג פאברואר 21, 2014 12:25 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – המשך שיטת הרמב"ם


נאך א תנאי מוז זיין כדי צו מעגן דערציילן פאר א צווייטן (וויבאלד ער האט דאס געהערט באפי תלתא ממילא גייט עס סיי ווי מפורסם ווערן), אז ער אליין זאל עס האבן געהערט באפי תלתא, דאס הייסט ווען ראובן האט עס דערציילט פאר ענר אשכול וממרא, מעגן איינע פון די דריי דאס איבערזאגן פאר אנדערע, אבער די אנדערע וואס הערן עס פון זיי טארן נישט דאס איבערזאגן, ווייל זיי ווייסן נישט אויף זיכער אז מ'האט דאס דערציילט באפי תלתא.

אויך מעג מען עס נאר איבערזאגן אין די זעלבע שטאט, און אויך נאר נאך א שטיק צייט, ווייל דעמאלט מסתמא האבן עס שוין מענטשן געהערט, אבער אין א אנדערע שטאט, אדער זאגט ער דאס תיכף נאך, וואס מסתמא האבן נאך די מענטשן נישט געהערט דערפון, טאר מען נישט.

אויב אפילו איינע פון די דריי מענטשן איז אזא איינער וואס רעדט נישט קיין לשון הרע, דאן איז ווייטער נישט דא דער היתר, ווייל ס'דאך נישטא קיין דריי מענטשן וואס וועלן עס איבערזאגן.

די זעלבע איז אויב איינע פון די דריי איז א קרוב צו דעם מדובר, און ער וועט פארשטייט זיך דאך נישט וועלן איבערפארציילן שלעכטס אויף זיין קרוב, איז ווייטער נישטא דער היתר.

חלק ההתעוררות:

דער גר"א שרייבט אז די עבירה פון דיבורים אסורים איז ערגער פון אלעס! די גאנצע כף הקלע איז באשאפן נאר דורך דיבורים יתירים וואס א מענטש רעדט. כל שכן טאמער ער רעדט דיבורים אסורים, דעמאלט דארף ער אנקומען סאך טיפער אין כף הקלע ח"ו, און זיך קוילערן פון איין עק וועלט צום צווייטן. כל שכן טאמער ער רעדט דאס אין ביהמ"ד, און כל שכן שבת ויו"ט.

סוף דבר, יעדעס ווארט וואס א מענטש רעדט קען ער פאר דעם ליידן זייער אסאך, יעדעס ווארט ווערט פארשריבן, כמ"ש כי עוף השמים יוליך את הקול, און מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן די שרעקליכע יסורין וואס מ'קען ליידן פאר איין ווארט! ע"כ מהגר"א.

אין ספר חרדים שטייט אז דורך רעדן לשון הרע ווערט מען א מרכבה לקליפה טמאה.

אין ספר הקנה שטייט, אז א צדיק אחד וואס האט גערעדט לשון הרע איז געווארן מגולגל, און א דבר אחר האט געשלעפט זיין צונג איבער די גאסן, און אלישע בן אבוי' האט דאס געזען האט ער נישט געוואוסט אז דאס איז צוליב א חטא פון לשון הרע פון פריערדיגן גלגול, האט ער געפרעגט זו תורה וזו שכרה? און ער איז ארויס לתרבות רע.

במילא איז די עצה צו זיין אפגעהיטן פון לשון הרע וועט מען זיך שפארן די אלע שווערע פראבלעמען בעזה"י.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום א' פקודי תשע"ד - שיעור ל"ב

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 23, 2014 3:55 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – המשך שיטת הרמב"ם


טאמער האט דער וואס האט פארציילט די מעשה באפי תלתא, אנגעווארנט די צוהערער אז זיי זאלן עס נישט דערציילן ווייטער, דאן איז ווייטער נישט דא דער היתר פון אפי תלתא, און קיינער טאר עס נישט פארציילן ווייטער.

נאך א גאר וויכטיגע תנאי איז דא אין דער היתר פון אפי תלתא, דאס איז אז מען טאר נישט צולייגען אדער אויפבלאזן קיין שום פרט אין די מעשה. דאס הייסט, טאמער יעדער ווייסט אויף איינעם אז ווען ער איז געווען יונג איז ער געווען נישט אזוי ערליך, און איינער קומט און דערציילט אז ס'איז נאך געווען סאך ערגער ווי מ'מיינט, דאס איז אסור, ווייל אפילו אז די עצם מעשה איז ידוע, אבער דער פרט איז דאך נישט ידוע, ממילא טאר מען דאס נישט דערציילן.

נאך מער, אפילו מ'ווייסט אויף א מענטש א געוויסע מעשה, און דער פארציילער וויל אויפווייזן פאר די צוהערער אז דאס איז א שלעכטע זאך, ווען באמת איז דאס נישט דוקא עפעס שלעכט פון יענעם, למשל אז זיינע עלטערן זענען בעלי תשובה, טאמער ס'נישט נוגע למעשה איז דאך בכלל נישט קיין חסרון, און ווען איינער זאגט דאס פאר א צווייטן איז דאס ליידער גורם אז מענטשן קוקן אראפ אויף יענעם אומזיסט, ממילא טאר מען דאס נישט דערציילן און די עונש אויף דעם איז זייער גרויס.

חלק ההתעוררות:

אין ספר חרדים שטייט אז בעלי לשון הרע ווערן מגוגל אין שטיינער.

אויך שטייט אז מ'ווערט מגולגל אין א כלב. ווי ס'איז מרומז אין פסוק "ובשר בשדה טריפה לא תאכלון, לכלב תשליכון אותו, לא תשא שמע שוא", דאס קומט אונז צו לאזן הערן, אז סיי די וואס זענען מאכיל טריפות פאר אידן, און סיי בעלי לשון הרע, ווערן ח"ו מגוגל אין א כלב.

אין ספה"ק שטייט, אז כאטש אפילו ווען א מענטש איז מגולגל אין א מענטש ווייסט ער נישט פון זיין פריערדיגע גלגול צו זאגן, אבער טאמער ווערט ער מגולגל אין אן אנדערע בעל חי ווייסט ער יא, און די יסורים זענען זייער שרעקלעך, און דער צער וואס ער האט אז ער איז נשתנה געווארן פון א מענטש צו א חי' איז זייער גרויס.
פארדעם זאל יעדער איד זען תשובה צו טון בעודו בחייו, ווייל דער איבערשטער איז א טוב וסלח, און במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים אין יכולין לעמוד.

(שמירת הלשון שעה"ז פ"ט)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ב' פקודי תשע"ד - שיעור ל"ג

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 24, 2014 10:32 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – המשך שיטת הרמב"ם


נאך א תנאי, אז ווען מ'זאגט עס איבער מעג מען עס נאר איבערזאגן פאר איינעם וואס וועט דאס נישט מקבל זיין אלץ הונדערט פראצענט אמת, ווייל דער היתר פון אפי תלתא איז נאר אז דער וואס האט עס געהערט פארנט פון דריי מעג עס איבערזאגן, אבער דער וואס הערט עס פון אים טאר עס נישט גלייבן בכלל.

דאס פארשליסט כמעט יעדע מעגליכע היתר פון איבערזאגן לשון הרע אפילו וואס מ'האט געהערט באפי תלתא.

לויט ווי מ'האט מברר געווען אז לויט יעדן איינעם טאר מען נישט איבערזאגן א זאך וואס מען האט אנגעווארנט נישט צו איבערדערציילן, קומט אויס אז ווען ס'זעצט זיך אן אסיפה פון טובי הקהל אדער הנהלת הישיבה דן זיין איבער א מענטש, און ס'איז ארויסגעקומען א פסק, נאכדעם ווען ער קומט ארויס פון די אסיפה טאר ער נישט זאגן "איך האב באמת געהאלטן אנדערש, אבער די אנדערע צד איז געווען די רוב", דאס איז ריכטיגע לשון הרע אפילו ווען ער זאגט עס סתם, און כל שכן טאמער ער מיינט סתם אנצוהעצן מחלוקת.

ס'נישט קיין שום חילוק צי ער זאגט דאס אליין אדער ער זאגט דאס ווייל אנדערע האבן טענות אויפן החלטה, אויף קיין שום פאל טאר ער נישט איבערזאגן ווער ס'האט געהאלטן אנדערש פון די החלטה וואס איז געבליבן צום סוף.

חלק ההתעוררות:

ווען איינער וויל זיך שערען לכבוד שבת ויו"ט, און ער גייט צו גאר א געלונגענער שערער, אבער יענער האט נישט זיין שער מאשין, קען ער גארנישט אויפטון, און אפילו טאמער ער האט יא זיין שער מאשין, אבער ס'איז שטומפיג, וועט אויך נישט טויגן אפילו ער איז גאר א געלונגענע שערער, די שטומפיגקייט וועט זיך אנזען אויף יעדע טריט און שריט.

דאס איז נאר א משל צו עבודת השי"ת. יעדער איד מיט זיין תורה ומצוות בויעט ער נייע הימלען, און באשאפט נייע עולמות, מלאכים און שרפים, וואס זיי וועלן ממליץ זיין פאר זיין נשמה נאך הונדערט און צוואנציג.

די קוואליטעט פון די נייע עולמות ווענדט זיך אין צוויי זאכן, איינס אין די הכנה וואס מ'גרייט זיך צו מקיים צו זיין די מצוות בשלימות בכל פרטי' ודקדוקי', און די צווייטע איז לויט די כלי אומנות, אין אונזער פאל מיינט דאס די מויל, די כלי מיט וואס ער זאגט ארויס די דברי תורה ותפלה. אויב איז זיין מויל נישט ריין ווערן די מלאכים באשאפן שטומפיג, און זיי האבן נישט דער כח וואס זיי וואלטן געדארפט האבן. טאמער האט ער אבער א ריינע מויל, דעמאלט באשאפט ער שטארקע מלאכים און פרקליטים וואס זאלן מלמד זכות זיין פאר זיינעט וועגן.
(שמירת הלשון שעה"ז פ"י)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ג' פקודי תשע"ד - שיעור ל"ד

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 25, 2014 4:35 pm

חלק ההלכה:

עס מאכט זיך אסאך מאל אז א בעל דרשן דרשן'ט א דרשה, און ס'דא וואס האבן נישט קיין הנאה פון זיין דרשה, און זיי זענען זיך מתיר צו זאגן אז זיינע דרשות זענען גארנישט ווערט און ער רעדט נישט אינטרעסאנט וכדו', ווייל "יעדער איינער ווייסט" וכדו'.

אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל א דרשה איז תלוי אין די צוהערער, ביי יעדער דרשה קען מען טרעפן מענטשן וואס האבן יא הנאה און מענטשן וואס האבן נישט הנאה, און אפילו אין דעם איז דא אסאך דרגות, איינער האט אסאך הנאה איינער ווייניג, א.א.וו. ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז יעדער איינער ווייסט אז ער רעדט נישט גוט, ווייל אויב דו האסט נישט קיין הנאה קען זיין דער אנדערער יא, און אפילו דו ווייסט אז יענער האט נישט הנאה געהאט, אבער אפשר אביסל האט ער יא הנאה געהאט, און דו גייסט יעצט זאגן אז ער רעדט ממש נישט גוט האסטו מוסיף געווען אויף די שלעכטס, און ס'בכלל נישט דא דער היתר פון אפי תלתא.

און אסאך מאל קומט אויס אז דער בעל דרשן ווערט פארשעמט און געטשעפעט דורך דעם וואס מ'בארעדט זיינע דרשות. כ"ש טאמער דער בעל דרשן זאגט זיינע דרשות פאר געלט, מאכט ער דאך דורך דעם קאליע זיין פרנסה.

א איד מיט געפיל און מיט שכל דארף צוגיין צו אים און מעורר זיין צווישן פיר אויגן מיט וואס ער קען פארבעסערן זיינע דרשות.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געזאגט טאמער ער רעדט דברי אפיקורסות, דעמאלט דארף מען יא אוועקמאכן זיינע רייד אינגאנצן.


חלק ההתעוררות:

שרייבט דער חפץ חיים:
מ'דארף זיין שטארק געווארנט נישט צו מאכן ליצנות פון א בעל דרשן. מ'קען הערן מענטשן זאגן "ער זאגט נאר זיינע דרשות ווייל ער וויל כבוד אדער געלט", ווער זאגט? פון וואו ווייסטו אז ער האט נאר דאס אינזין? אפשר מיינט ער עס טאקע ערנסט? און אפילו טאמער האט ער אויך זיך אינזין איז עס נישט אזא גרויסע חסרון, און מ'טאר דאס נישט אוועקמאכן.

רוב מאל וועט מען זען אז די וואס מאכן אוועק דעם בעל דרשן זענען קלים, זיי האבן נישט ליב ווען מ'זאגט זיי מוסר, און זיי זוכן זיך אנצוטשעפן אז ער רעדט נישט צו די זאך וכדו', אבער באמת איז דא אין זיין דרשה זאכן וואס "יעדער" קען הנאה האבן דערפון, און אפילו פון די זאכן וואס איין מענטש האט נישט הנאה, האט דאך דער צווייטער יא הנאה. און מיט איין מאך מיט די האנט נעמט ער אוועק די גאנצע ערנסטקייט וואס איינער וואלט געקענט ארויסנעמען פון די דרשה.

דאס קומט בעיקר ווייל די מענטשן האבן עפעס א פריוואטע נגיעה קעגן דעם בעל דרשן, אדער איז עס פשוט פון שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, זיי האבן פיינט אן ערליכער איד וואס דינט דעם אויבערשטן מיט אן ערנסטקייט.

אסאך מאל קומט דער לץ אין ביהמ"ד צו די דרשה נאר מיט דעם כוונה צו קענען מאכן ליצנות פון די דרשה, וואס וועט ער ענטפערן אין בי"ד של מעלה? אויף אזא איינעם שטייט המקדים רגליו לדבר עבירה מקדימין לו מלאך המות רח"ל.

בפרט ווען ער הייבט אן מיט זיין ליצנות גלייך נאך די דרשה ווען מ'זאגט קדיש, און ער פארפאסט יהא שמי' רבא'ס, וועגן דעם השומר נפשו ירחק מזה מאוד.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ד' פקודי תשע"ד - שיעור ל"ה

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 26, 2014 3:49 pm

חלק ההלכה:

סוגיא דאפי תלתא – שיטת רבינו יונה


נאך איין שיטה איז דא אין די סוגיא פון אפי תלתא, דאס איז שיטת רבינו יונה. באמת באלאנגט דאס נישט דא נאר דאס איז א שמועס פאר זיך, און ס'איז גאר א חומרא, אבער מ'וועט עס דערמאנען בקיצור.

ס'איז דא אופנים וואס ס'איז מותר צו רעדן לשון הרע, למשל אויף א בעל עבירה אדער א בעל מחלוקת, צו דעם איז דא אסאך תנאים וואס מוזן געשען ביז מ'מעג. איינע פון די תנאים איז אז מ'מוז אינזין האבן הונדערט פראצענט לשם שמים און מ'טאר בכלל נישט אינזין האבן די אייגענע הנאה.

כדי מענטשן זאלן זען אז מ'מיינט עס טאקע לשם שמים און נישט להנאת עצמו, זאגט דער רבינו יונה אז מ'זאל עס דערציילן דוקא בפני ג' אנשים, ווייל אזוי ווייזט ער אז ער מיינט עס ערנסט און ער באהאלט זיך בכלל נישט.

[מ'מוז נאכאמאל אויסשמועסן אז ס'איז דא נאך א פאר תנאים ביז מ'מעג דערציילן לשון הרע אויף איינעם, און דאס איז נישט דער איינציגסטער תנאי נאר איינס פון מערערע].

סך הכל זעט מען פון די אלע זאכן אז דער היתר פון אפי תלתא איז גארנישט אזוי פשוט, און מ'קען זיך זייער זייער שווער פארלאזן אויף דעם, על כן זאל קיינער נישט נוצן דעם תירוץ אזוי שנעל, ווייל אפילו ס'וועט זיין אלע תנאים מ'זאל שוין מעגן דערציילן לויט שיטת הרמב"ם, האלטן אבער אנדערע ראשונים אן אנדערע פשט, און מידי ספיקא דאורייתא לא נפקי.


חלק ההתעוררות:

אט איז הייליגע רייד פון אלשיך הקדוש בפרשת תצוה, בהוספות נופך משלי:

ווען א מענטש קומט אריין צו א שמחה און ער וויל עפעס טרינקען, און ער זוכט א גלאז, וועט ער דוקא זוכן אזא גלאז וואס איז זויבער און קיינער האט נאך פון דעם נישט געטרינקען, ווייל ס'איז נישט אזוי געשמאק צו טרינקען אין אן אומריינע גלאז.

ווער רעדט נאך טאמער איז עס אביסל פארשמירט מיט יענעמס שפייעכטס, אדער ס'איז אראפגעפאלן אויף די שמוציגע ערד, וועט ער אודאי נישט וועלן טרינקען פון דעם.

לאמיר שוין זאגן אז איינער איז זייער דורשטיג און ער וועט יא נוצן אזא גלאז, וואס טוט זיך אויב איז נישט דא וואס צו טרינקען? רופט זיך איינער אן "דו קענסט נעמען וואסער פון ביה"כ, ס'איז ריין..." קיינער קיינער וועט אים נישט פאלגען, די וואסער איז עקלדיג אפילו ס'איז ריין ווייל עס קומט פון א שמוציגע פלאץ.

שרייבט דער אלשיך הק', ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו נעמען זיין מויל וואס ער גייט מיט דעם רעדן פארן בורא כל עולמים בתורה ובתפלה, און נוצן פאר שמוץ?!... ווי קען מען נעמען א הייליגע כלי שרת וואס איז געמאכט אויף צו טון עבודת הקודש און טון מיט דעם אפילו וואכעדיגע זאכן?! ווער רעדט נאך פון טון מיט דעם דברים של גנאי?!

פון דעם זעט מען ווי ווייט א מענטש דארף זיך היטן זיין מויל ס'זאל זיין ריין לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה.

(סיימתי ההלכות עד אחר כלל ב', ובשמירת הלשון סיימתי בערך פרק ט"ו)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ה' פקודי תשע"ד - שיעור ל"ו

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 2:47 pm

חלק ההלכה:

בעזה"י הייבן מיר אן כלל ג'.

דער איסור צו רעדן לשון הרע איז אפילו אויב ס'איז אן אמת'ע מעשה, סיי אויב עס איז שלא בפניו פון דעם מענטש אויף וועם מ'דערציילט עס, און סיי אויב יענע מענטש שטייט דא בשעת מעשה איז דאס די זעלבע איסור.

דאס וואס מיר טרעפן א היתר אין חז"ל אז "באפי מרא" מעג מען רעדן, דאס איז נאר ביי "אבק לשון הרע", דאס מיינט אז ער זאגט אזא זאך וואס מ'קען אויסטייטשן אויף צוויי אופנים, אויף גוטס אדער אויף שלעכטס, דאן טאמער זאגט ער עס בפניו פון יענע מענטש, קען מען זיך פארלאזן אז ער וועט עס זאגן בדרך כבוד אז יענער זאל נישט געטשעפעט ווערן.

אבער לשון הרע גמור איז אסור אפילו בפניו.


חלק ההתעוררות:

שטייט א מענטש און וויל בויען א סוכה, ער מעסט אפ רעכטס און לינקס און קוקט פונקטליך וואו און ווי אזוי צו בויען, ער ווייסט אז קיין גרויסער מבין אין בויעריי איז ער נישט, אבער נישט געפערליך, באלד קומט זיין ברודער און וועט פאררעכטן דאס וואס ער האט נישט גוט געבויעט, דאס איז אלץ ביי גשמיות'דיגע זאכן.

ביי רוחניות'דיגע זאכן ווי למשל תורה תפלה מצוות ומעשים טובים ווערט אויך געבויעט היכלות און עולמות עליונים, נאר דער מענטש וואס בויעט דאס קען דאס בויען גאנצערהייט אן קיין שטרויכלונג, קיינער קען דאס נישט פאררעכטן פאר זיינעטוועגן. אויב איז זיין ציל נישט ריין ווי עס דארף צו זיין ווערן די היכלות קרום געבויט, און דאס איז א הפסד נצחי, עפעס וואס מ'קען קיינמאל נישט פאררעכטן.

יה"ר מ'זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

ערש"ק פקודי תשע"ד - שיעור ל"ז

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג פאברואר 28, 2014 9:25 am

חלק הלכה:

לשון הרע איז אסור אפילו ווען מען מיינט נישט דווקא יענעם צו בארעדן, דאס הייסט מ'ווערטלט זיך סתם, אדער נאר פאר א וויץ וכדומה.

פון די מפרשים אויפן רמב"ם איז משמע אז דאס איז לשון הרע גמור, נישט נאר "אבק לשון הרע".

אויך איז דער איסור אפילו אויב מ'דערציילט נישט קיין נאמען, אבער מען קען כאפן פון וועמען מ'רעדט, איז דאס לשון הרע גמור.

נאכמער, אפילו אויב בשעת'ן סיפור הלשון הרע האט ער נישט דערמאנט קיין נאמען, און אויך נישט קיין גנאי, נאר דורך זיין רעדן איז ארויסגעקומען פון דעם א שאדן אדער ווייטאג פאר זיין חבר, הייסט דאס לשון הרע.

אין ירושלמי שטייט א מעשה, א חבורה מענטשן האבן געדארפט גיין לעבודת אנגריא, איז געווען א מענטש וואס האט געהייסן "בר חובץ", און ער האט זיך אויף אן אופן ארויסגעדרייט, און די מענטשן פון די אנגריא האבן דאס נישט באמערקט, שפעטער האט מען געפרעגט פון די חבורה וואס זיי ווילן עסן, האט איינער געזאגט "חובצא" (א מין עדשים), דורך דעם האבן זיי זיך געכאפט אז "בר חובץ" איז נישט דא, איז מען אים געגאנגען ברענגען, האט ר' יוחנן געזאגט דאס הייסט לשון הרע.


חלק ההתעוררות:

א שטיקל תמצית פון די גרויסע שכר פון היטן דאס מויל, פון וואס מ'האט שוין געלערענט ביז יעצט.

1) ער ווערט ניצול פון די אלע ביטערע עונשים וואס שטייט אז מ'באקומט ווען מ'איז נישט נזהר.

2) ער וועט נישט פארלירן זיינע מצוות ומעשים טובים וואס ער טוט.

3) ער ווערט אנגערופן מיטן טיטול "איש".

4) ער ווערט נישט אנגערופן "רשע" ווי ס'שטייט אין מדרש 'והרשעים כים נגרש', פונקט ווי די ים שפייט אויס אלע פסולת אויף זיין ברעג (שפתו), אזוי אויך דער רשע שפייט אויס אלע זיינע מיסט אויף זיינע ליפן (שפתיו).

5) אז ער האלט זיך צוריק פון מלמד זיין חוב אויף אידישע קינדער, מדה כנגד מדה האלט מען זיך צוריק אויבן אין הימעל פון מלמד זיין חוב אויף אים.

6) ער איז זוכה צו א לבוש פון רוח הקודש.

המשך יבא בעזה"י.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

יום ב' ויקרא תשע"ד - שיעור ל"ח

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 03, 2014 9:00 pm

[סליחה על השיעור של אתמול שחסרתי מפני ריבוי הטירדות].
-------------
חלק ההלכה:

ס'דא אזא זאך ווי לשון הרע ברמאות. דאס הייסט, בשעת ער רעדט מאכט ער זיך ווי ער ווייסט נישט אז דאס איז לשון הרע, דאס גייט אויך אריין אינעם איסור ווי פארשטענדליך.

אבער דא איז דא א פרט וואס איז אסאך הארבער פון רוב עבירות. אויב איינער האט "געטראכט" צו גנב'ענען אבער למעשה האט ער נישט גע'גנב'עט, האט ער נישט עובר געווען אויף איסור גזל.

ביי לשון הרע איז נישט אזוי. אויב האט ער אינזין געהאט צו בארעדן איינעם, למעשה האט עס קיינער נישט געגלייבט, און יענער איז בכלל נישט מבוזה געווארן אדער דערנידערט געווארן אין זייערע אויגן, פון דעסטוועגן האט ער עובר געווען אויף לשון הרע.

א ראי' צו דעם ברענגט דער כסף משנה, פון די מעשה פון יהודה בן גרים וואס רבי שמעון בן יוחאי האט אים געמאכט א גל של עצמות, ווייל דורך אים איז די מלכות געוואויר געווארן פון רשב"י'ס ווערטער, כאטשיג יהודה בן גרים האט דאס נאר איבערגעזאגט ביי זיך אין שטוב.


אין שערי תשובה שטייט אז אינעם איסור פון לשון הרע איז דא צוויי חלקים: 1 - אז יענער איז דערנידערט געווארן אין די אויגן פון אנדערע מענטשן; 2 - אז דער רעדנער האט גערעדט שלעכטס אויף א איד.

זעט מען פונעם צווייטן חלק פון לשון הרע, אז אפילו ווען דער בארעדטער איז בכלל נישט פארשעמט אדער דערנידערט געווארן איז עס איסור לשון הרע.


חלק ההתעוררות:

אין משלי שטייט "אוילים יליץ חובה", אוילים זוכן אלעמאל די גנות פון מענטשן, און טרעפן אלעמאל די שלעכטע חלקים, און די גוטע חלקים פון יעדע מענטש אינטערעסירט זיי בכלל נישט. חז"ל זאגן "כל הפוסל - פסול", דאס טוט א פסול'ע מענטש, ער רעדט חסרונות אויף אנדערע מענטשן, ווען בשעת מעשה האט ער די זעלבע חסרונות און טוט דאס זעלבע.

"ובין ישרים רצון", א ישר איז פונקט פארקערט, אלעמאל זוכט ער גוטס אויף מענטשן, רעדט גוטס אויף מענטשן, פארקוקט אויף זייערע שלעכטע מעשים, און אפילו די קלענסטע גוטע זאך פון זיי וועט ער טרעפן און דאס דערציילן און הנאה האבן דערפון.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ה תזריע תשע"ד - שיעור ל"ט

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:25 pm

חלק ההלכה:

ווען א מענטש זעט ווי א צווייטער טוט מעשים אשר לא יעשו, ווען מעג ער דאס דערציילן פאר אנדערע? ווען מעג ער אים אליין פיינט האבן? ווען מעג ער אפמאכן ביי זיך אז יענער איז אן עבריין?

לאמיר אביסל דורך טון די סוגיא.

אויב זעט מען א איד וואס איז מוחזק אלס אן ערליכער איד, א ירא ה', ער טוט עפעס וואס ס'שטארק משמע אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן, פון דעסטוועגן איז דא א "חיוב" אים דן צו זיין לכף זכות. און טראכטן, עס קען זיין איך האב נישט געזען די גאנצע מעשה; עס קען זיין ער האט נישט געכאפט וואס ער טוט; מסתמא האט ער שוין תשובה געטון, וכדומה.

אויב איז דאס א דורכשניטליכער מענטש וואס טוט מצוות כסדר, אבער קען אויך דורכפאלן מיט נישט גוטע מעשים, דאן איז אזוי: אויב איז די יעצטיגע מעשה א פאל וואס ס'קען זיין אז ס'געווען א נישט-ערליכע אקט, אבער קען אויך זיין אז נישט, א ספק השקול, דאן איז דא א חיוב אים דן צו זיין לכף זכות, כנ"ל.

אפילו אויב איז עס מער נוטה לכף חובה, פון דעסטוועגן איז גוטע מדה און א ריכטיגע זאך יענעם דן צו זיין לכף זכות.

דער וואס איז דן א מענטש לכף זכות, וועט דער אויבערשטער אים דן זיין לכף זכות.


חלק ההתעוררות:

המשך שכר השומר פיו ולשונו:

7) ער איז זוכה צו השפעות בעולם הזה.
אזוי ווי מ'טרעפט אין די תוה"ק "לכלב תשליכון אותו", דאס האבן זיי באקומען אלס שכר פארן היטן זייער מויל אין מצרים, מה-דאך א הונט באקומט זיין שכר פאר די קליינע פעולה, כל שכן א מענטש וואס האלט זיך איין באקומט שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

8) מ'איז זוכה צו אור הגנוז, ווי דער גר"א ברענגט בשם המדרש "על כל רגע ורגע שאדם חוסם פיו זוכה בשבילו לאור הגנוז שאין כל מלאך וברי' יכולין לשער".

9) אין מדרש שטייט, רצונכם להמלט מן הגיהנם? הרחיקו עצמכם מלשון הרע!

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום א' טהרה תשע"ד - שיעור מ'

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג מארטש 30, 2014 3:40 pm

חלק ההלכה

א געוואלדיגע חידוש זאגט אונז דער חפץ חיים, אויב שמועס איך מיט מיין חבר, און איך וויל דערציילן א מעשה וועגן איינעם, נישט קיין שלעכטע זאך, נאר א זאך וואס טאמער יענער וואלט געהערט וואלט עס אים וויי געטון אז איך זאג עס אויף אים, דאס מיינט, אזנישט דער מספר און נישט דער שומע האלטן דאס פאר א גנאי נאר דער וועם בארעדט האלט אזוי, טאר מען דאס נישט זאגן!

אזוי ווערט גע'פסק'נט אין רמב"ם אז א זאך וואס ווען ס'ווערט געהערט ווערן אפילו איש מפי איש קען עס יענעם וויי טון אדער שאדן מאכן, איז דאס בכלל לשון הרע.

קומט אויס אז מ'טאר נישט זאגן אויף איינעם אז זיינע עלטערן אדער זיידעס זענען געווען בעלי תשובה, אפילו ער אליין האט גארנישט שלעכט געטון, וויבאלד ווען ער וועט הערן אז מ'זאגט דאס וועט דאס אים וויי טון, איז דאס אסור.

א ראי' צו דעם איז די מעשה פון רבי שמעון בן יוחאי און יהודה בן גרים, כאטשיג ווען יהודה בן גרים האט דאס איבערגעזאגט פאר אנדערע מענטשן האט ער נישט געמיינט קיין גנות אויף רשב"י, אבער וויבאלד ווען די שמועה איז אנגעקומען צו די מלכות האט דאס שאדן געמאכט פאר רשב"י, איז דאס געווארן לשון הרע למפרע און ער איז נענש געווארן הארב.


חלק ההתעוררות

די מעלות און חשיבות פון "שלום".

אפילו אויב ס'איז דא ח"ו די עבירה פון עבודה זרה ביי כלל ישראל, אבער טאמער האלט מען זיך בשלום לאזט דער אויבערשטער נישט דעם שטן אונז צו צורירן.

איינער וואס געוואוינט זיך צו צו רעדן גוטס אויף אידישע קינדער ווערט אנגערופן מיטן אויבערשטנס נאמען "שלום". און פארקערט ח"ו, אויב ער עסט און טרינקט מיט זיין חבר, און אונטער אים בארעדט ער אים ווערט ער אנגערופן "רע".

די גרויסקייט פון שלום זעט מען פון דעם אז דער אויבערשטער רופט זיך מיט דעם נאמען.

איבעראל ווי ס'דא שלום איז דא יראת שמים.

גדול השלום, אז אפילו די תורה האט געטוישט ווערטער למען השלום ווי מ'טרעפט ביי אברהם ושרה. און אזוי אויך די שבטי קה האבן נישט געזאגט "אביך צוה לפני מותו" וגו' למען השלום.

בשעת מ'גייט צו א מלחמה זאגט די תורה די ערשטע זאך איז "וקראת אליה לשלום".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ב' טהרה תשע"ד - שיעור מ"א

תגובהדורך הלכות לשון הרע » מאנטאג מארטש 31, 2014 5:15 pm

חלק ההלכה

דאס אז מ'טאר נישט איבערזאגן אן עוולה וואס מ'האט געזען ביי יענעם, איז נישט נאר ביי אן עבירה גמורה וואס איז אסור בוודאי מן התורה, נאר אפילו ביי א מדה מגונה אדער א גדר דרבנן, טאמער האט עס יענער מענטש עובר געווען טאר מען דאס נישט פארציילן ווייטער. און דאס איז לשון הרע גמורה.

אפילו אויב דאס איז א זאך וואס אסאך מענטשן זענען נישט צו שטארק נזהר אין דעם, און דאס איז נישט א געפערליכע שאנד, למשל זאגן אז איינער לערנט נישט אסאך, אדער דאס וואס ער האט געזאגט איז שקר (אויף אן אופן וואס איז נישט לתועלת דאס צו זאגן), פון דעסטוועגן איז עס אסור.

ס'דא אין דעם פרטים און אופנים וואס מ'מעג יא דערציילן, און אסאך מאל מוז מען דערציילן, איבער דעם אין קומענדיגע שיעורים אי"ה.

א ראי' צו דעם איז פון די גמרא אין בבא בתרא (קסב:), די גמרא דערציילט אז רבי שמעון ברבי האט געברענגט א גט מקושר פאר רבי, פאר רבי איז עס נישט געפאָלן, און ער האט אים אנגעקוקט מיט א שטרענגע בליק, האט זיין זון רבי שמעון געזאגט צו אים "נישט איך האב עס געשריבן נאר יהודה חייטא האט עס געשריבן", האט אים רבי געזאגט דאס איז לשון הרע, און יהודה חייטא האט נישט עובר געווען אויף קיין שום איסור, אבער וויבאלד פאר רבי איז עס נישט געפאלן האט עס רבי שמעון נישט געדארפט זאגן.


חלק ההתעוררות

נאך פון די מעלות פון שלום.

גדול השלום, אז ברכת כהנים ענדיגט זיך מיט די ברכה פון שלום, "וישם לך שלום". אזוי אויך ענדיגט זיך דאווענען מיט שלום, "המברך את עמו ישראל בשלום".

ווען משיח וועט קומען וועט ער אנהייבן מיט שלום, "רגלי מבשר משמיע שלום".

די גמרא זאגט אז רבן יוחנן בן זכאי האט אלעמאל מקדים געווען שלום פאר יעדן מענטש קיינמאל האט אים קיינער נישט אויסגעכאפט. און די גמרא לייגט ארויף א ציווי אויפן מענטש "לעולם הוי מקדים בשלום כל האדם", וואס מיינט "כל האדם"? נאר אפילו דו זעסט אז יענער טראגט אויף דיר א שווער הארץ, הייב אן אים צו גריסן שלום, דאס וועט ברענגען אז יענער וועט זיך בייגן פאר דיר און דיך ליב באקומען.
אפילו אויב יענער וועט נישט זיך בייגן, וועט דער אויבערשטער אים בייגן בעל כרחו, שנאמר "ואם לא תשלים עמך וגו' ונתנה ה"א בידך".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ד' טהרה תשע"ד - שיעור מ"ב

תגובהדורך הלכות לשון הרע » מיטוואך אפריל 02, 2014 2:25 pm

חלק ההלכה

בעפאר מען גייט רעדן פון די הלכה ווען מ'מעג יא פארציילן אז מ'האט געזען א מענטש טון א געוויסע עוולה אדער עבירה, מוז מען קודם מקדים זיין די פעלער ווען מ'טאר נישט פארציילן.

אויב איז יענער א דורכשניטליכער ירא שמים, און ער האט געטון אן עבירה וואס נישט יעדער ווייסט אז דאס איז עכט אסור, ס'קען זיין ער מיינט אז ס'איז נאר א חומרא ומדה טובה געמאכט פאר עקסטרע קרעדיט... [למשל רעדן לשון הרע...], דאן טאר מען דאס נישט איבערדערציילן אפילו יענער האט עס געטון אפאר מאל. ווייל יענער ווייסט מסתמא נישט די הארבקייט פון די זאך. נישט נאר מ'טאר עס נישט איבערדערציילן, נאר ביי זיך אליין אין מח דארף ער אים דן זיין לכף זכות.

אויב יענער האט יא געטון אן עבירה וואס יעדער ווייסט די חומר הדברים, למשל עסן טריפות ח"ו וכדומה, טאמער האט ער דאס נאר געזען איין מאל און ס'נישט געווען בפרהסיא, טאר ער עס אויך נישט איבערדערציילן פאר א צווייטן, ווייל מסתמא האט יענער תשובה געטון. נאר ער זאל זען צו גיין צו יענעם און אויף אן איידלן אופן זאגן מוסר און מעורר זיין איבער דעם חומר האיסור.

כל שכן טאמער יענער איז א תלמיד חכם, טאר ער עס אוודאי נישט איבערדערציילן כנ"ל, און ער טאר אפילו נישט מהרהר זיין אויף אים, ווי חז"ל זאגן "אם ראית ת"ח שעבר עבירה ביום אל תהרהר אחריו בודאי עשה תשובה".


חלק ההתעוררות

דוד המלך איז געווארן גע'רודפ'ט דורך שאול המלך, דוד האט אבער כסדר געזוכט שלום, און שאול האט זיך נישט געלאזט, האט אים דער אויבערשטער איבערגעגעבן צוויי מאל אין דוד'ס הענט.

דוד האט אבער נישט געטשעפעט מיט שאול אפילו דעמאלט, ווייל ס'שטייט "בקש שלום ורדפהו".

"בקשהו" פאר דיינע פריינד, "ורדפהו" מיט דיינע שונאים.

"בקשהו" אין דיין פלאץ, "ורדפהו" צו אנדערע פלעצער.

"בקשהו" מיט דיין גוף, "ורדפהו" מיט דיין געלט, זיי מוותר מפני השלום.

"בקשהו" פאר דיר אליין, "ורדפהו" פאר דיינע חברים.

"בקשהו" היינט, "ורדפהו" מארגן.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום א' אחרי תשע"ד - שיעור מ"ג

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג אפריל 06, 2014 10:59 am

חלק ההלכה

אויב דער מענטש וואס מען האט אים געזען עובר זיין אויף אן עבירה איז א לץ, וואס דאן אויב ער וועט אים מוסר זאגן וועט דאס זיכער גארנישט אויפטון, קומט אויס אז לכאורה וועט דער איד נאכאמאל עובר זיין אויף די עבירה, און זיין מוסר וועט נישט העלפן, על כן אויב האט ער עס געזען צוזאמען מיט נאך איינעם, זענען זיי צוויי עדים, און זיי מעגן דאס דערציילן פאר א רב אדער דיין וואס האט א שליטה אויף דעם מענטש, און קען אים אפשיידן פון זינדיגן נאכאמאל.

אדער קענען זיי דאס דערציילן פאר איינע פון די קרובים פון דעם עבריין וואס יענער האט א שליטה איבער אים, אבער דאס איז נישט אזוי שכיח אז דער קרוב זאל גלייבן דעם מספר, על כן זאל ער עס גוט איבערטראכטן פאר ער רעדט צו די קרובים אויב זיי זענען אויפריכטיגע מענטשן וואס וועלן עס אננעמען פון אים.

דער פארציילער ברויך עס אינזין האבן לשם שמים אן קיין שום פערזענליכע נגיעות, למשל אויב האט ער אים שוין פיינט פון פריער.

אויך די דיינים וואס גייען אים מוסר זאגן, דארפן אכטונג געבן אים נישט צו פארשעמען נאר מוסר זאגן באהאלטנערהייט, ווי ס'שטייט "ולא תשא עליו חטא". חוץ אויב די בי"ד זעט אז דורך סתם רעדן צו אים וועט עס נישט העלפן, בפרט טאמער די עבירה האט גורם געווען חילול השם.

חלק ההתעוררות


זיי זיך נישט מייאש פון שלום, זאג נישט 'איך קען עס נישט דערגרייכן', נאר לויף עס נאך און צום סוף וועסטו עס דערגרייכן.

וואס מיינט נאכלויפן שלום? ווען איינער מאכט שלום בשעת א מחלוקה, און ער קוקט נישט אויף זיין כבוד, ווי ס'שטייט ביי משה ויקם משה וילך אל דתן ואבירם.

אויך אויב איינער גיבט אוועק צייט פון זיינע עסקים און פראבירט צו מאכן שלום צווישן צוויי חברים, מאן און פרוי, רבי און תלמיד, און ער מאכט א סעודה צווישן זיי.

גלייך אין אנהייב ביי בריאת העולם האט דער אויבערשטער באשאפן שלום שנאמר ויאמר אלקים יהי אור, און אור ווערט אנגערופן שלום.

חכמינו ז"ל זאגן אויב האט איינער נישט גענוג געלט צו קויפן סיי וויין פאר קידוש און סיי ליכט פאר שבת, זאל ער ענדערש קויפן ליכט ווי וויין, ווייל דאס איז שלום בית.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ג' אחרי תשע"ד - שיעור מ"ד

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דינסטאג אפריל 08, 2014 9:35 pm

חלק ההלכה


אויב האט ער געזען ווי דער בעל עבירה האט עובר געווען די עבירה, און ס'נישט דא נאך איינער וואס זאל קענען מעיד זיין צוזאמען מיט אים, טאר ער דאס נישט דערציילן פאר בי"ד, ווייל בי"ד קען סיי ווי גארנישט טון מיט זיין עדות'שאפט. (חוץ טאמער ער איז אן עד אחד אויף עניני ממונות דעמאלט זאל ער יא עדות זאגן יענעם צו מחייב זיין א שבועה).

אבער ער מעג עס דערציילן פאר זיין רבי וואס גלייבט אין זיינע ווערטער גאר שטארק, טאמער דער רבי איז אן איש סוד וואס וועט דאס נישט דערציילן ווייטער. אדער אפילו טאמער דער רבי וועט עס נישט האלטן ממש פאר א סוד, אבער ער האט א כח משפיע צו זיין אויף יענעם אז ער זאל מער נישט עובר זיין אויף די עבירה.

אויב דער רבי גלייבט דעם מספר, און ער איז נאמן "כבי תרי", דאס מיינט אז ער זאגט קיינמאל נישט קיין ליגן, דאן מעג דער רבי אננעמען זיינע ווערטער אלס א ודאי, און ער מעג אפילו פיינט האבן דעם חוטא.

די הלכות זענען געזאגט געווארן ביי א איד וואס מ'האט אים געזען איין מאל עובר זיין אן עבירה, אבער לויט ווי מ'קען אים וועט ער עס עובר זיין נאכאמאל. אויב איז ער אבער א פורק עול וואס מ'האט אים שוין געזען עטליכע מאל עובר זיין אויף עבירות, זענען די הלכות אנדערש.

המשך יבא בעה"י.

חלק ההתעוררות


מ'טרעפט אין די משנה אסאך תקנות וואס חז"ל האבן מתקן געווען מפני דרכי שלום.

בכלל אויף די גאנצע תורה שטייט וכל נתיבותי' שלום.

דרייצן זאכן שטייט אז דער אויבערשטער האט געזאגט אויף דעם "לי" ס'באלאנגט צו מיר, אבער ביי שלום אלס חביבות שטייט צוויי מאל די ווארט "לי".

ווען יתרו האט זיך געטראפן מיט זיין שווער שטייט צום ערשט "וישאלו איש לרעהו לשלום" און הערשט דערנאך שטייט "ויספר משה לחותנו".

פאר די מצוות וואס די רשעים טוען, באצאלט זיי דער אויבערשטער אויף דער וועלט, ער גיבט זיי עושר ונכסים אריכות ימים כבוד און נאך אסאך זאכן אבער נישט קיין שלום, "אין שלום אמר ה' לרשעים".

אבער פאר צדיקים גיבט דער אויבערשטער יא שלום בעולם הזה "והי' מעשה הצדקה שלום".

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ה' אחרי תשע"ד - שיעור מ"ה

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 3:19 pm

חלק ההלכה

"""מען מוז לייענען ביזן סוף"""

טאמער איז דער מענטש איינער וואס דו האסט אים שוין געזען אפאר מאל עובר זיין אן עבירה מפורסמת, (דאס מיינט אז יעדער ווייסט אז דער עבירה איז אן איסור גמור), אדער אפילו נאר איין עבירה, אבער ער האט עס געטון מער ווי איין מאל, און כל שכן טאמער ער האט אים שוין פראבירט מוסר זאגן און יענער האט עס נישט אנגענומען. דאן גייט ער אריין אין די גדר פון א מענטש וואס איז נישט אינעם כלל פון "עמיתך", ווייל ער טוט דאס נישט ווייל יצרו גבר עליו, נאר פשוט ווייל "אין יראת אלקים נגד עיניו", ממילא אזא איינעם מעג מען פארשעמען און דערציילן זיינע שלעכטע מעשים סיי בפניו און סיי שלא בפניו.

ווען אזא איינער טוט א פעולה און מ'קען עס אויסטייטשן לכף זכות אדער לכף חובה, זאל מען דאס אויסטייטשן לכף חובה, ווייל אזא איינער הייסט א רשע גמור!

אבער...

אבער ס'דא וויכטיגע פרטים וואס איז א תנאי קודם למעשה פאר מ'דערציילט די לשון הרע אויף יענעם.

א) אז דער מספר האט אליין געזען ווי יענער טוט די עבירות. (חוץ טאמער עס גייט כסדר ארויס אויף אים אזעלכע שמועות).

דאס הייסט אז אפילו ווען איינער האט א רעכט צו בארעדן איינעם, אבער דער וואס הערט אים אויס האט נישט קיין רעכט עס איבערצוזאגן.

ב) עס מוז באמת זיין אן עבירה וואס יעדער ווייסט אז ס'איז אן עבירה, טאמער איז עס אן ענין וואס נישט יעדער ווייסט די חומר הדברים, ווייזט דאס נאכנישט אז יענער איז א רשע.

אפילו טאמער ער האט אים מוסר געזאגט, אויב איז דער מוסר זאגער נישט קיין מענטש וועם יענער רעספעקטירט, איז עס ווייטער נישט קיין ראי' אז יענער איז א רשע.

ג) ווען ער דערציילט איבער די מעשה, טאר ער נישט מגזם זיין אדער צולייגן פרטים, נאר דערציילן די מעשה כמות שהיא.

ד) ער מוז עס מיינען לשם שמים. דאס הייסט ער טאר נישט אינזין האבן סתם זיך אונטערצוהאלטן מיט א זאפטיגע מעשה טאמער וועט מען זיך פון דעם נישט אפלערנען דאס נישט נאכצוטון, אויך טאר ער עס נישט אינזין האבן לשם שנאה אויב ער האט עפעס בלבו קעגן יענעם.

ה) טאמער איז נישט דא קיין חשש אז ס'וועט ווערן פון דעם א מחלוקת אדער אז יענער וועט אים שלעכטס טון, טאר ער עס נישט דערציילן באהאלטנערהייט, נאר דוקא ברבים, כדי צו ווייזן קלאר מיט דעם אז ער מיינט עס אמת'דיג לשם שמים.


דאס אלעס איז געזאגט געווארן ביי א איד א שומר תורה וואס זינדיגט אסאך, טאמער אבער איז ער א פורק עול איז נישטא די אלע תנאים.

חלק ההתעוררות

גדול השלום, אז דער אויבערשטער איז מקבל גרים מיט שלום, שנאמר "שלום שלום לרחוק ולקרוב".

ביי אלע מסעות אין מדבר שטייט ויסעו ויחנו לשון רבים, ווייל ס'געווען במחלוקת, ווען מ'איז אנגעקומען צו הר סיני שטייט בלשון יחיד, ווייל עס איז געווען בשלום, האט דער אויבערשטער געזאגט, "אט יעצט איז די צייט צו גיבן די תורה פאר אידן, ווייל וויבאלד ס'איז דא שלום רוהט ביי זיי די שכינה".

"ויהי בישורן מלך" – דער אויבערשטער איז א מלך ביי כלל ישראל, ווען? "בהתאסף" – ווען אידן זענען באסיפה באחדות.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ד' קדושים תשע"ד - שיעור מ"ו

תגובהדורך הלכות לשון הרע » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:30 pm

חלק ההלכה

אויב בית דין האט באפוילן פאר א מענטש צו טון א געוויסע דין, אפילו בקום ועשה, און ער פאלגט נישט אויס, סיי טאמער דאס איז אן ענין בין אדם למקום, סיי טאמער דאס איז אן ענין פון בין אדם לחבירו, אויב האט ער נישט קיין געהעריגע סיבה פארוואס ער פאלגט נישט די פסק, איז מותר צו רעדן אויף אים לשון הרע און דערציילן זיין גנות פאר מענטשן.

נאך מער, מ'מעג אפילו פארשרייבן זיין עבירה און דרוקן אז ס'זאל בלייבן לדורי דורות!!

אויב אבער האט ער א סיבה פארוואס ער פאלגט נישט, דארף מען אריינטראכטן מיט שכל, אויב זעט מען אז זיין סיבה איז סתם אויסגעטראכט, דאן איז די הלכה אזוי ווי פריער, אויב אבער איז א ספק אויב זיין סיבה איז אמת, דאן טאר מען אויף אים נישט רעדן קיין לשון הרע.


חלק ההתעוררות

בזכות פון שלום שטייט די וועלט, "על ג' דברים העולם עומד, על האמת ועל הדין ועל השלום".

טאמער איז דא שלום ווערן די פירות געבענטשט, שנאמר "השם גבולך שלום חלב חטים ישביעך".

כאטש ס'איז דא אן איסור תורה אויסצומעקן אן אות פון די שמות פון השי"ת, פון דעסטוועגן האט די תורה געהייסן אויסמעקן דעם אויבערשטן'ס נאמען צו מאכן שלום צווישן א מאן און זיין ווייב. דער אויבערשטער האט געזאגט "שמי שנכתב בקדושה ימחה על המים".

די ברכות ענדיגן זיך מיט "שלום", ביי ברכות קריאת שמע – הפורש סוכת שלום; ביי שמונה עשרה – עושה שלום (הערת פסח: אולי צ"ל המברך את עמו ישראל בשלום); ביי ברכת כהנים – וישם לך שלום.

לכן בני, הוו זהירין במדה זו לאהוב שלום ולרדוף שלום, שאין קץ למתן שכרן של אוהבי שלום ורודפיו. [עד כאן לשון הספר מעלת המדות].

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום ה' קדושים תשע"ד - שיעור מ"ז

תגובהדורך הלכות לשון הרע » דאנארשטאג אפריל 24, 2014 2:46 pm

חלק ההלכה

ווען מ'זעט ביי איינעם אז ער איז געשלאגן מיט מדות מגונות, ער איז שטארק נכשל אין די מדה פון כעס, אדער גאוה, וכדומה, אפילו מ'האט עס געזען עטליכע מאל, איז נאך נישט דא קיין היתר אים צו בארעדן, ווייל מענטשן – אפילו גאר ערליכע – האלטן עס נישט פאר קיין איסור גמור, אפילו ביטול תורה קוקן מענטשן אן ווי א זאך וואס איז "נישט גלייך", אבער נישט ריין איסור גמור.

וועגן דעם, אפילו ער טוט דאס אפט, גייט ער נאכנישט אריין אין די גדר פון א רשע ומומר לדבר אחד אז מ'זאל אים מעגן בארעדן.

אדרבה, גיי צו צו אים און זיי אים מעורר מיט דברים המתקבלים על הלב, אז די אלע מדות מגונות זענען גאר הארב און ס'נישט ראוי א אידיש קינד זאל זיין געשלאגן דערין, און זיכער נישט צו טון אפט.

נאכמער, אויב יענער רעדט זיך איין אז ער טוט גאר א מצוה מיט זיינע מדות מגונות, האלט ער עס זיכער נישט פאר אן איסור, ווייל סוף כל סוף איז דאך דא געוויסע פעלער ווען מ'מעג און מ'דארף ווערן בכעס, נאר מענטשן האבן נישט די ריכטיגע מעסטער צו וויסן ווען יא און ווען נישט.

ביי די מדה פון "עזות פנים" טרעפן מיר יא אין חז"ל (תענית ז:) אז אזא איינעם מעג מען רופן "רשע", און כאטשיג מיר ווייסן אז מ'טאר נישט רופן סתם אזוי א איד מיט אזא געמיינעם טיטל, זאגט דארט אבער תוספות אז אן עז פנים ווייזט אז ער האט שוין עובר געווען אויף עבירות ועומד במרדו.

פון דענסטוועגן, זאגט דער חפץ חיים זאל מען נזהר זיין נישט צו נוצן דעם היתר מיט א ברייטקייט.


חלק ההתעוררות

אויף די מדה פון שלום זאגן חז"ל אז אדם אוכל פירותיהן בעולם הזה, והקרן קיימת לו לעולם הבא.

די גמרא אין תענית ברענגט, רבי ברוקא חוזאה איז געגאנגען אין די מארק פון בי לפט, האט ער געזען אליהו הנביא, האט ער אים געפרעגט אויב עס איז דא יעצט אינעם מארק א בן עולם הבא, האט אליהו געענטפרט אז נישט, אינדערצווישן זענען אנגעקומען צוויי מענטשן און אליהו האט אים געוויזן אז די צוויי זענען בני עולם הבא.

איז ער צוגעגאנגען צו זיי און געפרעגט וואס זייערע מעשים זענען, האבן זיי געענטפערט אז ווען זיי זעען אז א מענטש איז טרויעריג זענען זיי אים משמח.

[הוספת החפץ חיים: דאס איז טאקע א געוואלדיגע זאך, א משל צו א טאטע וואס האט א קינד אין א ווייטע שטאט, און ער הערט אז זיין קינד געפינט זיך נישט גוט דארט, ווי שטארק וואלט ער הנאה געהאט ווען ער הערט אז איינער האט משמח געווען זיין זון].

נאך האבן זיי געזאגט, אז ווען זיי זעען א קריגעריי צווישן צוויי מענטשן מאכן זיי שלום צווישן זיי.
לעצט פאראכטן דורך הלכות לשון הרע אום זונטאג אפריל 27, 2014 4:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

יום א' אמור תשע"ד - שיעור מ"ח

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג אפריל 27, 2014 4:43 pm

חלק ההלכה

אויב זעט ער ביי איינעם מדות מגונות, למשל גאוה, כעס, ביטול תורה, וכדומה. כאטש ער אליין טאר יענעם נישט פיינט האבן, און אוודאי טאר ער עס נישט דערציילן פאר א צווייטן. אבער פאר זיינע קינדער און תלמידים מעג ער יא אנזאגן זיי זאלן זיך היטן פון יענעם און נישט אפלערנען פון די מדות מגונות. ווייל דאס איז דאך כולו תכלית, און דאס איז גאר א מצוה!

אויב האט ער עס אליין געזען מעג ער עס זאגן אזוי ווי ער האט עס געזען, אויב האט ער נאר געהערט פון א צווייטן אז יענער איז געשלאגן מיט מדות מגונות, זאל ער זאגן פאר די קינדער אז ער האט געהערט, נישט אז ער ווייסט קלאר.

אויב אז ער וועט זאגן פאר די קינדער די עוולה אזוי ווי עס איז וועלן די קינדער נישט ארויסהאבן גענוג שטארק די שלעכטקייט דערפון און וועלן זיך וועגן דעם נאכנישט דערווייטערן פון יענעם, מעג ער אפילו אויפבלאזן די עוולה כדי די קינדער זאלן דערהערן שטארקער די שלעכטקייט דערפון.

כדי עס זאל אבער נישט זיין א סתירה פארן קינד אז די טאטע זאגט אלעמאל אז מ'טאר נישט רעדן און מקבל זיין לשון הרע, און יעצט רעדט ער אליין לשון הרע, זאל ער קלאר זאגן פארן קינד אז די סבה איז ווייל כדי צו וויסן זיך צו דערווייטערן פון יענעם מעג מען יא רעדן, און דאס איז לתועלת.


חלק ההתעוררות

איינס פון די עיקר פראבלעמען וואס זענען גורם מחלוקת איז די עבירה פון מקבל זיין לשון הרע, דאס מיינט גלייבן א לשון הרע אדער רכילות וואס איינער האט אים פארציילט.

אז איינער קומט אים דערציילן אז משה האט גערעדט אויף אים שלעכטס, אויב וועט ער דאס גלייך גלייבן, וועט צום סוף זיכער ארויסקומען פון דעם א מחלוקת, ער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן און ער וועט זיך אויפרעגן אויף דעם משה און אזוי וועט ווערן א גאנצע מחלוקת.

אנשטאט דעם זאל ער טראכטן עפעס א צד זכות אויף משה, אפשר האט ער געמאכט א טעות, אפשר האט ער עס נישט געמיינט, קען זיין דער וואס האט עס מיר איבערגעזאגט האט נישט איבערגעזאגט די גאנצע שמועס פארדעם און נאכדעם, קען זיין ער האט צוגעלייגט עטליכע ווערטער, און קען גאר זיין אז די גאנצע מעשה איז הויל ליגן!!

איי וויאזוי גיי איך חושד זיין א איד אין פארציילן ליגן?? זאג נאר, ווען ער ער עסט ווען חזיר וואלסטו אים אויך נישט חושד געווען אויף שקר??!! געוויס יא!! נו יעצט אז ער איז עובר אויף לשון הרע, מאי שנא??!! אויב קען ער עובר זיין אויף די הארבע עבירה פון לשון הרע ורכילות דעמאלט קען ער אוודאי עובר זיין אויף מדבר שקר תרחק.

און אזוי וועט מען אפגעהיטן ווערן פון מחלוקת.


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט