חלק ההלכה
דאס אז ווען איינער קען אננעמען א זאך לכף זכות און ער נעמט עס אנשטאט אן פאר א גנות הייסט ער דאן א מקבל לשון הרע, איז געזאגט אפילו ווען מ'רעדט פון סתם א מענטש. כל שכן ביי א תלמיד חכם, וואס דארט איז דא א "חיוב" דן צו זיין לכף זכות, טאמער הערט ער עס אויף אן אופן וואס יענער איז אים נישט דן לכף זכות, גייט עס אוודאי און אוודאי אריין אין די גדר פון קבלת לשון הרע.
דער חפץ חיים – שלא כדרכו אינעם הלכה ספר – צעשמועסט זיך מיט א ברייטקייט וועגן די נושא:
לאמיר אנכאפן איין מעשה וואס מאכט זיך אפט און פון דעם וועט יעדער חכם קענען ארויסלערנען ביי ענליכע מעשיות.
איינער האט געהאט א דין תורה און ער איז ארויס פון בית דין חייב, ער טרעפט זיין חבר און זאגט אים, "קוק ווי קרום בית דין האט מיר גע'פסק'עט, קום לאמיר דורכטון די הלכה וועסטו זען אז זיי האבן גע'פסק'עט פונקט פארקערט פון די הלכה. ווען דער דין תורה וואלט פארגעקומן פאר רב פלוני וואס איז פיל א גרעסערער חכם וואלט ער אינגאנצן אנדערש גע'פסק'עט!"
ווען דער צווייטער וויל זאגן "אפשר נישט", הייבט ער אן "אדרבה, לאמיר דורכטון דעם פסק גרונטליך וועסטו אליין זען" ער הייבט אן אפצוליינען פאר יענעם דעם פסק, און יעדעס מאל וואס ער ליינט עס איבער ווערט ער מער און מער שאקירט ווי קרום בית דין האט גע'פסק'עט, כידוע אז דעת בעה"ב איז בכלל נישט גלייך מיט דעת תורה. דערנאך זענען זיי ביידע מחליט אז דער בי"ד האט נישט קיין ריכטיגע דעת תורה און קיין אמת'ער שיקול הדעת.
לאמיר אריינטראכטן, בשאט נפש האבן זיי עובר געווען אויף די איסורים פון "לא תשא שמע שוא" און "בצדק תשפוט עמיתך", און נאך אנדערע לאוין וואס ווערן ערקלערט אויבן אין די פתיחה פון ספר, אויב דער צוהערער וויל זיך פירן בדרך התורה הקדושה, ברויך ער אין אזא פאל פראבירן ווי ווייט מעגליך ארויסצונעמען די ווייטאג פון דעם פארווייטאגטן. אים מסביר זיין, אז א דיין פסק'עט נאר לויט וויאזוי ער זעט די מעשה מיט זיינע אויגן.
און אויב די מעשה איז נישט געווען פונקט ווי דער דיין האט דעמאלט געזען איז עס געווען אזוי נגזר מן השמים, אזוי ווי די גמרא זאגט (ברכות ז:) אז אמאל קען א רשע שהשעה משחקת לו אויך געווינען א דין תורה שנאמר 'מרום משפטיך מנגדו', און אסאך מאל האט עס צו טון מיט'ן מזל פונעם מענטש.
(ועיין ברא"ש במס' סנהדרין בפרק אחד דיני ממונות סימן ה', ובפלפולא חריפתא אות י"ח. ועי' להלן בחפ"ח כלל ט' סק"ה).
ער זאל אים פראבירן צו טרייסטן אז דער אייבערשטער וועט אים אוודאי צוריקבאצאלן פון א צווייטן פלאץ דאס וואס ער האט פארלוירן, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין חז"ל.
אזוי זאל ער פראבירן ארויסנעמען די ווייטאג פון יענעם אויב מעגליך.
און אויב קען ער נישט איבערדרייען דעם אויפברויז פון יענעם, דאן זאל ער זיך אליין גאר שטארק מחזק זיין און נישט מקבל זיין די לשון הרע וואס יענער רעדט.
די מצוה פון דן זיין לכף זכות איז געזאגט געווארן אפילו פשוטע מענטשן, כ"ש ביי א תלמיד חכם איז דא א חיוב אפילו די כף חוב איז מער מכריע. כ"ש דא וואס די כף זכות איז סאך שטערקער.
יעדער וואס קען אביסל דת ודין ווייסט, אז זאכן קענען זיך טוישן איבער קלייניגקייטן! אמאל איז דא איין קליינע טענה'לע וואס יענער האט געזאגט וואס דאס האט אים געמאכט פארלירן אדער געוואונען.
אפילו טאמער דער שומע קען אביסל לערנען און פארשטייט אז למעשה איז לכאורה דער פארציילער גערעכט, זאל ער זיך בארעכענען אז ס'קען פארט שטארק געמאלט זיין אז בשעת'ן דין תורה האט ער עס געזאגט אנדערש, אדער צוגעלייגט עפעס, א.א.וו. און ערשט יעצט ביים פארלירן האט ער זיך געכאפט צו זאגן אזוי כדי שטארק צו מאכן זיין טענה.
הכלל, אפילו טאמער ער טרעפט נישט קיין שום צד זכות פארוואס די בי"ד האט אזוי גע'פסק'ענט, טאר ער נאכאלץ נישט מחליט זיין לכף חוב. אויב ער קען זאל ער גיין צום רב און איבערפרעגן מהיכן דנת, און יתכן אויב ער האט געמאכט א טעות וועט ער שפעטער מודה זיין, ווי מ'טרעפט אפילו ביי אמוראים אז זיי האבן געמאכט טעותים און שפעטער פארראכטן. ווי דער רמב"ם פסק'ענט אז ווען איינער האט א טענה אויף זיין חבר זאל ער זיך אויסשמועסן מיט אים, "הוכח תוכיח את עמיתך" מיינט לויט דעם מלשון "ויכוח".
איינער וואס איז מחליט אויף די בי"ד לחוב, איז עובר אויף כמה עבירות חמורות, און דער וואס איז דן לכף זכות, המקום ידינהו לכף זכות.
חלק ההתעוררות
מ'דארף אריינטראכטן, אויב איינער וועט וויי טון א צווייטענס זון, אפילו נאר בשוגג, איז די טבע אז די טאטע ווערט אויפגערעגט אויף יענעם. ווער רעדט נאך אויב ער האט עס געטון במזיד, און אוודאי און אוודאי אויב דורך דעם איז זיין זון אריינגעפאלן אלס א חולה אין בעט ח"ו. דער טאטע וועט ארומגיין איבעראל און שרייען וואסערע ווילדע מענטש און שלעכטע אכזר יענער איז.
איז ווי אזוי קען זיין אז א מענטש זאל טון אזאנס צו זיינע אייגענע קינדער??
חז"ל זאגן אז דורך מחלוקת אפילו יונקי שדים ווערן נענש!! ווי מ'טרעפט ביי עדת קרח.
און דא ביי מחלוקת, נישט נאר די טאטע אליין פירט די מחלוקת, נאר ער העצט נאך אונטער זיין ווייב און קינדער זיי זאלן אויך פירן די קריג, ווי מ'טרעפט ביי דתן ואבירם "יצאו נצבים פתח האהל הם ונשיהם וטפם".
ווי נאריש קען א מענטש זיין און אנברענגען שרעקליכע צרות פאר זיינע אייגענע קינדער??
אויב מ'זאל נאר אביסל טראכטן, וועט מען זיך צוריקהאלטן פון מחלוקת, און אלע וועלן לעבן בשלום ושלוה לאורך ימים.