די שיעור אויף אידיש

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שיעור יום ג' פרשת חיי שרה תשס"ט לפ"ק.

(היינט איז א פיצעלע שיעור, קען איך אויך זיין דער חכם און דאס איבער טייטשן.)

סעיף יב
אסור למדוד בשבת איזה דבר אם הוא לצורך אלא אם כן הוא לצורך מצוה.

מען טאר נישט מעסטן אום שבת קיין שום זאך, אויב ס'איז פאר א זאך וואס ער דארף האבן, (דאס מיינט, אז אן קיין שום כונה נאר פלעין ווען מ'האט נישט וואס צו טון, איזעס נישט קיין איסור. א"ה) נאר אויב ס'איז לצורך מצוה, מעג מען יא.

סעיף יג
במקום פסידא מותר לדבר צרכיו בין עם ישראל בין עם אינו יהודי.

דארט ווי ס'קען ארויס קומען א שאדן, מעג מען רעדן וואכענדיגע זאכן סיי צו א איד און סיי צו א גוי.
לעצט פארראכטן דורך איך_הער אום מאנטאג נאוועמבער 17, 2008 10:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

יש"כ פויער און איכער, פליז קיפ איט אפ.

איכער קענסט פארעכטן די ווארט
נאר אויס ס'איז לצורך מצוה
און שרייבן אויב.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פארראכטן, יישר כח.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שיעור יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א חשון, תשס"ט לפ"ק.

סעיף יד
כל דבר שהישראל אסור לעשותו, אסור לומר לאינו יהודי לעשותו, דאמירה לאינו יהודי הוי שבות, ואפילו לרמוז לו לעשותו אסור, ואפילו לומר לו קודם שבת שיעשה בשבת גם כן אסור, וכן אסור לומר לאינו יהודי בשבת שיעשה לאחר שבת, ודבר זה אינו משום שבות, כיון דהמלאכה נעשית בשעת היתר, אלא אסור משום "ממצוא חפצך" ולכן לצורך מצוה מותר.

א יעדע זאך וואס ס'איז אסור פאר א איד צו טון, איז פונקט אזוי אויך אסור, דאס צו הייסן פאר א גוי טון, ווייל זאגן פאר א גוי איז א שבות, און אפילו אים מרמז זיין צו טון, טאר מען אויך נישט, און אפילו אים זאגן פאר שבת, וואס ער זאל טון אין שבת, טאר מען אויך נישט. דאס זעלביגע טאר מען אויך נישט אין שבת זאגן פאר א גוי ער זאל עפעס טון נאך שבת, דאס איז טאקע נישט אסור וועגן א שבות, וויבאלד דער גוי גייטעך דאס טון בשעת ווען ס'איז מותר צו טון, אבער דאס איז אסור וועגן 'ממצוא חפציך', אז מ'טאר נישט רעדן שבת פון וואכעדיגע זאכן. דערפאר אויב ס'איז לצורך מצוה, מעג מען יא.

סעיף טו
אפילו אם הנכרי בא מעצמו לעשות איזה מלאכה בשביל ישראל, צריך הישראל למחות בו, ולכן אינו יהודי שרוצה להסיר הפחם מנרות של ישראל, כדי שידליקו יפה צריכין למחות בו.

אפילו אויב דער גוי קומט פון זיך אליינס טון א מלאכה פארן איד, טאר דער איד אים דאס נישט לאזן טון, און דערפאר ווען א גוי וויל אראפ נעמען די קויל פון די קנויט פון א ליכט וואס געהער צו א איד, כדאי די ליכט זאל ברענען בעסער, דארף דער איד אים אנשרייען און עס נישט לאזן טון.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איכער כאפטס מיר אויס יעדן טאג...

קיפ איט אפ

מיר האבן זייער הנאה פון דיינע שיעורים
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון תשס"ט לפ"ק.

סעיף טז
אם רואה אדם שיוכל לבוא לידי הפסד, כגון שנתרועע לו חבית של יין וכדומה, מותר לקרות לנכרי לשם, אף על פי שיודע שהנכרי בודאי יתקנו, ואפילו במלאכה גמורה ובלבד שיזהר הישראל שלא לומר שום רמז צווי לתקן אבל מותר לומר לפניו כל מי שיציל הפסד זה לא יפסיד שכרו, ואין לעשות זאת אלא במקום הפסד מרובה.

סעיף יז
דבר שאינו מלאכה גמורה ואינו אסור אלא משום שבות, אם הוא צורך מצוה או במקצת חולה מותר לומר לאינו יהודי לעשותו, ומזה נהגו לשלוח אינו יהודי בשבת להביא שכר או שאר דבר לצורך שבת אף במקום שאין עירוב, ואין להתיר אלא בשעת הדחק שאין מה לשתות, אבל בשביל תענוג בעלמא אין להתיר, ולומר לאינו יהודי להביא מחוץ לתחום, אפילו בדיעבד אסור בשבת מה שהביא, ויש אומרים דהוא הדין במקום הפסד כגון לטלטל סחורה הנפסדת מן הגשמים מותר על ידי אינו יהודי, ויש לסמוך על דבריהם במקום הפסד גדול.


סעיף טז

אויב איינער זעהט אז ער קען צוקומען צו א שאדן, ווי למשל עס איז צובראכן געווארן א פאס וויין וכדומה, מעג ער רופן א גוי עס עהם צו ווייזן, אפילו אויב ער ווייסט זיכער אז די גוי וועט עס פארעכטען, און אפילו אויב צו פארעכטען דארף מען מאכן א מלאכה דאורייתא מעג מען, (די חכמים האבן מתיר געווען אין פאל פון א שאדן ווייל א מענטש ווערט דערשראקן ווען ער זעט אז זיין געלט ווערט פארלוירן, און מען האט מורא געהאט אז אויב וועט מען אים נישט מתיר זיין צו רופן א גוי, וועט ער אליין עובר זיין אויף א מלאכה דאורייתא), אבער ער טאר נישט הייסן אדער מרמז זיין פארן גוי עס צו מאכן, ער מעג אבער זאגן פאר די גוי אז ווער עס וועט מיר ראטעווען פון דעם שאדן וועט נישט דערלייגן זיין באלוינונג, (ער מעג אבער נישט זאגן אויב די וועסט ראטעווען וועסטו נישט דערלייגן ווייל ער טאר נישט זאגן צו אים אליין, משנ"ב), מען זאל עס אבער נישט מאכן נאר ביי א גרויסע שאדן.

סעיף יז

א זאך וואס איז נישט קיין געהעריגע מלאכה (דאורייתא), און עס איז נאר אסור אלס א שבות (א דרבנן'דיגע איסור אלס א גזירה), אויב עס איז פאר מצוה אדער עס איז דא איינער וואס איז אביסל קראנק, מעג ער הייסן א גוי עס טוהן (ווייל די מלאכה איז נאר דרבנן אין הייסן א גוי איז אויך נאר א דרבנן איז עס אזויווי א שבות דשבות דאס הייסט א דאפלטע דרבנן האבן זיי נישט גוזר געווען ביי א מצוה אדער ביי א קראנקע), און אלס דעם פירט מען זיך צו שיקן א גוי אין שבת צו ברענגן ביר אדער אנדערע זאכן וואס מען דארף האבן פאר שבת אפילו ווי עס איז נישט דא קיין עירוב (מען רעדט פון א דרבנן'דיגע רשות הרבים וואס ווערט אנגערופן א כרמלית, וואס איז נישט 16 אמות ברייט אדער עס גייט נישט אדורך דארט 600,000 מענטשן יעדן טאג), אבער מען זאל עס זיך נישט מתיר זיין נאר ווען עס איז זייער וויכטיג ווי למשל ווען ער האט גארנישט צו טרינקן, אבער אויב וויל ער עס אלס א תענוג (דאס הייסט ער האט טרינקן אבער ער האט מער ליב ביר וכדומה), זאל מען זיך נישט מתיר זיין, אבער אויב עס ליגט חוץ לתחום (דאס הייסט ווייטער ווי 2,000 אמה אינדערויסן פון שטאט) מעג מען נישט זאגן און אפילו אויב ער האט געברענגט אליין טאר מען עס נישט ניצן אין שבת אפילו בדיעבד, עס איז דא וואס זאגן אז די זעלבע הלכה איז אויך ווען ער האט א שאדן, ווי למשל אוועקריקן סחורה פון א פלאץ ווי עס וועט קאליע גיין פון די רעגן און דאס גלייכן (אויב עס איז א מלאכה דרבנן) מעג ער הייסן פאר א גוי עס טוהן, און מען קען זיך פארלאזן אויף דעהם עס צו טוהן ביי א גרויסע שאדן.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום ב' פרשת תולדות, כ"ו חשון, תשס"ט לפ"ק.

סעיף כב
אינו יהודי שקנה סחורה מישראל ובא בשבת לקחתה, אם אפשר יש למנעו.

סעיף כג
מי שיש לו "יארצייט" בשבת ושכח להדליק נר של יארצייט, יכול לומר לאינו יהודי בין השמשות שידליק אבל לא בשבת.


סעיף כב

א גוי וואס האט געקויפט סחורה פון א יוד און ער וויל עס נעמען אין שבת, אויב מען קען זאל מען אים צוריק האלטן, (אפילו אז ביי א גוי איז מעות קונות ממילא געהערט עס שוין פאר אים, אבער עס זעהט אויס ווי משא ומתן אין שבת (כ"מ במשנ"ב סי' שכ"ה).

סעיף כג

איינער וואס האט יארצייט אין שבת, און ער האט פארגעסן אנצוצינדן די יארצייט ליכט, אויב עס איז נאך בין השמשות מעג ער זאגן פאר גוי עס אנצוצינדן, אבער נישט אין שבת, (ווייל זאגן פאר א גוי איז נאר א דרבנן און עס איז נישט קיין מעשה האט מען נישט מחמיר געווען לצורך מצוה ווען עס איז נאך בין השמשות, אין א יארצייט ליכט ווייל מען איז זייער נזהר אין דעם הייסט עס א גרויסע צורך (משנ"ב רס"א בשם מהרש"ל).
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

(אזוי ווי איך האב נעכטן נישט געקענט שרייבן וועל איך היינט שרייבן ביידע שיעורים)

סימן צא
דא רעדט מען די הלכות פון איינער וואס האט סתם א ווייטאג און א קראנקער וואס איז נישט קיין לעבנסגעפאר

סעיף א

ווער עס האט סתם א ווייטאג, און ער קען זיך שטארקן און ארומגיין אזויווי א געזונטער מענטש, מעג מען נישט מאכן פאר אים קיין שום מיטל וואס היילט אויס, אפילו א זאך וואס איז נישט קיין מלאכה, און אפילו סתם שמירן אויל, סיי אליין אין סיי דורך א אנדערן און אפילו דורך א גוי איז אסור (דאס הייסט אפילו א לייכטע דרבנן וואס מען טוט נישט קיין מעשה איז אויך אסור, די רבנן האבן זייער מחמיר געווען ביי יעדע זאך וואס האט מיט רפואה, ווייל אויב איך וועל אים מתיר זיין קען ער צוקומען צו רייבן גראזן וואס איז א מלאכה דאורייתא פון טוחן).
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

איך וועל שפעטער ממשיך זיין
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

לע"נ הקדושים והטהורים באי באש ובמים על קידוש שם שמים הי"ד וימליצו טוב בעדינו

סעיף ב

יעדע עסן און געטראנק וואס געזונטע מענטשען עסן, מעג מען זיי עסן און טרונקן פאר א הייל מיטל, אפילו עס קען שאדן פאר געוויסע זאכן און יעדער וועט פארשטיין אז ער טוט עס פאר א היילונג דאך מעג מען (ווייל עס איז א געהעריגע מאכל), און יעדע זאך וואס איז נישט קיין שפייז פון געזונטע מענטשן סתם אזוי, איז אסור עס צו עסן אדער טרונקן פאר א היילונג, מען מעג עסן זיסע צווייגן (שרפים - אודה ולא אבוש איך ווייס נישט פונטליך וויאזוי עס צו זאגן אין אידיש ווער עס קען מיר פארבעסערן איז מכובד) און אראפשלונגען א רויע איי כדי קלאר און זיס צו מאכן דעם קול, עס הייסט נישט קיין הייל מיטל ווייל ער האט נישט קיין קרענק אין זיין האלז (ממילא איז נישטא די גזירה פון רייבן געווירצען).
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

סעיף ג

איינער וואס זיינע ציין טוהן אים אביסל וויי און ער האט נישט גאר שטארקע ווייטאגן, טאר ער זיי נישט אויסשווענקען מיט עסיג אדער אנדערע געטראנקן פאר א היילונג און דערנאך אויסשפייען, נאר ער זאל אויסשווענקן זיינע ציין און ער זאל עס אראפשלונגען אדער ער זאל איינטונקען זיין ברויט אין דעם און עסן ווי נארמאל, אין אזוי אויך אויב איינער האט האלז וויי זאל ער עס נישט אויסגארגלען מיט א געטראנק, נאר ער זאל עס אראפשלונגען און טאמער עס האט זיך אויסגעהיילט איז גוט.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

סעיף ג
מלאכת דבר האבד יכול לעשות גם על ידי ישראל אחר אפילו בשכר, אבל מה שאינו דבר האבד אלא שהוא לצורך המועד, אין לעשות על ידי ישראל אחר בשכר אלא על ידי אינו יהודי ואם אינו מוצא אינו יהודי וגם בעצמו אינו יכול לעשות, מותר אפילו על ידי ישראל בשכר.


א מלאכה פון א דבר האבד מעג מען מאכן דורך א אנדערע איד אפילו פאר געלט, דאס היייסט ביידע אידן האבן א היתר סיי דער בעה"ב און דער ארבעטער צו ארבעטן אויב עס איז א דבר האבד,(דער פרי מגדים קריגט זיך אין האלט אז אפילו א דבר האבד דארף מען לכתחילה מאכן דורך א גוי) אבער וואס איז נישט א דבר האבד נאר עס איז א זאך וואס מען דארף פאר חול המועד זאל מען נישט מאכן דורך א צוייטע איד פאר געלט (און אויב די אנדערע איד נעמט נישט קיין באשטימטע פרייז נאר א חלק פונעם פארדינסט מעג מען יא לכתחילה (שו"ע חיי אדם) נאר דורך א גוי, אויב טרעפט ער נישט קיין גוי און ער קען עס נישט אליין מאכן דעמאלטס מעג ער מאכן דארך א אנדערע איד פאר געלט

(די משנה ברורה איז מסביר בשם הגר"א די חילוק צווישן דבר האבד און סתם א מלאכה לצורך המועד, ווייל בעצם קבלת שכר במועד איז א עובדא דחול און עס איז אסור, נאר ביי דבר האבד אזוי ווי איך האב מתיר געווען פארן פועל צו ארבעטן פאר געלט, אויב דארף ער האבן די געלט, אפילו די ארבעט איז נישט צורך המועד, כדי עס זאל זיין א טובה פארן פועל, איז נישט מער ווי רעכט מתיר צו זיין פארן פועל צו נעמען געלט לטובת די בעל הבית)

סעיף ד
הא דמותר לעשות דבר האבד, זהו דוקא אם לא היה אפשר לו לעשותו קודם יום טוב, אבל אם היה אפשר לו לעשותו קודם יום טוב, והניחו עד חול המועד אסור לעשותו בחול המועד.


א דבר האבד איז נאר מותר ווען מען האט עס נישט געקענט מאכן פאר יום טוב, אויב האט ער עס געקענט מאכן פאר יום טוב און ער האט עס געלאזט אויף חוה"מ קנס'נט אים בי"ד און טאר ער עס נישט מאכן חוה"מ.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

סעיף ה
כל מלאכות האסורות לעשות בחול המועד אם יש כאן ישראל שאין לו מה לאכול כראוי לחול המועד ויום טוב, מותר לעשותן על ידו כדי שיהא לו מה לאכול, ומכל מקום יעשה בצנעא ואסור לעשותן על ידי אינו יהודי, אך לצורך מצוה מותר.


אלע מלאכות וואס זענען אסור צו מאכן אין חול המועד, אויב אבער עס איז דא א איד וואס האט נישט געהעריג וואס צו עסן (א) פאר חול המועד און יום טוב(ב), מעג ער עס מאכן דורך אים ווייל ער זאל האבן וואס צו עסן (ג), פונדעסוועגן זאל ער עס מאכן באהאלטן (ד), אבער צו מאכן דורך א גוי די געאסרטע מלאכות איז אסור, אבער טאמער עס איז פאר א מצוה איז יא מותר דורך א גוי (ה).

א. די בית יוסף זאגט אז אפילו ער האט זאכן אינדערהיים וואס ער קען פארקויפן איז ער נישט מחוייב צו פארקויפן זיינע שטוב כלים, אבער טאמער האט ער סחורה טאר ער נישט ארבעטן ער מוז עס פארקויפן
ב. די מגן אברהם האלט אז אויב ער האט וואסער און ברויט טאר ער נישט ארבעטן, אבער אסאך אחרונים קריגן זיך און האלטן אז ווילאנג מען נישט גענוג פאר פלייש און פיש און וויין פאר שמחת יום טוב מעג מען ארבעטן
ג. די טורי זהב זאגט אז ער מעג מאכן אפילו א ארבעט וואס איז סאך מער ווערט ווי די עסן וואס ער דארף ווייל מען האט אים שוין מתיר געווען, אבער אויב האט ער גענדיגט ארבעטן איין זאך און ער האט שוין גענוג טאר ער נישט מאכן נאך א מלאכה,
ד. אויב ער קען נישט מאכן באהאלטן זאל ער עס נישט מאכן, נאר אויף א פאל וואס ער האט ממש גארנישט צו עסן לויט יעדעם איינעם, פרמ"ג
ה. די חכמים האבן געמאכט א גזירה אזויווי שבת און יום טוב, אבער לצורך מצוה איז מותר אפילו שבת מג"א.

סעיף ו
אפילו מלאכות המותרות אסור לעשותן בשביל אינו יהודי.


אפילו מלאכות וואס מען מעג טוהן אין חול המועד, טאר מען נישט טוהן פאר א גוי, (חיי אדם).

איך וועל מיך זייער פרייען צו הערן הערות און פארשלאגן דא
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום א' פרשת צו, ד' ניסן, תשס"ט לפ"ק.

סעיף ז
אסור לזבל שדהו, ואפילו להכניס שם צאן בשביל שיעשו שם זבל אסור, ואפילו על ידי אינו יהודי אסור.


מען טאר נישט באמיסטיגען א פעלד אין חול המועד (א), און אפילו אריינברענגען שעפעלעך כדי זיי זאלן דארטן מאכן מיסט טאר מען אויך נישט (ב), און אפילו דורך א גוי איז אסור (ג).

א. באמיסטיגן א פעלד מאכט גרינגער איינצוזייען און עס איז א תולדה פון חורש.
ב. ווייל עס זעהט אויב ווי ער מאכט עס אליין האבן די חכמים גוזר געווען אויך דעם אויך.
ג. ווייל יעדע מלאכה וואס מען טאר נישט אליין טוהן טאר מען נישט הייסן א גוי אפילו אין חול המועד.


סעיף ח
זריעה אסורה, ואם יש לו זרעים שאם לא ישקם במים יפסדו לגמרי, מותר להשקותם.


איינזייען א פעלד איז אסור אין חול המועד (אלס מלאכת זורע), אבער אויב ער האט שוין איינגעזייט און טאמער וועט ער עס נישט אנטרונקען מיט וואסער וועט עס אינגאנצן קאליע ווערן, מעג מען עס אנטרינקען (ווייל עס איז א דבר האבד).

איך וויל וויסן צו איך זאל שרייבן ווייטער, צו עס איז דא אפאר אידן וואס לערנען עס, לאזט מיר וויסן דא
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום ב' צו, ה' ניסן תשס"ט לפ"ק

סעיף ט

אסור לתלוש או לקצוץ שום דבר מן המחובר, אם לא יתקלקלו הפירות עד לאחר יום טוב, כי אם מה שהוא צריך לאכול במועד, ואינו צריך לצמצם אלא תולש בהרוחה ואם יותיר יותיר. וכן עצים שהוא צריך להסקה במועד, מותר לקצצם ממחובר, ואסור ללקט עצים מן השדה ליפותן לחרישה, ואם ניכר שמכוין לצרכו שצריך לעצים, כגון שנוטל הגדולים ומניח הקטנים מותר, וכן אסור לקצוץ ענפי האילן לתקנו, ואם ניכר שמכוין בשביל הענפים להאכילן לבהמתו ולא לתקנו, כיון שקוצץ כולן מצד אחד מותר.


מען טאר נישט אפרייסן (מיט די הענט) אדער אפשניידן (מיט א כלי) קיין שום זאך וואס איז באהאפטן צו דער ערד, אויב די פירות וועלן נישט פארדארבן ווערן ביז נאך יום טוב (וואס דעמאלטס איז עס א דבר האבד), חוץ פון זאכן וואס מען דארף עסן חול המועד אדער יום טוב, און אויב ער דארף עס פאר יום טוב דארף ער נישט מצמצם זיין פונקטליך וויפיל ער דארף נאר ער מעג רייסן אסאך און אויב עס איז איבערגעבליבן איז נישט קיין פראבלעם, אזוי אויך העלצער וואס ער דארף צו קענען הייצן אינעם מועד מעג ער זיי אפשניידן און חול המועד, מען טאר נישט צוזאמנקלויבן העלצער פון די פעלד אין חול המועד כדי צו ליידיג מאכן די פעלד צו קענען אקערן, אויב אבער מען קען זעהן אז ער טוט עס ווייל ער דארף די העלצער, למשל ער נעמט די גרויסע און ער לאזט איבער די קליינע (קליינע ניצט מען נישט געווענדליך אויף צו הייצן) מעג מען, אזוי אויך מען טאר נישט אפשניידן צווייגן פון א בוים כדי עס צו פארעכטן עס זאל בעסער וואקסן, אויב אבער מען באמערקט אז ער טוט עס ווייל ער וויל האבן די צווייגן צו געבן פאר בהמות צו עסן, וויבאלד ער שניידט אלעס פון איין זייט מעג מען, (ווייל ווען ער וויל פארעכטן די בוים איז נישט גענוג איין זייט מען דארף שניידן פון אלע זייטן).

ביי די אלע זאכן איז דא צוויי תנאים סיי אז ער טוט עס מיט א כוונה וואס איז מותר למשל לצורך המועד אדער לצורך דבר האבד, און מען קען זעהן אז ער טוט עס לצורך ההיתר, אויב אבער ער טוט עס מיט א היתר'דיגע כוונה אבער מען קען נישט זעהן אז ער טוט עס לצורך דבר המותר, אדער אויב ער טוט טאקע אז זאך וואס זעהט אויס אז ער טוט עס לצורך דבר המותר, אבער זיין כוונה איז לצורך דבר האסור, איז עס אסור צו טוהן אין חול המועד (משנה ברורה).

סעיף י

מי שיש לו גן אצל גן אינו יהודי והאינו יהודי לוקט פירותיו, ואם הישראל לא ילקט יבא לידי הפסד, מותר לו ללקטם. ואם המה דברים שיתקלקלו בתלוש אם לא יעשה לצרכם גם מלאכה אחרת, מותר לעשות הכל, אפילו לדרוך ענבים לעשות יין וכדומה לזה, ובלבד שלא יניח בכוונה מלאכתו לחול המועד.


אויב איינער האט א גארטן לעבן א גוי'ס גארטן און די גוי קלויבט זיינע פירות, און אויב דער איד וועט נישט קלויבן זיינע וועט ער קומען צו א שאדן מעג ער זיי קלויבן (לכאורה הוא הדין ווען עס איז נישט לעבן א גוי'ס נאר ער רעדט א מילתא דשכיחא כנלענ"ד, איך האב נישט געזעהן קיינער רעדן דערוועגן, די מקור איז א ירושלמי), און אויב עס א מין פרי וואס ווערט פארדארבן ווען עס איז אפגעריסן אויב מען טוט נישט מיט זיי א אנדערע מלאכה מעג ער אלעס טוהן וואס מען דארף, אפילו קוועטשען טרויבן צו מאכן וויין אדער ענדליכס, אבער ער טאר נישט איבערלאזן די ארבעט דוקא פאר חול המועד.

ער מעג אויך דינגען אידישע ארבעטער צו טוהן די מלאכות און זיי באצאלן, אזויווי ווען די בעה"ב האט נישט וואס צו עסן ווי דערמאנט אויבן (מג"א), דער לבוש זאגט אבער אז עס איז דוקא ביי וויין ווי מען קען נישט נעמען א גוי וועגן יין נסך, אבער ביי אנדערע זאכן זאל ער נעמען א גוי טאמער ער קען, און ביאור הלכה ברענגט ער אויך א ריטב"א וואס האלט אויך אזוי.

דער ט"ז ברענגט בשם הרוקח און רבינו ירוחם אז א אדם חשוב דארף מחמיר זיין אפילו ביי א דבר האבד, ווייל יעדער וועט זעהן ווי ער טוהט א מלאכה חול המועד וועט מען זיך טועה זיין אז ער מיינט לשם מלאכה, און מען וועט זיך מתיר זיין לכתחילה צו טוהן א מלאכה לשם מלאכה, דער פרי מגדים פסקנט אז בצנעה מעג ער יא, אויב אבער איינמאל האט מען זיך טועה געווען ווייל מען האט געזעהן ווי ער טוט א מלאכה, און דער עולם האט געמיינט אז מען מעג לכתחילה איבערלאזן מלאכות אויף חול המועד, איז א מדת חסידותאז ער זאל נישט מער טוהן אפילו א דבר האבד (משנה ברורה).
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר צו, ו' ניסן תשס"ט לפ"ק

סעיף יא

אסור לגלח בחול המועד אפילו גילח את עצמו גם בערב יום טוב, אלא מי שיצא מבית האסורים, ואפילו יצא בערב יום טוב אלא שלא היה לו פנאי לגלח אז.


מען מעג זיך נישט שערן אין חול המועד(כדי מען זאל זיך שערן ערב יום טוב מען זאל נישט אריינגיין אין יום טוב שמוציגערהייט) אפילו ער האט זיך שוין אפגעשוירען ערב יום טוב (ווייל מענטשען וואס זעהן אים זיך אפשערן וועלן נישט וויסן אז ער האט זיך שוין געשוירן ערב יום טוב, און זיי וועלן לכתחילה איבערלאזן אויף חוה"מ), נאר איינער וואס איז ארויס פון געפענגעניש און אפילו ער איז ארויס ערב יום טוב נאר ער האט נישט געהאט קיין צייט זיך אפצושערן דעמאלטס (ער זאל זיך אבער אפשערן בצנעא (שו"ע חיי אדם).

מען מעג זיך אויסקעמען די האר חוה"מ אפילו עס קומט אראפ האר פון די קאפ עס הייסט נישט שערן (רמ"א חיי אדם)

סעיף יב

ולקצוץ הצפרנים גם כן אסור, אך אם קצצן בערב יום טוב מותר לקצצן גם בחול המועד וכן אשה לצורך טבילה מותרת.


אפשערן די נעגל איז אויך אסור (די זעלבע טעם כדי ער זאל זיך אפשניידן פאר יום טוב) אבער אויב ער האט עס אפגעשניטן ערב יום טוב מעג ער יא אפשערן אין חול המועד (ווייל די נעגל איז דא מער דעות להקל ממילא איז מען נישט מחמיר אין אזא פאל משנ"ב), אזוי אויך א פרוי וואס דארף שערן די נעגל עס זאל נישט זיין קיין חציצה צו די טבילה איז מותר(לצורך מצוה האט מען נישט מחמיר געווען).
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שיעור יום ד' צו, ז' ניסן תשס"ט לפ"ק

סעיף יג

אסור לכבס שום דבר אפילו לצורך המועד, אלא אם לא היה אפשר לו בשום אופן לכבס קודם יום טוב, וכן מטפחות שמלפפין בהן את התינוקות (חיתולים), כיון שמשתינין תדיר וצריכין להם הרבה מותר לכבסן, ויזהרו לכבסן בצינעא.


מען טאר נישט וואשן קיין שום זאך (כיבוס הייסט דוקא קליידער, וואשן געשיר אדער די ערד הייסט רחיצה) אפילו זאכן וואס מען דארף האבן חוה"מ אדער יו"ט, נאר טאמער עס איז נישט געווען מעגליך צו וואשן פאר יו"ט, און אויך שמאטעס וואס מען נעמט ארום מיט זיי די קליינע קינדער (אמאליגע צייטן איז נישט געווען אז מען האט אוועקגעווארפן פעמפערס, מען האט געניצט סחורה און מען האט עס כסדר געוואשן) וויבאלד זיי מאכן שמוציג א גאנצע צייט און זיי דארפן עס זייער וויכטיג מעג מען עס וואשן, מען זאל נזהר זיין צו וואשן באהאלטענערהייט.

קליידער פון קליינע קינדער מעג מען וואשן אין חוה"מ, אבער נאר וויפיל קליידער מען דארף פאר חוה"מ און יו"ט נישט מער, אבער גאנץ קליינע בעביס מעג מען וואשן אסאך (נאר די קליידער וואס זיי מאכן שמוציג כסדר) ווייל מען דארף כסדר טוישן אבער אלעס זאל מען מאכן באהאלטענערהייט (ב"י רמ"א)

סעיף יד

כל דבר שהוא לצורך רפואה מותר לעשות, בין לאדם בין לבהמה.


א זאך וואס איז פאר א רפואה מעג מען מאכן אין חוה"מ, סיי אויב א מענטש דארף די רפואה און סיי אויב א בהמה דארף די רפואה.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
קריאת שמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריאת שמע »

שיעור יום ד' ויגש, ו' טבת תש"ע לפ"ק

סעיף ז

יום אחרון של החג שהוא גם כן שמיני עצרת נקרא שמחת תורה, לפי שמסיימין בו את התורה ושמחין בה, ערבית לאחר התפלה עושין הקפות ואחר כך מכניסין הספר תורה ומשיירין אחר שקורין בו תלתא גברי בפרשת וזאת הברכה. ויש מקומות שנוהגין לקרות בפרשה נדרים. אחר קריאת התורה אומרים חצי קדיש ומכניסין את הספר תורה ואומרים עלינו.

די לעצטע טאג פון יום טוב וואס איז אויך שמיני עצרת ווערט אנגערופען שמחת תורה, ווייל מען ענדיגט אין אים די תורה און מען פרייט זיך מיט איר, ביינאכט נאכן דאווענען מאכט מען הקפות ארום די בימה און נאכדעם לייגט מען אריין די ספר תורה אין ארון הקודש און מען לאזט איבער איינס אין וואס מען ליינט דריי מענטשן פרשת וזאת הברכה. סיז דא וואו מען פירט זיך אז מען ליינט די פרשה פון נדרים. נאכן ליינען זאגט מען חצי קדיש און מען לייגט צוריק די ספר תורה און מען זאגט עלינו.
סעיף ח

ביום שמחת תורה נוהגין בהרבה מקומות שהכהנים נושאים כפיהם בתפלת שחרית ולא במוסף משום דבמוסף יש חשש שכרות, ואין אומרים ותערב בתפלת שחרית.

אין די טאג פון שמחת תורה פירט מען זיך אין אסאך פלעצער אז די כהנים דוכנען ביי שחרית און נישט ביי מוסף וויבאלד ביי מוסף קען זיין אז ער וועט זיין שיכור, ווען מ'דוכנט ביי שחרית זאגט מען נישט ותערבץ
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”