מוצא שפתיך תשמור ועשית!
קומענדיגע וואך זונטאג פרשת בלק הבעל"ט - י"א תמוז - געפאלט די יארצייט פון הילד
יהודה ע"ה בן
נחמן נ"י. פאר א יאר צוריק ווען די ביטערע טראגעדיע האט פאסירט זענען מיר אלע ווארעם געווען און פארשטאנען אז מען מוז עפעס טוהן לעילוי נשמתו פון דעם קליינעם תינוק שאין בו חטא, ובפרט נעמענדיג אין באטראכט אז ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות רח"ל וואס זאלן מרבה זיין זיינע זכותים אויף שטענדיג. מיר האבן זיך דעמאלטס אונטערגענומען מסיים צו זיין ששה סדרי משנה צו די יארצייט און דער עולם האט זיך זייער שיין אנגערופן.
יעצט ווען די יארצייט דערנענטערט זיך מיט גרויסע טריט ווערט יעדער געבעטן זיך צו דערמאנען די געפילן פון דעמאלטס און טוהן די חסד של אמת, אראפציפן די שטיקל צייט און מסיים זיין דאס וואס מען האט זיך אונטערגענומען, ובזכות זה לא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות אמן.
נ.ב. עס איז כדאי אז די וואס האבן מסיים געווען זייער חלק זאלן דאס מעלדן דא אינעם אשכול.