מיר האבן שוין פאריגע וואך אראפגעברענגט די תפלה פון ר' נחוניא בן הקנה, יעצט וועלן מיר אביסל משלים זיין איבער דאס חשיבות און חיוב פון זאגן די הייליגע תפלה.
דער הייליגער 'תוספות יו"ט' ברענגט אראפ די תפלה אין זיין פתיחה אויף משניות סדר זרעים -און דעריבער איז עס טאקע געדרוקט אין אלע משניות'ן- און די מדפיסים שפעטער האבן צוגעלייגט אפאר פסוקים פון "מעבר יבק" וואס מיר וועלן שפעטער מעתיק זיין לתועלת הרבים.
דא האט איר דעם הייליגן לשון פונעם תוס' יו"ט.
אמר יום טוב, ראה ראיתי שתי ראיות, אחת להגאון בעל הלכות גדולות שבתחלת הלכותיו התחיל וכתב ברכת התורה מלה במלה. ואין זה כי אם כלפי מ"ש חכמינו ז"ל בפרק ואלו נדרים (פ"א.) מאי כי על אלה אבדה הארץ וגו' על שלא ברכו בתורה תחלה. ע"כ כמזהיר וכמזכיר כתבם בראש חבורו, שכל הפותח לספרו יבין לאשורו, שיברך בתורה תחלה. ראיה שניה הא דתנן בפ"ד דברכות (כח.) רבי נחוניא בן הקנה הי' מתפלל וכו', ושם דקדקו הרמב"ם והר"ב זלה"ה שהן חובות על כל מי שיכנס לביהמ"ד שיאמרם.
ואחרי שנתחדשה ההלכה ושומה היתה זאת מאת רבינו הגדול זלה"ה להתאסף והתחבר חבורות חבורות ללמוד המשניות, ורבים יכשלו באלו התפלות כי אינם שגורות בפי כל. ע"כ אני מעתיקם כלשונם בספר הרי"ף.און דער רמב"ם אין פי' המשניות נאכן מעתיק זיין די תפלה, זאגט אויך אז עס איז א חיוב.
ואלה שתי התפלות חובה לכל מי שיכנס בביהמ"ד לקרות. שהרי לא אמרו בכניסתו "מה 'היה' אומר" כדי שיהי' ספור למה שהי' אומר רבי נחוניא בן הקנה, ואז יהי' רשות בידינו. אבל ווי עס קוקט אויס איז עס א טעות, און עס דארף שטיין "אלא"
אומר בכניסתו "מה 'הוא' אומר" ר"ל כשיכנס לביהמ"ד מה חייב לומר.ויש לו להתפלל אלה שתי התפלות יושב או עומד או כמו שיזדמן לו, ולא יחזיר פניו למזרח, ולא יברך, ולא יעשה השתחויה בהם, ולא נפילת אפים. וקרא שמה תפלה על מנהג הלשון שהוא מכנה כל בקשה תפלה. און דער "מאירי" אין זיין ספר בית הבחירה, נאכן מעתיק זיין דעם רמב"ם שרייבט אז דאס איז א געוואלדיגער לימוד בכלל, וז"ל:
אמר המאירי, ר' נחוניא בן הקנה הורה בזה שאדם צריך לחדש תפלה על כל דבר שהוא רואה בעצמו שהוא צריך בו לעזור אלקי', ואז יתמיד מחשבתו בעבודת השם באין פירוד.און טייל אחרונים מוטשען זיך פארוואס ס'איז למעשה נישט אזוי איינגעפירט צו זאגן, און דער "מנהג ישראל תורה" צייכנט אן צו די הגהות פון פינסקער רב הגאון ר' אלעזר משה הלוי הורוויץ אז מ'איז יוצא מיט די ברכת אהבת עולם פון שחרית און מעריב. אבער פאר אני הקטן איז נישט ניחא דער תירוץ, ווייל דער רמב"ם און דער טור וב"י האבן דאך אויך געזאגט אהבת עולם, און דאך זאגן זיי אז עס איז א חיוב. למעשה האב איך געטראפן ווי דער שיטה מקובצת זאגט
ולא נפקא לן מידי, ואשמועינן דמי שרוצה לומר הכי הרשות בידו. מילא איז עס א שטיקל לימוד זכות אז מען פארלאזט זיך אויף זיין פסק, אבער לכתחילה איז זיכער אז ס'איז כדאי אז ווער עס קען זאל עס זאגן.
מיר האבן געהאט אין פלאן צו רעדן נאך אביסל באריכות איבער דעם נוסח זעלבסט, (בפרט אויף דעם
וישמחו בי חבירי וואס עס טוט זיך דערויף אויף טישן און בענק. מיר האבן געזאגט פאריגע וואך ווי רש"י און דער רע"ב לערנען, און אויף די קשיא וואס פרעגט זיך פון זיך אליינס, "ווי שיקט זיך דאס אז דער הייליגער תנא ר' נחוניא בן הקנה זאל זיך פארכטן אז זיינע חברים וועלן זיך פרייען אויף זיינע שטרויכלונגען", האבן מיר געענטפערט א אייגענעם תירוץ. אבער למעשה איז עס נישט אזוי פשוט און עס איז דא גאר אסאך צו רעדן דערוועגן), אבער וויבאלד איינע פון די מקשיבי השיעור האט מיר געבעטן פריוואט, אז מיר זאלן פרובירן צו האלטן דעם שיעור ווי ווייט מעגליך אין די ראמען אויפן ארגינעלן ציל נעמליך הל' שבת, און נישט מאריך זיין צופיל מיט זייטיגע זאכן, ווייל אזוי פארט עס צופיל ארויס פון די רעלסן, וועלן מיר עס איבערלאזן פארן "הגהות אשכול" ווען מיר וועלן האבן אביסל צייט.
מיר וועלן נאר צוברענגען דעם נוסח הירושלמי, וואס האט אביסל א אנדערע נוסח אויף די תפלה.
יה"ר מלפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שלא אקפיד כנגד חבירי ולא חבירי יקפידו כנגדי, שלא נטמא את הטהור ולא נטהר את הטמא, שלא נאסור את המותר ולא נתיר את האסור, ונמצאתי מתבייש לעוה"ז ולעוה"ב.און דער חרדים איז מפרש
שלא אכעוס אם אשמע מהם דברי זלזול כבודי בהקשותם לי בהלכה, כאלו תאמר זה שיבוש וכיו"ב היוצא מפי מקשה ברתיחה, און דא קען מען אויך זאגן ווי מיר האבן געזאגט אויבן, אז וויבאלד ער האט מורא געהאט אז עס וועט געשעהן א תקלה אז ער וועט נכשל ווערן אין נישט ריכטיג פסק'ענען, דעריבער פארכט ער זיך אויך אז ער וועט מקפיד זיין ביים זיך ארומקריגן. משא"כ אז מ'לערנט כהלכה שטייט שוין אין גמ' "את והב בסופה", אז צום סוף קומט מען זיך גוט דורך.
ווי עס איז באקאנט די מעשה וואס מ'פארציילט נאך, אז דער הייליגער דברי חיים האט זיך אמאל שטארק ארומגעקריגט מיטן שינאווער רב אויף איינע פון די זאכן וואס זיי זענען מחולק געווען, [וואס ווי פארשטענדליך האבן מיר קיין השגה נישט אין זייער עבודה], און עס איז געגאנגען אזעלכע קולות אז די רביצין איז געקומען צו לויפן מיט שרעק קוקן וואס ס'גייט פאר. האט דער הייליגער רב איר בארואיגט זאגענדיג בזה"ל "האב נישט קיין מורא, מ'קריגט זיך אבער מ'בלייבט נישט צוקריגט"..., א ענליכע מעשה איז דא אז איינמאל נאכן זיך אויס'טענה'ן האט זיך דער הייליגער רב אנגערופן "איך ווייס נישט ווי עס קומט צו מיר אזא הייליג קינד". און דער איידעם ר' מאטעלע הארנאסטייפלער וואס איז דאן דארט געווען האט זיך אנגערופן "איך ווייס יא"...
ס'שטייט פון מעבר יבק (א שרעקעדיג ספר וואס רעדט אסאך פון יענע וועלט) אז מ'זאל זאגן די פאלגענדע פסוקים פאר מ'זעצט זיך לערנען, און ס'איז א סגולה קעגן שכחה.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
יערף כמטר לקחי, תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא, וכרביבים עלי עשב, צור תעודה חתום תורה בלמודי.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.
בלמודי תורה חתום תעודה צור, עשב עלי וכרביבים, דשא עלי כשעירים, אמרתי כטל תזל, לקחי כמטר יערף.ברוך אתה השם, למדני חקיך.
ברוך אתה השם, למדני חקיך.
ברוך אתה השם, למדני חקיך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.
למדני חקיך, השם אתה ברוך.בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
בחקתיך אשתעשע, לא אשכח דבריך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.
דבריך אשכח לא, אשתעשע בחקתיך.זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.
זכר דבר לעבדך, על אשר יחלתני.אינעם קאמארנער משניות ווערט געברענגט א שיינע תפלה צו זאגן פארן לערנען.
רבש"ע אב הרחמים והסליחות, אתה ידעת שרצוני לעשות רצונך, אך שאור שבעיסה מעכב. כי מה אנוש האנוש אשר בעפר יסודו כי תזכרנו להתעורר ולעמוד במלחמה העצומה נגד היצר הרע המלך זקן וכסיל, אשר ברוב חיילותיו ותחבולותיו יסובבנו סלה. ומי בכל בשר אשר יעמוד לפניו ולולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי.
ולכן הקדמת לנו מזור ורפואה לעסוק בתורתיך הקדושה שהוא התבלין של (אולי צ"ל נגד)
היצה"ר כמאמר חז"ל אם פגע בך מנוול זה משכינו לביה"מ. וכן אמרו תורה מגינה ומצלת בין בעידנא דעסיק בה, ובין בעידנא דלא עסיק בה.
ובכן אני באתי בדבריך והניי בעניי הכינותי בזה ללמוד תורה לשמה כדי שיביאוני התלמוד זה לידי מעשים טובים, ולידי מידות ישרות, ולידי ידיעות התורה, ומחשבה טהורה, וליישר רעיוני ומחשבתי לעבדך באמת ובלב שלם, ואזכה לזכות את הרבים ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תורתך באהבה.
לשם יחוד קב"ה ושכינתיה ע"י ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל (וזכות התורה וזכות כל התנאים הנזכרים במשניות אלו או בגמרא הזאת), וזכות כל התינוקת של בית רבם, יעמוד לי ולזרעי ולכל ישראל אמן.דער הייליגער ייטב לב זצ"ל טייטש
ומי מעכב? שאור שבעיסה, דאס אז די פרנסה איז אזוי "זויערליך"... דאס האלט צוריק אידן פון מקיים זיין די הייליגע תורה. ווייל אז איד האט פרנסה, האט ער הרחבת הדעת, און ער קען דינען דעם רבוש"ע בשמחה ובטוב לבב. משא"כ אויב מען איז רח"ל פארפלאגט און פאריאגט מיטן נסיון העוני ה"י.
און מיר האבן שוין דערמאנט פאריגע וואך פונעם טור, אז שבת פארמינערט נישט חלילה פון די פרנסה נאר אדרבה עס איז משפיע פרנסה. און דער טור זאגט דארט אביסל פריער
וכמה פעמים נשאתי ונתתי בדבר לפני א"א ז"ל דאס איז דער הייליגער רא"ש זצ"ל
כמוני היום שיש לי מעט משלי, ואיני מספיק לי וצריך אני לאחרים, אם אני בכלל עשה שבתך חול אם לאו, ולא השיבני דבר ברור. זאגט די וועלט, פארוואס טאקע האט ער אים נישט געוואלט ענטפערן? ווייל דער רא"ש האט נישט געוואלט פסק'ענען אזא זאך אז א איד האט נישט קיין פרנסה און דארף אנקומען צו אנדערע!
אז מ'רעדט פון פרנסה, וויל איך צולייגן אז מיר האבן מעיין געווען די וואך אינעם ספר "אגלי טל" וואס איז מיוסד אויף די ל"ט מלאכות פון שבת, שרייבט ער זייער שטארקע דיבורים איבער דאס חשיבות פון לערנען הל' שבת. זאגט ער דארט אז פונקט ווי שמירת שבת איז א תיקון אויב מ'האט זיך רח"ל נישט אויפגעפירט ווי מ'דארף, דאס זעלבע איז לערנען הל' שבת אויך א תיקון.
האב איך געקלערט לויט דעם, אז ס'איז דאך ידוע אז אויב מ'היט זיך נישט אפ ווי א ערליכער איד, איז דאס ח"ו פוגם אין די פרנסה. ווי דער ציס"ע ר' נחמן מברסלוב רעדט כסדר ארום דערפון. און ס'איז באקאנט די טייטש פון הייליגן ישמח משה אויפן פסוק הכפירים שואגים לטרף וגו'. אז די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די שרעקליכע עבירה הייסן כפירים, און זענען שואגים לטרף רח"ל, ד.ה. אז זיי נעמען צו דאס פרנסה ה"י. קומט אויס אז ס'איז גאר פשוט אז לערנען תורה ובפרט הל' שבת איז א געוואלדיגע סגולה צו פרנסה.
מפני חיבת הלשון, וועלן מיר דא מעתיק זיין זיינע הייליגע דיבורים:
ובחרתי להדפיס תחלה בהלכות שבת, יען שבש"ס סוטה שכל מצוה ומצוה נכרתו עליה ארבעה בריתות ללמוד וללמד לשמור ולעשות, ומבואר שללמוד הוא מחלקי המצוה. ומובן שכשם ששמירת שבת שקול ככל המצות, כן ללמוד וללמד בהלכות שבת שקול כללמוד וללמד בכל המצות.
ועוד כי שבת במרה נצטוו. ובזוהר חדש דפוס אמשטרדם כ"ו, בענין שבת במרה נצטוו, שהיו נחוצים למצות שבת לתיקון מכירת יוסף כי צדיק ושבת וברית חד. ובזה יובן כי שבת נחוץ לתיקון הברית וממילא גורם שמירת שבת.
ובזה יובן מאמר חכמינו ז"ל ששבת מביא גאולה, עפ"י דברי האר"י ז"ל בפסוק כי גר יהיה זרעך שכל הגליות באים מחמת פגם הברית. ממילא שבת שמתקן זה הפגם מביא גאולה.
ועפ"י זה יובן נחיצת הלימוד בהלכות שבת לתיקון פגם זה, כי תיקון הברית תלוי ביותר בלימוד התורה. ער איז דא מאריך מיט ראיות אז לימוד תורה בעיון איז אויך א תיקון אויף דעם חטא, און דערנאך פירט ער אויס
ומעתה יובן שהלימוד ועיון בהלכות שבת שמצות שבת בעצמה היא תיקון על פגם הברית על אחת כמה וכמה שהלימוד הזה הוא תיקון עצום לחטא זה. איידער מיר וועלן אנהייבן מיט א פרישקייט דעם שיעור (ווערט נישט נערוועז, מיר הייבן אט אט אן...) וועלן מיר אויף דעם פארלאנג פון עטליכע פארשטעלן אין קורצן אונזער מהלך ווי אזוי מיר פלאנירן דא פארצולערנען. ווי שוין דערמאנט אנהייב אשכול, איז דאס א המשך צו מיין לאנגיעריגן שיעור מיט מיין חשובער חברותא (וואס ליידער האט ער זיך נישט געוואלט צוהערן צו הרב קרעמער'ס הארציגע געבעט), דעריבער וועל איך טאקע לערנען אזוי ווי ביז היינט, מחבר און באר היטב אינעווייניג אויפן לשון, און אויסשמועסן געוויסע נקודות וואס מיר זעען פאר נויטיג. עס פארשטייט זיך אליין אז מ'קען נישט פארגלייכן דאס פארלערנען שריפטליך צו מונדליך, אבער מער ווייניגער וועט עס אזוי זיין, נישט צופיל מאריך זיין אין פלפולים נאר ווי מער אויסשמועסן תמצית וואס די פוסקים זאגן, מיר האפן אז איר וועט צופרידן זיין. (פאר סיי וואספארא הגה, ביטע נאר פריוואט).
אלזא הייבן מיר אן צו לערנען סימן רמ"ב מיט א חיות און א פרישקייט, ווי דער רבי ר' הערש טייטש וואס מען זאגט ביים דאווענען, ותן בלבנו בינה, להבין: איז טייטש פארשטיין, ולהשכיל: מיינט בפשטות מחדש זיין חידו"ת, לשמוע: אויסהערן א שיעור, ללמוד: לערנען אליין, וללמד: לערנען מיט אנדערע, לשמור: טייטש אפהיטן די לא תעשה'ס, ולעשות: טוהן די עשה'ס, וואס מיינט ולקיים? וואס קומט דאס מוסיף זיין? זאגט ער אז ולקיים טייטש
לעבעדיג! מיט א חיות! מיט א ברען! און מיט א פרישקייט!.
הלכות שבת
סימן רמב
להזהר בכבוד שבת
ובו סעיף אחד
זאגט דער הייליגער מחבר
אפילו מי שצריך לאחרים אויב איינער דארף נעבעך אנקומען צו אנדערע
אם יש לו מעט משלו אויב פארמאגט ער עטוואס אייגענס,
צריך לזרז עצמו לכבד את השבת דארף ער זיך אנשטרענגען ווי ווייט מעגליך צו מכבד זיין דעם שבת.
זאגט דער באר היטב
השבת. ולא יפחת משני תבשילין, זוהר בראשית. ובתיקוני שבת איתא שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים ע"ש. ונ"ל דכל אחד לפי טבעו כמ"ש סי' רפ"ח. וואס דארט ווערט ארומגערעדט דער דין פון פאסטן אין שבת. און דער מחבר דארט ס"ב פסק'עט
אדם המתענה בכל יום, ואכילה בשבת צער הוא לו מפני שינוי וסת (פי' דבר קבוע), יש אומרים שראו כמה חסידים ואנשי מעשה שהתענו בשבת מטעם זה. וכן אמרו שכך היה עושה ה"ר יהודה החסיד. קומט אויס אז כאטש מ'דארף עסן פיש שבת, אבער אויב מען איז עלערזשיק דערצו, אדער סתם מע גלייכט דאס נישט, איז מע נישט מחוייב. וויבאלד די מצוה איז "עונג שבת" און פאר אים איז דאס נישט קיין עונג.
זאגט דער באה"ט ווייטער
אם המוכרים הדגים מיקרין השער דאס הייסט זיי ציען ארויף די פרייז העכער ווי נארמאל,
נכון לתקן שלא יקנו דגים איזה שבתות. וראיה ממשנה ספ"ח דכריתות. אזוי שטייט אין
צמח צדק סי' כ"ח. וכ"כ הפר"ח במנהגי איסור ס"ק ס"ו. ובית הילל י"ד סי' רי"ח כתב דדוקא כשנתייקר השער יותר משליש כמו שהי' מקודם, אבל אם נתייקר פחות משליש או שליש כמו שהי' מקדם, אין לעשות תקנה. וחייבים לקנות דגים לכבוד השבת, וויבאלד עס ווערט דאך גע'פסק'עט
דהידור מצוה עד שליש, ע"ש.
ס'ווערט אסאך ארומגערעדט אין די פוסקים פארשידנס איבער דעם, ווי למשל אויב איינער האט געקויפט א פיש אין א צווייטע שטאט ווי ס'איז מותר, דערנאך גייט ער אויף א שטאט ווי עס איז דא אצינד א איסור, צו עס גייט אן מראית העין. ווי אויך אויב האט ער עס געקויפט אין דעם זעלבן טאט בעפאר דעם איסור, און נאך אזעלכע פרטים. אבער מיר וועלן נישט מאריך זיין דערוועגן ווייל עס איז נישט אזוי שכיח היינט.
אינטערעסאנט איז צוצוגעבן, אז ביי "אתרוגים" פלעגט מען אויך האבן דעם פראבלעם פון "נתייקר השער", ווייל פונקט ווי דא ביי פיש האבן די גויים געוואוסט אז די אידן וועלן זיך לאזן קאסטן דערפאר. און ס'איז באקאנט פארשידענע מעשיות ווי אזוי מ'האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיי. אמאל האט מען ארויסגעשטעלט אין די אידישע געשעפטן האלצערנע אתרוגים וואס מ'האט באשטעלט ביי א סטאלער, און א אנדערס מאל פשוטע לימענעס... און מ'האט אויסגערופן אין ביהמ"ד אז קיינער זאל נישט קויפן ביים גוי, אזוי אז ווען איינער איז שוין אריינגעגעקומען צום גוי קויפן אן אתרוג, האט ער זיך געפרייט צו פארקויפן דאס גאנצע פאר א שיבוש, מיינענדיג אז ס'איז דא גענוג.
זאגט דער באה"ט ווייטער
לווין ברבית לצורך סעודת שבת או סעודת מצוה, ירושלמי. און דער לבושי שרד זאגט
היינו בהיתר. און דער תניא זאגט אז נאר
של דבריהם, און אויך נאר אויב ס'איז
אי אפשר ללות בלא רבית. דעריבער היינט צו טאג ווען דא פארשידענע גמ"ח'ן ווי מ'קען בארגן אנע פראצענט, איז ווארשיינליך לויט אים נישט מותר.
כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה חוץ מתשר"י וואס דאס איז
ר"ת ת"ת שבת ר"ח יו"ט, והוצאת ר"ח איז אים דא שווער, וואס זענען שוין די גרויסע הוצאות פון ר"ח, אז מ'דארף דאס אריינרעכענען צווישן די גרויסע הוצאות וואס זענען באשטימט פון פאראויס? דעריבער איז ער מסביר
ר"ל מה שמביאים התינוקת להרב שלהם בר"ח, עטרת זקנים בשם הר"ן מקראקא, וכ"כ המ"א בסי' ת"ט בשם הב"ח, ע"ש. און ס'איז אויך א פראקטישע פארשטענדליכע סגולה אויף ערליכע קינדער, צו שיקן א טשעקל יעדן חודש צום מלמד... בדוק ומנוסה.
אם שלחו לו דבר מאכל מיטן באדינג
שיאכל בשבת, אסור לאוכלו בחול, ב"ח סי' תתס"ו.זאגט דער מחבר ווייטער
ולא אמרו דאס וואס די משנה זאגט אין מס' פסחים
עשה שבתך חול ליבערשט פראווע דיין דיין שבת פונקט ווי אינדערוואכן, ד.ה. אז דו זאלסט נישט צולייגען עפעס מער לכבוד שבת, ס'איז אבער ווערט, ווייל דער עיקר איז
ואל תצטרך לבריות, איז נאר געזאגט געווארן
אלא למי שהשעה דחוקה לו ביותר.
זאגט דער באה"ט וואס הייסט דאס
ביותר אז דאן איז מען שוין נישט מחוייב צו בעטן מענטשן אויף צוצולייגן עפעס לכבוד שבת
היינו מי שיש לו מזון י"ד סעודות לאכול כל ימות השבוע, און דאס קומט אויס
בכל יום ב' סעודות, לא יטול מן הצדקה לאכול סעודה ג'. וזהו פירושו עשה שבתך חול, ר"ל כמו חול: ב' סעודות אזוי שטייט אין
מ"א און אין
ט"ז. אבער ווייניגער ווי א גאנצע וואך טאר מען זיכער נישט, און מען מעג און מ'דארף דערפאר נעמען פון צדקה. פירט אויס דער הייליגער מחבר
על כן צריך לצמצם בשאר הימים כדי לכבד את השבת.
מתקנת עזרא שיהיו מכבסים בגדים בחמישי בשבת מפני כבוד השבת.און דער מג"א זאגט
כלומר שלא יכבסו בע"ש, שיהיו פנוים לכבוד שבת. דער לבוש לערנט אבער אנדערש פשט און ער זאגט
משמע דעיקר התקנה לכבס לכבוד שבת, והא דלא תיקן בע"ש נאר דוקא דאנערשטאג,
משום שאין פנאי לכבס, או דבדוחק נתכבס ונתייבש באותו היום. און די נפק"מ וועט כאפן אויב איינער האט יא צייט, לויטן לבוש דארף ווען זיין מותר, בפרט היינטיגע צייטן – אין אמעריקע - ווען ס'איז נישט שייך זיין צווייטע טעם אז "דבדוחק נתייבש", ווייל עס זענען דאך דא דרייערס. אבער לויטן מג"א אז דער עיקר איז "נישט אום דאנערשטאג", איז שווער מתיר צו זיין, ווייל אפי' עס פארנעמט היינט צוטאג נישט אזויפיל צייט ווי אמאל, אבער פארט צייט פארנעמט עס. און פונעם לשון התניא וואס לייגט צו
כדי ללבוש לבנים בשבת, איז משמע אז ער נעמט אן ווי דער לבוש.
הגה זאגט דער הייליגער רמ"א
נוהגין ללוש כדי שיעור חלה לעשות מהם לחמים לבצוע עליהם בשבת ויו"ט [סמך ממרדכי ריש מסכת ר"ה] והוא מכבוד שבת ויו"ט ואין לשנות.זאגט דער באה"ט
בבית, אסור לאכול פת גוי בשבת, ויאכלו מהחלות בשבת. מ"א. וע' סי' שכ"ד ס"ד. דאס איז לכאורה א טעות, און ער מיינט צו זאגן סי' שכ"ה ס"ד וואס דארט זאגט דער מחבר
פת שאפה עכו"ם לעצמו בשבת, יש אוסרים ויש מתירים. און בשעת הדחק אדער לצורך מצוה קען מען מקיל זיין. זעהט מען פון דארט, אז ס'איז נישט אזוי גלאטיג צו עסן אום שבת אפי' וואס דער גוי האט געבאקן פאר זיך, און כ"ש אויב ער האט עס געבאקן פארן איד, עיי"ש.
דער ליקוטי מהרי"ח האט א לענגערן שמועס אויב היינט ווען מ'עסט א גאנצע וואך נאר פת ישראל און ס'איז נישט דא דער חשש פון פת עכו"ם, צו איז מען אויך מחוייב צו באקן אינדערהיים, ווייל עס איז אויך דא א אנדערן טעם דערויף, מפני שאבדה חלתו של עולם, עיי"ש. למעשה פירט מען זיך טאקע אין אלע חסידישע שטיבער אז ווען מ'קען באקט מען אליין חלות לכבוד שבת, כאטש אינדערוואכן קויפט מען אין אלגעמיין ביי די בעקערייען. אבער לויט דעם אז היינט גייט נאר אן דעם אויבענדערמאנטן טעם, דארף עס לכאורה געבאקן ווערן דייקא דורך די פרוי, און דייקא אום פרייטאג, ווייל דאן איז פארגעקומען די מעשה פונעם עץ הדעת, והבן.
און פון תניא איז משמע אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן, צום ערשט א מנהג צו איינקנעטן אינדערהיים צו מאכן חלות, און ער פירט אויס
ולא ליקח לחם מן השוק כמו בשאר הימים, און קומענדיגן סעיף זאגט ער ווי א באזונדערע זאך, אז דארט ווי א גאנצע וואך עסט מען
פת נכרים זאל מען אום שבת נזהר זיין צו עסן נאר וואס מ'האט געמאכט אינדערהיים אלס דעם מנהג פון איינקנעטן. און פון פמ"ג איז אויך אזוי משמע, עיי"ש.
זאגט דער רמ"א ווייטער
יש שכתבו שבקצת מקומות נהגו לאכול מולית"א שקורין פשטיד"א בליל שבת זכר למן שהיה מכוסה למעלה [מהרי"ל ולא ראיתי לחוש לזה]. און דער א"ר ברענגט פונעם שכ"ג
ובמקומות הללו מנהג פשוט לאכלן.
מיר וועלן מעתיק זיין דעם תפלת ר' נחוניא בן הקנה ביציאתו לויטן נוסח הירושלמי.
מודה אני לפניך השם אלקי ואלקי אבותי שנתת חלקי מיושבי ביהמ"ד ובתי כנסיות, ולא נתתי חלקי בבתי תרטיות ובבתי קרקסיות, שאני עמל והם עמלים, אני שוקד והן שוקדים, אני עמל לירש גן עדן והן עמלים לבאר שחת, שנאמר כי לא תעזוב נפשי לשאול, לא תתן חסידך לראות שחת.
דער מהר"ש סיריליאו טייטש
בתי תיאטריות: מקומות גבוהין שעושין לראות משם שחוק ומיני טיול בתי קרקסיות: בתים שעושין ליכנס שם שותי יין בשווקים, טואירנא"ש בלע"ז ובלשון יון קורין ליין קרסי (האפענטליך מיינט ער נישט "די היימישע קרעטעשמע"...).
ס'איז מערקווירדיג, אז דער פסוק
לא תתן חסידך לראות שחת וואס דער ירושלמי ברענגט צום סוף, איז א ראיה אויף די גוטע חלק פון אני עמל לירש גן עדן. אבער דער תוספות יו"ט וואס ברענגט דער תפלה בלשון הבבלי, ווי דערמאנט אויבן, לייגט צו דעם פסוק וואס ברענגט ארויס אויף פארקערט אז
והם רצים לבאר שחת, שנאמר ואתה אלקים תורידם לבאר שחת, אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם ואני אבטח בך. און ווי מיר האבן געשריבן פאריגע וואך לייגט מען דאס לכאורה צו וויבאלד מען פירט זיך צו ענדיגן מיט א גוטע זאך.
גוט שבת.