ליל שישי שיעור

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

THANKS KEEP ON
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

טאבאקא האט געשריבן:
היינט געפאלט אויס די צוויי און דרייסיגסטער יארצייט פון האי צדיק וקדוש סאטמארער רב הגה"צ רבי יואל טייטלבוים זצוק"ל.
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן. און השי"ת זאל העלפן אז אלע אידן וואס פארן צום ציון הק' מתפלל זיין, זאלן זיך אויסבעטן אלעס גוטס בכלליות ובפרטיות אמן ואמן.

לכבוד די יארצייט וועלן מיר נאכברענגען א עובדא פונעם רבין וואס שייכות צו די הלכות אמירה לעכו"ם אין וואס מיר זענען יעצט דא עוסק.
פארשטייט זיך אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף דעם "מעשה רב" נישט לחומרא און נישט לקולא, מיר ברענגען בלויז נאך דעם לשון כמות שהוא אינעם ביכל "איבער בערג און ימ'ען" (איבערלעבענישן פון הרה"ח ר' חיים מרדכי שטיינבערג ז"ל).

שמיני עצרת אינדערפרי איז אנגעקומען א בריוו צו ר' חיים מרדכי'ן אויף דער פאסט.
"אימיגרעישן דעפארטמענט", האט ר' חיים מרדכי געליינט די געדרייטע בוכשטאבן אויפן קאנווערט.
דאס הארץ האט אים גענומען ווילד קלאפן. אפשר איז דא גוטע נייעס?
מיט איין אטעם איז ער אריבערגעלאפן צום רבין, און געפרעגט ווי אזוי ער קען עפענען דעם בריוו אום יו"ט. דער צושטאנד אין א"י האט זיך פארערגערט פון טאג צו טאג; עס האט אים געברענט ארויסצובאקומען זיין ווייב פון די נאכאנאנדיגע קאמפן און באמבאדירונגען.
דורך א גוי מעגסטו עס עפענען האט דער רבי גע'פסק'נט. אבער נאר א שווארצער. אן אנדערער קען אויסזעהן ווי א גוי, אין דער צייט וואס ער איז באמת א אידיש קינד.


איך פארשטיי ניט, כל דפריש מרובא פריש. אין ברוקלין און אין נ.י. זענען דא מער גוים, ממילא האב איך א רעכט זיך צו פארלאזן אז דער ווייסער מענטש איז א גוי.
מי שיסביר לי את זה - אכיר לו טובה.
לשמור ולעשות ולקיים
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אזוי ווי עס זענען ב"ה צוגעקומען עטליכע משתתפים, וועלן מיר איבער'חזר'ן וואס מיר האבן געזאגט ביים אנהייבן דעם שיעור:
טאבאקא האט געשריבן:מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פונעם שיעור און מיר ווארטן צו הערן אייערע הגהות והערות, אבער איך בעט בכל לשון של בקשה, ביטע האלטן דעם אשכול הייליג בלויז פאר לימוד התורה. שכוח'ס אדער סתם קאמענטארן איבער מיין הסברה אדער ווי אזוי איך זאל פארלערנען וכדו', זאל מען מיר נאר שיקן פריוואט

און הגהות אויפן שיעור קען מען איבערלאזן אינעם ספעציעלן אשכול וואס מיר האבן געווידמעט דערפאר
viewtopic.php?f=12&t=12295
א דאנק פאר אייער קאפעראציע.


מען האט אמאל געפרעגט פונעם ערשטן פארזיצער פונעם ארטאדאקסישן קאנצעליי, ר' איציקל רייך ז"ל, פארוואס די ארטאדאקסישע רבנים באקומען א קליינעם געהאלט און לעבן אין דחקות, ווידעראום די רעפארמיסטשע רע-בנים (וואס אין אונגארן האט מען זיי גערופן "נעאלאגן") באקומען שיין געצאלט און לעבן ברייט.
האט ער געענטפערט מיט א משל: "ווען איינער וויל קויפן א לעבעדיג פייגל, קען ער זיך דאס איינהאנדלען פאר עטליכע גראשן. וויל ער אבער קויפן א געמאלן בילד פון דעם זעלבן פויגל, וועט עס אים קאסטן אסאך מער. פארוואס? ווייל פאר א פאלשע נאכגעמאכט זאך צאלט מען פיל מער ווי די ארגינעלע"...


סעיף ה'



זאגט דער הייליגער מחבר אם העכו"ם הולך מעצמו למקום אחר פאר זיין אייגענע געברויך, וישראל נותן לו אגרת, מותר בכל גוונא:

זאגט דער באה"ט סק"ז גוונא. אפי' לא קביע בי דואר במתא מעג מען שיקן מיטן גוי. ווייל אף דלא ימצאנו בביתו לא ילך העכו"ם אחריו, דהא הישראל לא שלח.
אבל לשלחו בידו בע"ש, אם אין שהות מבע"י שיגיע לשם, אסור. דהא מוליכו בשבילו בשבת, ומוציא ד"א בר"ה בשביל ישראל.
ומכ"ש שאסור ליתנו בשבת, כמ"ש סי' רמ"ו ס"ב. עמ"א ובשבות יעקב ח"ב סי' מ"ב:



סעיף ו'



זאגט דער הייליגער מחבר מי שיש לו שכיר עכו"ם לשנה או יותר, אסור לשלחו ערב שבת באגרת:

הגה זאגט דער רמ"א ומיהו אם לא שכרו רק בשליחות אגרת, יש מתירין. כמו שנתבאר לעיל סי' רמ"ד ס"ה:

באה"ט סק"ח ע"ש באגרת. ובד' וה' מותר, כיון די"א דזה מיקרי קצץ כמ"ש סי' רמ"ד, מ"א:

מיר האבן ב"ה געענדיגט דעם סימן, השם יעזור שנזכה לסיים הלכות שבת עד גמירא.

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אמאל יו"כ האט הגאון ר' נתן וואלף ראב"ד פרעשבורג געזעהן ווי א פושע ישראל איז עלה צו די תורה און מאכט די ברכה "אשר בחר בנו וכו' ונתן לנו את תורתו".
האט ער געזאגט, אז לכאו' איז עס דאך נישט צום פארשטיין פארוואס א פרייער איד דאנקט גא-ט אז מען האט אונז געגעבן די תורה.
נאר – האט ער אויסגעפירט – דער סדר פון אט די פארגעשריטענע איז דאך צו וועלן נאכמאכן דעם גוי. ממילא ווען די גוים וואלטן מקבל געווען די תורה, וואלט ער דאס געמוזט האלטן כדי צו זיין גלייך מיט זיי... דעריבער פריידט ער זיך 'אשר נתן לנ"ו את תורתו'.

גייען מיר אנהייבן א פרישן סימן בעזרת השם יתברך ויתעלה, ויהי רצון שבזכות לימוד תורה דרבים נזכה לתשובה שלימה ואמיתית בתוך כלל ישראל, אמן ואמן.

סימן רמח

דין המפליג בספינה וההולך בשיירא בשבת

ובו ד' סעיפים


סעיף א'


זאגט דער הייליגער מחבר מותר להפליג בספינה אפילו בערב שבת, אם הולך לדבר מצוה.
ברענגט דער מחבר דער דעת פונעם הייליגן רמב"ם ופוסק ער דארף אפשמועסן עמו מיטן קאפיטאן שישבות.
ואם אחר כך לא ישבות, אין בכך כלום. (דאס איז געזאגט געווארן אפי' ער שטייגט אויף אנהייב וואך).

זאגט דער באה"ט סק"א מצוה. אבל בשבת אסור, דהא לא יוכל לפסוק עמו שישבות. עס"ג. (ובס' אלי' רבה חולק על מ"א בזה, והוכיח דלדבר מצוה מותר אפי' בשבת. והטור דוקא לכתחל' קאמר שיפסוק עמו שישבות. ואם אינו אפשר, מותר בלא פיסוק. ע"ש):

דאס איז ביי א דבר מצוה אבל לדבר הרשות זאגט דער מחבר אין מפליגין בספינה בפחות מג' ימים קודם השבת:

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א אבל קודם שלשה ימים שרי אפי' בספינה שמושכין אותו ע"י בהמות, אפי' אין בגובה המים י' טפחים [מהרי"ק שורש מ"ה] ואפי' במקום שיצטרך הישראל לעשות אח"כ מלאכה בשבת להוליך הספינה [ריב"ש סי' קנ"ב] ווייל בעפאר מיטוואך געהערט צום פריערדיגן שבת, ממילא אז ער מוז טוהן א מלאכה צוליב פיקוח נפש וכדו' איז עס נישט קיין חילול שבת.

זאגט דער באה"ט סק"ב איז געשטאנען אין מחבר ימים. דהיינו ביום רביעי בשבת, אסור. עיין סעיף ד'.
וה"ה בי"ט שני אין מפליגין. עיין יד אהרן שהאריך, ובחות יאיר סי' קי"ב:

באה"ט סק"ג דער רמ"א האט געשריבן ג' ימים. היינו ביום ג':

זאגט דער מחבר ווייטער ואם הוא דרך מועט, כמו מצור לצידון שאין ביניהם כי אם מהלך יום אחד, מות' להפליג בע"ש בבקר.
מפני שאפשר שיגיע שם קודם השבת.


זאגט דער באה"ט סק"ה שם. כלומר, כשיש רוח טוב הולכין ביום א', אע"פ שעכשיו אין רוח טוב שרי להלוך בע"ש, ב"י ד"מ:

פירט אויס דער מחבר ומקום שנהגו שלא להפליג בע"ש כלל, אפי' דרך מועט, אין מפליגין:

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

צוליב געוויסע סיבות האבן מיר פארצויגן דעם בין הזמנים אויף אביסעלע לענגער, אבער אצינד זענען מיר צוריק דא און השי"ת זאל העלפן אז מען זאל קאנען אויסנוצן די הייליגע ווינטער נעכט מיט לימוד התורה ווי ס'ברויך צו זיין מתוך אושר ועושר והרחבת הדעת און אלעם גוטן.
השי"ת זאל העלפן אז די זכות פון לימוד תורה דרבים זאל משפיע זיין פאר גאנץ כלל ישראל בכל מקומות שהם א שנת תשב"ע עם כל הפירושים, זאגסט אלע הויעך אמן!


סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר הא דאס וואס מיר האבן געלערנט אינעם פריערדיגן סעיף אז דאין מפליגין בספינה בפחות משלשה ימים קודם השבת, איז הטעם דערפאר משום עונג שבת.
שכל שלשה ימים הראשונים יש להם צער ובלבול
פון דאס וואס ווערט אנגערופן "ים-קרענק".
און דערפאר שרייבט דער הייליגער רמב"ם אין א תשובה אז ודקא למפליגים במים המלוחים, ד.מ. לכאו' די וואס פארן אין די גרויסע אקאנען, זיי טארן טאקע נישט ארויספארן נאך דינסטאג צוליב די צער.
אבל בנהרות איז די מציאות אז אין שום צער למפליגים, ולפיכך מותר להפליג בהם אפילו בערב שבת.

זאגט דער באה"ט סק"ו ובלבול. ולדבר מצוה האמיר דאך שוין אויבן געלערנט אז ס'איז שרי. און דער טעם זאגט דער מ"א, דהעוסק במצוה פטור מן המצוה:
דער מחצהש"ק ברענגט אראפ אז דער זיידע ז"ל אין "תוס' שבת" קריגט אויף דעם מ"א און שרייבט אז דער דאזיגער טעם וועט נישט שטימען מיטן ב"י, עיי"ש. און דער מחהש"ק פארענפערט דעם מ"א, עיי"ש.

לייגט דער מחבר צו א תנאי אויפן היתר זיך ארויסצולאזן אויפן וועג אין די דריי טעג צו שבת אין א טייך: והוא, שלא יהא ידוע לנו שאין בעומקה עשרה טפחים. אבל במקום שידוע לנו שמקרקע הספינה לקרקע הנהר איז דא פחות מעשרה טפחים דאן איז אסור (לצאת חוץ לתחום) משום איסור תחומין.
און דאס איז נאר אויב מען ווייסט "זיכער" אז ס'איז דא ווייניגער פון צען טפחים. אבער אויב איז מען מסופק איז מותר, ווייל ס'איז א ספיקא דרבנן אויף וואס מען גייט לקולא, (שו"ע הרב בשם הרמב"ם וב"י).

זאגט דער באה"ט סק"ז הספינה. פי' אע"פ שהמים איז יא עמוקים י' דאך אם הספינה משוקעת במים קומט דאך אויס אז והוא דער איד יושב למטה מי', נמצא מהלך למטה מי'.
ואפי' יושב למעלה - וואס פון דארט איז געווענליך זיכער דא צען טפחים - איז אסור, כיון שהספינה רחבה ד' כמ"ש סי' ת"ד ע"ש. עמ"א וואו ער קריגט מיטן ב"ח און פירט אויס אז למעשה אין לזוז מפסק הש"ע:

באה"ט סק"ח האט דער רמ"א צוגעלייגט די ווערטער "לצאת חוץ לתחום". איז משמע אז ותוך התחום שרי. און ער לאזט אונז הערן אז ולא גזרינן שמא יצא חוץ לתחום. אזוי איז דער מ"א מסביר די רבותא פונעם רמ"א:

הגה זאגט דער הייליגער זיידע דער רמ"א וכן בספינה שיצטרך הישראל לבא לידי מלאכה בשבת אסור ליכנס בה שלשה ימים קודם השבת, אפי' הם נהרות הנובעים והוא למעלה מעשרה (ריב"ש סי' קנ"ב מהרי"ק). אבל אין איסור במה שהבהמות מושכות הספינה בשפת הנהר, ולא דמי להליכה בקרון שאסור:

באה"ט סק"ט שאסור. דבקרון אסור שמא ירד מן הקרון וילך באיסור, וזה אין שייך כאן. ט"ז. ומ"א כתב אז דבקרון אסור משום שמא יחתוך זמורה, אבל הכא הבהמות הולכין למרחוק פונעם מענטש ולא שייך שמא יחתוך זמורה:


איך וויל דא מאכן א רעפערענדום צווישן אלע משתתפי השיעור, אז זיי זאלן מיר אריינשיקן פריוואט אין וועלכע צייט זיי וואלטן געוואלט אז דער שיעור זאל ווערן פארגעלערנט.
און מיר וועלן זיך בעזהשי"ת צושטעלן צו רוב דיעות.

א דאנק פון פאראויס און א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ביז דערווייל איז דער עולם צופרידן פון די איצטיגע זמן, ממילא וועט מען עס לאזן אזוי. און אויב איינער האט עפעס צו זאגן סיי וואס איבערן שיעור, זאל ער מיר שיקן א מעלדונג אין אישית.


ווייצענער רב זצ"ל האט אמאל ביי א דרשה מסביר געווען וואס איז דער פשט אז אסאך מאל שרייבט מען אויף בנעשעקלעך דעם טיטל "הגאון הצדיק".
האט ער געזאגט אז אויב מען זעט א יוד א בנש"ק וואס מ'ווייסט אז ער איז א פשוטער מענטש, שרייבט מען אויף אים הרה"ג. ווייל קיינער האט אים דאך נישט פארהערט...
ווידער איז דא איינער וואס יעדער ווייסט אז ער איז א געזונטער עין הא, שרייבט מען הרה"צ. ווייל דאס איז דאך שוין תלוי בלב, נו מן הסתם איז ער א צדיק.
וואס טוט מען אבער מיט איינעם וואס מען ווייסט אז קיין גאון איז ער נישט און נאכדערצו איז ער א גראביאן? אויף אזא איינעם שרייבט מען הגאון הצדיק....


סעיף ג'



זאגט דער הייליגער מחבר היכא דמותר להפליג מערב שבת, למשל ביי א דבר מצוה אדער אין א טייך, ברענגט דער טור בשם דער בה"ג אז אם נכנס בספינה מערב שבת, וקנה בה שביתה - אף על פי שמפלגת בשבת – איז מותר דאס צו טוהן.
לייגט ער צו וואס עס פסק'ענען דער תוספתא, רא"ש און רשב"א והוא שלא יֵצֵא מהספינה מעת שקנה בה שביתה:

זאגט דער באה"ט סק"י שביתה. אפי' חל י"ט ע"ש, שרי לקנות שביתה. עסי' תי"ו:

הגה זאגט דער רמ"א ויש אומרים דאפי' יָצָא מן הספינה, שרי. דמאחר שקנה בה שביתה מע"ש איז עס ווי זיין הויז און דערפאר איז מות' אח"כ ליכנס בה בשבת ולהפליג.

און דער מ"א לייגט צו: ועכ"פ כשמגיע ליבשה, אסור לזוז מד"א.

זאגט דער רמ"א ווייטער וי"א שעושין קידוש בספינה ואח"כ חוזרים לביתם ולנים שם, ולמחר חוזרין לספינה ומפליגין. כן נהגו בקצת מקומות, ואין למחות (ר"ן פ"ק דשבת וריב"ש סי' י"ז קכ"א קכ"ב) ועיין לקמן סי' של"ט סעיף ז' וואו דער מחבר פסק'עט אז אין א שיף וואס איז געאנקערט מעג מען אריינגיין אום שבת ות"ד: וואו עס ווערט מבואר די הלכה פון תחומין למעלה מי'

זאגט דער באה"ט סקי"א קידוש. לפרסומי מילתא. ובעי' דוקא שישב שם בן השמשות, אזוי זאגט דער מ"א אנדערש ווי דער לבוש.
כתב משפטי צדק: נתפשט המנהג בזמנינו להפליג בספינ' בשבת. ואין להתיר כשהספינה הולכת בשביל ישראל, דלכ"ע אסור. ואין לחלק באיסור זה בין י"ט לשבת, און אפי' בי"ט שני ואפילו בצינעה איז אסור. וכ"כ מהר"א ששון. עיין כנה"ג וע"ת ומ"א:

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

קומענדיגע וואך מאנטאג געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זי"ע, דער זון און מ"מ פון הרה"ק המפורסם פועל ישועות בקרב הארץ רבי שלאמקע זוועהילער זצוק"ל.
די רביס אין די זוועהילער דינאסטיע זענען געווען בארימט מיט זייערע אויסערגעווענליכע מידות טובות, ובפרט אין די מדות: סבלנות, השתוות, ענוה ופשטות.
רבי גדלי' משה האט אמאל מסביר געווען פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה אז מען דארף נזהר זיין פון מדות רעות, ווייל ס'איז פונקט ווי איינער זאל באשטעלן אן ארבעט ביי א טישלער און ער זאל אים זאגן "נעם די זעג און האמער".
יעדער פארשטייט אז ס'איז גענצליך איבריג, וויבאלד אן דעם הייבט זיך גארנישט אן.
דאס זעלבע איז מיט מידות טובות; אויב האט מען דאס נישט, הייבט זיך גארנישט אן און מ'האט גארנישט פון די גאנצע תורה. ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה".

אין די לעצטערע יארן איז געווארן א גרויס געפארעכטץ צו זיין ציון און מ'זאגט אז מען זעט דארט אויסטערלישע ישועות, ובפרט בעניני זוויגים. השי"ת זאל העלפן אז די אלע וואס פארן צום ציון מתפלל זיין, זאלן אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך און גאנץ כלל ישראל. אמן כן יהי רצון.


הרה"ק רבי שלאמקע האט אינדערהיים געפירט א גרויס ווערטשאפט. איינמאל שוין אינמיטן די טיפע קאמוניסטשיע יארן, ווען דער רבי איז נישט געווען אינדערהיים, האבן די רשעים געמאכט א אונטערזוכונג ביי דעם "קאנטער-רעוואלוציאנער" און זיי האבן צוגענומען א זאק מעל.
פארשטייט זיך אז יעדער האט זיך געפרייט אז מ'איז אפגעקומען מיט דעם, אבער ווען דער רבי איז אהיימגעקומען איז ער נישט געווען צופרידן: "עס געהערט פאר די ארימעלייט, מען דארף עס צוריק בעטן".
די אלע שטוב-מענטשן האבן זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל שוינען זיין לעבן און נישט אריינגיין אין לייבן-גרוב, אבער דער רבי האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן. ער איז געגאנגען, און פארשטייט אז ס'איז געווארן א געלעכטער ביי אלע איינגעשטעלטע. אבער ווען ער איז אנגעקומען צום הויפט-איינגעשטעלטן - וואס איז אין די פארגאנגענהייט געווען א זוועהילער חסיד - האט ער צו אלעמען'ס וואונדער געהייסן אז מען זאל אים דאס צוריקגעבן זאגענדיג: "ער איז געווען א הייסער קאמוניסט, נאך פאר איר האט געוואוסט וואס קאמוניזם הייסט"... באציענדיג זיך צו זיין גרויסע כח הצדקה.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.


סעיף ד'



זאגט דער הייליגער מחבר היוצאים בשיירא במדבר, והכל יודעים שהם צריכים לחלל שבת כי מפני הסכנ' לא יוכלו לעכב במדבר בשבת לבדם: איז די הלכה אז ג' ימים קודם שבת אסורים לצאת.
וביום ראשון ובשני ובשלישי מותר לצאת, ואם אח"כ יארע לו סכנה ויצטרך לחלל שבת
איז מפני פקוח נפש מותר. ואין כאן חילול.

זאגט דער באה"ט סקי"ב, שבת. אפי' באיסור דרבנן טאר מען נישט. אזוי זאגט דער ריב"ש אין סי' י"ח:

סקי"ג מותר. ומהריב"ל כתב: כיון דיודע בודאי שיחלל שבת, אסור. וכ"כ הרדב"ז, כנה"ג און דער מ"א. וכן נוהגין:

זאגט דער מחבר ווייטער והעולה לארץ ישראל: אם נזדמנה לו שיירא - אפילו בערב שבת - כיון דדבר מצוה היא, יכול לפרוש.
ופוסק עמהם לשבות, ואם אחר שיהיו במדבר לא ירצו לשבות עמו יכול ללכת עמהם חוץ לתחום מפני פיקוח נפש.


ס'איז באקאנט די מעשה מיטן אוה"ח הק' מיט די לייבן ווען ער איז געווען אין מדבר אויפן וועג קיין א"י, ואכמ"ל.

זאגט דער באה"ט סקי"ד והעולה לא"י. דוקא להתיישב שם. וי"א אפי' ע"מ להחזיר, כיון דאפי' מהלך ד' אמות בא"י מצוה הוא. כנה"ג:

סקט"ו פקוח נפש. פן יגזלו ממונו או בהמה. או מלבושים בימות הקור ג"כ מיקרי פקוח נפש, רמ"ג מ"א:

זאגט דער מחבר ווייטער ואם נכנס לעיר אחת בשבת, מהלך את כולה. ואפי' הניחוהו מחוץ לעיר ורוצה ליכנס לעיר, מותר. דכיון דלדבר מצוה נפק יש לו אלפים אמה לכל רוח:

דאס איז געזאגט געווארן אויך פאר איינעם וואס איז ארויס פאר א דבר הרשות, אויב איז ער ארויס בעפאר דריי טעג פאר שבת (מ"א).
אזוי אויך אויב איינער האט נישט געוואוסט אז מען טאר נישט ארויסגיין אין די דריי טעג, מעג אויך.


הגה זאגט דער הייליגער זיידע דער רמ"א י"א שכל מקום שאדם הולך לסחורה או לראות פני חבירו חשוב הכל דבר מצוה, ואינו חשוב דבר הרשות רק כשהולך לטייל.
וע"כ נהגו בקצת מקומות להקל בענין הפלגת הספינות והליכת שיירא תוך שלשה ימים, כי חושבים הכל לדבר מצוה. ואין למחות בידן הואיל ויש להם על מי שיסמוכו:


חסידישע יודן ווייסן דאך אז דער רמ"א שטימט זייער גוט, ווייל דער גאנצער לעבן פון יוד איז דאך בלויז צו קענען דינען דעם אויבערשטן. ממילא איז אלעס עבודת השם און א דבר מצוה.
ווייל צו וואס ברויך א איד געלט? צו שיקן די קינדער אין ת"ת, טיילן צדקה און קויפן א אתרות און לולב אא"וו. ווי דער הייליגער בארדיטשובער זצ"ל האט אמאל געזאגט: "רבוש"ע, אז דו וועסט אויסקוועטשן אידישע תפילות, וועט ארויסקומען נאר געלט. אבער אז דו וועסט אויסקוועטשן דאס אידישע געלט, וועט ארויסקומען פיל מצוות ומעשים טובים עד אין שיעור!"
בכל דרכיך דעהו.

זאגט דער באה"ט סקט"ז לסחורה. אפילו יש לו מזונות, והולך לסחורה להרווח' מעג מען אויך.
ולגבות מעות מעכו"ם שהוא חולה, כל עוד שאינו גוסס לא מיקרי פסידא ודאית. מ"צ ור"י הלוי. ועיין במ"א סי' של"ט ס"ק י"ג.

אי רשאי לילך בספינה קטנה או גדולה בשבת כדי להשלים מנין ולהתפלל עם הציבור: עיין הרדב"ז ח"א סי' מ"ז, ובתשובת חות יאיר סימן קי"ב, ובתשובת עבודת הגרשוני סימן קכ"ג, ובתשובת מהר"ם רוטונבורג סימן א' ב'. וע"ל סימן צ' ס"ק י"ב:

סקי"ז שיירא. ונראה לי דבשיירא אין להקל, מ"א:

עס איז א גרויס געטועכטץ אין די אחרונים צו מען מעג פארן מיט א באן אדער פליגער לצורך מצוה. דער חת"ס אסר'ט צו פארן מיט א באן וועגן איסור שמא יצא חוץ לתחום.
און אויף א ביציקל אסר'ן די אחרונים, און דער דעברעצינער רב ז"ל אין באר משה איז מתיר פאר א קינד שלא הגיע לחינוך.

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

יעצט אז מען האלט שוין נאך אלע ניטלעך, קען מען זיך שוין זעצן לערנען לכל הדיעות...

היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן צדיק רבי ר' הערש מיילך פון דינוב זצ"ל בעמ"ח ספה"ק בנ"י ועוד ספרים המאירים את ישראל, זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

דער בני יששכר איז געווען רב אין צענדליגער שטעט. און די אינטרעסאנטע זאך איז אז אין אלע שטעט זענען זיינע קינדער און אייניקלעך שפעטער געווען רב דארט.

האט פאסירט אמאל אז אין איינע פון די שטעט - איך געדענק נישט יעצט וועלכע - האט מען אמאל אריינגעגעבן א שענדליכע מסירה קעגן דעם הייליגן בנ"י, און מ'האט ארויסגעטראגן דעם פסק אז מ'דארף געבן שמיץ פארן רב און דערנאך אים פארטרייבן.
איז געווען דארט א איד וואס אים האט זייער וויי-געטאן אזא זאך, מ'וועט געבן שמיץ פארן רב. איז ער ארויף געגאנגען צום אמט דארט וואו מ'האט געטיילט די שמיץ און געזאגט אז ער איז דער רב.
ביי די גויים זעען דאך אלע אידן אויס אייניג, האבן זיי נישט געפרעגט קיין סאך שאלות. גענומען דעם איד, אפגעשמיסן די צאל וואס מען האט געהייסן און אהיימגעשיקט.
דערנאך איז ער געגאנגען צום רב דערציילן די גוטע בשורה אז ער דארף שוין נישט ארויפגיין זיך לאזן שמייסן.
דער בנ"י איז זייער נתרגש געווארן, אזוינס: א איד לאזט זיך שמייסן פאר זיינעט וועגן. גיבט ער א פרעג: "מיט וואס זאל איך דיר בענטשן; אריכת ימים, גוטע קינדער אדער עשירות?".
דער איז געווען א קלוגער איד, רופט ער זיך אן: "ס'איז זייער א שווערע שאלה און דער רבי יאגט זיך דאך יעצט אוועקצופארן, זאל מיר דער רבי איבערלאזן דא אלע דריי און וואס כ'וועל נישט דארפן וועל איך נאכשיקן"...
דער בנ"י האט זייער הנאה געהאט פון די טרעפליכע תשובה און ס'איז איבריג צו זאגן אז וכך הוה, ער איז טאקע געבענטש געווארן מיט אלע דריי כאוות נפשו.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל געבענטש צו ווערן מיט אלעם גוטן.

גיימער אנהייבן לערנען מיט א ברען און מיט א חשק א נייעם סימן וואס איז היפש נוגע צו וויסן.



סימן רמט

דינים השייכים לערב שבת

ובו ד' סעיפים

סעיף א'


זאגט דער הייליגער מחבר אין הולכין בע"ש יותר מג' פרסאות, און דער טעם איז כדי שיגיע לביתו בעוד היום גדול ויוכל להכין צרכי סעודה לשבת.
און דאס איז געזאגט געווארן בין שהולך לבית אחרים בין שהולך לביתו.
זאגט דער מחבר ווייטער וה"מ כשהוא ביישוב במקום שיוכל להכין צרכי שבת, אבל אם במקום שהוא שם איז ממילא א"א לו להכין צרכי שבת, או שאינו מקום יישוב בטוח, דאן איז מותר לילך אפי' כמה פרסאות.
פירט דער מחבר אויס ואם שלח להודיעם שהוא הולך שם לשבת, מותר לו לילך כמה פרסאות בכל גווגא: ווייל ער וועט דאך גארנישט פערזענליך דארפן צוגרייטן.

דער שיעור פון ג' פרסאות איז בערך דריי א האלב שעה לויטן מחבר און אלע פוסקים, און לויטן מ"א און דער רב איז עס מער ווי פיר שעה.


זאגט דער באה"ט סק"א מג' פרסאות. ואם הוא יושב בעגלה או רוכב על הסוס, יכול ללכת יותר. ומכל מקום יזהר שיהי' יכול להגיע בעוד היום גדול. אזוי זאגט דער מ"א בשם דעם ב"ח:

דער תו"ש פרעגט שוין אויפן מ"א ווי אזוי ער קען זאגן אזוי בשם דעם ב"ח, אינדערצייט וואס דער ב"ח שרייבט בלויז שרבים אין נזהרים וכו' ולכן אין למחות בידם כי מוטב שיהיו שוגגין וכו'. פון דעם זעט דאך אויס אז עס איז בכלל נישט קיין לכתחילה ווי דער מ"א שרייבט.

די אחרונים ענטפערן אלע תירוצים אויף דעם, ועיי' במחצה"ש ופמ"ג ששניהם נתכוונו לדבר א'.

באה"ט סק"ב להכין. ובמדינות האלו איז דער מציאות אז רוב בני אדם מכינים בריוח, ולכן אין נזהרין בזה אגודה, מ"א:

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז די יארצייט פון הרה"צ דער ווייצענער רב ר' צבי הירש בן ר' דוד דוב ז"ל.
אסאך אידן דא געדענקען אים נאך, ער איז געווען א גוטער בעל דרשן און ווערטל זאגער. מיר ליגט אין קאפ אסאך ווערטלעך פון אים (איינס האב איך שוין דערמאנט אויבן) אבער איך קען זיך נישט יעצם מצמצם זיין עס אפצושרייבן, ואתכם הסליחה. מיר האפן עס משלים צו זיין ביי א קומענדיגע געלעגנהייט.

יהא זכרו ברוך.


סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר אסור לקבוע בע"ש סעודה ומשתה שאינו רגיל בימות החול. ואפילו הוא סעודת אירוסין טאר מען נישט מפני כבוד השבת, כדי שיכנס לשבת כשהוא תאב לאכול.
וכל היום בכלל האיסור.


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א וסעודה שזמנה בע"ש, כגון: ברית מילה או פדיון הבן, מותר. כנ"ל, וכן המנהג פשוט.

זאגט דער מחבר ווייטער ולאכול ולשתות בלי קביעות סעודה - אפילו סעודה שרגיל בה בחול - כל היום מותר להתחיל, דאס איז מן הדין. אבל מצוה להמנע מלקבוע סעודה שנהוג בה בחול, מט' שעות ולמעלה:


דער הייליגער תניא (נעכטן געווען די יארצייט) לייגט צו אז לאחר שחשיכה או לאחר שקיבל עליו שבת אפי' מבעוד יום, "מצוה" להימנע מלאכול שום דבר אפי' בלא קביעות סעודה.
דאס הייסט אז נאך די די שקיעה איז דא א גרעסער ענין עפ"י הלכה נישט צו עסן, כאטש מען מעג ווילאנג ס'איז נישט נאכט.


זאגט דער באה"ט סק"ג אירוסין. וה"ה סעודת נשואין, ב"ח. וצ"ע (1), דבסי' תמ"ד ס"ז כתב דסעודת אירוסין סעודת מצוה היא, אפי' בע"פ כ"ש בע"ש דקיל טפי. וע"ק,(2) דבסי' תקמ"ו כתב דמותר לישא ערב הרגל. וע"ק,(3) דכיון דאירס בע"ש הו"ל זמן סעודה בע"ש.
וברוקח סי' למ"ד הביא הירושלמי הזה, ונ"ל דה"פ: אסור ליארס בע"ש הדא דאתמר סעודת אירוסין. פי' אם אירס קודם לכן, אסור לעשות בע"ש סעודת אירוסין. אבל לארס מותר. ר"ל מותר לארוס בע"ש שמא יקדמנו אחר. ואז מותר ג"כ לעשות סעודה, מ"א ע"ש. ועיין סי' תמ"ד ס"ו.
ועיין תשובת ח"י
בענין "מה נקרא סעודת מצוה" באורך.

והקובר את מתו בע"ש, אם חייב בהבראה, עיין י"ד סי' שע"ד:

(ועיין בס' אבן העוזר שמתרץ קושית המ"א על פסק הש"ע).
ובספר אליה רבה פוסק
דאם אירס בע"ש, אם אפשר לדחות למחר או ליום אחר: אסור לעשות הסעוד' בע"ש. ולקמן מיירי בא"א לדחותו:

מען פירט זיך טאקע אז ווען מ'מאכט חתונה אום ע"ש (טאקע א זעלטענע זאך היינט, אבער שוין געווען) מאכט מען די סעודה ביינאכט צוזאמען מיט די סעודת שב"ק.

זאגט דער באה"ט סק"ד פדיון הבן. ופדיון הבן שעבר זמנו, אסור לעשותו בע"ש.
ומילה: אע"פ שעבר זמנו, כגון שהי' חולה בשמיני, מיקרי זמנה קבוע. דכל שעתא ושעתא זמני' הוא
, כיון דאסור להניחו ערל. כ"מ מתוס' דמ"ק דף ח' ע"ב, עמ"א.
ועיין בי"ד סי' רס"ו בש"ך ובט"ז, דיש אוסרים למול שלא בזמנה בע"ש:


באה"ט סק"ה, אין רמ"א איז געשטאנען מותר כנ"ל. ואם א"א להתקיים שניהם: תדחה סעודת שבת, לבוש.
וב"ח כתב דמצוה להתחיל קודם שעה עשירית. ושל"ה כתב: מורי מהר"ם מלובלין היה סנדק בע"ש, ולא רצה לילך על הסעודה מאחר שהי' שם מנין בלעדו. ושל"ה השיב לו, ע"ש:




סעיף ג'



זאגט דער הייליגער מחבר דרך אנשי מעשה להתענות בכל ערב שבת:


זאגט דער באה"ט סק"ו להתענות. וב"ח כתב בשם הפוסקים דאסור להתענות בע"ש, אם לא שאם אוכל ביום אינו תאב לאכול בלילה:


ס'איז פשוט אז דאס ווענדט זיך אין יעדן מענטש ווי אזוי ער איז. ווייל זייער אסאך מענטשן נאכן א פאסט טאג קענען נישט עסן געהעריג, ממילא איז זעלבסט פארשטענדליך א זיי טארן נישט פאסטן ע"ש.

מ'זאגט אז דער סאטמארער רבי ז"ל (דער אויף וועם ר' מרדכי זאגט אז ער איז געווען גערעכט), בעל על הגאולה, פלעגט אין די שובבי"ם וואכן פאסטן יעדן פרייטיג.

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נעכטן איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן צדיק דער רבי ר' זושא פון האניפאלי זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
ס'איז גאר באקאנט די מעשה אז ווען עטליכע יודן זענען געקומען פרעגן דעם גרויסן מגיד פשט אין די משנה "חייב אדם לברך על הרעה, כשם שמברך על הטובה", אמער ווי אזוי קען מען לויבן אויף א זאך וואס איז נישט גוט?
האט זיי דער מגיד אריינגעשיקט אין ביהמ"ד פרעגן דעם רבין ר' זושא.
זיי קוקן אים אזוי אן, דעם ארימאן, ווי ער זיצט מיט די צעריסענע קליידער וכו' און טראכטן 'ער וועט אונז קענען ענטפערן?' אבער אז דער רבי האט געהייסן פרעגן פרעגט מען.
און דער הייליגער צדיק ענטפערט זיי אז אים איז אויך שווער די משנה, ווייל... ער ווייסט נישט וואס דאס איז אזוינס "שלעכטס". אלעס וואס דער בוכ"ע טוט איז דאך בלויז גוט, איז ווי אזוי איז שייך צו זאגן אז עפעס איז שלעכט?...
השי"ת זאל העלפן מיר זאלן אנקומען כאטש אויף עפעס אן מדריגה צו קענען גלייבן און אננעמען אלעס וואס פאסירט מיט אונז מיט שמחה און אמונה אז עס איז בלויז פאר אונזער טובה.
מיר זאלן שפירן און אנערקענען אז השי"ת איז דער מקור הטוב ורוצה להטיב.

אצינד וועלן מיר מעתיק זיין א באקאנטע סיפור פונעם בעל הילולא וואס זיידעניו האט אפגעשריבן
זיידעניו האט געשריבן:פאסירט האט עס אין א צייט וואס אן אפטיילונג פון די מיליטער איז דורכגעפארן אין שטאט נאכ'ן זיגן אין א מלחמה. די סאלדאטן זענען געווען פאר'שיכור'ט פון גליק און זיי האבן זיך געלאזט מיט טריאומפ איבער די גאסן פון שטאט, צו הוליען און זיך לאזן וואוילגיין.
דער איד האט געהאלטן א קרעטשמע וואו די עוברים ושבים זענען כסדר אריינגעקומען כאפן א טרינק, און אצינד איז די גורל געפאלן אויף אים. די צעווילדעוועטע סאלדאטן זענען באפאלן דעם קרעטשמע און גענומען טרינקען און זויפן פון יעדן סארט משקה וואס האט זיך דארט געפונען, ביז די פעסער זענען ליידיג געווארן, פון וויין און ביר און בראנפן.
די סאלדאטן זענען אבער נאכנישט זאט געווארן און זיי האבן גענומען פארלאנגען נאך בראנפן. ווען דער איד האט זיי ערקלערט אז ער האט נישט מער, זענען די סאלדאטן בייז געווארן און זיי האבן גענומען צעברעכן און צע'מזיק'ן אלעס וואס ס'איז זיי געקומען אונטער די הענט, און אפי' די בני-בית האבן זיי גענומען שלאגן און שעדיגן.
דער איד האט געזען זיין צרה און איז שנעל אריבער צום רבי'ן ר' זושא דערציילן וואס עס גייט פאר. באלד איז דער רבי געקומען מיט זיין שטעקן אין די האנט און האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון קרעטשמע נעמענדיג זיך שרייען הויך: "ובכן תן פחדך על כל מעשיך ואימתך על כל מה שבראת!", די סאלדאטן הערנדיג דעם רבי'נס געשרייען האט זיי אנגעכאפט א שרעקליכן פחד, און איבערלאזנדיג זייער געווער הונטער זיך האבן זיי גענומען לויפן.
דער רבי איז געשטאנען און געשריגן, און די ציטער ביי די סאלדאטן איז אלס געשטיגן; יעדער וואס האט געטראפן א טיר איז אנטלאפן דורכ'ן טיר און די אנדערע האבן גענומען שפרינגען פון די פענסטער, און מיט שרעק זענען זיי געלאפן אין די גאסן פון שטאט.
דער גענעראל פון זיי האט זיך פונקט שפאצירט אין די גאסן, ווען פלוצלים באמערקט ער ווי זיינע סאלדאטן לויפן אים פארביי ווי וואנזיניגע משוגעים, און זיי שטעלן זיך אפילו נישט אפ אים צו סאלוטירן. ער איז שטארק בייז געווארן און פארלאנגט פון זיי א הסבר אויף זייער צעדרייטע אויפפירונג.
די דערשראקענע סאלדאטן האבן אים דערציילט וואס זיי האבן אפגעטאן און ווי פלוצלים איז ערשינען אַן אלטער איד וועלכער האט זיי גענומען אנשרייען פַּח-דָך פַּח-דָך עטליכע מאל נאכאנאנד אנווארפנדיג אויף זיי א גרויס שרעק פון וואס זיי קענען זיך נישט באפרייען.
דער גענעראל האט זיי שטארק אויסגע'מוסר'ט און האט זיי געצווינגען אים צו ווייזן וואו עס געפינט זיך דער קרעטשמע. נאכדעם וואס ער האט באצאלט פאר'ן ארענדער דעם גאנצן שאדן וואס זיי האבן דארט געמאכט און דער גענעראל האט הארב באשטראפט די סאלדאטן, האט זיך דער פחד פון זיי אפגעטון.

און איך וויל מוסיף זיין וואס איך האב אמאל געהערט, אז ווען דער איד דער בעל הקרעטשמע איז ארויף א צייט דערנאך אין בוידעם (אדער אראפ אין קעלער) האט ער געזען ווי איין פאס שאקעלט זיך.
גייט ער צו און קוקט אריין, זעט ער ווי א סאלדאט ליגט דארט איינגעקנייטשט אין דרייען און ווארפט זיך פאר שרעק.
ער האט אים ארויסגענומען, אבער דער סאלדאט - וואס האט נאך געטרייסלט פאר שרעק - האט נאר געוואלט וויסן צי "פאטשדעך איז נאך דא"....

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.


סעיף ד'



זאגט דער הייליגער מחבר אם קבל עליו להתענות בע"ש, צריך להתענות עד צאת הכוכבים. אם לא שפירש בשעת קבלת התענית אז ער וויל פאסטן נאר עד שישלימו הציבור תפלתן: וואס דאס איז אין טייל פלעצער פיל פריער ווי דער צאת, ווייל מען מעג דאך שוין מקבל שבת זיין פון פלג המנחה.

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ויש אומרים דלא ישלים, אלא מיד שיוצאים מבית הכנסת יאכל (טור ומרדכי ס"פ בכל מערבין (בשם הר"מ) והגהות מיי' פרק א' מהלכות תענית).
ולכן בתעני' יחיד לא ישלים, וטוב לפרש כן בשעת קבלת התענית.

און ווי דער מ"א איז מסביר דעם טעם דזה מקרי השלמה, שמתענה עד אחר קבלת שבת. אבל בחול לא מקרי השלמה נאר מען דארף פאסטן עד צ"ה, אפי' מען האט געדאוונט מעריב פריער.

ובתעני' ציבור למשל ווען עשרה בטבת געפאלט אום שבת ישלים, והכי נהוג (מהרי"ל בתשו' סי' ל"ג).

זאגט דער באה"ט סק"ז ובת"צ ישלים. משמע דבת"צ לא מהני תנאי, דלאו בדידיה תליא מלתא. וכ"מ סי' תקע"ב:


פירט דער מחבר אויס ואם הוא תענית חלום, צריך להתענות עד צאת הכוכבים:

זאגט דער באה"ט סק"ח תעני' חלום. נראה דגם הי"א מודים דבתענית חלום יש להשלים, דהא אפי' בשבת עצמו מתענין א תענית חלום. אחרונים, ועיין שכנה"ג ויד אהרן.

ונ"ל דאם מתענה בכל ע"ש והשלים פעם ראשון, צריך לנהוג כן לעולם. וה"ה מי שמתענ' תעניתים הכתובים בסי' תק"פ. וה"ה ער"ח שחל להיות בע"ש. ןך' סיון שחל בע"ש, מ"א.

ולענין "יאר צייט" בע"ש, כתב הב"ח דאם בתחלה כשהתחיל להתענות אירע יום ו'; יזהר שיקבל עליו שלא ישלים. דיא"צ הוי כמו נדר, וכיון שלא השלים בתחלה שוב א"צ להשלים.
אבל אם אירע בתחלה בימות החול והשלים, נעשה כנדר וצריך להשלים אף אם יחול ביום ו' עכ"ל.
נמצא למידין, אם חל פעם הראשון יום היא"צ ביום ו', אם לא השלים אז א"צ להשלים כל ימיו אם חל היא"צ ביום ו'. ואם השלים אז, או שחל היא"צ ראשון באמצע השבוע דאז חייב להשלים מדינא, אז צריך להשלים כל פעם שחל יא"צ שלו ביום ו'.
דאס איז דער שי' הב"ח.
וט"ז חולק, וכתב דלא מקרי דרך נדר אא"כ דעתו שינהג כן לעולם. ע"כ המיקל לא הפסיד.
ובפרט מי שמצטער, ע"ש ועיין בי"ד סי' ת"ב ס"ק י"ב מש"ש והעולם נהגו כהב"ח. ועיין בתשובת נחלת שבעה סי' כ"ז:


א גוט שבת.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

חזק ואמץ - געוואלדיג
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך ווייס אז דער עולם וויל מיר זאלן ממשיך זיין מיט די בדיחותא'ס, אבער וויבאלד ס'איז אצינד ממש נישט מעגליך וועט מען אנגיין ווייטער מיטן שיעור.
ס'איז בעסער ווי גארנישט, מ'דארף אנהאלטן כאטש וואס מ'קען.

היינט איז די יארצייט פונעם זעקסטען ליובאוויטשער רבין רבי יוסף יצחק בן ר' שלום דובער הנקרא המהריי"ץ. זי"ע ועכי"א

ער איז באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע כתבים פון וועלכע מען קען אסאך קונה זיין.



סימן ר"נ


הכנת הסעודה לשבת


ובו ב' סעיפים


סעיף א' זאגט דער הייליגער מחבר ישכים בבוקר להכין צרכי שבת, ואפי' יש לו כמה עבדים לשמשו ישתדל להכין בעצמו שום דבר לצרכי שבת כדי לכבדו. כי מיר זעען אין די גמרא אז רב חסדר היה מחתך הירק דק דק, ורבה ורב יוסף היה מבקעים עצים, ורבי זירא היה מדליק האש, ורב נחמן היה מתקן הבית ומכניס כלים הצריכים לשבת ומפנה כלי החול.
ומהם ילמוד כל אדם ולא יאמר לא אפגום כבודי, כי זה הוא כבודו שמכבד השבת:


אסאך צדיקין האבן זיך געפירט צוצוגרייטן (פוצן) די פיש לכבוד שבת. הרה"ק מצאנז פלעגט זאלצן די פיש לכבוד שב"ק.
אין "משמרת שלום" שטייט א טעם דערויף וויבאלד די פיש עסט מען ביי אלע דריי סעודות. (לויט טייל מנהגים עסן מען עס צופרי בלויז ביי קידוש).
אנדערע צדיקים האבן זיך געפירט צו צעשניידן די פיס פון די בהמה פאר די פצע"י\גאלע.

זאגט דער באה"ט סק"א ישכים. ויותר טוב לקנות ביום ו' מביום ה'.

דער יעב"ץ שרייבט כדי שיהיו המאכלים לחים רטובים וטובים. וע"כ דברים שאינם מתקלקלין יוכל להקדים ולקנות ככל אשר תשיג ידו, ולא יניח הודאי מפני הספק אולי ימצא ביום ו'.
און דער תניא זאגט נאך מער, אז בד"א אז ס'איז בעסער צו קויפן אום פרייטאג במשקין ומיני מגדים, וכיוצא בהם מדברים שא"צ הכנה להכינם שיהיו ראוים להנאתם. אבל מאכלים הצריכים עדיין הכנה, טוב יותר לקנות ביום ה' כדי שיהי' לו פנאי הרבה לטרוח בהכנתם ולהתעסק בשאר צרכי שבת:

זאגט דער באה"ט ווייטער ויאמר על כל דבר שקונה "זהו לכבוד שבת", כתבים.

שע"י הדבור יחול קדושת שבת על אותו דבר, כי הדיבור באדם לא דבר ריק הוא: (מחצהש"ק)
(א כלל גדול וואס מען דארף שטענדיג געדענקען)

ומצוה להכין צרכי שבת מחד בשבתא, כי גם הלל מודה בזה. אזוי שטייט אין ד"מ, עמ"א.

ויחזיר בתשוב' בכל ע"ש, כי דומה לעה"ב. והרמז, ווייל עס שטייט מי שטרח וכו'.
און אויך ווייל עס איז איינע פון די זמני תשובה, נעמליך יעדן "ערב": יעדן אויפדערנאכט, ע"ש, ערב ר"ח און ערב ר"ה.
און אז מען זאל קענען מקבל זיין די "נשמה יתירה" ווי עס ברויך צו זיין.
און ס'איז באקאנט ווי אין שטוב פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זצ"ל האט געהערשט יעדן ער"ש אזא געוואלדיגער התעוררות, אז די דינסטן האבן זיך איבערגעבעטן איינער דעם צווייטן ווי עיו"כ.

ויש לפנות קורי עכביש שבבית. תוצאות חיים.
דער "כף החיים" שרייבט אז מען זאל נזהר זיין לפנותה קודם שעה ה', עיי"ש.
ס'איז באקאנט א דער מונקאטשטער רב האט געהאט אן ענין צו הרג'נען שפינען. און אמאל האט ער דאס גע'הרג'עט מיט די שיך זאגנדיג דעם פסוק "על אדום אשליך נעלי", ואכמ"ל.


ומצוה לטעום מכל התבשילין בע"ש, האר"י ז"ל:
און דער תניא שרייבט אויך אז וטוב לטעום מכל תבשיל ותבשיל.
אבער דער ליקוטי מהרי"ח (פארגאנגענע וואך געווען די יארצייט) שרייבט אז מען מוז נישט טועם זיין פון יעדן געקעכטץ ממש, ווייל מיר פארלאזן זיך אויף די פרויען וואס זיי פארשטייען דערצו בעסער.
אבער עס איז דאך אן ענין טועם צו זיין כאטש פון איין מאכל, און א רמז דערצו שטייט אין מטה משה בשם הירושלמי "טועמיה חיים זכו".
ועיין בנימוקי או"ח שמאריך בזה וכתב שאולי יוצאים הזוה"ק במה שאוכלים המאכלים בליל שבת, עיי"ש.

ס'איז כדאי צו צוברענגען וואס עס שרייבט דער "מחזור ויטרי": וכל הטועם תבשילו בע"ש מאריכין לו ימיו ושנותיו.
אזא געשמאקע מצוה. מען באקומט א פיינע שטיקל פיש אדער טשאלנט, און מ'באקומט נאך אזא געוואלדיגע ברכה. נו, לוינט זיך נישט צו זיין א איד?

אין "יוסף אומץ" ברענגט ער בשם החזן המקובל המפורסם מהר"ה טריוש זצ"ל אז מען זאל טועם זיין פון די "טשאלענט".
מאנכע צדיקים האבן טועם געווען פון די פיש. און ס'איז בעיקר באקאנט רבי מאיר'ל פרימישלאנער און די צדיקים פון די נאדבורנער גזע וואס האבן געהאט א גרויסער עבודה ביי דעם טועמיה.

סק"ב בעצמו. וה"ה בכל מצוה זאגט מען "מצוה בו יותר מבשלוחו":

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ויש להשחיז הסכין בערב שבת, כי זהו מכבוד השבת שמכין עצמו לאכילה (כל וב"י בשם ספר חיי עולם):

זאגט דער באה"ט סק"ג הסכין. מדכתיב והכינו את אשר יביאו, הך "את" נרמז בו סכין. מלשון לאתים ולמזמרות.
און ווי עס שטייט ווייטער וידעת כי שלום אהלך, ודרשו חכמים זו השחזת סכין. כי אם קהה הברזל ולא יוכל לחתוך, אין זה שלום בית: (תניא).


סעיף ב'


זאגט דער הייליגער מחבר ירבה בבשר ויין ומגדנות כפי יכלתו:

א לעכטיגן שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שלום עליכם טייערע אידן, א גרוס פון פלארידא.

יעצט נאכן אריינטרעטן אינעם :grin: פרייליכסטן :smile: חודש :lol: פון יאר קען מען אנהייבן דעם שיעור מיט א נייע התחדשות און א פרישקייט.

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק המפורסם רבי ברוכ'ל גארליצער, זי"ע ועל כל ישראל אמן.

איך האב נישט די צייט און כח מאריך צו זיין בסיפורים, ע"כ וועל איך נאר פארציילן איין קורצע באוואוסטע מעשה.

ס'איז באוואוסט אז דער גארליצער רב איז געווען א שארפער. איינמאל איז ער געווען ביים טאטן דער הייליגער ד"ח און ער האט גערעדט אויף איינעם אז מען דארף אים באגראבן וכו' וכו'
האט אים דער הייליגער רב געזאגט מיט א שמייכל אז ער וועט אים ברענגען א ראיה פון די תורה אז ס'איז נישט א מצוה צו באגראבן קיין רשעים.
ווייל עס שטייט דאך אז ביי מכת חושך האבן די אידן באגראבן די רשעים וואס זענען געשטארבן אין די שלשת ימי אפילה, און דאך שטייט "ואת עירום ועריה". אז זיי זענען געווען נאקעט פון מצוות. און ווען באגראבן רשעים זאל ווען זיין א מצוה, וואלטן זיי דאך נישט געדארפט צוקומען צו מצוות מילה און פסח.....

האט דער רבי ר' ברוכ'ל ברוב חכמתו געענטפערט: טאטע, טויטע רשעים איז א מצוה צו באגראבן? א לעבעדיגן רשע דארף מען באגראבן!.... ודפח"ח.



סימן רנא


שלא לעשות מלאכה בערב שבת מן המנחה ולמעלה


ובו ב' סעיפים



ברענגט דער הייליגער מחבר די גמרא אין פסחים העושה מלאכה בערב שבת מן המנחה ולמעלה, אינו רואה סימן ברכה. יש מפרשים מנחה גדולה ויש מפרשים מנחה קטנה:

דער תו"ש שרייבט אז דאס הייסט אז ער וועט נישט זען קיין סימן ברכה מאותה מלאכה. והיינו אף אם יהיה לו איזה ריוח לפי שעה, יצא שכרו בהפסידו שיפסיד במקום אחר.

זאגט דער באה"ט סק"א מלאכה. ופרקמטיא שרי, מ"א:

דער כף החיים, דערנאך וואס ער ברענגט דעם א"ר וואס קריגט און אסר'ט אויך צו האנדלען שרייבט ער ומ"מ נראה דאף להמתירין יש לפסוק מבע"י בכדי שיוכל להכין צרכי שבת הצריך להכין בערב, ולרחוץ ולטבול ולהחליף בגדיו כדי שיוכל לקבל שבת מבע"י בטהרה ובגדים נאים. דאם אמרו יש למעט בלימודו בע"ש כדי שיכין צרכי שבת, כ"ש דיש למעט בפרקמטיא לכבוד שבת. והבוטח בה' חסד יסובבנו.

באה"ט סק"ב מנחה גדולה. היינו משש ומחצה. ופסקו הט"ז ומ"א כמ"ד מנחה קטנה, ע"ש:


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ודוקא כשעושה מלאכה דרך קבע. אבל אם עושה אותה דרך ארעי לפי שעה ולא קבע עליה, שרי (ב"י בשם אור זרוע). ולכן מותר לכתוב אגרת שלומים וכל כיוצא בזה (ד"ע):

און אזוי אויך איז מותר צו שרייבן חשבונות און הוצאות בשעת'ן האנדלען, אזוי ווי חוה"מ. מיהו חשבון הכתוב אצלו בפנקס היומי ורוצה לסדרו בפנקס אחר, אסור. וכן אם בא לו חשבון מחבירו מעיר אחרת ורוצה להעתיקו בפנקסו, אסור. דאין זה דבר האבוד, דאפשר להעתיק אחר שבת (כפה"ח).

סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר לתקן בגדיו וכליו לצורך שבת, מותר כל היום:

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א וה"ה בגדי חבירו אם הוא לצורך שבת ואינו נוטל עליו שכר, ב"י.

זאגט דער באה"ט סק"ג שכר. ואם יש עני ורוצה להוציא השכר שיטול לצורך שבת מותר. דהא אפי' בחה"מ מותרים כל המלאכות עד"ז, ט"ז:

זאגט דער מחבר ווייטער והוא הדין למי שכותב ספרים לעצמו דרך לימודו: איז מותר.

הגה אבל אסור לכתוב לחבירו בשכר (מרדכי פרק מקום שנהגו).

ומסתפרין כל היום אפי' מספר ישראל (כל בו וב"י)


זאגט דער באה"ט סק"ד ישראל. והאר"י ז"ל היה נזהר שלא לגלח אחר מנחה אפי' בע"ש, מ"א:

זאגט דער רמ"א ווייטער ויש לאדם למעט קצת בלמודו בע"ש כדי שיכין צרכי שבת (ש"ג פי"ו דשבת, ירוש' פ"ק דתענית):

באה"ט סק"ה בלימודו. לכן אין קובעין ישיבה בקוסטנ"דינא בע"ש, כנה"ג.
ובסד"הי כתב דאם רגיל ללמוד דבר שיש לו קצבה, או שלומד עם רבים, אל יבטלנו. ולימוד הישיב' מיקרי דבר שאין לו קצבה.
ופירש"י על הסדרה שרי.

ואם לא ימצא אח"כ לקנות, אז לא יקבע הלימוד בבוקר.
ואם לא ימצא לקנות אחר התפלה, אז יקנה ואח"כ יתפלל. שזו מצוה עוברת וגם היא דאורייתא. ובלבד שיקרא ק"ש קודם. ואם הציבור מתפללין לא יפרוש מהם.

ואם הכין ביום ה' יוכל ללמוד כדרכו, ע"כ:


דער כף החיים ברענגט פון שכנה"ג אז ונראה דדוקא מי שאין לו שיכין צרכי שבת, אבל מי שיש לו שיכין צרכי שבת ע"י משרת א"צ למעט מלימודו. ונכון הדבר שיצוה למשרת שיכין לו צרכי שבת.
און דער תו"ש לייגט צו ומ"מ צריך לתקן איזה דבר לכבוד שבת, ואפי' יש לו כמה עבדים ווי מיר האבן שוין געלערנט אויבן.

ס'איז באקאנט אז אסאך צדיקים האבן זיך געפירט אז ע"ש נאך חצות האט מען שוין נישט געטוהן קיין מלאכה וואס איז נישט לצורך שבת. און ס'איז באוואוסט די מעשה המסי"נ פון רבי איסר דער טאטע פונעם הייליגן רמ"א, וואס אין דעם זכות האט ער זוכה געווען צו אזא הייליג קינד וואס באלייכט כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג מיט זיינע הייליגע חיבורים.


דער הייליגער קדושת יו"ט (מיטוואך געווען די יארצייט) איז כידוע געווען שטארק פארקאכט אין שבת. ער פלעגט נישט שלאפן גאנץ שבת אלס "שומר" שבת, און ווען פורים איז געפאלן ע"ש איז ער געווארן גלייך ביים זמן ניכטער פונעם אימת שבת און נאך. פארשטייט זיך אז עס האט זיך דערקענט אין די גאנצע שטאט. אויף אזוי ווייט אז ביי די באנהויף פלעגט קיינער נישט אויפשטייגן אדער אראפגיין אין שבת, דער קאנדאקטור ווען עס פלעגט קומען ביי די סטאנציע פלעגט ער מיט א שמייכל אויסרופן "שבת" אנשטאט "סיגוט"...

ס'איז געווען באריכטעט אין די צייטונגען פון יענע צייט מיט התפעלות אז כאטש דער מארק טאג אין סיגוט איז געווען פרייטאג, פלעגן אלע אידישע געשעפטן פארמאכן פריה.
איינמאל האט מען מודיע געווען פארן קדוי"ט אז א געוויסער געשעפטס-מאן לאזט אפן זיין געשעפט ביז ממש גאר נאנט צו שבת. איז דער קדוי"ט אהינגעגאנגען, און א סאך בחורים פון די ישיבה זענען מיטגעגאנגען. דער יעניגער הערנדיג אז דער רב קומט, האט ער שנעל צוגעשפארט דאס געשעפט און אהיימגעלאפן. דער רב איז אים נאכגעגאנגען צו זיין הויז און עס איז געווען דארט א גדר ארום די הויז, האט דער קדוי"ט געזאגט פאר די בחורים "איך בין אויך אמאל געווען א בחור"... און ער אליינס איז אריבערגעקראכן דעם צוים און אריין אין הויז און גוט אנגעשריגן דעם בעה"ב.
פארשטייט זיך אז דער יעניגער האט פון דעמאלטס אן שוין פארמאכט זיין געשעפט באצייטנס.


מיר וועלן מסיים זיין דעם סעיף מיט די ווערטער פונעם הייליגן ראשית חכמה נראה כי אחר שיטבול אסור לו לעסוק בעשיית מלאכה, אלא בהתיקון צרכי שבת.


איך וואונטש פון טיפן הארצן א :P פרייליכן חודש :grin: און א גוט שבת פאר אייך און פאר גאנץ כלל ישראל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז די יארצייט פון רבי טובי' ב"ר משולם זלמן יהונתן פון בריגל א זון פונעם ארי' דבי עילעא וואס איז געווען אן איידעם פונעם יש"מ, זי"ע ועכי"א.

החזן הנודע רבי יאסעלע ראזענבלאט איז געווארן אן איידעם ביים בריגלער שוחט, און רבי טובי' איז געווען זיין מסדר קידושין.

איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט אויף רבי טוביה. איינמאל איז ער געקומען צו א ברית און ער האט געזען ווי מ'פעניעט סתם אזוי. האט ער פארשטאנען אז ס'איז בכוונה און געפרעגט אויף וואס מען ווארט, האט מען אים געזאגט אז דער אבי הילד איז א נוטה למות (ממילא ווארט מען צו קענען געבן א נאמען...)
ווי נאר ער האט דאס געהערט האט ער באפוילן גלייך צו מאכן דעם ברית און נישט ווארטן אויף קיינעם. ווען מ'האט געענדיגט דעם ברית האט דער גוסס וואס איז געליגן אין א זייטיגע שטוב אנגעהויבן קומען צו זיך און ביז א קורצע צייט איז אים בעסער געווארן. די אלע וואס זענען דארט געווען האבן געזאגט אז ס'איז געווען ממש בבחי' תחיית המתים.
האט מען אים נאכדעם געפרעגט פשט. האט ער געזאגט אז ער האט געהאפט אז בזכות פון מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו וועט ער קומען אויסהיילן דעם קינד מיטן שטיין כבמבואר בחז"ל.

השי"ת זאל העלפן ישועות און רפואות פאר אלע אידישע קינדער.


סימן רנ"ב


מלאכות המותרים והאסורים להתחיל בע"ש כדי שיהיו נגמרים בשבת


ובו ז' סעיפים


זאגט דער הייליגער מחבר סעיף א' מותר להתחיל במלאכה בערב שבת סמוך לחשיכה, אף על פי שאינו יכול לגומרה מבעוד יום והיא נגמרת מאליה בשבת.
כגון: לשרות דיו וסממנין במים והם נשרים כל השבת, ולתת אונין (פי' אגודות) של פשתן לתנור כדי שיתלבנו, ולתת צמר לתוך היורה שאינה על האש והיא טוחה בטיט - שאם היא על האש אסור שמא יחתה (פי' יגלה ויעיר הגחלים במחתה), ואפי' אינה על האש אם אינה טוחה בטיט אסור שמא יגיס בה בכף.
והמגיס בקדירה אפי' אינה על האש, חייב משום מבשל.


זאגט דער באה"ט סק"א שמא יחתה. נשאלתי משורפי יין שרף מתבואה וסמך לשבת לא נגמר היין שרף, אי חייב לעקור הכיסוי מהיורה ולהפסיד ממונו או כיון דיי"ש הולך ממילא ואינו עושה שום מעשה א"כ אין חשש איסור בזה. העלה בתשובת פנים מאירות סי' פ' דאינו מחויב ליקח הכיסוי מהיורה להפסיד ממונו ואין בו שום נדנוד איסור, ע"ש:

זאגט דער מחבר ווייטער ומותר לפרוס מצודות חיה ועופות ודגים והם נצודים בשבת, ומותר למכור לנכרי ולהטעינו סמוך לחשיכה - ובלבד שיצא מפתח ביתו מבעוד יום:

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ויש מתירין שיוציא עכו"ם בשבת, אם ייחד לו העכו"ם מקום מבעוד יום בבית ישראל. ויש להחמיר (מרדכי פ"ק דשבת), ועיין לקמן סי' שכ"ה:

זאגט דער באה"ט סק"ב ויש להחמיר. ועיין סי' רמ"ו ס"ב דבשאלה יש להקל, אבל במכירה יש להחמיר אפי' בעיר המוקפת חומה והעכו"ם דר בעיר. דהא כשיודע שהוא מכרו לא יאמרו שכרו לו בשבת, משא"כ בשאלה ובפרט בסחורות דאין דרך להשאיל כלל פשיטא דאסור. ואפשר דבעכו"ם אלם יש להקל כשייחד לו מקום, מ"א.
וט"ז כ' ראיתי מורים לאיסור אף בחפץ של עכו"ם, וכן מסתבר. כיון שאסור משום דהרואה סבור שנתן לו ע"מ להוציא, אין לחלק. כי הרואה אין מכיר של מי החפץ. ע"כ אין להתיר אלא לצורך גדול והפסד. ואם העכו"ם אלם יש להתיר אפי' בלא ייחד לו מקום, דבכה"ג לא גזרו ע"ש.
ועיין בתשובת באר עשק סי' למ"ד שהתיר שם להחזיר לגוי משכונ' בשבת ע"י גוי אחר שיקח המעות אשר לוה עליו היהודי, מאחר שהי' אלם והוי בדבר ספק נפשות, ע"ש.
כ' ע"ת נראה דאם השכיר את החדר לכותי בפרוטה במשך יום השבת אין להחמיר כלל, ע"ש. ומ"א כ' דאפי' בשכירות החדר אין לסמוך להקל, ע"ש:



קומענדיגע וואך וועט די שיעור לכאו' נישט פארקומען זייענדיג פארנומען מיטן מקיים זיין די מצוות היום.

חלילה נישט פארגעסן צו עסן די פיר קוגלען ע'פל מ'על ל'אקשן ק'ארטאפל, וכל המוסיף (צוויבל קארן פלעקס וכו') מוסיפין לו וכו'
און כאטש עס זענען דא וואס זאגן אז עס האט נישט קיין געהעריגע מקור קען מען זאגן אז דאס איז אויף די נייע מנהג פון באקן אלע פיר ביינאזאם, אבער עסן יעדע באזונדער איז זיכער יסודותו בהררי קודש אפי' יעדע וואך כ"ש אין אזא געהויבענעם שבת ווען מ'איז מקיים מחיית עמלק און מ'גרייט זיך צום געהויבענעם פורים.

א גוט שבת, א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נעכטן איז געווען די יארצייט פונעם רבן של ישראל הרה"ק רבי ר' אלימלך ב"ר אליעזר ליפמאן פון ליזענסק.
השי"ת זאל העלפן אז די אלע אידן וועלכע זענען געפארן זיך משתטח זיין אויפן הייליגן ציון זאלן פועלן אלעס גוטס און אהיימברענגען אלע גוטע השפעות.
זי"ע ועכי"א.


ווען רבי אלימלך רודניקער איז געווען צען יאר אלט האט אים זיין פאטער איינמאל גענומען אויף א שבת צום הייליגן רבי ר' מענדעלע זצ"ל.
זיי זענען אנגעקומען אום ערב שבת אינדערפרי בערך צעהן אזייגער, ווען דער רבי ר' מענדעלע איז דאן געווען אין ביהמ"ד און מעביר סדרה געווען. דארט איז געווען א "פרומער" יונגערמאן וועלכער האט נאר גערעדט לשוה"ק און ער האט געוואלט וויסן דעם זייגער, האט ער א פרעג געגעבן דעם קליינעם יונגל אויף לשוה"ק ווי זיין שטייגער. דער רבי ר' אלימלך זעענדיג מיט וועם ער האט דא צוטוהן, האט אים געענטפערט מיט א שארפקייט: "עשר מכות"...
דער רבי ר' מענדעלע, וועלכע האט נישט געגליכן קיין פרומע, האט הנאה געהאט פונעם קינד'ס ענטפער.
ביי א געלעגנהייט ווען ער האט געשיקט א בריוו צו רבי אלימלך'ס פאטער, האט ער צוגעשריבן א דרישת שלום לבנו החכם.


סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר מותר ליתן בגדיו לכובס נכרי ועורות לעבדן - (פירוש האומן שמעבד ומתקן העורות) - סמוך לחשיכה, אם קצץ לו דמים או שעושה אותם בטובת הנאה. והוא שלא יאמר לו לעשות בשבת וגם שיעשה העכו"ם המלאכה בביתו:

זאגט דער באה"ט סק"ג אם קצץ. נ"ל דבזמן הזה כלים לכובס מסתמא היינו קציצה, דקצבתן ידועה. דאטו בכל פעם יקצץ עמו. ולכן המנהג פשוט ליתנם ע"ש סמוך לחשיכה, מ"א.
ואם נותן סמוך לשבת, ואמר לכובס "ראה שאני צריך להם במוצאי שבת", כגון: שרוצה ליסע מיד במוצאי שבת; זהו אסור. דה"ל כאומר בפי' שיכבס בשבת, ט"ז סי' ש"ז ס"ק ג' וכ"כ כל האחרונים וכ"כ בתשובת פנים מאירות סימן ל"ח:


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ואם לא קצץ אסור בערב שבת. וע"ל סי' רמ"ז דיש חולקין אם עושה לו בחנם, דהיינו בטובת הנאה:


זאגט דער באה"ט סק"ד בע"ש. אא"כ יש שהות ביום לעשותם מבע"י. ובד' וה' מותר אפי' מלאכה שאינו יכול לגומרה קודם שבת, ואינו דומה לשולח אגרת בסי' רמ"ו עמ"א:

און מיט דעם קריגט דער רמ"א אויפן פסק פונעם מחבר אין ב"י (כפה"ח).


זאגט דער מחבר ווייטער ואם ראהו עושה מלאכתו בשבת; איז אם היה עושה בטובת הנאה דאן צריך לומר לו שלא יעשה בה בשבת:
אבער אויב עס איז בקבלנות ברויך מען נישט מוחה זיין.

הגה זאגט דער רמ"א ואפילו אם נתנן לו כמה ימים לפני שבת: ברויך ער אים אויך זאגן.


סעיף ג'


זאגט דער מחבר ואם היתה מלאכה מפורסמת וידוע שהיא של ישראל, ועושה אותה במקום מפורסם, טוב להחמיר ולאסור:

איז דער באה"ט סק"ה מסביר וואס מיינט ולאסור. פירוש, שאם רואהו עושה בשבת צריך למחות בידו אפי' קצץ עמ"א:

און א מלאכה "מפורסמת" מיינט אפי' נאר פאר דריי מענטשן.


א לעכטיגן שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמה ב"ר דוב צבי הכהן פון ראדאמסק באוואוסט אויף זיין הייליג ספר "תפארת שלמה".

ס'איז באקאנט אז ער איז געווען שטארק פארקאכט אין צאנז. איין יאר איז ער אפי' געפארן אויף שבועות קיין צאנז איבערלאזנדיג די מאסן חסידים וואס זענען געקומען צו פארן צום אים אויף יו"ט. (פארהאן וואס זאגן אז ער האט מיטגענומען אלע חסידים קיין צאנז).

דער צאנזער רב האט אים אויך זייער מעריץ געווען. ער האט געזאגט אז "די שליסל פון פרנסה ליגט אין זיינע הענט".
דער סדר פונעם תפ"ש איז געווען צו באהאלטן זיינע מופתים אין "ווערטלעך" כדי מען זאל נישט כאפן ווי ווייט ער איז א פועל ישועות.
איינמאל איז אריינגעקומען צו אים אן ארימאן וועלכע האט נארוואס א שידוך געטוהן מיט א קוויטל וואס איז געשטאנען דארט זיין בקשה. זאגט אים דער תפ"ש: דו ביסט דאך א ארימאן, און עני חשוב כמת. ממילא גיי דיר פון דא ווייל איך בין א כהן... און דער מענטש איז אוועקגעגאנגען מיט א צובראכן הארץ.
שפעטער האט ער אים צוריקגערופן זאגנדיג אז ער איז א מת מצוה צו וואס א כהן מעג זיך מטמא זיין.. דערנאך פרעגט אים דער רבי פון וואו ער לעבט, זאגט ער אז זיין ווייב גייט ארום אין די הויפן פארקויפן קלייניגקייטן. זאגט אים דער רבי, ווייסטו דען נישט וואס עס פאסירט ווען די פרוי שפייזט? גיב נאר א קוק וואס עס האט פאסירט ווען די ערשטע פרוי אויף דער וועלט האט געגעבן איר מאן צו עסן... דערנאך זאגט ער אים "עס שטייט וחצרות ודי זהב" און גיי לחיים ולשלום.
נאך א קורצע צייט האט זיין ווייב געטראפן א גרויסע מציאה אין א געוויסן הויף, און ער איז געווארן א עושר אדיר אויף אלע יודן געוואונטשן.
זי"ע ועכי"א.


סעיף ד'



זאגט דער הייליגער מחבר כל שקצץ, אע"פ שיעשה העכו"ם מלאכה בשבת, מות' לישראל ללבוש הכלי בשבת עצמה. דכל שקצץ אדעתא דנפשיה קא עביד:


הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ויש אוסרין ללובשו כל שידוע שהעכו"ם גמרו בשבת (הגהות אשירי פ"ק דשבת, ומהרי"ל וב"י בשם רוקח). וצריך להמתין במוצאי שבת בכדי שיעשה (א"ז), והכי נהוג לכתחלה אם לא שצריך אליו בשבת - שאז יש להקל.
ואם יש לתלות שנגמר בע"ש, מותר בכל ענין [הגהות אלפסי].
ודוקא אם שגר לו העכו"ם לביתו, אבל אסור ליקח כלים מבית האומן בשבת ויו"ט [מרדכי פ"ק די"ט, וא"ז, והגהות מיי' פ"ב מהל' י"ט והגהות אשר"י פ' אין צדין].
וכל זה בכלים שעשה לישראל (ב"י), אבל עכו"ם שעושה מנעלים על המקח מותר לישראל המכירו לילך וליקח ממנו בשבת ולנועלם. ובלבד שלא יקצוץ עמו דמי המקח [הגהות אשירי פ' אין צדין]:


זאגט דער באה"ט סק"ו בע"ש. ונ"ל דאם היה המנעל מתוקן מע"ש, רק שתקנו והחליקו בשבת שרי. דהא היה יכול ללובשו בלא"ה, מ"א:

באה"ט סק"ז ליקח. אפילו לצורך שבת איז אסור עס צו נעמען פונעם גוי'ס ארבעטס-פלאץ, ב"י. ואפי' ע"י עכו"ם אסור להביאו, מ"א ע"ש:

באה"ט סק"ח מותר. עמ"א שהעלה דלכתחלה אסור לילך וליקח ממנו, אם לא בעכו"ם חנוני שאינו אומן כלל אפשר דמותר. ע"ש ועב"ח:

דער תו"ש קריגט אבער און האלט אז אפי' ביי א חנוני טאר מען נישט וועגן ס'איז א "עובדא דחול", און דער א"ר האלט אז מען מעג יא.

א גוט שבת און א גוטן חודש.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז דער יארצייט פון רבי אליהו שפירא דער מחבר פונעם באוואוסטן ספר "אליה רבא" וואס ווערט געלערנט דורך יעדעם וואס לערנט הלכות שבת.
זי"ע ועכי"א.


סעיף ה'



זאגט דער הייליגער מחבר ומות' לפתוח מים לגנה, והם נמשכים והולכים בכל השבת; ולהניח קילור [סם של רפואה שנותנים על העין] עבה על העין, אע"פ שאסור להניחו בשבת; ולתת מוגמר תחת הכלים והם מתגמרים מאליהם כל השבת, ואפי' מוגמר מונח בכלי, דאין אדם מצווה על שביתת כלים; ולתת שעורים בגיגית לשרותן;

דער כפה"ח לייגט צו ונראה דהיינו אם הם כתושים. אבל אם הם שלימים חייב משום זורע כמ"ש לקמן סי' של"ו סעי' י"א.

ס'איז א גרויסע מחלוקה צו מען מעג מאכן ראזשינקע וויין אום שבת, עיין מו"ק סי' ש"כ שאוסר.

רעכנט דער מחבר ווייטער אויס וואס מען מעג אלס טוהן פון ערב שבת וטוענין בקורות בית הבד והגת מבעוד יום על זיתים וענבים, והשמן והיין היוצא מהן מותר [וע"ל סי' ש"כ ס"ב]; וכן בוסר ומלילות שריסקן מבע"י מותרים המשקים היוצאים מהם; ומותר לתת חטים לתוך רחיים של מים סמוך לחשיכ':

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א ולא חיישי' להשמעת קול, שיאמרו: "רחיים של פלוני טוחנות בשבת".
ויש אוסרים ברחיים ובכל מקום שיש לחוש להשמעת קול (טור ותוס' והרא"ש פ"ג דשבת וסמ"ג וסה"ת והגהות מיי' פ"ז ותשובת מהרי"ו סימן ק"ל ואגור), והכי נהוג לכתחלה.
מיהו במקום פסידא יש להקל כמו שנתבאר לעיל ס"ס רמ"ד.


דער מ"א לייגט צו או להשכירה לעכו"ם. דער לבוש שטימט איין מיטן רמ"א אז במקום פסידא קען מען מקיל זיין, אבער דער עו"ש האלט אז אפי' אי איכא הפסד מרובה יש להחמיר. יעו"ש.


זאגט דער באה"ט סק"ט קול. ואיכא זילותא דשבת. ואם הרחיים של עכו"ם פשיטא דשרי ליתן לתוכה מבע"י.
ואם הישראל נותן לעכו"ם החטים מע"ש, אפי' העכו"ם טוחנו בשבת שרי כמ"ש ס"ב. ובלבד שלא יעמוד הישראל אצלו דאז מיחזי כשלוחו.
אבל אם השעה צריכה לכך, כגון סמוך לפסח, רשאי הישראל לשמור הרחיים שלא יתחמץ. דהא שבות דשבות הוא, דהא אפי' נותן הישראל לרחיים בשבת ליכא חיוב חטאת עד שיטחן ברחיים של יד. וכ"מ מתוס' דף י"ח ע"א ד"ה ונימא מר כו' דטעמא דב"ש דגזרינן כו', וקשה
פרעגט דער מ"א דמ"מ לימא גבי רחיים נמי משום גזירה אע"כ אפי' נתנו בשבת ליכא חיוב חטאת עכ"ל פונעם מ"א, ע"ש. ולא דק בזה דלא מצי למימר משום גזירה דא"כ קשיא רישא דברייתא מוגמר אמאי שרי וכ"כ מהרש"א ע"ש ודו"ק (וכן בס' אליה רבה תמה בזה על מ"א וסיים מ"מ לדינא נ"ל דמותר לשמרו אף שלא במקום מצוה כדלעיל ס"ס רמ"ד:

האפנטליך איז עס א בחינה פון "תורה לשמה" אז מיר האבן פונקט אנגעטראפן א הלכה וואס רעדט פונעם זמן אין וואס מיר שטייען אצינד.


פירט אויס דער רמ"א ומותר להעמיד כלי משקולת שקורין זייגר מע"ש, אע"פ שמשמיע קול להודיע השעות בשבת, כי הכל יודעים שדרכן להעמידו מאתמול. (טור אגור) ועיין לקמן סי' של"ח: וואו עס ווערט מבואר די "דברים האסורים בשבת משום השמעת קול".

און צו זאגן פאר א גוי זאל אנשטעלן דעם זייגער אום שבת, האלט דער פמ"ג אז ס'איז א שאלה פון א דאורייתא וואס דאן איז אסור אמירה לעכו"ם אפי' במקום מצוה למשל לצורך אויפצושטיין צו זמן ק"ש. און אויב א גוי האט עס למעשה אנגעשטעלט בשביל ישראל, אפשר דאסור ליהנות לשמוע ולידע השעה אזוי ווי די הלכה איז ביי א לעכט וואס א גוי האט אנגעצינדן פאר א איד.

דער פמ"ג ברענגט אז אותן זכוכית שמניח בתוכו חול וקורין שעה מותר להפכו בשבת להוריק מזה לזה דלאו מידי עביד, ומקצה לא הוי דיחדו לכך והוי כלי לצורך גופו ומקומו. אבער ס'דא חולקים ווי מיר וועלן בעזה"ש לערנען אין סי' ש"ח.

אן אינטרעסאנטע זאך שטייט אין תשו' בן יהודה נתחדשו מעשה ידי אומן זייגר שקורין "וועקאוהר", שנעשה באופן שקול דופק לעורר השחר ומדליק ג"כ מעצמו נר להאיר האלט ער אז דאס איז לכחחלה אסור בע"ש להעמידו שידליק בשבת דאם מעמידו בשבת חייב חטאת.

כלל ישראל איז אין די טעג עוסק בקשר"ק, און ארבעטן מיט אלע כוחות אויסצופירן גא-ט ברוך הוא'ס געבאטן אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך. זאל די זכות פון די אלע שווייס און כוח ארויפגיין צ כביכול און מגין זיין אויף כלל ישראל צו האבן אלעס גוטס מתוך אושר ועושר, און עס זאל שוין זיין די גאולה שלימה במהרה ווייל עס איז שוין העכסט צייט!

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ווער עס האט נאכנישט בודק חמץ געווען טאר עפ"י הלכה נישט מיטלערנען...

אינדערהיים פלעגט אין די טעג בעפאר פסח זיין אנגעצויגן, ווייל מען האט נישט געוואוסט וואספארא בלוט-בלבולים עס ווארט אויף זיי.
האט פאסירט אין א געוויסן שטעטל אז מען האט ל"ע געטראפן א געהרגעט קינד אין א געסל. ס'איז געווארן א בהלה און מ'האט תיכף צוזאמענגערופן אן אסיפה צווישן די ראשי הקהלה דן צו זיין מה לעשות לקדם פני הרעה. אינמיטן די העפטיגע זיצונג לויפט אריין דער שמש מיט איין שמחה: "ב"ה מען האט געטראפן אז דאס איז א אידיש קינד!"....
א ביטער געלעכטער


לכבוד יו"ט וועל איך דא זאגן א ווארט אויף די הגדה וואס איך האב שוין מחדש געווען מיט יארן צוריק, ממילא קען זיין אז עס איז שוין געווען געשריבן ערגעץ. אבער דא ביים שיעור געדענק איך נישט אויב מיר האבן עס געזאגט.

מ'זאגט ביי די הגדה 'והי"א שעמדה לאבותינו ולנו', וואס איז דער והי"א? בפשטות גייט עס ארויף אויף די הבטחה. אבער איך האב געקלערט בדרך צחות א שיין ווארט בהקדם מיט דאס וואס מען זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים (דאכצעך ראפשיצער רב) אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אים אקייגן גיין מיט א פלאש בראנפן און אים זאגן "דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות!"
דאס איז פשט פארוואס מ'הייבט אויף דעם כוס וויין און מ'זאגט והי"א שעמדה לאבותינו ולנו".... ודפח"ח.


סעיף ו'



זאגט דער הייליגער מחבר לא יצא אדם ע"ש סמוך לחשיכה במחטו בידו ולא בקולמוסו, שמא ישכח ויוציא, אבל מותר לצאת בתפילין סמוך לחשיכה לפי שאינו שוכחן:

זאגט דער באה"ט סק"י בידו. ובבגדו שרי, מ"א. ועט"ז: און דער ב"ח זאגט אז עס איז מצוה מן המובחר אז מען זאל נישט ארויסגיין אפי' אריינגעשטעקט אין בגד.

דער מ"א שרייבט אז וויבאלד היינט איז נישטא קיין רה"ר, איז מותר ארויסצוגיין סמוך לחשיכה. אבער דער תו"ש שרייבט אז לדעת הרבה פוסקים, והמחבר עמהם, גם בזה"ז איכא רה"ר.


סעיף ז'



זאגט דער מחבר מצוה למשמש אדם בכליו בערב שבת סמוך לחשיכה, כדי שלא יהיה בהם דבר שאסור לצאת בו בשבת:

באה"ט סקי"א בכליו. ויתיר חגורו ויקח כל התלוי בו, ד"מ כלבו. ואפי' לדידן דליכא ר"ה מצוה למשמש דשמא יש אצלו דבר המוקצה, מ"א:

היינט ווען יעדער האט באזונדערע שבת'דיגע בגדים איז די הלכה נישט אזוי ווייט שייך סתם אזוי. בלויז ווען שבת קומט אויס נאך א חוה"מ אדער פורים, א חתונה וכדו' ווען מ'האט אן די שבת'דיגע קליידער אינדערוואכן, וואס דאן דארף מען ספעציעל נזהר זיין דערין.

די "סמוך לחשיכה" וואס מען דערמאנט אויבן מיינט א האלבע שעה פאר מנחה, אבער דאס וואס מען רעדט דא "עם חשיכה" מיינט ממש בכניסת השבת.

אום חוה"מ וועט מען נישט פארלערנען, און האפנטליך וועט מען די ליל שישי גלייך נאך פסח אנהייבן לערנען די סוגיא פון שהייה והטמנה מיט א פרישקייט!

א כשר'ן פרייליכן און לעכטיגן פסח!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

מ'גיימער אנהייבן דעם זמן מיט א פרישקייט...

מיר שטייען נאך אונטערן רושם פונעם הייליגן טאג ל"ג בעומר וואס איז די יארצייט פונעם תנא אלוקי רבן שמעון בר יוחאי וואס בזכותו אנו חיים.
ער האט געזאגט "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" ד"ה אז אפי' אין אזא דור וואס חושך תכסה ארץ, אידישע קינדער דראפען זיך ממש אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי די ריינע אמונה, וועט אייביג בלייבן א הייפעלע אידן וואס וועלן פראקטיצירן אמת'ע ארגינעלע אידישקייט אן קיין פשרות.
ביז ס'וועט שוין זיין ומלאה הארץ דעה את השם ווען משיח וועט קומען בקרוב במהרה און אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות.

כ'האב געזען א שיין טרעפליך ווארט פארוואס מ'רופט דעם טאג מיטן נאמען ל"ג בעומ"ר, און נישט לעומר אזוי ווי מיר ציילן למעשה ביי ספירה.
ווייל אזוי ווי ס'איז דאך די יארצייט פונעם הייליגן רמ"א, ממילא לכבודו זאגט מען עס ארויס אזוי ווי ער פסק'עט אז מ'זאל ציילן.

זאלן טאקע די גרויסע זכותים פון די שרי התורת הנגלה והנסתר מגין זיין אויף אונז אז מיר זאלן קענען סורווייוון די ביטערע נסיונות פון עקבתא דמשיחא און מקבל זיין משיח'ן באנפין נהירין.

מ'דארף דערמאנען אז היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן רבי ר' מענדעלע מרימנוב זי"ע ועכי"א.
ס'איז באוואוסט אז דער רבי ר' מענדעלע פלעגט אסאך פארארבעטן משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער פרנסה בריוח.
מען דערציילט אז צוויי און צוואנציג יאר האט ער געזאגט תורה אויף פרשת המן און דורכדעם משפיע געווען פאר אידן שפע רב וכל טוב.
א דיבור פון א צדיק איז א נצחי און למעלה מן המקום והזמן. זאלן זיינע הייליגע ווערטער עושה רושם זיין למעלה און משפיע זיין פאר אונז און אלע אידן פון אלעם גוטן. פרנסה ברוחניות ופרנסה בגשמיות.
אידן מוזן האבן שפע. אז מ'האט נישט קיין פרנסה בהרחבה גרינגערהייט חלילה, איז מען נישט קיין איד און נישט קיין מענטש. נישט קיין איבערגעגעבענער מאן און נישט קיין געדולדיגער טאטע.
ממילא אז השי"ת וויל מיר זאלן זיין זיין פאלק און אים דינען, מוז ער אונז געבן פון אלעם גוטן און אזוי וועט מען קענען מקיים זיין מצוות ומע"ט מתוך נחת ושמחה לעשות נח"ר להבוית"ש.



מיר גייען אצינד אנהייבן א שווערן סימן און א שווערע סוגיא, א סוגיא וואס האט זיך אסאך געטוישט אין די מציאות. און מיר הייבן אויף אונזערע הענט מיט א תפלה צום בורא כל עולמים שלא יצא מכשול מתחת ידינו, שלא אומר על מותר אסור ועל אסור מותר ואל יאמר פינו דבר שלא כרצוניך. און קיינער זאל חלילה פון דא נישט ארויסנעמען הלכה למעשה. מיר לערנען בלויז "צו וויסן וואס צו פרעגן" די וואס האבן שוין געלערנט אלע נו"כ און צו מקיים זיין מצות לימוד התורה כדי לעשות נחת רוח פארן הייליגן לעבעדיגן באשעפער יתברך שמו ויתעלה לעד ולנצח נצחים.


נו רבותי! לייגט אועק די טעלעפאנען און לאמיר אנהייבן דעם סימן מיט א לעבעדיגקייט מיט א פרישקייט און א חיות דקדושה!


כדי צו פארשטיין אביסל בעסער וואס עס מיינט כירה און תנור, וועלן מיר צוברענגען די ווערטער פונעם דרך החיים דא אנהייב סימן און האפנטליך וועט דאס העלפן בעסער פארשטיין וואס מיר וועלן לערנען.

כירה וכופח ותנור שבזמן התלמוד הוא זה: דהכירה והכופח עשוי מחרס כעין קדירה של חרס שפיהן למעלה ואינו מחובר בקרקע אלא מיטלטל. אלא שהכירה פיה ארוך שיעור שפיתת ב' קדירות על פיה ממש או על כסוי שעל חללה או על שפתה, וכופח אינו אלא מקום שפיתת קדירה אחת על פיהו ולכן נפיש הבליה טפי מכירה וזוטר מתנור. ותנור הוא ג"כ מחרס אלא שהוא מחובר בקרקע ופיהו ג"כ למעלה אלא שהוא קצר למעלה ורחב למטה, דמתוך כך נקלט חומו לתוכו טפי מכירה וכופח שאינם רחבים למטה יותר מלמעלה.
ותנור זה קרוי תנור של נחתומין שהיו מדביקין הפת בדופני התנור.

און ער פירט אויס וכתב הר"ן שר"ח פירש דתנורים שלנו שפיהן מן הצד דינן ממש כדין כירה.



סימן רנג


דיני כירה ותנור ליתן עליה קדירה בערב שבת


ובו ה' סעיפים



זאגט דער הייליגער מחבר כירה שהיא עשויה כקדירה ושופתין על פיה קדירה למעלה ויש בה מקום שפיתת שתי קדירות, אם הוסקה בגפת שהיא פסולת של זתים או בעצים אסור ליתן עליה תבשיל מבע"י להשהותו עליה אלא א"כ נתבשל כל צרכו והוא מצטמק (פי' הולך וחסר) ורע לו דליכא למיחש שמא יחתה. או שהוא חי שלא נתבשל כלל, דכיון שהוא חי מסיח דעתו ממנו עד למחר. ובכל הלילה יכול להתבשל בלא חיתוי.

זאגט דער באה"ט סק"א חי. פי' אז שרי ליתנו סמוך לחשיכה ממש. אבל אם נתנו מבע"י אסור, דכבר נתבשל קצת קודם שבת. וצריך לסלקו משחשיכה, אא"כ נתבשל כל צרכו קודם שבת. עסי' רנ"ד:


זאגט דער מחבר ווייטער אבל אם נתבשל קצת ולא נתבשל כל צרכו, ואפי' נתבשל כל צרכו והוא מצטמק ויפה לו, חיישינן שמא יחתה ואסור להשהותו עליה אא"כ "גרף" דהיינו שהוציא ממנה כל הגחלים או "קטם" דהיינו שכסה הגחלים באפר למעט חומם.

באה"ט סק"ב באפר. ואין צריך לקטום עד שאינו ניכר שם אש כלל, רק בקטימה כל שהוא סגי. ר"ן ב"י. ואפי' הובערה אח"כ שרי, כיון דגילה דעתו דלא בעיא לגחלים סגי:


זאגט דער מחבר ואם נתן בה חתיכה חיה מותר כאלו היתה כולה חיה, דע"י כך מסיח דעתו ממנה.

סק"ג חיה. דוקא חתיכת בשר אבל ירק לא מהני, ב"י:


זאגט דער מחבר ווייטער ואפי' אינה גרופ' (פי' שמשך הגחלים מהתנור) וקטומה [פי' שכסה הגחלים באפר], מותר לסמוך לה קדידה בסמוך חוצה לה.
ואם הוסקה בקש או בגבבא מותר לשהות עליה אפי' אינה לא גרופה ולא קטומה:


סק"ד לסמוך לה. אפי' בשבת, כמ"ש רמ"א ס"ס זה:


צוליב די לענג פונעם סעיף און דער עולם וואס ווארט שוין צו לערנען דעם שיעור וועט מען מוזן צוטיילן דעם סעיף אין האלב.

א לעכטיגן שבת!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

בעפאר מען הייבט אן דעם שיעור מוז מען מאכן אן אויסנאם אפיל צוליב "פדיון שבויים".

איך גלויב אז איר האט שוין געהערט אז רבי יעקב עסטרייכער זז"ג שמאכטעט אין באליוויע און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.

און ניין, מיר בעטן אייך נישט קיין געלט. בלויז פינף מינוט פון אייער צייט! אויב האט איר נאכנישט געסיינט דעם פעטישן צום פרעזידענט ירום הודו, ווארט נישט נאך א מינוט!
זאפארט קליק אויף דעם לינק https://wwws.whitehouse.gov/petitions/# ... a/RB4XXzyb און מאך א לשם יחוד און סיין.

נאך 5,696 איז נויטיג! יעדע שטימע ציילט! נא? אַיֶכָּה? אויף וואס ווארט איר?!!!!!!!!!!!


געסיינט? פיין, א שיינעם דאנק! מיר ווילן זיך באדאנקען פאר אייך אין נאמען פון ר' יעקב און פון זיין פארצווייגטע פאמיליע. דער זכות זאל אייך מגין זיין להתברך בכל מילי דמיטב.

היינט איז געווען די יארצייט פון איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגן מגיד הרה"ק רבי יעקב שמשון ב"ר יצחק משפיטיווקא זי"ע ועכי"א.

מיר וועלן דא צוברענגען א אינטרעסאנטע מעשה מיט א שטארקע מוסר השכל וואס ידידינו הרב יודל מענדלזאהן האט געשריבן.
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער הוסיאטין'ער רבי זי"ע האט דערציילט אין נאמען פון זיין טאטן, וועלכער האט עס געהערט פונעם הייליגן דגל מחנה אפרים זי"ע. אז אמאל איז הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקע אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע חומרא: וויבאלד עס איז פארהאן א דעה אין ירושלמי וועלכע איז מחמיר ביי חמץ בפסח אז עס איז חוזר וניעור און אוסר במשהו אפילו ביי צונן, האט דער הייליגער שפיטיווקע'ר זיך בארעכנט, אז מען טאר נישט טרינקען קיין שום וואסער פסח, אויך אויב עס איז אנגעגרייט געווארן ערב פסח, אלס חשש טאמער א שיף מיט תבואה האט זיך דערטראנקען אין ים און אלע וואסער אין די וועלט איז דורך דעם חמצ'יג געווארן!
איז ווי גיבט מען זיך אן עצה? האט ער גענומען ווינטער א ריזיגע פאס, און אריינגעלייגט דערין פרישע שניי וואס איז אט איצט אראפ פון הימל, פארזיגלט אליין דעם פאס, און ביז פסח וועט זיך דאך עס צולאזן, וועט דאך זיין כשר'ע וואסער לויט אלע דיעות.
קומט ערב פסח און דער רבי מאכט אויף דעם פאס, אבער טרעפט דארט א "בייגעל", חמץ גמור!
האט דער הייליגער שפיטיווקע'ר זי"ע געזאגט, א מען האט אים געוואלט ווייזן פון הימל אז א מענטש טאר נישט זיין קיין יוצא מן הכלל און מחמיר זיין אויסערגעווענליכע חומרות מער פון די גאנצע וועלט.
נר ישראל חלק ו'



גיימער ווייטער ווי מיר האבן געהאלטן פאריגע שיעור אינמיטן סעיף א'

הגה זאגט דער הייליגער רמ"א שני כירות המתאימות זו אצל זו ודופן של חרס ביניהם, האחת גרופה וקטומה והשני אינה גרופה וקטומה, מותר לשהות על הגרופה וקטומ' אע"פ שמוסיף הבל משאינה גרופה וקטומה (גמ' פ' כירה).


ביז אהער האט מען אויסגעשמועסט די הלכה ביי א כירה. יעצט גייט מען רעדן פון תנור

זאגט דער מחבר ווייטער ותנור אפי' אם הוסק בקש או גבבא אסור אפילו לסמוך לו, אפילו אם גרוף וקטום:

הגה לייגט צו דער רמ"א אז דאס איז נאר כ"ז שהיד סולדת בו [הגהות מרדכי].

זאגט ווייטער דער מחבר וכ"ש שאסו' לשהות בתוכו או על גבו.

וכופח, שהו' מקו' שפיתת קדר' אחת, אם הוסק בקש או גבבא דינו ככירה. בגפת או בעצים דינו כתנור [והתנורים שלנו דינם ככירה] [ר"ן ר"פ כירה וכל בו וכן משמע מפירש"י].

ואם שכח ושהה, אם הוא תבשיל שבשל כל צרכו מותר אפי' הוא מצטמק ויפה לו. ואם הוא תבשיל שהתחיל להתבשל ולא בישל כל צרכו, אסור עד מוצאי שבת. ואם עברו ושיהה אסור בשניהם:

הגה עד בכדי שיעשו (הגהות אשירי ורמב"ם פ"ג). ואם החזירם עכו"ם בשבת דינו כשכח ושיהה [הגהות אשירי]. ואם החזירם ישראל דינו כעבר ושיהה [הגהות מרדכי]. ואם מצטמק ורע לו מותר, שהרי לא נהנה מן האיסור [ב"י וע"ל ריש סי' רכ"ז].

זאגט דער מחבר וי"א שכל שנתבשל כמאכל בן דרוסאי (פי' שם אדם שהי' אוכל מאכלו שלא נתבשל כל צרכו), או שנתבשל כל צרכו ומצטמק ויפה לו, מות' להשהותו על גבי כירה:

דער כף החיים שרייבט ונראה דלדידן שאין בקיאין איזה נקרא כמב"ד, יש לשער כל שנאכל התבשיל ע"י הדחק מחמת בישול זה יש להתיר:


הגה או אפי' על גבי תנור (המגיד פ"ג והגהות מרדכי ומיי' פ"ג וריש פ' כירה ב"י).

מחבר אפי' הוסק בגפת ועצים, ואפי' אינה גרופה וקטומה.
ולא הוזכרה גרופה וקטומה והיסק בקש ובגבבא אלא כשהתחיל להתבשל ולא הגיע למאכל בן דרוסאי.
וכן לענין אם נטל הקדירה מעליה ובא להחזירה עליה בשבת. ואם שכח ושיהה תבשיל שהתחיל להתבשל ולא הגיע למאכל בן דרוסאי אסור, ואין צריך לומר אם עבר ושיהה:

הגה ונהגו להקל כסברא האחרונה.

פירט דער מחבר אויס וכל זה בענין שהיה שהקדירה יושבת על כסא של ברזל או על גבי אבנים ואינה נוגעת בגחלים, אבל הטמנה על גבי גחלים לדברי הכל אסור:

הגה וי"א דאפילו אם הקדירה עומדת על גבי האש ממש, כל זמן שהיא מגולה למעלה לא מקרי הטמנה ושרי. וכן המנהג. רק שנזהרים לנתקו קצת קודם השבת מן האש כדי שיוכל ישראל להסירו משם. ואם לא נתקו מן האש ומצאו על גבי האש בשבת, יש להסירו משם ע"י עכו"ם. ואם ליכא עכו"ם מותר לישראל להסירו משם ויזהר שיקחהו משם בנחת ולא ינענע הגחלים, ואז אף אם ינענען קצת איז עס א דבר שאין מתכוין און ס'איז שרי (מרדכי ריש פרק כירה והגהות מיי' פרק ז'):


זאגט דער באה"ט סק"ה ותנור. מתוך שקצר למעלה ורחב למטה נקלט חומו טפי מכירה:

סק"ו כ"ז שהיס"ב. עיין ס"ה בהג"ה:

סק"ז עד מ"ש. לכל אדם כמ"ש הטור. וכ"כ בד"מ, מ"א:

סק"ח עכו"ם. לצורך ישראל והתבשיל מצטמק ויפה לו:

סק"ט ושיהה. דלא נהנה ממנו כ"כ כיון שכבר היה ראוי לאכל:

סק"י ישראל. ובשבת אפי' בשוגג דינו כעבר ושהה ואסור אם מצטמק ויפה לו. ומיהו נ"ל בזה דלאחרים שרי מ"א: (ובס' אליה רבה אוסר גם לאחרים במצטמק ויפה לו לדע' זו, ע"ש:

סקי"א ע"י עכו"ם. בתשו' רמ"א סי' ק"ב מתיר לפתוח התנור בליל שבת והעכו"ם חוזר וסותם אם נתבשל המאכל כמב"ד, אבל אסור לומר לו לטוח בטיט. וכתב בדרשת מהרי"ל: פעם א' הטמינו בתנור לצורך שבת ונכבה האש, וקראו לגוי בליל שבת והוציא הקדירות והדליק האש והטמין שנית. והתיר מהרי"ל ז"ל החמין לאותה שבת והזהיר מלעשות עוד, דאיסור קא עביד עכ"ל.
וכתב הע"ת ונרא' דמיירי כשכבר נתבשלו הקדירות כמאכל ב"ד. ואפ"ה לפע"ד הפריז על מידותיו להקל יותר מדאי, ע"ש:


א גוט שבת!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן צדיק גאון וקדוש רבי יהודה'לע ב"ר אלטר יחזקאל אליהו הורוויץ פון דזשיקוב.

רבי יודא'לע איז געווען ממש א איד פון פריערדיגן דור. אלע צדיקים האבן אים זייער מחשיב געוועזן.
דער הייליגער חזון איש זצ"ל, ביי וועמען רבי יודעלע איז געווען א יוצא ונכנס, און פארברענגט מיט אים פיל שעה'ן אין שעשועי דאורייתא, האט אים מגדיר געווען אלס אן "אדם השלם".

רבי יודאל'ע איז געווען א גאון עולם. וואו מ'זעט פון זיינע אלע הגהות וואס ער האט אנגעשריבן אין זיינע ספרים בפרט אין די ספרי חתם סופר אין וואס ער איז געווען זייער דבוק.

ער איז געווען א ריכטיגער עובד השם מיט אן אמאליגן באדייט עד להפליא.
עס ווערט פארציילט אז איינמאל האט זיך איינער פון זיינע מקורבים אויסגעדריקט פאר אים, אז ער פילט זיך אזוי שטארק שפל ביי זיך, אז נאר ווען ער זאגט די ברכה שלא עשני גוי פילט ער זיך גוט, ווייל אקעגן א גוי האלט ער זיך נאך פאר א צדיק.
האט זיך רבי יודעלע אנגערופן: אדרבה, איך ווער גאר צעבראכן ביי די ברכה. ווייל א גוי דארף דאך נישט צופיל טאן צו זיין אן ערליכער גוי, ער גנב'עט נישט און הרג'עט נישט און ער איז שוין גוט. אבער מיר אידן... מיר דארפן דאך דינען דעם באשעפער מיט אלע אונזערע איברים און חושים, מיט אלע כוחות, ומי יאמר זכיתי לבי, הלא אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא...

רבי יודעלע איז געווען באקאנט אלס אן איש אמת וועלכער האט ממש נישט געקענט סובל זיין דעם שקר. ולפניו חנף לא יבוא. מענטשן וועלכע ער האט נישט געהאלטן אז די זענען תוכם כברם, האט ער נישט געקענט סובל זיין. דאקעגן, אידן תמימים יראים ושלמים, האט ער מחשיב געווען עד אין שיעור. ער האט ליב געהאט נאכצוקוקן תמימות׳דיגע אידן, אפילו אויב זיי האבן נישט באלאנגט צו די חסידים, וויבאלד ער האט נאר דערקענט אין זיי דאס פינטעלע אמת, האט ער זיי געוואלדיג פארעהרט.

ער האט נישט געוואלט פירן זיך ווי א רבי כאטש אלע צדיקים האבן געזאגט אז ער איז ראוי דערפאר. ס'איז באקאנט אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף אים: "עס איז דא איינער אין
דעם דור וואס איז ראוי צו זיין א רבי, וויל ער אבער נישט"...

אזוי קען מען מאריך זיין טעג אין נעכט אין אלע הינזיכטן וואו ער איז געווען ממש אויסגעצייכנט ווי א חד בדרא.
ווער רעדט נאך פון זיין געוואלדיגע מידת הצדקה און אויסטערלישע קבלת יסורים באהבה.

וועגן זיין מדת ההשתתפות בצער חבירו, ווערט דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה. אמאל האט א חשוב'ער רב אין ירושלים געהאט שווערע צייטן וועגן פארשידענע פראבלעמען, ווען רבי יודא'לע האט זיך דערוואוסט דערפון, איז ער געגאנגען אים באזוכן אבער האט אים נישט געטראפן אינדערהיים. איז ער געגאנגען צו אים נאכאמאל, אבער ער האט אים ווייטער נישט געטראפן. הערנדיג דערפון, איו יענער רב געקומען צולויפן צו אים, און געזאגט: "אויב דער רבי וויל עפעס פון מיר, קען ער דאך מיך לאזן רופן, און דארף זיך נישט מטריח זיין צו קומען צו מיר?"
האט אים רבי יודא'לע געענטפערט: איך האב גארנישט געוואלט, נאר הערנדיג אז איר האט פראבלעמען, האב איך אייך געוואלט טרייסטן דערמיט וואס איך ווייז אייך א איד וואס האט נאך גרעסערע יסורים און פראבלעמען פון אייך...

זיין חשק און ציטער צו מקיים א מצוה...

ער האט אמאל געזאגט אזוי ווי א סאלדאט מאכט איבונגען צו טאן דעם רצון הבורא, אזוי וואלטן מיר אויך געדארפט מאכן איבונגען בעפאר פסח ווי אזוי צו עסן דעם כזית מצה בכדי אכילת פרס...

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.



סעיף ב'



זאגט דער הייליגער מחבר כירה שהיא גרופה וקטומה ונטל הקדירה מעליה, אפילו בשבת מותר להחזירה כל זמן שהיא רותחת:

הגה לייגט דער רמ"א צו א תנאי ועודה בידו (טור).

זאגט דער מחבר אז ס'מוז אויך זיין ולא הניחה על גבי קרקע.

לייגט דער רמ"א ווידער צו אז עס דארף אויך זיין ודעתו להחזירה (טור).

זאגט דער באה"ט סקי"ב רותחת. ונהגו להקל אם לא נצטנן כמ"ש סי' שי"ח ס"ד. ועסס"י בהג"ה:

סקי"ג להחזיר'. אזוי האלט דער רמ"א לשי' הטור, וב"י ס"ל אפי' אין דעתו להחזיר שרי:

זאגט דער מחבר ווייטער ודוקא על גבה, אבל לתוכה אסור.

זאגט דער באה"ט סקי"ד גבה. ובכירות שלנו שהן פשוטות תוכה וע"ג א' הן ומותר, ש"ג. ואם יש אש על הכירה עסי' שי"ח סי"ד וט"ו:

פירט דער מחבר אויס ובתנור אסור להחזיר אפי' הוא גרוף וקטום. והוא הדין לכופח אם הסיקו בגפת ובעצים:

הגה ודוקא שהתבשיל מבושל כל צרכו (ב"י), ואז מותר להחזירו אפילו לכירה אחרת. אבל אם לא נתבשל כל צרכו אסור אפי' באותה כירה (מיי' פ"ג).

וי"א דכל זה אינו אסור רק כשנטלו מן הכירה מבעוד יום ולא החזירו עד שחשיכה, אבל אם לקחו משם משחשיכה אפילו הניחו על גבי קרקע מותר (ר"ן פרק כירה וכל בו).

באה"ט סקט"ו מבע"י. דאז בטלה הטמנ' הראשונ' והוי כמטמין לכתחל' בשבת, משא"כ בנוטל בשבת:

וכן נוהגים להקל בתנורים שלנו שיש להם דין כירה וסומכים עצמם על דברי המקילין, וטוב להחמיר. מיהו אם נצטנן לכולי עלמא אסור [ב"י].

באה"ט סקט"ז נצטנן. היינו לגמרי דשייך בו אח"כ בישול חדש ועסי' שי"ח:
כ' הט"ז במקום דמותר להחזיר כאן, מותר אפי' לסתום פי התנור בדף אחר החזר'. דסתימת הדף לא מיקרי הטמנ'.
וכ"ז באין גחלים בוערות בתנור,אבל יש גחלים בוערות זה פשוט במשנה דבאינה גרוף וקטום אפי' לב"ה אסור להחזירם אפי' בתנור דדמי לכירה. דאסור להחזיר בכל גווני עכ"ל:


וי"א דאם הוציא מאכל מן התנור בשבת אסור להניחו בכרים ובכסתות (הגה"מ פ"ז).

באה"ט סקי"ז וכסתות. דגרע מלהחזיר לתנור דהו"ל כתחלת הטמנ', ד"מ. ואם הוא פתוח למעלה, מותר דלא מיקרי הטמנ' כמ"ש רמ"א ט"ז:

י"א דכל שהוא סמוך לחשיכה, או סמוך לברכו שהוא קבלת שבת דידן (הגהות מרדכי), אם הוא סמוך כל כך שאם נצטנן הקדירה אי אפשר להרתיחה מבעוד יום, דינו כמו בשבת עצמו. ויש מקילין בזה, והמנהג להקל. רק טוב להחמיר במקום שאין צורך כל כך.
ודוקא על גבי כירה ממש
איז בעסער אז מען זאל מחמיר זיין אינעם אויבנדערמאנטן זמן אבל נאר לסמוך, אפי' סמוך לאש במקום שהיד סולדת בו איז שרי אפי' סמוך לחשיכה (הגהות מרדכי והגהות מיי').

באה"ט סקי"ח בשבת. ואם אינה מבושלת כל צרכו, אסור להחזיר סמוך לחשיכ'. אבל חי לגמרי שרי סמוך לחשיכ' ממש, וכמ"ש ס"א.
ואין ליטול הקדירה מהכיר' וליתנה ע"ג התנור שאינו גרוף וקטום סמוך לחשיכ', מ"א. ועיין ס"ק כ"ו מש"ש לענין תנורים שלנו:


סקי"ט לחשיכה. ואפילו נצטנן לגמרי. דאל"כ אפי' בשבת שרי, ועסי' שי"ח:

פירט דער רמ"א אויס ובתנור אין חילוק בין להחזיר עליו או לסמוך אצלו. ודוקא במקום שהיד סולדת, אבל אין היד סולדת שם שרי אפי' בשבת כמו שיתבאר לקמן סימן שי"ח:

זאגט דער באה"ט סק"כ חילוק. היינו בתנור שבזמן התלמוד. אבל כבר כתב הש"ע דתנורים שלנו הם ככירה:

א גוט שבת.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן צדיק ובעל מופת מפורסם דער ראדאשיצער זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.

בני יששכר האט געשריבן:עס איז גוט צי וויסן די סגולה פונעם הייליגן ראדאשיצער מען זאל מנדב זיין צדקה איך מיין ניינצן פריטות לע"נ רבינו ישכר בער בן ר' יצחק און מען זאל זאגן די פסוק "כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבינה".
אידן זענען מעיד אז גוססים זענען ארויס פון שפיטאל בדוק ומנוסה פאר אלע פראבלעמען.
זי"ע.




סעיף ג'


זאגט דער הייליגער מחבר המשכים בבקר וראה שהקדיחה תבשילו וירא פן יקדיח יותר, יכול להסיר ולהניח קדירה ישנה ריקנית לא על פי הכירה ואז ישים הקדיר' שהתבשיל בתוכה על גבי הקדירה ריקנית און אזוי וועט עס נישט צוברענען. ויזהר שלא ישים קדירתו על גבי קרקע ושתהיה רותחת:

זאגט דער באה"ט סקכ"א ריקנית. דבריקנית חדשה לכ"ע אסור, דמלבנה. מ"א:

און דער תוס' שבת שרייבט אז ובקדירות שלנו שכבר נגמרה בתנור של יוצרים, בזה ודאי פשיטא דשרי.

דערמאנט דער הייליגער רמ"א וכבר נתבאר שנוהגים להקל אף אם נתנם על גבי קרקע:


סעיף ד'


זאגט דער הייליגער מחבר יש למחות ביד הנוהגים להטמין מבע"י קומקום של מים חמים ונותנים אותם לתוך הקדירה בשבת, כשהתבשיל מצטמק (וע"ל סי' שי"ח):

און דער ב"י איז מסביר והטעם משום דפעמים שהאחת אין היד סולדת בו והאחת היד סולדח בו ומתבשלין זה עם זה, ונמצאו מבשלין בשבת.
ואעפ"י שהן רותחין אם פסק כח רתיחתן יש בהן משום בישול
.

אין סי' שי"ח וועלן מיר בעזר השם לערנען אז עס איז א חילוק צווישן א דבר יבש און א דבר לח.

א גוט שבת.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”