רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

אנאליזן און דעבאטעס
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מאניש דו מאכסט מיר שאדן געלט, איך וויל ארבייטען אבער זעהנדיג פרישע ווארע פון דיר האב איך עס געמוזט לעזן.

ש'כח נאכאמאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אוי מאניש די שפראך.. ס’מחיה צו ליינען
יישר כח
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

איז מיר אינטערסאנט צי ס'איז אן אייגענע אבזערוואציע, צי אנדערע זאגן דאס אויך?
בכל גלגל, (דער אופן איז מיר פארנומען, סארי...) האסטו עס פיין און געשמאק באשריבן.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יז בתמוז האט געשריבן:
איז מיר אינטערסאנט צי ס'איז אן אייגענע אבזערוואציע, צי אנדערע זאגן דאס אויך?
אייגענע אבזערוואציע.. קען זיין ס'איז דא נאך איינער מיט אזא אתרוגים'דיגער קאפ ווי מיר, אבער איך האב בלויז מיטגעטיילט מיין אייגענע אבזערוואציע נאכן אדורכלייענען די ארומיגע פאקטן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל

איך לייג דא ארויף א מאפע פון 2010 וואלן, ווען יאניקאוויטש דער רוסישער משנה למלך האט געווינען.. קוקט אויף די מאפע ווי יאנוקאוויטש האט געהאט די מערסטע שטיצער'ס..
640px-Другий_тур_2010_по_округах-en.png
640px-Другий_тур_2010_по_округах-en.png (234.94 KiB) געזען 3198 מאל
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

און איצטערט וועט מען פארשטיין פארוואס די גאנצע מלחמה איז יעצט קאנצעטרירט אויף יענע חלק לאנד.. און אדרבה זאל מיר איינער ענטפערן וויאזוי נאך 5 חדשים אין מלחמה, איז רוסלאנד נאך היבש אונטערשטעליג פון די אלע בלויע קארלירטע אינזלן.. און צו באקומען זיינע הויפט שטיצער'ס אינזלן האט ער געברויכט אפווישן א גרויס חלק פון זיין אייגענע מילטער, און חרוב לייגן די אינפראסטראקטשער פון די סימפאטישע הייסע שטיצער זיינע.. בסך הכל האבן זיי געגעסן פארשטינקענע פיש, און יע... אבער רוסלאנד געווינט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נאו קלו וויאזוי דער שמארטיקל איז פארזעהן געווארן דורך ביז היינט, וואו זענען די מדווחים ווען מען ברויך זיי...

יעדעס ווארט איז צוקאש און נאך אינפארמאטיוו אויך, וואוו וואוו וואאוו
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יאנאש האט געשריבן:
וואו זענען די מדווחים ווען מען ברויך זיי...
:lol: :lol: :lol:
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

;l;p-
יישר כח
ווי Wאנט מאר
הק' יישר כח
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יז בתמוז האט געשריבן:
איז מיר אינטערסאנט צי ס'איז אן אייגענע אבזערוואציע, צי אנדערע זאגן דאס אויך?
אייגענע אבזערוואציע.. קען זיין ס'איז דא נאך איינער מיט אזא אתרוגים'דיגער קאפ ווי מיר, אבער איך האב בלויז מיטגעטיילט מיין אייגענע אבזערוואציע נאכן אדורכלייענען די ארומיגע פאקטן..
א דאנק פאר'ן ענטפערן, דיינע אבזערוואציעס זענען ווערד אסאך..
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

מא-ניש-תנא הוא ופליג
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

גאלע האט געשריבן:
רוסלאנד פלאגט זיך מער און מער מיט פרא-קיעוו ווידערשטאנד גרופעס אין געגענטער וואס די רוסישע מיליטער האט איינגענומען די לעצטע חדשים

די ווידערשטאנד גרופעס פירן דורך געצילטע מארדן אויף פרא-מאסקאווא באאמטע, זיי רייסן אויף בריקן און באנען און העלפן ארויס די אוקראינער מיליטער מיט אידענטיפיצירן וויכטיגע צילן. איין מערקבארע פאל איז געווען לעצטענס אין די חרסון ראיאן ווען זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אויף וואס עס איז געשטאנען 'אויב די הימערס וועט עס נישט באווייזן וועט עס די פארטיזאן באווייזן', און נישט לאנג נאכדעם איז א וויכטיגע בריק אין די געגענט אטאקירט געווארן דורך די אוקראינער מיליטער מיט א הימערס ראקעט סיסטעם.

 https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67526
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

בעל מדרגה האט געשריבן:
גאלע האט געשריבן:
רוסלאנד פלאגט זיך מער און מער מיט פרא-קיעוו ווידערשטאנד גרופעס אין געגענטער וואס די רוסישע מיליטער האט איינגענומען די לעצטע חדשים

די ווידערשטאנד גרופעס פירן דורך געצילטע מארדן אויף פרא-מאסקאווא באאמטע, זיי רייסן אויף בריקן און באנען און העלפן ארויס די אוקראינער מיליטער מיט אידענטיפיצירן וויכטיגע צילן. איין מערקבארע פאל איז געווען לעצטענס אין די חרסון ראיאן ווען זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אויף וואס עס איז געשטאנען 'אויב די הימערס וועט עס נישט באווייזן וועט עס די פארטיזאן באווייזן', און נישט לאנג נאכדעם איז א וויכטיגע בריק אין די געגענט אטאקירט געווארן דורך די אוקראינער מיליטער מיט א הימערס ראקעט סיסטעם.

 https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67526
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
און ווען די זון וועט אויפלייכטן, און די אלקאהאליקער וועלן ניכטער ווערן, און מען וועט זיך אנהויבן צו דערזעהן מיט די פארשטינקענע פיש וואס מ'האט געגעסן, דאן וועט מען זיך פרעגן מיט קלאציגע אויגן וויאזוי האט דאס פאסירט?
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
פאר די אינטערעסן פון אוקריינא לוינט זיך, אז די מאמע נעמט איבער די דאנבאס ראיאן פאר א שטיק צייט, אזוי גייט די שטאט אונטער צוזאמען מיט די כאסידים, און צוביסעלך פארגייט די אפעטיט פון די אנהענגער צו מאכן שאבעסדיגע סעודות אינאיינעם מיטן רוס, ווען יעדן טאג בא'גאנבעט מען זיי פון אלע האב און גוט'ס.. פרידזשידער'ס, וואש מאשינס, מכל הבא ליד, אלעס ווערט דינאציפייט.. און צוביסלעך הייבט אן ווערן א אינערליכע מאוומענט קעגן די מאמע.. און ווען די צייט וועט שוין זיין רייף, וועט די מאמע ווערן ארויסגעשטויסן פון דארטן אזש די בזיונות וועט גיין עד לב השמים.. רוסלאנד וועט אפיציעל ווערן די צווייטע שטערקסטע ארמיי אין אוקריינא.
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
און אט אט גייט אנהויבן צו ווערן א מאנגל אין חמץ, און די לאגיסטיקס גייט גיין אזוי ווי ביים אנהויב קריג, און דאן הייבט זיך אן די ווידערשטאנד מבית ומבחוץ.. און די מאמע גייט אט אט אנהויבן כאפן שלעק אזש ס'איז שטארק מעגליך די שלעק וועט אפקלינגען אזוי הילכיג ביי די מאמע אינדערהיים, אז דארטן וועט אויך אנהויבן ווערן פריילייך, און די גאר פייערדיגע כאסידים וועלן אנהויבן רעוואלטירן קעגן די מאמע און איר אונטערברענגען..
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:

אלזא פאר די וואס זענען אין די הימל'ן פון די רוסישע זיגן, זייט וויסן, די אלקאהאל גייט אט אט אויסוועפן, און ס'גייט ווערן ישמחו.. לאגיסטיק'ס איז וואס האט געמאכט די רוסן פארלירן אין קיעוו, און לאגיסטיקס איז וואס גייט מאכן די רוסן פארלירן די דאנבאס, די איינוואוינער פון קיעוו איז געווען וואס האבן צוגעהאלפן צו פארטרייבן די רוסן אין קיעוו, און די איינוואוינער אין דאנבאס גייען צוהעלפן פארטרייבן די רוסן פון דאנבאס. די אוקריינישע וואפן איז וואס האט געהאלפן אוקריינא פארטרייבן די רוס פון קיעוו, מיט א חלק פון מערב וועלט וואפן. און די מערב וועלט וואפן איז וואס גייט פארטרייבן די רוס פון קריימיא..
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
רוסלאנד געווינט? כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דו ווייסט ווי זאפטיג דו ביסט מאניש? ממש צוקאש! פלעגט מיין באבע שרייען
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

געלעגער האט געשריבן:

קוק אהער וועמען מ'האמיר דא.. ער איז נאך געהעריג דא מיט אונז.. שלום עליכם געלעגער.. שיק א גריס פאר דיין נעקסט דאר שכן אחראי.. כ'ווייס נישט פארוואס מ'האט געזעצט אחראי צווישן דיר מיט יאנאש, דו בוזט נישט אזוי שלש שידעס'דיג מיט יאנאש'ן אז מ'האט געברויכט זעצן אחראי אינדערצווישן? איך זעה ביי די אנדערע פארזאמלונגען א שטייגער ווי היימישע פארברענגען האבן זיי דיר געשיקט קלויבן מאראנצן.. זיי האבן גענומען ס'גאנצע וואדקע פאר זיך..

למשל ווען דו ווילסט נעמען עפעס פון יאנאש, וויאזוי געבסטו דיר אן עצה? דער אחראי שטייט נישט אין וועג? העי יאנאש, דא האסטו א טישו.. אופס סארי אחראי, נישט געוואלט אריינזעצן.. כ'מיין עפעס א מהלך איז דאך זיכער דא דארטן.. ווען דו ווילסט עפעס זאגן פאר יאנאש, ארבייט עס דורך די אלטע מקובל'דיגע מהלך פון צובראכענע טעלעפאן? אדער מ'געבט אזא כאסידישן רוק אוועק דעם אחראי, אזא סליחות'דיגע שטופ.. און אזוי קומט מען אן צו רעדן מיטן רבי'ן בסוד שיח?

הוי אזוי צו אזוי, ס'פארשטייט...

עניוועי, מיי פלעידזשער דיר צו זעהן דא צווישן אונז..

דו ביסט שלעכט, לאז מיך אטאמען
:lol:

כאסידישע רוק, סליחות'דיגע שטופ, וואס דא טוט זיך נישט....
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

צייט צו געבן א שטיקל באריכט פון די רוסישע געווינסן עז ווי ספיק.. (העי די מנהל זאגט דריי פינטלעך..)

דורך אזא זעקס חדשים פון ווען מ'האט אריינגעטראגן דעם מוטער אינעם מילטערישן אפעראציע צימער, דאס אפעראציע האט געזאלט געדויערן בלויז 2 -3 טעג, אבער ווייסט דאך מיט א גלעזל וואדקע ווערט די טאג אויסגעברייטערט און ס'האט פלאץ פאר נאך שעה'ן.. און אויב ס'גאנצע מיליטערישע אפאראציע צימער שטעלט לחיים צום טיש, דאן קען ווערן פון איין טאג אפשר חדשים אדער אפילו יארן.. העיקר די נשמה זאל האבן אן עלי'ה..

די רוסישע פארלוסטן (כ'מיין צו זאגן געווינסן..) האלט איצטערט ביי 47,000 וואס זענען שוין אינגאנצן דינאציפייט, און זענען געווארן אפגעליפערט קיין מאדים צו בא'מיסטיגן די פעלדער.. און אזא קיימא לן פון 141,000 רוסישע כעוורע זענען נאר געווארן האלבוועגס דינאציפייט, זיי טאנצן נאך א קאראהאד ערגעץ אין אזא רוסישע מיליטערישע שפיטאל..

איז לאמיר אביסל נעמען די נומערן אין קאנטעקסט.. מיר ווייסן אז אמעריקא'ס גרעסטע דורכפאל אין קריג איז נישט געווען איראק אדער אפגאניסטאן.. נאויפ.. דארטן איז אמעריקא ארויס מיט א שניט דא אדער דארטן, נישט עפעס אויסערגעווענליך.. ס'איז דא איין קריג וואס אמעריקא איז ארויס אזוי האלב הינקעדיג דערפון.. דאס המון עם האט יארן נישט געוואלט קיין קריג צוליב יענע לאקשן קוגל וואס האט נאך געברענט אין מאגן.. און דאס איז די אלעמען באקאנטע וויאטנאם מלחמה.. נאך 20 יאר וואס אמעריקא האט געגעסן דארטן פשעווארסקע קוגל, האט די פעטער באשלאסן אז ס'צייט צו מאכן א נאך ברכה.. איז לאמיר זעהן די נומער'ן פון יענע קריג, און עס לייגן זייט ביי זייט מיט די אוקריינא מלחמה..

אמעריקא איז אריין אין די וויאטנאם קריג אין 1955 און דארטן געזיצן ביז 1975 אזא 20 יאר לשם ולתפארת וואס די מיליטער האט געקענט שטייגן לתורא ולכליפע און מעשים טובים.. וואטעווער.. מען האט אין די 20 יאר פארלוירן אזא 58,000 אמעריקאנע זעלנער.. און 150,000 זעלנער האט מען איבערגעלאזט זיך צו מוטשענען אויף די וועלט און לאזן אנדערע געדענקן אז צוריק קומען פון מלחמה קומט נישט אן גרינג..

די אמעריקאנע פלייש באנק האט אנטהאלטן אין 1975 א קיימא לן פון 216 מיליאן שטיקער בשר.. איצטערט לאמיר נעמען דעם רעכענונג אפאראט.. די צאל טויטע מיט פארוואונדעטע אמעריקאנע איז א סך הכל פון 208,000 שטיקער בשר.. דאס קומט אויס ארום 0.10% פון די גאנצע אמעריקאנע פלייש באנק וואס איז באשטאנען דעמאלטס פון 216 מיליאן..

איצטערט לאמיר זעהן וואס רוסלאנד האט אינעם פלייש באנק.. שטייצעך נאר פון קהל.. רוסלאנד שטייט היינט ביי 145 מיליאן פארציעס בשר.. צוריק צום רעכענונג אפאראט, די בשר וואס מ'האט שוין אינגאנצן אפגעזאלצן און די וואס ליגן האלב אפגעזאלצן איז א קיימא לן דערווייל ביי 188,000 מענטשליכע אפפאל.. דאס קומט אויס 0.13% פון די גאנצע רוסישע פלייש באנק..

איז אזוי, עס האט גענומען פאר אמעריקא 20 יאר צו מאכן ברעזל פון 0.10% פון זייער פאפולאציע.. און די אמעריקאנע המון עם האט געשטורעמט דערוועגן, עד היום רעדט מען דערפון מיט בושה און האס.. אבער רוסלאנד איז אסאך מער פארגעשריטן, און האט דערגרייכט א שטוינענדע ציפער פון 0.13% פון זייער פאפולאציע וואס מ'האט געפראסעסד אין בלויז 6 חדשים! יע, דאס הייסט געוואונען.. א גאנצע חכמה אמעריקא איז געזיצן 20 יאר און פארלוירן, לאמיר זעהן זיי זאלן עס פרוביר'ן צו טוהן אין 2 טעג!

איך ווייס נישט ווער ס'איז פאראנטווארטליך אויף די וואדקע טרינקעריי אין רוסלאנד, באט הו עווער דעט מעי בי, ס'צייט צו מאכן א בעקאפ פלען, ווייל דאס איז נישט מעגליך צו ווייטער אנהאלטן.. די נומערן צייגן אז ס'קומט אן ערענסטע רעוואלוציע אין רוסלאנד.. דאס גייט נישט דורכגיין אומגענטפערט..

עס איז דא נאך אסאך פאקטארן און נומער'ן וואס מ'דארף אנאליזירן, א שטייגער ווי טאנקן, פליגערס, העליקאפטערס, שיפן וכו' וכו'.. און עס פארגלייכן צו וואס אמעריקא האט פארלוירן אין וויעטנאם.. זעהן עין בעין מי ומי ההולכים.. נישט לאזן פארפירט ווערן אז אמעריקע איז די מערסט פארגעשריטענע לאנד.. כבר היה לגולמים..

האלץ אלע א פרייליכע טישו באף..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

געוואלדיג גוט!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שטארק שטארק!! ;l;p-

לאמיר האפן ס'זאל בקרוב מקויים וווערן ונקיתי דמם לא נקיתי....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גאר גוט!

הערשט יעצט געליינט דעם גאנצן אשכול. דער מאניש... א מין שפראך דאס...

תכלית, כ'מיין די ציפערן פון וואס דו רעדסט איבער די רוסישע פארלוסטן (און סופליי מאנגל אין דיינע פלייש בענק...) זענען נישט קיין קראנטע זאכן. מאכט סענס?
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשיהא אזא ארטיקל!! מעכטיג!!

טענקס מאניש...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
מ'האט אריינגעטראגן דעם מוטער אינעם מילטערישן אפעראציע צימער, ס'גאנצע מיליטערישע אפאראציע צימער שטעלט לחיים צום טיש, העיקר די נשמה זאל האבן אן עלי'ה..

47,000 וואס זענען שוין אינגאנצן דינאציפייט, און זענען געווארן אפגעליפערט קיין מאדים צו בא'מיסטיגן די פעלדער.. טאנצן נאך א קאראהאד ערגעץ אין אזא רוסישע מיליטערישע שפיטאל..

צוליב יענע לאקשן קוגל וואס האט נאך געברענט אין מאגן.. אמעריקא האט געגעסן דארטן פשעווארסקע קוגל,

20 יאר לשם ולתפארת וואס די מיליטער האט געקענט שטייגן לתורא ולכליפע און מעשים טובים..

אמעריקאנע פלייש באנק 216 מיליאן שטיקער בשר..

145 מיליאן פארציעס בשר.. בשר וואס מ'האט שוין אינגאנצן אפגעזאלצן און די וואס ליגן האלב אפגעזאלצן איז א קיימא לן דערווייל ביי 188,000 מענטשליכע אפפאל..

20 יאר צו מאכן ברעזל
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיק דער ארטיקל קיין אקריינא אוי וועלן זיי זיך באלעקן דיר פינגער'ס......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מאניש!

אפדעיט די קעפל ביטע - נאר אנגעקומען דא דורך ידיד'ס מעלדונג אין זיראנץ אשכול.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”