פראפאגאנדע אלערט:

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צו האלט איר אז עס איז דא פראפאגאנדע לטובת אוקריינע וואס האט אן איינפלוס וויאזוי מענטשן טראכטן?

יא
222
86%
ניין
35
14%
 
סך הכל שטימען: 257

אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

פראפאגאנדע אלערט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אין די לעצטערע יארן האט מען געזעהן איינמאל אין נאכאמאל די כח פון פראפאגאנדע, וויאזוי כמעט די גאנצע צעווילעזירטע וועלט גייט אין שפאן און עס איז צומאל שווער צו טראכטן מיט א קלארען קאפ ווי מען האלט אויפן וועלט און ציטיילן צווישן די אמת און פראפאגאנדע.

דאס האט מען געזעהן ביי די ראשע קילוזשען ביי קאוויד און ביי די אויפריכטיגקייט פון די 2020 וואלן. איך זאג נישט דא קיין מיינונג אויף די דערמאנטע זאכן, די פאקט איז אבער אז ביי די נושאים איז די ווינט געווען אויף א געוויסע דערעקציע אזש מען איז פשוט געווען א 'קאנספיראטאר' צו טראכטן וועגן טראכטן אנדערש.

און יעצט ווען עס קומט צו די אוקריינע מלחמה זעהט מען לדעתי ווידעראמאל די כח פון פראפאגאנדע, עס קען זיין אז עס איז פראפאגאנדע לשם סטראטעגיע, און אזוי איז עס געווענטליך, ממען האט עפעס וואס מען וויל פארדינען דערמיט, און דא איז עס לכאורה א פאזעטיווע זאך, צו געווינען דעם רוס, עס איז אבער אינטרעסאנט צו עס באטראכטן פונדערזייט, אן ווערן מיטגעשלעפט. איך צעטיר דא די תגובה וואס איך האב מכתחילה געשריבן, היות עס ווערט נענטער צו די טאג וואס איך קען שויניש עדיטן ס'תגובה, האב איך יעצט געשריבן א שטיקל הקדמה'לע און געטוישט אביסל די קעפל.

זייטס מצליח, און ביטע נעמט נישט נייעס סיעריסלי, עס איז נישט אזוי נוגע און נישט אזוי אמת...

ר' דן האט געשריבן:ווי לענגער די מלחמה נעמט אלץ מער קען מען זעהן די כח פון פראפאגאנדע אויף אינזערע מוחות, עס איז קלאר אז פון רוסלאנד קומט אויך ארויס פראפאגאנדע, און קען זיין אז אפילו אסאך מער ווי פון אוקריינע, אבער יענץ קומט נישט אן צו אינז, ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען אינז זייער אינטערן איינפלוס פון די אוקריינישע און די מערב וועלט פראפאגאנדע.

מען רעדט נישט דוקא פון ליגענטס, מען רעדט פון עכטע נייעס אבער וויאזוי עס איז געפעקעדזשט, און פון עכטע נייעס וואס ווערט נישט באריכטעט, און צימאל פאלט אריין גענצליך פעיק ניוז, און איך גיי פראבירן צו ברענגען דא עטליכע ביישפילן.

מיר האלטן און איין באקומען טעגליך אפדעיטס פון רוסישע פארלוסטן, די נאמבערס איז שווער צו וועריפייען, און לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, צו איז נישטא קיין אוקריינישע פארלוסטן? וויפיל אוקריינישע סאלדאטן, טאנקען און פלי אפאראטן זענען שוין געגאנגען? קיינער טראכט אפילו נישט דערפון.

די פאקט אז פון איין זייט איז יעדע צעווילע בירגער א קעמפער פאר די לאנד, און פון די צווייטע זייט ווערט (לכאורה) יעדע טויטע אין אוקריינע באריכטעט אלץ צעווילע געפאלענע.

וויאזוי מען רופט אן די רוסישע פילענטראפן, אוליגראכן, איך פארשטיי נישט פינקטלעך דעם באדייט, אבער לעניות דעתי איז דאס אויך א פראפאגאנדע סטייל ווארט, (א חלק פון די געפערליכע אוליגארכן זענען יודן וואס האבן געשיקט מיליאנען צו די יודן אין אוקריינע).

די אלע רעקארדינגס פון די רוסישע ''געכאפטע'' סאלדאטן ווי זיי פארציילן אז זיי האבן נישט געוויסט אז זיי גייען קעמפן אא''וו, איז זייער מעגליך פאלש און באצווינגען, זיי זענען דאך אינטער די גוטע הענט פון די אוקריינישע וואס זענען נישט באקאנט אלץ די מערסט רחמנות'דיג.

עס איז דא כמעט טעגליך רוסישע פארשריט, אפשר טאקע זייער ווייניג אבער איינער וואס קוקט נישט אויף די מאפעס קען זיך דאכטן אז זיי האבן דערווייל גארנישט איינגענימען.

און בכלל די פאקט אז עס איז דא רוסישע פארלוסטן און אז זיי האבן נישט איינגענמען די לאנד איינס צוויי, דאס זאל מיינען א פארלוסט פארן רוס, איז אויך זייער ווייט פונעם מציאות, א מלחמה נעמט אייביג צייט און פארלוסטן, און אפגאניסטאן ווען אמעריקע האט קאפעטעלירט איז בכלל נישט פארגעקומען קיין מלחמה. און לויט וואס איך האב געליינט האט פאר דייטשלאנד (ימ''ש) גענימען א גוטע פאר וואכן און בערך 25 טויזנט טויטע סאלדאטן צו איינעמען א 'חלק' פון פוילן, און דאך ווערט עס באטראכט אין היסטאריע ווי א געוואלדיגע שנעלע סוקסעס פארן דייטש.

ווען אנדערע לענדער העלפן צו רוסלאנד ריפט מען עס שכרי חרב, און די פרעמדע וואס העלפן אוקריינע איז עס 'די אינטרנאצינאלע בריגאדע'.

וכהנה רבות, עס איז דא נאך אסאך ביישפילן, קלענערע און גרעסערע.

און לאמיר קלארשטעלן, די פראפאגאנדע איז קריטיש פאר אוקריינע צו האבן כאטש עפעס שאנסן צו ארויסגיין אלץ א זיגער, יעדע מלחמה ווערט געפירט מיט פראפאגאנדע, און אוקריינע האט דערווייל פארדינט גאר אסאך פאקטישע שטיצע פון די וועלט נאר צוליב די פראפאגאנדע. נאר וואס, איך מיז נישט מיטאנצען.

פארוואס האב איך געשריבן דאס אלעס, איך זיך נישט אינטערצורייסן אוקריינע אדער זיך ארויסשטעלן לטובת רוסלאנד, נאר זעהענדיג וואס גייט דא פאר, ווי די מידיע נעמט אינז אויף גאנץ א שיינעם רייד, און יעדער פארט אזוי שיין מיט, האב איך געפילט אז עס קען זיין אינטרעסאנט צו אביסל עפענען די אויגן און באמערקן וואס מען טוט דא מיט אינז.

און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.
לעצט פארראכטן דורך ר' דן אום מאנטאג מארטש 28, 2022 9:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

און וועגן דעם איז וואס?
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פרעכטיג האט געשריבן:און וועגן דעם איז וואס?

נישט עפעס עקסטער, עס איז אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע עכ''פ פאר מיר.
און ווי געשריבן.
און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

שיין געשריבן אבער אקוראט ווי די רוסישע פראפאגאנדע.........
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אמביציע האט געשריבן:שיין געשריבן אבער אקוראט ווי די רוסישע פראפאגאנדע.........

ייש''כ פאר די קאמפלימענט.
און איך בין נישט מחיוב צו זיין איינשטימיג מיט די אבער.......

וואס איך האב געשריבן איז אן אבזערוואציע אויף די וועג וויאזוי מיר באקומען יעצט די נייעס.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

ר' דן האט געשריבן:
פרעכטיג האט געשריבן:און וועגן דעם איז וואס?

נישט עפעס עקסטער, עס איז אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע עכ''פ פאר מיר.
און ווי געשריבן.
און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.

מיטן אזבערוואציע ביזטו גערעכט!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אוקריינא האט פיין ארויסגעגעבן זייערע נומערן. עס איז פשוט נישט אינטערעסאנט אז א שוואכע מדינה פארלירט סאלדאטן ווען א גרויסע מילטיטערישע מאכט נעמט זיך צו זייערע ביינער און מאכט חרוב זייערע שטעט. אינטערעסאנט איז ווען דער ואוס דארף זיין מעכטיג פאלט ווי פליגן.

קען נישט זיין אז פון אידישן אפשטאם געניסן זיי פון רוסלאנד'ס קארופירטע סיסטעם און העלפן פוטין וואשן זיינע געלטער? עס איז ריין אמת...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

Goodmorning האט געשריבן:אוקריינא האט פיין ארויסגעגעבן זייערע נומערן. עס איז פשוט נישט אינטערעסאנט אז א שוואכע מדינה פארלירט סאלדאטן ווען א גרויסע מילטיטערישע מאכט נעמט זיך צו זייערע ביינער און מאכט חרוב זייערע שטעט. אינטערעסאנט איז ווען דער ואוס דארף זיין מעכטיג פאלט ווי פליגן.

בנוגע די ערשטע חלק, אז די גאנצע וועלט העלפט אוקריינע, זענען זיי נישט אוועקצומאכן.

די צווייטע חלק האב איך נישט פארשטאנען וואס איר מיינט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' דן האט געשריבן:מיר האלטן און איין באקומען טעגליך אפדעיטס פון רוסישע פארלוסטן, די נאמבערס איז שווער צו וועריפייען, און לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, צו איז נישטא קיין אוקריינישע פארלוסטן? וויפיל אוקריינישע סאלדאטן, טאנקען און פלי אפאראטן זענען שוין געגאנגען? קיינער טראכט אפילו נישט דערפון.

שתי תשובות בדבר.
קודם איז פשוט. יעדער פאמפט וואס ער וויל און רוב מענטשן ווילן אז רוסלאנד זאל פארלירן (גראדע א שטיקעלע הודאה צו דיין טענה אבער דאס קומט נישט מצד אוקריינא נאר פון די רעפארטער)
אויך איז נישט קיין חידוש אז אוקריינער פאלן קעגן רוסלאנד. די חידוש איז ווען די רוסישע פאלן

און קיינער לייקענט נישט אז פון אוקריינא פאלט, מ'רעדט נאר נישט "אזויפיל" דערפון

ר' דן האט געשריבן:די פאקט אז פון איין זייט איז יעדע צעווילע בירגער א קעמפער פאר די לאנד, און פון די צווייטע זייט ווערט (לכאורה) יעדע טויטע אין אוקריינע באריכטעט אלץ צעווילע געפאלענע.

ווען א מיסיל רייסט אויף א הויז איז דער גע'הרג'עטער א ציווילער

ר' דן האט געשריבן:וויאזוי מען רופט אן די רוסישע פילענטראפן, אוליגראכן, איך פארשטיי נישט פינקטלעך דעם באדייט, אבער לעניות דעתי איז דאס אויך א פראפאגאנדע סטייל ווארט, (א חלק פון די געפערליכע אוליגארכן זענען יודן וואס האבן געשיקט מיליאנען צו די יודן אין אוקריינע).

גראדע אויך געטראכט דערוועגן

ר' דן האט געשריבן:די אלע רעקארדינגס פון די רוסישע ''געכאפטע'' סאלדאטן ווי זיי פארציילן אז זיי האבן נישט געוויסט אז זיי גייען קעמפן אא''וו, איז זייער מעגליך פאלש און באצווינגען, זיי זענען דאך אינטער די גוטע הענט פון די אוקריינישע וואס זענען נישט באקאנט אלץ די מערסט רחמנות'דיג.

קען טאקע זיין אז ס'איז געצווינגען אבער מ'קען עס גלייבן אויך

ר' דן האט געשריבן:עס איז דא כמעט טעגליך רוסישע פארשריט, אפשר טאקע זייער ווייניג אבער איינער וואס קוקט נישט אויף די מאפעס קען זיך דאכטן אז זיי האבן דערווייל גארנישט איינגענימען.

איינער לייקענט זייער פארשריט? זייער חלום איז געווען צו זיין פארטיג אין 3 טעג, זיי האבן אריינגעברענגט א ים מיט כוחות און למעשה רירן זיי זיך גאר גאר שוואך

ר' דן האט געשריבן:און בכלל די פאקט אז עס איז דא רוסישע פארלוסטן און אז זיי האבן נישט איינגענמען די לאנד איינס צוויי, דאס זאל מיינען א פארלוסט פארן רוס, איז אויך זייער ווייט פונעם מציאות, א מלחמה נעמט אייביג צייט און פארלוסטן, און אפגאניסטאן ווען אמעריקע האט קאפעטעלירט איז בכלל נישט פארגעקומען קיין מלחמה. און לויט וואס איך האב געליינט האט פאר דייטשלאנד (ימ''ש) גענימען א גוטע פאר וואכן און בערך 25 טויזנט טויטע סאלדאטן צו איינעמען א 'חלק' פון פוילן, און דאך ווערט עס באטראכט אין היסטאריע ווי א געוואלדיגע שנעלע סוקסעס פארן דייטש.

אמת אז א מלחמה ברענגט מיט זיך פארלוסטן אבער פאר די צאל פארלוירענע סאלדאטן אין פארגלייך צו די טעריטאריע איינגענומען שטייען זיי שלעכט

כ'געדענק נישט פוקטליך די היסטאריע אין פוילן אבער מ'דארף געדענקען אז סוקסעס און דורכפאל איז רעלאטיוו. אמאל האט גענומען פיל פיל לענגער איינצונעמען א לאנד און דערפאר האט עס געהייסן א סוקסעס. מיט די צאל כוחות און (די וועלט'ס איינגערעדטע) רוסישע שטארקייט וואלט ער שוין לאנג געדארפט זיין פארטיג

ר' דן האט געשריבן:ווען אנדערע לענדער העלפן צו רוסלאנד ריפט מען עס שכרי חרב, און די פרעמדע וואס העלפן אוקריינע איז עס 'די אינטרנאצינאלע בריגאדע'.

חוץ פון די לענדער וואס העלפן רוסלאנד זענען אויך דא שכירי חרב

און דאס איז חוץ פון דעם אז די וואס העלפן רוסלאנד מיינען זיך בשעת די וואס העלפן אוקריינע מיינען צו העלפן דעם אונטערדריקטן. בדרך כלל

ר' דן האט געשריבן:און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.

100%

די אידן דארט ברויכן עסן און מעדיצין. כ'האב מיטוואך נאכט גערעדט מיט אן אוקריינער אינגערמאן און ער האט משפחה עלטערע מענטשן און זיי האבן נישט קיין כח צו אנטלויפן

און די וואס אנטלויפן יא ווערט ליידער נאכגעיאגט דורך די פארשאלטענע מיסיאנערן און סוכנות אגענטן וואס ארבעטן מיט אלע כוחות אויסצורייסן דאס אידישקייט פון זיי

אסאך היימישע עסקנים זענען עוסק דערין אבער מ'קען נישט נאכקומען די ארבעט

מ'האאאאאאקט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ווייסע ברילן
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע ברילן »

ר' דן האט געשריבן:
און בכלל די פאקט אז עס איז דא רוסישע פארלוסטן און אז זיי האבן נישט איינגענמען די לאנד איינס צוויי, דאס זאל מיינען א פארלוסט פארן רוס, איז אויך זייער ווייט פונעם מציאות, א מלחמה נעמט אייביג צייט און פארלוסטן, און אפגאניסטאן ווען אמעריקע האט קאפעטעלירט איז בכלל נישט פארגעקומען קיין מלחמה. און לויט וואס איך האב געליינט האט פאר דייטשלאנד (ימ''ש) גענימען א גוטע פאר וואכן און בערך 25 טויזנט טויטע סאלדאטן צו איינעמען א 'חלק' פון פוילן, און דאך ווערט עס באטראכט אין היסטאריע ווי א געוואלדיגע שנעלע סוקסעס פארן דייטש.

דייטשלאנד האט שוין געהאלטן נאך 19 טעג ״פיל ווייטער״ ווי מאמע רוסלאנד האלט היינט, די 19׳טע טאג פון די מלחמה האט דייטשלאנד אפציעל געוואונען די גרעסטע שלאכט פון די מלחמה גערופן די Battle of the Bzura וואס דעמאלטס האט די פולישע ארמיי פארלוירן זייער מעגליכקייט פון געווינען, היינט נאך איבער 3 וואכן האבן די רוסן 2-3 גרויסע שטעט און דרום ווי זיי גרייטן זיך שוין 8 יאר פאר די קריג, און נאכנישט איינגענומען אפילו איין גרויסע שטאט און מזרח און כ״ש נישט און צפון און די שווארצקוקער וואס האבן פאר די מלחמה געזאגט אז קיעוו גייט פאלן און 72-96 שעה זאגן שוין יעצט אז עס איז שטארק מעגליך אז רוסלאנד האט בכלל נישט די כוחות צו אייננעמען קיעוו

סא זייער פראפעגאנדע איז געשטיצט מיט אסאך אמת
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ר' דן האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אוקריינא האט פיין ארויסגעגעבן זייערע נומערן. עס איז פשוט נישט אינטערעסאנט אז א שוואכע מדינה פארלירט סאלדאטן ווען א גרויסע מילטיטערישע מאכט נעמט זיך צו זייערע ביינער און מאכט חרוב זייערע שטעט. אינטערעסאנט איז ווען דער ואוס דארף זיין מעכטיג פאלט ווי פליגן.

קען נישט זיין אז פון אידישן אפשטאם געניסן זיי פון רוסלאנד'ס קארופירטע סיסטעם און העלפן פוטין וואשן זיינע געלטער? עס איז ריין אמת...

בנוגע די ערשטע חלק, אז די גאנצע וועלט העלפט אוקריינע, זענען זיי נישט אוועקצומאכן.

די צווייטע חלק האב איך נישט פארשטאנען וואס איר מיינט.

אז מעם קען שטאמעם פון אידן און נאכאלץ העלפן וואשן פוטין'ס קארופירטע גניבות.
שויתי ה' לנגדי תמיד
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

ר' דן האט געשריבן:.

פארוואס האב איך געשריבן דאס אלעס, איך זיך נישט אינטערצורייסן אוקריינע אדער זיך ארויסשטעלן לטובת רוסלאנד, נאר זעהענדיג וואס גייט דא פאר, ווי די מידיע נעמט אינז אויף גאנץ א שיינעם רייד, און יעדער פארט אזוי שיין מיט, האב איך געפילט אז עס קען זיין אינטרעסאנט צו אביסל עפענען די אויגן און באמערקן וואס מען טוט דא מיט אינז.

און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.

לעניית דעתי, איז אביסל היפאקריטיש צי עפענען אן אשכול מיטן ציל צי עפענען די אויגן אין באמערקן אויף די רייד וואס די מידיע נעמט, מיטן נעמן עכטע נייעס אין פעקעדזשן אנדערש וכדומה, ווען דער פותח טיט גענוי די זעלבע זאך מיט זיין ערשטע תגובה,
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ווייסע ברילן האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
און בכלל די פאקט אז עס איז דא רוסישע פארלוסטן און אז זיי האבן נישט איינגענמען די לאנד איינס צוויי, דאס זאל מיינען א פארלוסט פארן רוס, איז אויך זייער ווייט פונעם מציאות, א מלחמה נעמט אייביג צייט און פארלוסטן, און אפגאניסטאן ווען אמעריקע האט קאפעטעלירט איז בכלל נישט פארגעקומען קיין מלחמה. און לויט וואס איך האב געליינט האט פאר דייטשלאנד (ימ''ש) גענימען א גוטע פאר וואכן און בערך 25 טויזנט טויטע סאלדאטן צו איינעמען א 'חלק' פון פוילן, און דאך ווערט עס באטראכט אין היסטאריע ווי א געוואלדיגע שנעלע סוקסעס פארן דייטש.

דייטשלאנד האט שוין געהאלטן נאך 19 טעג ״פיל ווייטער״ ווי מאמע רוסלאנד האלט היינט, די 19׳טע טאג פון די מלחמה האט דייטשלאנד אפציעל געוואונען די גרעסטע שלאכט פון די מלחמה גערופן די Battle of the Bzura וואס דעמאלטס האט די פולישע ארמיי פארלוירן זייער מעגליכקייט פון געווינען, היינט נאך איבער 3 וואכן האבן די רוסן 2-3 גרויסע שטעט און דרום ווי זיי גרייטן זיך שוין 8 יאר פאר די קריג, און נאכנישט איינגענומען אפילו איין גרויסע שטאט און מזרח און כ״ש נישט און צפון און די שווארצקוקער וואס האבן פאר די מלחמה געזאגט אז קיעוו גייט פאלן און 72-96 שעה זאגן שוין יעצט אז עס איז שטארק מעגליך אז רוסלאנד האט בכלל נישט די כוחות צו אייננעמען קיעוו

סא זייער פראפעגאנדע איז געשטיצט מיט אסאך אמת

עס איז אמת און וואר אז פאר די רוסן גייט זייער שווער די מלחמה, און ציזאמען מיט די פראפאגאנדע זעהט עס פשוט אויס אסאך ערגער ווי עס איז.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

Goodmorning האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אוקריינא האט פיין ארויסגעגעבן זייערע נומערן. עס איז פשוט נישט אינטערעסאנט אז א שוואכע מדינה פארלירט סאלדאטן ווען א גרויסע מילטיטערישע מאכט נעמט זיך צו זייערע ביינער און מאכט חרוב זייערע שטעט. אינטערעסאנט איז ווען דער ואוס דארף זיין מעכטיג פאלט ווי פליגן.

קען נישט זיין אז פון אידישן אפשטאם געניסן זיי פון רוסלאנד'ס קארופירטע סיסטעם און העלפן פוטין וואשן זיינע געלטער? עס איז ריין אמת...

בנוגע די ערשטע חלק, אז די גאנצע וועלט העלפט אוקריינע, זענען זיי נישט אוועקצומאכן.

די צווייטע חלק האב איך נישט פארשטאנען וואס איר מיינט.

אז מעם קען שטאמעם פון אידן און נאכאלץ העלפן וואשן פוטין'ס קארופירטע גניבות.

עס איז טאקע נישט קיין סתירה, און עס קאן זיין אז עס איז טאקע אזוי, עס ווערט אבער נאכנישט דאס פאר די מציאות ווייל מען רופט זיי אליגראכן.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Lol. And Biden is the one who is a Putin puppet...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

קולי שמע האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:.

פארוואס האב איך געשריבן דאס אלעס, איך זיך נישט אינטערצורייסן אוקריינע אדער זיך ארויסשטעלן לטובת רוסלאנד, נאר זעהענדיג וואס גייט דא פאר, ווי די מידיע נעמט אינז אויף גאנץ א שיינעם רייד, און יעדער פארט אזוי שיין מיט, האב איך געפילט אז עס קען זיין אינטרעסאנט צו אביסל עפענען די אויגן און באמערקן וואס מען טוט דא מיט אינז.

און אויב מיינט עס עפעס ערנסט אויף למעשה איז עס אז מען זאל טאקע מער שטיצן אינזערע ברידערלעך אין אוקריינע, און דאווענען פאר זיי.

לעניית דעתי, איז אביסל היפאקריטיש צי עפענען אן אשכול מיטן ציל צי עפענען די אויגן אין באמערקן אויף די רייד וואס די מידיע נעמט, מיטן נעמן עכטע נייעס אין פעקעדזשן אנדערש וכדומה, ווען דער פותח טיט גענוי די זעלבע זאך מיט זיין ערשטע תגובה,

זייטס אייך מסביר?
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

בעצם קען זיין אז די ביסט גערעכט. נאר קודם כל, סגייט מיך נישט אהן, זאל טאקע זיין גוטע פראפעגאנדע פאר אוקריינע עס זאל העלפן אונטערברענגען רוסלאנד.
אבער בכלל וויל איך נישט זיין פון די וואס ברענגן ארויס די פראפגאנדע פון די אוקריינע, איך וויל נישט שטיין אונטער איין דאך מיט אנדערע וואס זיכן צו רעדן פון די אוקריינישע פראפאגאנדע.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

האלצשטיין האט געשריבן:
Lol. And Biden is the one who is a Putin puppet...

ביידען קען זיך שטעלן אין די רייע... פוטין האט שוין אנגעבליך א רייע פאפעטס אין יעדעס לאנד... איך האב געהערט אז אפילו די טאליבאן זענען זיינע פאפעטס... און ווער רעדט נאך פון יאסיר אראפאט, דער איז דאך קלאר געווען פוטין'ס פאפעט...
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

לשם ייחוד האט געשריבן:בעצם קען זיין אז די ביסט גערעכט. נאר קודם כל, סגייט מיך נישט אהן, זאל טאקע זיין גוטע פראפעגאנדע פאר אוקריינע עס זאל העלפן אונטערברענגען רוסלאנד.
אבער בכלל וויל איך נישט זיין פון די וואס ברענגן ארויס די פראפגאנדע פון די אוקריינע, איך וויל נישט שטיין אונטער איין דאך מיט אנדערע וואס זיכן צו רעדן פון די אוקריינישע פראפאגאנדע.

בעצם וויל איך אויך אז די אוקריינער זאלן געווינען, און אויב די פראפאגאנדע העלפט איז אדרבא, איך פיל אבער נישט ווי עס גייט העלפן פאר די אוקריינער אויב איך פראזענדליך ווער איבערצייגט אין זייער פראפאגאנדע.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
Lol. And Biden is the one who is a Putin puppet...

ביידען קען זיך שטעלן אין די רייע... פוטין האט שוין אנגעבליך א רייע פאפעטס אין יעדעס לאנד... איך האב געהערט אז אפילו די טאליבאן זענען זיינע פאפעטס... און ווער רעדט נאך פון יאסיר אראפאט, דער איז דאך קלאר געווען פוטין'ס פאפעט...

לייג צו טראמפ אין אמעריקא, און עכט לאמיר נישט רעדן ביידען אויכעט, און וועגן דעם שלאפט ער.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפל:

איך זעה אויך אז מען ווערט פארשוועמט פון אוקראינע פראפאגאנדע, אבער סאמהאו שטערט מיר דאס נישט, נאר איך האב גאר שטארק הנאה ווי זיי אוטקרעמלינען דעם קרעמלין.

וואס נאך? האט לאו דוקא מיט "די מידיע", כמעט יעדער איינער אויף אלע סאציאלע אפליקאציעס פון מער ווייניגער די גאנצע וועלט איז פרא אוקראינע און שטופט אוקראינע פראפאגאנדע. (אריינגערעכנט דא אויף אייוועלט..) און אזוי ברויך עס טאקע זיין.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' דן, זייער אסאך פון אייער ערשטע תגובה באשטייט פון ווארשיינליכקייטן....

'לכאורה' פארדרייען זיי ציפערן, 'לכאורה' זענען די רוסישע פארכאפטע באצווינגען, 'לכאורה' גיבן זיי אן מיליטערישע טויטן אלץ ציווילע, 'לכאורה' איז אוליגרייכן א בלויזע פראפעגאנדע ווארט - א זאך וואס פאלעסיידס האט שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט אז נישט, שיין צעלייגט, ועוד ועוד...

אפגערעדט אז דו קלויבסט זיך אינוואזיע ביישפילן, דערקלערסט אז אמעריקא האט קאפיטולירט אויף אפגאניסטאן, און ס'איז סייווי קיינמאל נישט עכט געווען קיין אינוואזיע...... וואס איז מיט איראק? ניטאמאל ווערט צו דערמאנען. סייווי האט דאס שוין דער ציבור שיין אפגעענטפערט...

יעצט צי די ווינט איז פרא אוקריינע? זיכער!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צל עובר האט געשריבן:צום קעפל:

איך זעה אויך אז מען ווערט פארשוועמט פון אוקראינע פראפאגאנדע, אבער סאמהאו שטערט מיר דאס נישט, נאר איך האב גאר שטארק הנאה ווי זיי אוטקרעמלינען דעם קרעמלין.

וואס נאך? האט לאו דוקא מיט "די מידיע", כמעט יעדער איינער אויף אלע סאציאלע אפליקאציעס פון מער ווייניגער די גאנצע וועלט איז פרא אוקראינע און שטופט אוקראינע פראפאגאנדע. (אריינגערעכנט דא אויף אייוועלט..) און אזוי ברויך עס טאקע זיין.

;l;p- עקזעקטלי, פאקטן זענען אירעלעווענט ביחס צו דעם ציל פון צידריקן דעם רוס וועלכער שטויסט און בריקעט אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען

די וואס ווילן יעצט דוקא "וויסן".. האלטן ע"פ רוב אז בעצם איז פוטין נישט אומגערעכט

יא, אוקריינע איז מלא פראפאגאנדע און "לכאורה" שקרים, אבער סאיז א מלחמה טול, פארפאלן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ר' דן, זייער אסאך פון אייער ערשטע תגובה באשטייט פון ווארשיינליכקייטן....

'לכאורה' פארדרייען זיי ציפערן, 'לכאורה' זענען די רוסישע פארכאפטע באצווינגען, 'לכאורה' גיבן זיי אן מיליטערישע טויטן אלץ ציווילע, 'לכאורה' איז אוליגרייכן א בלויזע פראפעגאנדע ווארט - א זאך וואס פאלעסיידס האט שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט אז נישט, שיין צעלייגט, ועוד ועוד...

אלעס באשטייט פון ווארשיינלעכקייטן, היות איך ווייס באמת נישט וואס גייט פאר, איך באקום נאר פראפאגאנדע פון ביידע זייטן אזש מען ווייסט באמת נישט ווי מען שטייט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אוקריינישע פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ר' דן האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ר' דן, זייער אסאך פון אייער ערשטע תגובה באשטייט פון ווארשיינליכקייטן....

'לכאורה' פארדרייען זיי ציפערן, 'לכאורה' זענען די רוסישע פארכאפטע באצווינגען, 'לכאורה' גיבן זיי אן מיליטערישע טויטן אלץ ציווילע, 'לכאורה' איז אוליגרייכן א בלויזע פראפעגאנדע ווארט - א זאך וואס פאלעסיידס האט שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט אז נישט, שיין צעלייגט, ועוד ועוד...

אלעס באשטייט פון ווארשיינלעכקייטן, היות איך ווייס באמת נישט וואס גייט פאר, איך באקום נאר פראפאגאנדע פון ביידע זייטן אזש מען ווייסט באמת נישט ווי מען שטייט.

אז דו ווייסט נישט וואו דו שטייסט פארוואס האסטו געקליבן צו גלייבן די רוסישע פראפעגאנדע ענדערש ווי די אוקריינער? אייגנטליך, פון וואו באקומסטו די רוסישע פראפעגאנדע?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”