דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

איך בין נישט זיכער דאס באלאנגט דא, אבער מעין די אשכול איז דאס זיכער.

די מאמע פון דריי ברידער וואס זענען קראנק געווארען פון קאוויד, האט געסיוט די Waukesha School Board, טענה׳דיג אז זיי זענען קראנק געווארען וויבאלד די סקול באורד האט נישט אינפארסירט די מאסק מאנדאט. דאס האט געפירט אז די דריי ברידער האבן פארפעלט סקול.

די לויערס פון די עלטערען ווערן באצאלט דורך די סופער-פעק פון די Minocqua Brewing Company.

https://www.jsonline.com/story/communit ... 052299001/

די שאלה שטעלט זיך טאמער ענליכע לאוסיוטס וועלן געמאכט ווערן קעגן קאמפיניס וואס אינפארסירען נישט א וואקסין מאנדאט.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

א פיינער אשכול דאס
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

שפיצער האט געשריבן:א פיינער אשכול דאס

ווילאנג עס איז שטיל איז עס זיכער פיין, הא?
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מיינע ארימע צוויי צענט איבער די ''וואקסין מאנדאט'':

די יסודות פון אמעריקא זענען אוועקגעשטעלט געווארן אויף ''דעמאקראטיע'', און דעמאקראטיע מיינט, אז דא אין אמעריקא וועט אונז קיינער נישט ''צווינגען'', דאס ווארט ''צווינגען'', איז דער ערשטער און גרעסטער שטער צו דעמאקראטיע,

יא!, דא אין אמעריקא ווילן מענטשן פרעסן וויפיל זיי ווילן, און קענען האבן די פריוויליגיע צו כאפן א לאנג פארצויגענע ציגרעטל דערנאך, כאטש וואס עסן אסאך און זיך אנפילן די לונגען מיט רויעך שטערט דאס געזונט, זאג מיר אונז אבער פאר די גאווערמענט 'סטעי עוועי'', די האסט געטוען דיין דזשאב מיט'ן אונז אויפקלערן די שעדליכקייט פון אלעם, און מ'זעמיר דיר באמת מכיר טוב דערפאר, אבער פון דא און ווייטער קומסטו מער נישט אריין אין בילד, מ'ווייס מיר וואס איז גוט און וואס נישט, און מ'עט מחליט זיין וואס צו טאן.

אויב מ'מעג זאגן, די תוה''ק להבדיל אלף אלפי הבדלות, איז אויך געבויעט אביסל אויף אזעלכע יסודות, ''ראה אנכי נותן וכו' את החיים ואת הטוב וכו' ובחרת בחיים'', די תוה''ק האט נישט געצווינגען גארנישט, ער שטעלט דיר פאר די גוט'ס און שלעכט'ס, און גיבט דיר אלץ מענטש, די זאלסט אליינס האבן די הכרה איינצוזעהן זאכן.

אלזא, סיי ווען די רעגירונג וויל זיך באניצן מיט אזא מיטל וואס רופט זיך ''צווינגען'', איז דער פשט, אז די רעגירונג פארשטייט אז יעצט איז דא עפעס א הוראות שעה, און יעצט מעג מען אריינשניידן און צו'בלוט'יגן די יסודות אויף וואס אמעריקא איז געבויעט אויף, וכמובן, וועט מען זיך נאר באניצן דערמיט ווען די סכנה איז א באלד'יגע און א זיכערע, א שטייגער ווען איינער איז א רוצח, א הורג נפשות, דעמאלטץ מוז די רעגירונג לייגן אלעס אין א זייט, און בע''כ אוועקנעמען די רעכטן פון פלוני רוצח, ווייל די קאנסטיטאשען האט געגעבן פאר יעדעם אייניגע רעכטן, און דער האט זיך גענומען מער וויפיל ער מעג, און איז א סכנה פאר'ן סאסייעטי,

און אזוי יעדעס מאל די רעגירונג וויל זיך באניצן מיט אזא געפארפולע טאול, וואס וועט באגרעניצן די מענטשהייט, ברויך עס זיין אויסגעבויעט און פארזיכערט אויף הונדערט פארצענט, אז דאס איז דער איינציגסטער אפשען, און אויב וועט מען דאס נישט טוען קען געשעהן ''ערנסטע פראבלעמען'', און טאקע נאר דעמאלטץ האט די גאווערמענט א רעכט זיך צו נעמען די כוחות וואס זי האט ''נישט'', און טוען בלית ברירה פארשידענע פעולות וואס וועלן ענג מאכן מענטשנ'ס לעבן,

אלזא, כ'גיי נישט אריין אין די וואקסין זעלבסט צו ס'איז טאקע הונדערט פראצענט זיכער אז ס'האט נישט קיין זייטיגע פראבלעמען, אבער אפילו לאמיר זאגן דער וואקסין איז הונדערט פראצענט פארזיכערט, און מ'האטעס שוין שטודירט אפאר טויזענט יאר, איז עס אבער נאכאלטץ נישט קיין היתר פאר די גאווערמענט צו איינצוימען דעם בירגער'ס רעכט פון זאגן ''ניין'',

איז עס טאקע ממש אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי ווען איינער איז א רוצח אדער עני אנדערע סכנה פאר סאסייעטי???? איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו נעמען דעם געפארפולן וועג פון מענדעטן???? איר האלט באמת אז איינער וואס איז נישט וואקסאנירט גייט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע ווי יענער הורג נפשות וואס דרייט זיך ארום מיט א רעוואלווער און שיסט רעכט'ס און לינק'ס????

אבער אז מ'קוקט אביסל פון ווי די ''מאנדאטן'' קומען ארויס איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און ליידער א ביטער געלעכטער, די א''ג מאנדאטן קומען טאקע פון די זעלביגע וואס האבן זיך די לעצטיגע יארן גענומען עפעס א אויסערגעווענליכע פאוער צו באגרעניצן דעם מענטשנ'ס רעכטן אויף א אומדערהערטע פארנעם, נעכטן האט עס געהייסן פלעסטיק בעג'ס, און היינט הייסט עס וואקסין, ואשע''כ איז עס בכלל נישט קיין תמי', זיי זענען זייער באקוועם ווי זיי זענען, און שפירן שוין נישט דאס מינדערסטע פאראיבל בשעת ווען זיי זעצן זיך אוועק צום ''דעמאקראטיע שחיטה''.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@עומד, א שטארקע יסוד, אבער דו האסט אויסגערעכנט די שיטה פון ליבערטעריענס, נישט דעמאקראטיע.

ליבערטעריענס האלטן אז די רעגירונג ברויך גארנישט מער ווי צוריקהאלטן די חיים בלעו, און בעטן די מינימום שטייערן דאס צו דעקן, אויסערדעם איש כל הישר בעניו יעשה

גראדע לשיטתך דארף ווען די רעגירונג ניטאמאל פראבירן אויפצוקלערן דעם ציבור איבער וואס ס'איז די בעסטע פאר זיי, נאר שטיין אין א זייט (נדנ) און אויספירן די ווילן פונעם ציבור

אמעריקא האט אפשר דארט אנגעהויבן, אבער שווערע פייערן האבן געוויזן דער געברויך פאר שטרענגערע פייער רעגולאציעס, מארדן און טעראר אטאקעס האבן געוויזן די צורך פאר א שטערקערע פאליציי, און געזונטהייט פאנדעמיעס האבן געוויזן די געברויך פאר שטרענגערע געזונטהייט פאדערונגען

די אלע געזעצן קעגן וואס דו פארפירסט זענען למעשה דערקלערט געווארן קאנסטיטוציאנאל אויסגעהאלטן דורך די געריכט - אריין גערעכנט וואקסין מאנדאטן

נאכאמאל, איך בין בפשטות פון די גרעסטע קעגנער פון די סאדע/פלעסטיק/פאום געזעצן, און איך האלט אז די רעגירונג טאר נישט האבן די רעכט אריין צו רעדן דערין, אבער די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און געריכטן האבן זיי געגעבן דעם רעכט

(צו זען מיין מיינונג איבער רעגירונג זע די סי טשארדשער אייראפעאישער מאנדאט אשכול)
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@עומד, א שטארקע יסוד, אבער דו האסט אויסגערעכנט די שיטה פון ליבערטעריענס, נישט דעמאקראטיע.

ליבערטעריענס האלטן אז די רעגירונג ברויך גארנישט מער ווי צוריקהאלטן די חיים בלעו, און בעטן די מינימום שטייערן דאס צו דעקן, אויסערדעם איש כל הישר בעניו יעשה

גראדע לשיטתך דארף ווען די רעגירונג ניטאמאל פראבירן אויפצוקלערן דעם ציבור איבער וואס ס'איז די בעסטע פאר זיי, נאר שטיין אין א זייט (נדנ) און אויספירן די ווילן פונעם ציבור

אמעריקא האט אפשר דארט אנגעהויבן, אבער שווערע פייערן האבן געוויזן דער געברויך פאר שטרענגערע פייער רעגולאציעס, מארדן און טעראר אטאקעס האבן געוויזן די צורך פאר א שטערקערע פאליציי, און געזונטהייט פאנדעמיעס האבן געוויזן די געברויך פאר שטרענגערע געזונטהייט פאדערונגען

די אלע געזעצן קעגן וואס דו פארפירסט זענען למעשה דערקלערט געווארן קאנסטיטוציאנאל אויסגעהאלטן דורך די געריכט - אריין גערעכנט וואקסין מאנדאטן

נאכאמאל, איך בין בפשטות פון די גרעסטע קעגנער פון די סאדע/פלעסטיק/פאום געזעצן, און איך האלט אז די רעגירונג טאר נישט האבן די רעכט אריין צו רעדן דערין, אבער די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און געריכטן האבן זיי געגעבן דעם רעכט

(צו זען מיין מיינונג איבער רעגירונג זע די סי טשארדשער אייראפעאישער מאנדאט אשכול)

כ'בין נישט אויסגעקאכט אזוי פונקטליך,

אונטער וועלכע געזעץ מעג די גאווערמענט באצווינגען מענטשן אפי' ווען ס'נישט קיין הונדערט פארצענטיגע לעבנס געפאר?

און בכלל וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די היסטאריע איבער וואס די רעדסט ארום, אפשר א באזונדער אשכול?
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: דעבאטעס איבער קאוויד וואקסין מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

עומד מן הצד האט געשריבן:כ'בין נישט אויסגעקאכט אזוי פונקטליך,

אונטער וועלכע געזעץ מעג די גאווערמענט באצווינגען מענטשן אפי' ווען ס'נישט קיין הונדערט פארצענטיגע לעבנס געפאר?




אונטער'ן זעלבן געזעץ וואס ערלויבט זיי צו אינסטאלירן טרעפיק לייטס און 'צווינגען' נישט צו פארן ווען עס איז רויט.
עס איז פארהאן אן אלגעמיינע פארשטענדעניש ביי יעדן אז די רעגירונג ברויך פארזיכערן די אלגעמיינע וואוילזיין פונ'ם פאלק, און אפילו אויב עס איז נישט פארהאן קיין פאראגראף אינ'ם געזעץ וועט יעדער רעכטדענקנדער ריכטער עס אריינפאסן אינ'ם געזעץ.

דער פאקט איז א ציבור קען נישט אליין פארזיכערן זייער אייגענע וואוילזיין אן א צענטראלע כח וואס פאראייניגט יעדן און לייגט פאר גיידליינס וואו איין און וואו אויס. און יעדעס פלאץ אין די וועלט וואו דאס פעלט איז כאאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”