מסתמא האט געשריבן:פארצייטיש האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:עס קומט יא אריין ווייל איך וויל דו זאלסט מודה אז פונקט ווי די דעמאקראטן מיינען פאליטיק מיינען די רעפוליקאנער אויך נאר און נאר פאליטיק, גארנישט אויפריכטיגקייט.
איך האב מיר נעכטן גע'טענה'ט פאר 10 מינוט אויפן טעלעפאן מיט אזא איינער ווי דו, און יענער האט מיר עס מודה געווען, אולי וועסטו עס אויך מודה זיין.
קיינער האלט נישט אז דאס איז נישט פאליטיק, אודאי און אודאי מיינען זיי פאליטיק, זיי ווילן טאקע נאר דאס אז א רעפאבליקאנער זאל נאך קענען אמאל געווינען אינ'ם סטעיט. ווייל לויט די מצב ביז יעצט וועט יעדע מאל ווערן געלייגט אין א זייט געפרינטעטע "מעיל-אין בעללאטס" אויסגעפילט פאר די דעמאקראט, און לויט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן וועט מען צולייגן. אויב עס האט געארבעט צוויי מאל פארוואס זאל עס נישט ארבעטן א דריטע און א פערטע מאל לעולמי עד.
לינק צו דעקונג אויף דיינע ווערטער?
די דעקונג איז אז סאיז נישטא קיין שום וועג אויפציווייזן אויב אזאנס איז אמאל יא אדער נישט פארגעקומען
מ'רעדט דא פון די סאמע יסוד פון דעמאקראטיע, אוואדע דארף מען חושד זיין אויף פעלטשונגען
"אויב מקען טוט מען", גילט דער כלל
ער האט דא געשריבן א פאקט אז מ'האט אזוי געטוהן די פריעדיגע צוויי מאל, האב איך געבעטן דעקונג אויף דעם.