קענטאקי האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:פאסט טרעגער האט געשריבן:נאך א ליגענט,
געוועזענער ספיקער אף די האויז ניוט גינגריטש פארלאנגט אז ביידן זאל ארויסקומען מיט א אפיציעלע אפאלאדזשי, נאכדעם וואס אלעס וואס ביידן האט גערעדט וועגן דזשארדזשיע איז געווען ליגענט,
דער שעימלעס נידערגקייט האט זיך אמאל אנטשולדיגט פאר ביל קלינטאן פארן אימפיעטשן פאר זאכן וואס ער האט אליינס געטון אין גענוי יענע תקופה?
(קלינטאן האט זיך געקלאפט סלח לנו ברבים, אויב ווילסטו גיין וואטאבאטיזם אין יענע דירעקשן.)
קלינטאן'ס אפיציעלע אימפיטשמענט קלאגעס זענען געווען איבער ליגנט זאגן און אבסטראקשאן אף דזשאסטיס, די קעיס האט זיך נאר אנגעפאנגען וועגן יענע חטאים.
מאכט נישט קיין ברעקל קלענער די היפאקריטיע פון גינגריטש.