אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

קרוז
74
72%
האולי
29
28%
 
סך הכל שטימען: 103

עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

עס איז נישט קיין סוד אז אויב טראמפ לויט נישט אין 2024 וועט זיין א ערנסטע רעפובליקאנע פריימערי, און דאס זעלבע איז נישט קיין סוד אז מען האט נאך נישט יעצט קיין השגה ווער עס גייט לויפן, און ווער עס גייט זיין שטארק אדער שוואך.

פון די צווייטע זייט איז אויך נישט קיין סוד אויף צוויי סענאטארן וועלכע לייגן א ערנסטע אויג אויפן ווייסן הויז, דאס איז דער סענאטאר פון טעקסעס טעד קרוז, און דער סענאטאר פון מיזורי דזשאש האולי, וואס ביידע פון זיי מאכן זיכער אז אפילו די געציילטע וואס קענען נישט ליינען מחשבות, זאלן אבער קענען וויסן וואס עס דרייט זיך ביי זיי אין קאפ.

אבער די צוויי האבן גענומען גאר אנדערע מהלכים, אין דער צייט וואס קרוז האט גענומען א אגרעסיווע מהלך, פראבירט זיך צו אהערשטעלן אלץ א גערעגטע ווילדע קעמפער (אולי נאכצומאכן טראמפ אין 2016) ארבעט שווער צו אהערשטעלן זיין צורה ווי פרעזידענט גרענט פונעם פיפציגער, רידערט טעגליך אין די פרעסע, רעדט אייביג שארף און שטרענג, און דירעקט, אן דיפלאמאטיע, פראבירט האולי צו זיין מער א דזשענטלמען, ער שטעלט פאר שטארק קאנסערוואטיווע געדאנקענגאנג, ער רעדט אבער שיין צו יעדן, אפילו צו ביידען נאמאנירטע און דעמאקראטן, טראץ וואס ער פרעגט שארפע פראגן.

אויף מידיע אינטערוויוס וועט ער יא רעדן שארף אבער אלץ פראפעסניאל, ווי א פליטיקאנט, אנדערש ווי קרוז וועלכע איז א צווייטע בחינה, מען זעט עס שטארק ווען עס קומט צו קאמיטע פארהערן אויף ביידען נאמאנירטע ווען קרוז וועט אלעמאל אויסניצן זיין צייט צו פרעגן פארטייאישע פראגן צו צימבלען יענעם, און צו ארויסברענגען פאליטישע פוינטס, ממש ווי ער וואלט געעקט צום קאמרא, וועט האולי יא פראבירן ארויסצונעמען פון יענעם זאכליכע זאכן ווי מען קען ארבעטן אינאיינעם, און פאר די מענטשן פון מיזורי.

בינעך נייגעריג וואס דער עולם דא האלט, אויב דער פארמעסט זאל אראפקומען צווישן די צוויי, מיט זייערע מהלכים, וועמען וואלט איר געשטימט?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

ביידע זענען מער ווייניגער פונעם זעלבן טייג געקנאטן, ריזיגע אפארטוניסטן, שארף און געריבן. קרוז האט א געוויסע זויערקייט צו זיך וואס מאכט זיינע ערשטקלאסיגע רעדעס אומבא'טעמ'ט. האולי גיט עפעס נישט גענוג אן ערוואקסענעם איינדרוק (קען זיין ער איז שוין בעסער געווארן זינט איך האב לעצט מיטגעהאלטן פאליטיק).
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די חילוק פון קרוז און האולי איז, קרוז איז א שטרענגע קאנסערוועטיוו און האולי איז א פאפעליסט קאנסערוועטיוו אביסל ווי טראמפ,

קרוז איז שוין נישט אזוי ווילד און גערעגט ווי פאר 2016, ער האט זיך שוין היבש אראפגעזעצט, וויבאלד ער איז שוין געלאפען איינמאל האט ער שוין פון איין זייט היבש אויפגעבויעט זיין נאמען, און פון די אנדערע זייט היבש פארלוירען זיין פרישקייט פון א אוטסיידער, ער איז אביסעל צו שטארק סטאק אין זיין קאנסערוועטיוו פרינציפען צו געווינען, (נישט אז איך זאג אז ער קען נישט געווינען, נאר אז עס מאכט אים שווערער,) ער איז נישט אזא שטארקע קאמען סענס רעפאבליקאנער ווי טראמפ, וואס האט פארשטאנען אז מען דארף אפאר מאל אוועקקוקען פון די שטרענג קאנסערוועטיזעם צו טוהן זאכן וואס איז פאפעלער און אמעריקע ווי שיקען סטימיולעס.

האולי איז א פאפעליסט ווי טראמפ, פון די רעפאבליקאנער וואס האבן די מערסטע געשטיפט פאר גרעסערע טשעקלעך פאר די אמעריקאנע בירגער, א קאמען סענס רעפאבליקאנער, האט נאך די פרישקייט פון א אוטסיידער ער איז אריינגעקומען און סענאט און 2018, האט ווייניגער שונאים ווי קרוז, מאכט אן איינדרוק פון א באזעצענע מענטש וואס ווייסט וואס ער וויל, אבער פון די אנדערע זייט איז ער ווייט אזוי פאפעלער ווי קרוז, האט שוואכע נעים רעקאגנישען.

איך וואלט געוואט פאר ביידע, איך האלט אבער אז אויב וואלט יעצט געווען די פריימעריס וואלט קרוז זיכער געווינען קעגן האולי, אבער עס איז נאך דא אפאר יאר וואס האולי האט נאך צייט צו מאכן גרידער, און דריי יאר ארום קען איך זעהן האולי אנציען שטארקער ווי קרוז .
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך האלט קלאר אז דער סיבה פון קרוז'עס אויבערהאנט אין די אנקעטע איז פשוט ווייל דער עולם קען נישט האולי.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט קלאר אז דער סיבה פון קרוז'עס אויבערהאנט אין די אנקעטע איז פשוט ווייל דער עולם קען נישט האולי.

אמת, אבער מען קען נישט אוועקמאכען קרוז'ס שטארקייט, פאר קאנסערוואטיווען וואס האבן ליעב א פייטער איז קרוז בעסער, ער קען מער אויפהייטערן א עולם(?).
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום דאנערשטאג מארטש 25, 2021 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט קלאר אז דער סיבה פון קרוז'עס אויבערהאנט אין די אנקעטע איז פשוט ווייל דער עולם קען נישט האולי.

אדער קען זיין אז דער עולם קען גענוג גוט קרוז און איז נישט איבערצייגט אין די נעגעטיווע זייט וואס דו זעסט אין אים

פארוואס זאל איך האלטן פון האולי? וואס ברענגט ער צום טיש? א וויזיע? ער איז א פייטער? וואס פון אים, זאל מיך פשוטער מענטש כאפן?

קרוז האט מיר פון יעדן אספעקט

ווען סקומט ביי מיר צו שטימען, קוק איך אויף צוויי זאכן
1] אויף יענעמס פאליטישע אויסקוק
2] ווי שטארק ער איז דא עס אויסצופירן
איך האב מיטן גוי און מיט זיין פערזענליכקייט גארנישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ווי איך פארשטיי איז האולי געווען מער פאנאטיש ביים שטימען אויף די ביידען נאמענירטע ווי קרוז, מעיק סענס?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יש לו מנה האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז האולי געווען מער פאנאטיש ביים שטימען אויף די ביידען נאמענירטע ווי קרוז, מעיק סענס?

נישט צו ווייט א חילוק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך קען נישט האולי. ער נאך א היפשער גר אין סענאט, אבער רידערן רידערט ער ווי א תושב, און מיט דעם אלעם בין איך נאכנישט געוואויר ווערן וואס ער שטעלט פאר.

זיין בלויז א פאפוליסט איז בכלל נישט אינטערסאנט. א פירער פון א לאנד דארף א כלליות'דיגן בליק, מהלך און וויזיע וויאזוי ער וויל אז זאכן זאלן פארן. דערנאך אלס א ספייס איז גוט האבן דעם פאפוליסטישן ציפ, כדי נישט צו בלייבן סטאק אין די אייגענע ד' אמות אפילו דארט וואו עס מאכט נישט קיין סענס. אבער א קלארע מהלך וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן איז קלאר דער עיקר.

קרוז ווייס איך וואס זיין וויזיע איז. ער איז קלאר, שארף און מער ווייניגער קאנסיסטענט. יא ער איז א קנאפער פאפוליסט. פארט אבער אויב האט זיין קעגנער נישט די זעלבע קלארקייט ווי ער, איז קרוז זיכער פעוואריט. קען זיין אז ווען איך וועל זיך נענטער באקענען מיט האולי וועל איך טוישן מיינונג. אבער דערווייל איז עס קרוז.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

זייער גוט ארויסגעברענגט די זייט פון קרוז,
האולי וויפעל איך האב אים שוין אויסגעהערט זעהט ער אויס צו האבן זייער א קלארע און שטאנדהאפטיגע שיטה אויף רוב נושאים, אין מיין אפיניאן נאך שטארקער ווי קרוז,
ממילא האלט איך אז זיין חסרון איז זיין שוואכע נעים רעקאגנישען, אבער עגעין איך גלייך זיי ביידע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קען זיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

א פאפוליסט איז זייער וויכטיג פאר רעפובליקאנער - אנדערש ווי די דעמאקראטן וואס די מידיא טוט פאר זיי די גאנצע ארבעט און זענען אקעי אפי' מיט א קלאץ ווי ביידען.
קרוז איז טאקע נישט אזא געלונגענער פאפוליסט ווי טראמפ (ווער איז יא?), אבער ער איז אויך נישט אזא שמייליגער קאפ אין וואנט קאנסערוואטיוו. אלעס איז א חלק פון זיין סטראטעגיע.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קענטאקי האט געשריבן:א פאפוליסט איז זייער וויכטיג פאר רעפובליקאנער - אנדערש ווי די דעמאקראטן וואס די מידיא טוט פאר זיי די גאנצע ארבעט און זענען אקעי אפי' מיט א קלאץ ווי ביידען.

איך פערזענליך האלט זייער יא פון א מענטש מיט א קלארע מיינונג און האלט זיך דערצו שטאנדהאפטיג

זיין א פאפוליסט אן קיין אמתע פילאזאפיע איז עקלדיג און ברענגט עווענטועל חרבנות

טראמפ האט א פערזענליכע מיינונג און וועלטס אויסקוק חוץ זיין פאפוליזעם

אוואדע איז די עכטע ארט פון פאליטישאן צו האבן א פערזענליכע פאליטישע מיינונג און עס מאכן פאפולער ביים המון עם (א שטייגער ווי טראמפ)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען נישט האולי. ער נאך א היפשער גר אין סענאט, אבער רידערן רידערט ער ווי א תושב, און מיט דעם אלעם בין איך נאכנישט געוואויר ווערן וואס ער שטעלט פאר.

זיין בלויז א פאפוליסט איז בכלל נישט אינטערסאנט. א פירער פון א לאנד דארף א כלליות'דיגן בליק, מהלך און וויזיע וויאזוי ער וויל אז זאכן זאלן פארן. דערנאך אלס א ספייס איז גוט האבן דעם פאפוליסטישן ציפ, כדי נישט צו בלייבן סטאק אין די אייגענע ד' אמות אפילו דארט וואו עס מאכט נישט קיין סענס. אבער א קלארע מהלך וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן איז קלאר דער עיקר.

קרוז ווייס איך וואס זיין וויזיע איז. ער איז קלאר, שארף און מער ווייניגער קאנסיסטענט. יא ער איז א קנאפער פאפוליסט. פארט אבער אויב האט זיין קעגנער נישט די זעלבע קלארקייט ווי ער, איז קרוז זיכער פעוואריט. קען זיין אז ווען איך וועל זיך נענטער באקענען מיט האולי וועל איך טוישן מיינונג. אבער דערווייל איז עס קרוז.

;l;p-

מיין פעיוואריט איז ראן דיסענטעס, איך בין שוין נישט אזוי זיכער צו איך וויל בכלל טראמפ זאל לויפן נאכאמאל, איך קלער אז דיסענטעס וואלט געווען פיל בעסער
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום דאנערשטאג מארטש 25, 2021 5:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איך וואלט געגאנגען מיט רענד פאול

כ'פארשטיי אז ער קען שווערער געווינען

אבער דא ביי קאוויד איז ער דער איינציגסטער וואס האט געטראכט נארמאל... זיך גערעכנט מיט פאקטן, און... נישט מורא געהאט עס צו זאגן

הלוואי אזא פרעזידענט

אויב נישט גייען די שקרנים איבערחזר'ן דעם שטיק יעדע שטיק צייט
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איך וואלט געגאנגען מיט רענד פאול

כ'פארשטיי אז ער קען שווערער געווינען

אבער דא ביי קאוויד איז ער דער איינציגסטער וואס האט געטראכט נארמאל... זיך גערעכנט מיט פאקטן, און... נישט מורא געהאט עס צו זאגן

הלוואי אזא פרעזידענט

אויב נישט גייען די שקרנים איבערחזר'ן דעם שטיק יעדע שטיק צייט

דיסענטעס איז אויך געווען געוואלדיג ווען ס'איז געקומען צו קאוויד, און פארגעס נישט אז ער האט געפירט איינע פון די גרעסטע סטעיטס אין אמעריקע און היינט צוטאגס הייבט שוין די ליבעראלע מידיע אן מודה צו זיין אז ער איז געווען סוקסעספול
(--ווערטערלאז--)
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

מיין פאיווארד איז בען שפירא.....
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בעסער אזוי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען נישט האולי. ער נאך א היפשער גר אין סענאט, אבער רידערן רידערט ער ווי א תושב, און מיט דעם אלעם בין איך נאכנישט געוואויר ווערן וואס ער שטעלט פאר.

זיין בלויז א פאפוליסט איז בכלל נישט אינטערסאנט. א פירער פון א לאנד דארף א כלליות'דיגן בליק, מהלך און וויזיע וויאזוי ער וויל אז זאכן זאלן פארן. דערנאך אלס א ספייס איז גוט האבן דעם פאפוליסטישן ציפ, כדי נישט צו בלייבן סטאק אין די אייגענע ד' אמות אפילו דארט וואו עס מאכט נישט קיין סענס. אבער א קלארע מהלך וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן איז קלאר דער עיקר.

קרוז ווייס איך וואס זיין וויזיע איז. ער איז קלאר, שארף און מער ווייניגער קאנסיסטענט. יא ער איז א קנאפער פאפוליסט. פארט אבער אויב האט זיין קעגנער נישט די זעלבע קלארקייט ווי ער, איז קרוז זיכער פעוואריט. קען זיין אז ווען איך וועל זיך נענטער באקענען מיט האולי וועל איך טוישן מיינונג. אבער דערווייל איז עס קרוז.

;l;p-

מיין פעיוואריט איז ראן דיסענטעס, איך בין שוין נישט אזוי זיכער צו איך וויל בכלל טראמפ זאל לויפן נאכאמאל, איך קלער אז דיסענטעס וואלט געווען פיל בעסער

אפשר טאקע
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בעסער אזוי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איך קען נישט האולי. ער נאך א היפשער גר אין סענאט, אבער רידערן רידערט ער ווי א תושב, און מיט דעם אלעם בין איך נאכנישט געוואויר ווערן וואס ער שטעלט פאר.

זיין בלויז א פאפוליסט איז בכלל נישט אינטערסאנט. א פירער פון א לאנד דארף א כלליות'דיגן בליק, מהלך און וויזיע וויאזוי ער וויל אז זאכן זאלן פארן. דערנאך אלס א ספייס איז גוט האבן דעם פאפוליסטישן ציפ, כדי נישט צו בלייבן סטאק אין די אייגענע ד' אמות אפילו דארט וואו עס מאכט נישט קיין סענס. אבער א קלארע מהלך וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן איז קלאר דער עיקר.

קרוז ווייס איך וואס זיין וויזיע איז. ער איז קלאר, שארף און מער ווייניגער קאנסיסטענט. יא ער איז א קנאפער פאפוליסט. פארט אבער אויב האט זיין קעגנער נישט די זעלבע קלארקייט ווי ער, איז קרוז זיכער פעוואריט. קען זיין אז ווען איך וועל זיך נענטער באקענען מיט האולי וועל איך טוישן מיינונג. אבער דערווייל איז עס קרוז.

;l;p-

מיין פעיוואריט איז ראן דיסענטעס, איך בין שוין נישט אזוי זיכער צו איך וויל בכלל טראמפ זאל לויפן נאכאמאל, איך קלער אז דיסענטעס וואלט געווען פיל בעסער

יא, מסכים אז דיסענטיס איז די זאך

פאר זיין ביטערקייט וואלט איך ציגעלייגט טראמפ אלץ זיין ווייס פרעזידענט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מסתמא האט געשריבן:יא, מסכים אז דיסענטיס איז די זאך

פאר זיין ביטערקייט וואלט איך ציגעלייגט טראמפ אלץ זיין ווייס פרעזידענט

:lol: :lol: :lol:

ווייס איך נישט צו ס'עט העלפן

אבער @מסתמא איז זיכער גוט אלס וויצע ארויפצוברענגען א שמייכל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

אהבת ישראל האט געשריבן:מיין פאיווארד איז בען שפירא.....

;l;p-
.Hey there! I am using Ivelt
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

מסתמא האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:א פאפוליסט איז זייער וויכטיג פאר רעפובליקאנער - אנדערש ווי די דעמאקראטן וואס די מידיא טוט פאר זיי די גאנצע ארבעט און זענען אקעי אפי' מיט א קלאץ ווי ביידען.
קרוז איז טאקע נישט אזא געלונגענער פאפוליסט ווי טראמפ (ווער איז יא?), אבער ער איז אויך נישט אזא שמייליגער קאפ אין וואנט קאנסערוואטיוו. אלעס איז א חלק פון זיין סטראטעגיע.

איך פערזענליך האלט זייער יא פון א מענטש מיט א קלארע מיינונג און האלט זיך דערצו שטאנדהאפטיג

זיין א פאפוליסט אן קיין אמתע פילאזאפיע איז עקלדיג און ברענגט עווענטועל חרבנות

טראמפ האט א פערזענליכע מיינונג און וועלטס אויסקוק חוץ זיין פאפוליזעם

אוואדע איז די עכטע ארט פון פאליטישאן צו האבן א פערזענליכע פאליטישע מיינונג און עס מאכן פאפולער ביים המון עם (א שטייגער ווי טראמפ)

די וועלט איז נישט שווארץ און ווייס, און ווען איינער האלט דעם פאקוס אויף זיין אייגענע סוקסעס מיינט נאכנישט אז ער גלייבט נישט אין וואס ער זאגט.

טעד קרוז איז זיכער נישט דער מקור האמת ווי ער פרובירט זיך אנצוגעבן; ביי מיר איז דאס בכלל נישט קיין חסרון. קרוז איז אן אידעאלאג, א ריכטיגער קאנסערוואטיוו, וועלכער האט גענומען זיינע שטעלונגען און דערויף געבויעט זיין פערזענליכער סוקסעס. אין דער צייט וואס טראמפ אפעלירט מיט זיין פראקטישן מהלך צו צענטער אמעריקאנער, אפעלירט קרוז צו זיין באזע מיט זיין צוגאנג.

ער איז כעת דער פעיוואריט, לדעתי, צו געווינען די נאמינאציע. ער קומט אריין מיט פעסטע יסודות, אן אראפגעשטעלטע שטיצער באזע און דערצו א גוטע קאמפיין אפאראט. ווען זאכן וועלן פאלן אין פלאץ צווישן אלע צייטווייליגע שטערנס כ''א בשמו הטוב יבורך, דארף ער נארמאלערהייט איבערנעמען דעם אויבנאן.

סתם א זייטיגע קרישקעלע איז אינטערעסאנט אנצעווייזן, ספעציעל פאר קרוז חסידים; פינף פון די לעצטע זיבן רעפובליקאנער נאמינירטע זענען געווען דער ראננער-אפ אינעם פריערדיגן פארמעסט.
כ'ווייס נישט וויפיל ס'זאגט אויף יעצט לגבי קרוז, בפרט אין א צייט וואס פאליטיק איז געווארן היבש אנפרעדיקטעבל, אבער א גוטע סטאטיסטיק איז עס זיכער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קרוז איז טאקע א ניגערטרעכטיגער אפארטאניסט אנע פרינציפן, אבער האולי איז א נעשענעליסט סאציאליסט, פאר ביג גאווערמענט קאנטראל אויף אלעם אין לעבן, שטייצעך לויט זיינע שיטות, גאר א שטארקער שטיצער פון דעם יאנואר 6 רעוואלוציע.

איך וואלט געשטימט פאר קרוז קעגן האולי.

ראן דיסאנטיס טראץ אלע זיינע חסרונות איז לכאורה סאך בעסער ווי זיי ביידע, און ער איז העכער אין די אנקעטעס נאציאנאל און אין אייאווע, און דאכציך מיר אויך מער באליבט אין די אויגן פון דעם רעפאליקאנער סופרים ליעדער, דער פרעזידענט 45 פון אמעריקע.
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

האולי איז נאך 41 יאר
אוועטאר
גליק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 4:14 pm

Re: אנקעטע: טעד קרוז אדער דזשאש האולי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליק »

מיין פאיווארד איז kevin mccarthy
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”