קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ניצחתני כאפצעם ניצחתני מיט דעם פונקט. אבער דאס האט נאך אלס גארנישט מיט זיין ווייניגער רעליגיעז. עס איז פשוט א חלק פון זייער רעליגיעזער שיטה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אקעי
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

עס שטייט דאך קלאר אז נאר אפענסיוו דזשיהאד גייט נישט אן היינטיגע צייטן, אבער יעדער וועם זיי באטראכטן ווי א פיינט פאר די מוסלעמענע גייט יא אן דזשיהאד, און די סוניס וואס האלטן יא פון הרגנן יעדער וואס איז נישט א סוני, זענען סאלפיס ווי געשריבן פריער, און רוב סוניס שטיצן עס נישט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זיסע פיש האט געשריבן:עס שטייט דאך קלאר אז נאר אפענסיוו דזשיהאד גייט נישט אן היינטיגע צייטן, אבער יעדער וועם זיי באטראכטן ווי א פיינט פאר די מוסלעמענע גייט יא אן דזשיהאד.

שיין פשעטל, אבער פאלטש. דיפענסיוו מיינט אויב איינער אטאקירט קענסטו צוריקפייטן. אפענסיוו מיינט אליינס אנהויבן דעם פייט צום אומגלויביגן.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך מיין אז עס קען זיין ניקס וואס פארשטייען נישט די עומק המחלוקה פון איין זייט כאפצעם, און די אנדערע זייט פעיק מיט מטעמים,

אויף איין זייט זענען די רעפאבליקאנער, וואס זיי נעמען זיך אן מער פאר מדינת ישראל, סאודיע אראביע, UAE, און די מער סוני געשטימטע לענדער,

פון די אנדערע זייט זענען די דעמאקראטן וואס נעמען זיך ענדערש אן פאר שאיאטישע איראן, פאלעסטינער, די תימן'ישע רעבעל, ועוד,

דאס האט טראמפ אויסגעניצט צו מאכן עברעהעם עקארדס שלום אפמאך,

ווער ס'געדענקט נאך אבאמא'ס ייארן איז געווען די זעלבע ווי ייעצט אונטער ביידן מיט די איינע חילוק אז געוויסע זייער שטארקע אפמאכן קען מען שווער צוריקדרייען,

דאס איז געווען די אויפברויז פון די דיעפ סטעיט ווען טראמפ האט נישט באשטראפט/עקספאזט די קרוין פרינץ, ווייל די דיעפ סטעיט האט דוקא געוואלט שאדן מאכן פאר טראמפ די באציאונגן, אויפווייזענדיג אז די יסוד מיט וועלכע פראקציע מ'דארף זיך האלטן בשלום טויג נישט,

אין די זעלבע צייט וואס סאודי אראביע האט א מלחמה אין תימן, אנשטאט צו העלפן סאודיא אלץ אן אליאירטע לאנד מיט די USA, גייען די דעמאקראטן און ציען ארויס די ביסל הילף וואס איז יא געווען דארט, אזוי ווייניגער צו העלפן די סאודיער און אין די זעלבע צייט ווייניגער טשעפענען איראן,

נאכדעם קומט נאך כאפצעם טראלן אין די "ביידן אקאמפלישמענט אשכול" אז ביידן האט ג'ענדיגט די מלחמה,

ריכטיג וואלט געווען צו שרייבן, אז ביידן האט אקאמפלישט צו פארעטן א פריינד,

נו שוין
The Divided States Of America
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

כאפצעם האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:עס שטייט דאך קלאר אז נאר אפענסיוו דזשיהאד גייט נישט אן היינטיגע צייטן, אבער יעדער וועם זיי באטראכטן ווי א פיינט פאר די מוסלעמענע גייט יא אן דזשיהאד.

שיין פשעטל, אבער פאלטש. דיפענסיוו מיינט אויב איינער אטאקירט קענסטו צוריקפייטן. אפענסיוו מיינט אליינס אנהויבן דעם פייט צום אומגלויביגן.

עס איז נישט מיין פשטל, איך ווייס נישט פון ווי די האסט גענימן דיין אינפערמאציע, אבער אויב פון וויקיפידיע שרביין זיי קלאר אזוי אז עס גייט אן, נאר נישט ביי אפענסיוו.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם, קענסט לייגן א לינק צו די ארטיקל וואס דו האסט געברענגט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:זייער א שיינע דיסקוסיע דא.

----------------

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס מ'דינגט זיך אויף כאפצעם, אבער זיין פוינט (וויאזוי איך פארשטיי עס) איז היבש וואליד.
ווען האסטו דאס לעצטע מאל געהערט א שאיאטישע מוסלימענער זיך אויפרייסן? קען זיין ס'דא, אבער לפי ידיעתי זענען רוב זעלבסטמערדער אטאקירער סוניס,
אייסיס זענען סוניס, על קאיאדא זענען סוניס אא"וו.
זיי זענען עכטע פאנאטיקער וואס גלייבן אין א גן עדן פאר דיע וואס לאזן זיך הרג'נען אויף זשיהאד...
די שאיאטן גלייבן עפ"ר נישט אין דעם.

בעצם איז איראן (שאיאטן) סאך מער א ליבעראלע לאנד ווי סאדיע אראביע (סוניס), ווי איינער האט אויפגעמערקט, אין איראן איז דא א היבשע אידישע קהילה, אין סאדיע אראביע טאר א איד נישט אריינטרעטן אפישעלי. די קעניגן פון סאדיע אראביע האבן "יחוס" ביז צו זייער נביא שקר, זיי זענען די עכטע אראבער. איראן האט פשוט א פאליטישע ציל אנטקעגן מדנ"י און זייערע שטיצערס, און אלעס וואס זיי טוען איז נאר געבויעט אויף דעם. די אידן אין איראן האבן פראבלעמען נאר אלס מדנ"י.

אין UAE וואוינען פשוט די רייכע ביזנעסלייט וואס ווילן זיין גוט מיט די מערב וועלט.

די סיבה פארוואס סאודי אראביע איז עקסטרעמיסטיש, קומט צוליב זייער וואהאביזם פראקטיצורונג וואס דאס איז א גאר קאנסערוואטישע מהלך אין איסלאם. לעומת זה אין איראן זענען רוב עולם מער ליבעראל געשטימט, אלס די קולטור פון דאס פלאץ אבער נישט זייער ליבעראליזם און נישט די סאודי עקסטרעמיזם האט צו טון מיט דאס וואס זיי זענען שאיאיטן און זיי זענען סוניס.

די שאיאיטן גלייבן יא אין גן עדן מיט דזשיהאד. פארשטייט זיך, די פאנאטיקער פון צווישן זיי.

איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט, אבער הצד השווה פון ענק ביידע איז אז די שאיאיטן זענען מער ליבעראל ווי די סוניס. דאס מחלוקת איז נאר צי ס'איז א יסודות'דיגער רעליגיעזער חילוק אדער ס'האט זיך פשוט אזוי אויסגעשטעלט. למעשה זענען די סוניס היסטאריש אלץ געווען פרומער ווי די פערסיער. די אראבערס, ביי וועמען עטנישער אפשטאם טראגט א גרויסן געוויכט, האבן אייביג געקוקט מיט א בייז אויג אויף די פערסישע כופרים וועלכע געבן זיך נאך אן אלס די עכטע נאכפאלגער פון מוחמד.

איראן האט אסאך וואס צו פארקויפן פאר דער מערב וועלט, פיל מער ווי פרימיטיווע אראבערס וועלכע האבן מזל'דיג געטראפן גרויסע אויל אוצרות, אויב זאל נאר זיין שלום. דערווייל זענען די רעכטע אין איראן ביים רודער.

@וואס טוט זיך, ס'איז א סברא צו זאגן אז די אידן אין איראן בענעפעטירן צוליב איראנ'ס ריס מיט מדינת ישראל (כאטש ווען נישט די מדינה וואלטן אוודאי בכלל נישט געווען דער אויפברויז פון די מוסולמענער). איראן טראמפייטערט כסדר אז זיי האבן גארנישט קעגן אידן, נאר קעגן מדינת ישראל, והא ראיה די אידן לעבן זיך אין גוטן ביי זיי אין לאנד. זיי האבן אלזא א פאליטישע נגיעה נישט צו טשעפען זייערע אידן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פארוואס מישסטו צוזאם פערסיער מיט שאיאיטן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

לכאורה ווייל רוב פרס'שע זענען שאיאטן, אבער עס איז דא א צען פערצענט וואס זענען סוניס.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אבער א ריזיגער פראצענט פון שאיאיטן זענען בכלל נישט פערסיש. ווי די פון באכרעין, איראק און אזערבידזשאן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:פארוואס מישסטו צוזאם פערסיער מיט שאיאיטן?

איך האב גערעדט פון איראן מער ווי פון שיאיטן. זיי זענען למעשה די פאן-טרעגער פון שיאיזם, זייענדיג א גרויס לאנד געפירט דורך שיאיזם, און דאס לאנד מיט די מערסטע שיאיטן.
אטעטשמענטס
Shia Islam.PNG
Shia Islam.PNG (22.33 KiB) געזען 553 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דא זע איך אז איראן האט ניטאמאל רוב שאיאיטן. עס קען זיין אז אין איראן וואינען א סאך ליבעראלערע שאיאיטן, פונקט ווי אין טערקיי וואוינען א סאך ליבעראלערע סוניס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בקיצור מען קען נישט מעסטן סאודי אראביע קעגן איראן. וויבאד סאודי אראביע זענען קאנסערוואטיווע סוניס און איראן זענען ליבעראלע שאיאיטן. מען דארף קוקן ליבעראל ווס. ליבעראל און קאנסערוואטיוו ווס. קאנסערוואטיוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פעיק ניוז האט געשריבן:בקיצור מען קען נישט מעסטן סאודי אראביע קעגן איראן. וויבאד סאודי אראביע זענען קאנסערוואטיווע סוניס און איראן זענען ליבעראלע שאיאיטן. מען דארף קוקן ליבעראל ווס. ליבעראל און קאנסערוואטיוו ווס. קאנסערוואטיוו.

טעארעטיש ביסטו גערעכט, אבער פראקטיש גערעדט איז סוני עקסטערמיזם א גרעסערע סכנה. ס'ווענדט זיך אלזא וואס מ'וויל מעסטן, צי זייערע אידעאלאגיעס, אדער וואס ס'איז למעשה א שטערקערער געפאר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:בקיצור מען קען נישט מעסטן סאודי אראביע קעגן איראן. וויבאד סאודי אראביע זענען קאנסערוואטיווע סוניס און איראן זענען ליבעראלע שאיאיטן. מען דארף קוקן ליבעראל ווס. ליבעראל און קאנסערוואטיוו ווס. קאנסערוואטיוו.

טעארעטיש ביסטו גערעכט, אבער פראקטיש גערעדט איז סוני עקסטערמיזם א גרעסערע סכנה.

אדער יא אדער נישט.
ס'ווענדט זיך אלזא וואס מ'וויל מעסטן, צי זייערע אידעאלאגיעס, אדער וואס ס'איז למעשה א שטערקערער געפאר.
אמת
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

די סאלאפי-סוני חברה זענען זיכער די גרעסטע סכנה, איך רעדט ווען זיי האבן ווען א כוח.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמת. די שאיאיטן און כ"ש די עקסטרעמע, זענען פשוט נישט אזוי פאוערפול איבער די וועלט ווי די סוניס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

נישט דאס איז מיין פוינט, ווייל יעצט האלט איך אז איראן איז די גרעסטע געפאר, ווייל אייסיס איז מער ווייניגער באזיגט, און קיין איין סוני לאנד איז נישט אזוי עקסטרעם ווי איראן וואס שטיצט אפעציעל טעראר.
וידגו לרב בקרב הארץ.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

כאפצעם האט געשריבן:קענסט זיי פארענטפערן פון היינט ביז מארגן. די מציאות איז אז די אלע 9/11 טעראריסטן זענען פון סאודי אראביע, קיין איינס פון איראן, פינאנצירט דירעקט פון סאודיער אינטעליזשענט אפישעלס. און דאס האט א סיבה!

און טאקע די זעלבע סיבה פארוואס "אל קאידע", "אייסיס", "על שאבאב", "באקו חאראם", "טאליבאן", וכו' וכו' אא"וו די אלע זשיהאד גרופעס וואס זייען אן "איסלאמישע" טעראר אין די "פרייע" וועלט צו אויסראטן די כופרים, זענען "סוניס". דו"ק ותשכח.

ס'איז נישט עכט קיין ראיה ווייל 80 פערצענט מוסולמענער זענען סוניס, און אדרבה קוק וואס אונז ליידן זיך צאם פון דע פאר שאיאטן.
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז דא צוויי דיסקוסיעס דא און איינס האט גארנישט מיט די צווייטע.

שאיאטען ווס סוניס - ווער איז מער מיליטאנטיש?
מיטל מזרח לענדער - ווער שטיצט טעראר?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט אבער געמאכט א חילוק צווישן פאליטישע טעראר און רעליגיעזע טעראר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

עס איז דא א גרויסע חילוק פון סאודי אראביע און איראן, אין סאודי אראביע איז די רעגירונג מער ליבעראל ווי די מענטשן, און אין איראן איז די רעגירונג מער עקסטרעם ווי די מענטשן, ממילא פאר די מערב וועלט איז בעסער די יעצטיגע סאודיע רעזשים, אבער אין איראן וואלט סאך בעסער געווען אויב עס קען דארט זיין דעמאקראטיע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איז נישט וואהאביזם די אפיציעלע מהלך פון וויאזוי די סאודי רעגירונג פירט דאס לאנד. אפשר היינט שוין נישט. אבער ביז היינט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קאנגרעספרוי אומאר - שאיאטן / סוניס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זעהט נישט אויס ווי איינער קריגט זיך אויף די צוויי סטעיטמענטס:

אינטער די סוני אראבערס קומען ארויס די רעליגיעזע טעראר גרופעס.
איראן איז די גרעסטע (קען גאר זיין די איינציגסטע) טעראר שטיצענדע לאנד אין מיטל מזרח
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”