נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס האלט איר איבער דר. פאוטשי?

א געלונגענע דאקטער און איז די ריכטיגע מענטש פאר די זשאב
43
9%
א געלונגענע דאקטער אבער נישט די ריכטיגע מענטש פאר די זשאב
103
23%
א דורעכפאל פון א דאקטער
308
68%
 
סך הכל שטימען: 454

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך האלט נישט אז ער איז אזא ליגנער, ער רעדט ווי א נארמאלער מענטש, ער זאגט אסאך השערות פונקט ווי נארמאלע מענטשן טוען, נאר ווען מען פרובירט אנצונעמען יעדעס ווארט זיינע ווי תורת לאקשן הייבט מען אן צו טרעפן סתירות, און ווען מען פרעגט אים וועגן די סתירות, וויל ער נישט ענטפערן געהעריג אז עס איז נישט קיין תורה מן השמים, עס איז בלויז השערות און מע' זאל אים נישט כאפן ביים ווארט, נאר אנשטאט דעם הייבט ער אן צו דרייען מיטן צינג און געט א איינדרוק פון א געהעריגער פאליטישאן.

נאך א שטארקער חסרון איז זיין אבנארמאלע ליבשאפט זיך צו זען אויף די טעלעוויזיע, פארשטייט זיך אז מען קען עס מלביש זיין אז ער זוכט נאר צו אינפארמירן די פאבליק, אבער מיר זעהט עס ענדערש אויס ווי ער איז געקומען צום טעם דערפון און ער קען נישט זאט ווערן.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

זיין עקספערטיז קען קיינער נישט אפפרעגן. דרייסיג יאר ערפארונג אין דעזיזעס און ווירוסן. אבער זיין עגאו קען מען אויך נישט אפפרעגן.

אויסדרוקליך נישט געמאכט קיין גוטע דזשאב ביי קאוויד. אויסער אז זיינע מאדערנא סטאַקס זענען ווערד אסאך מער יעצט
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

איך וויל פארשטיין, מיט וואס איז ער בכלל א דאקטאר?? ער'ט שוין אמאל אויסגעהיילט עימיצן?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עומד מן הצד האט געשריבן:ביי מיר האט ער פארלוירען טראסט, ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אוועקגעמאכט דאס אנטוהן א מאסק און די ערשטע חדשים פון די מגיפה, און זיין רעספאנס צו דעם איז געווען, אז ער האט געוואלט האלטן די מאסקעס פאר די נוירסעס וכדו', אלץ מורא אז ס'וועט זיין א מאנגל און מאסקעס.

הייסט אזוי, האסט געפיטערט דאס לאנד מיט פאלשע אינפארמאציע פאר עטליכע חדשים, ווייל די האסט געהאט פריוואטע חשבונות, טא פארוואס זאל איך דיר גלייבן יעצט ווען די זאגסט אז מאסקעס איז גאר די גרעסטע באשיצונגס מיטל פאר'ן וויירוס, ווער ווייסט וואספארא חשבונות דרייט זיך אים יעצט און קאפ?

דאס איז די איינציגסטע עכטע טענה וואס איז דא אויף אים.

הגם דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, פארט האט ער מיט דעם גענומען א געמבל אז מענטשן זאלן אים מער נישט טראסטן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

ער איז פון די גרעסטע אין די פעלד פון דעזיסעס, זיכער פארשטייט ער מער ווי אלע ניקס דא צוזאמען.

די פראבלעם פון אים, און אנדערע עקספערטן, איז מיטן זאגן זאכן מיט א זיכערקייט, ווען מיט אזא נייע וויירוס פלוס נייע סטרעיהס, טוישט זיך די אינפארמאציע יעדן טאג. מען לערנט זיך מער און מער, און ווען נען מיינט אז מען ווייסט שוין, ווערט א נייע סטרעין מיט נייע פאקטן וואס מען ווייסט נאכנישט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

א מחי' האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, מיט וואס איז ער בכלל א דאקטאר?? ער'ט שוין אמאל אויסגעהיילט עימיצן?

גראדע האט ער פראקטעצירט דאקטאריי דא אין שכינות'דיגן (עכ"פ מיין שכינות..) קארנעל...

אבער זיינע ווערק האבן שוין איינמאל אויסגעהיילט מענטשן.. ער איז פון די מערסט צוגעצייכענטע סייענטיסטן אין דער וועלט.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

ממוצע האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:איך וויל פארשטיין, מיט וואס איז ער בכלל א דאקטאר?? ער'ט שוין אמאל אויסגעהיילט עימיצן?

גראדע האט ער פראקטעצירט דאקטאריי דא אין שכינות'דיגן (עכ"פ מיין שכינות..) קארנעל...

אבער זיינע ווערק האבן שוין איינמאל אויסגעהיילט מענטשן.. ער איז פון די מערסט צוגעצייכענטע סייענטיסטן אין דער וועלט.

דו מיהסט זיך צו ענטפערן א קושיא וואס האט קיין הענט אין קיין פיס? דער איז דער העכסט-ראנגיקער דאקטאר אינעם לאנד און דער וויל פארשטיין 'מיטוואס ער איז א דאקטאר'. מסתמא אז ער טיילט סטיקערס פאר קינדער...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Programming האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ביי מיר האט ער פארלוירען טראסט, ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אוועקגעמאכט דאס אנטוהן א מאסק און די ערשטע חדשים פון די מגיפה, און זיין רעספאנס צו דעם איז געווען, אז ער האט געוואלט האלטן די מאסקעס פאר די נוירסעס וכדו', אלץ מורא אז ס'וועט זיין א מאנגל און מאסקעס.

הייסט אזוי, האסט געפיטערט דאס לאנד מיט פאלשע אינפארמאציע פאר עטליכע חדשים, ווייל די האסט געהאט פריוואטע חשבונות, טא פארוואס זאל איך דיר גלייבן יעצט ווען די זאגסט אז מאסקעס איז גאר די גרעסטע באשיצונגס מיטל פאר'ן וויירוס, ווער ווייסט וואספארא חשבונות דרייט זיך אים יעצט און קאפ?

דאס איז די איינציגסטע עכטע טענה וואס איז דא אויף אים.

הגם דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, פארט האט ער מיט דעם גענומען א געמבל אז מענטשן זאלן אים מער נישט טראסטן

האלטסט טאקע אז עס איז געווען די ריכטיגע זאך?

און ביידיוועי, עס איז נישט נאר געווען ער, עס איז געווען די גאנצע מערב וועלט מעדיקל עסטאבלישמענט.

פארוואס זאל מען זיי יעצט טראסטן ווען זיי זאגן אז די וואקסין איז סעיף, אפשר איז עס באמת נישט סעיף נאר זיי זאגן אזוי ווייל זיי האלטן אז עס איז דאך בעסער ווי באקומען קאוויד?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל שרייבער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ביי מיר האט ער פארלוירען טראסט, ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אוועקגעמאכט דאס אנטוהן א מאסק און די ערשטע חדשים פון די מגיפה, און זיין רעספאנס צו דעם איז געווען, אז ער האט געוואלט האלטן די מאסקעס פאר די נוירסעס וכדו', אלץ מורא אז ס'וועט זיין א מאנגל און מאסקעס.

הייסט אזוי, האסט געפיטערט דאס לאנד מיט פאלשע אינפארמאציע פאר עטליכע חדשים, ווייל די האסט געהאט פריוואטע חשבונות, טא פארוואס זאל איך דיר גלייבן יעצט ווען די זאגסט אז מאסקעס איז גאר די גרעסטע באשיצונגס מיטל פאר'ן וויירוס, ווער ווייסט וואספארא חשבונות דרייט זיך אים יעצט און קאפ?

דאס איז די איינציגסטע עכטע טענה וואס איז דא אויף אים.

הגם דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, פארט האט ער מיט דעם גענומען א געמבל אז מענטשן זאלן אים מער נישט טראסטן

האלטסט טאקע אז עס איז געווען די ריכטיגע זאך?

און ביידיוועי, עס איז נישט נאר געווען ער, עס איז געווען די גאנצע מערב וועלט מעדיקל עסטאבלישמענט.

פארוואס זאל מען זיי יעצט טראסטן ווען זיי זאגן אז די וואקסין איז סעיף, אפשר איז עס באמת נישט סעיף נאר זיי זאגן אזוי ווייל זיי האלטן אז עס איז דאך בעסער ווי באקומען קאוויד?

עס איז דען הונדרעט פראצענט פארזיכערט פאר יארן? וויאזוי קען מען טאקע וויסן? זיי גייען טאקע לויט דעם אז האפענטליך איז עס נישט שעדליך און די מגיפה דארף מען אפשטעלן.

דאס איז די אמת, זיי זענען נישט קיין מלאכים צו ווייסן די צוקונפט, אבער די ריכטיגע זאך איז וועגן די ריסק און טון וואס מען דארף לויט די יעצטיגע פארשטאנד.

און מען דארף זאגן אז עס איז סעיף, וייל לויט די יעצטיגע אינפארמאציע איז עס טאקע.

די זעלבע,לכאורה מיט מאסקעס, האבן זיי נאכנישט אזוי באגריפן ווי שטארק עס פארשפרייט זיך מיט דראפלעטס אין די לופט דאן. מען האט רוב געפאוקעסט אויף נישט אנרירן די נאז מויל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

מיין אפציע אויפן באלעט פעהלט.
אזויווי איך בין נישט א סייענטיסט טרוי איך מיר נישט צו נעמען א שטעלונג אויב ער ווייסט וואס ער רעדט אדער נישט.
נאר וואס יא, דער מענטש האט פון איין מינוט צום צווייטן זיך געטראפן אויפן טיים'ס דעקל אלץ די פערזאן פונעם יאר. די מידיע, די פארציטערטע המון עם, אלע הערן זיך צו צי זיינע ווערטער מיט שפאנונג. מיין אינגלע פון 3 יאר וויסט פון פאוטשי'נען צוזאגען... אין אלעס נאר אדאנק קאויוויד'נן. ער האט זיך געטראפן אין א גאר מאכטפולע פאזיציע, אין עס איז אים גאנץ באטעמט אהנצוהאלטן די דראמע ארום דעם, אין מיט דעם אינאיינעם זיין אומגעראכטענע פאווער.
ביים מאכען די חשבונות צו יא לאקדאון אדער נישט טאר א סייענטיסט נישט האבען די לעצטע ווארט, מען דארך נענען אין באטראכט אלע סאציאלע אפעקטס וואס עס קען האבען, אין טראמפ ז"ל האט טאקע געגאנגן מיט די מהלך אין נישט גענימען די סייענטיפישע אפעקט אלץ פוסק אחרון. אין דר. פאטשי קען זייער שטארק באשטיין אז די פאלעסי זאל יא זיין "פאל"וי די סייענ"ס" (צ"ל פאוטשי).
הקנאה התוואה "והכבוד"...
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

בנוגע די גאנצע מאסק געשעפט. איך נעם נישט א שטעלונג אויב עס העלפט יא אדער נישט, אבער קוקענדיג אויף צוריק קוקט עס אויס ווי די קולטור דערפון האט באיינפלוסט די סייענטיסטען אין פאוטשי, אין נישט פארקערט.
עיין ערך גלאבעל ווארמינג, וואס אאודאי איז דא דערין אמת. איז אבער די אידעלאגיע אין קולטור דערפין אזוי שטארק, מיליאנען מענטשן האבן א סיפוק אין נחיצות אין לעבען נאר אדאנק די געפיל אז זיי שלאגען זיך אויף ראטעווען די וועלט אין אלע קימענדיגע דורות. אין אסאך סייענטיסטען מיזען בעל כרחם מיטגיין. יעדער וואס עס איז בכוחו להגדיל הפאניק הרי זה משובח. וואגען זאל זיך איינער צו באראיגען די באזארגטע אינגע ליבעראל...
פאוטשי מיט די סדס האבען זיך געטראפן איצט פארכאפט אין א עינדליכע פאסטקע מיט די מאסקעס. מאסען האבען זיך דאס גענימען אלץ זייער רעליגיע, אין שעפען אומגעהויערע סיפוק דערפון, ווארום זיי ראטעווען די מענטשהייט.
"איים דאוינג דיס טא פראטעק יא..."
אין ווי עס קיקט אויס האט דא די ליבעראלע מיינד סעט צו מאכען אלץ פאלעסי איעדע זאך וואס שפירט גיט אויפן הארצן דא ווידער מנצח געווען, אין געהאט עפעס א השפעה אויף סייענס
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

Programming האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ביי מיר האט ער פארלוירען טראסט, ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אוועקגעמאכט דאס אנטוהן א מאסק און די ערשטע חדשים פון די מגיפה, און זיין רעספאנס צו דעם איז געווען, אז ער האט געוואלט האלטן די מאסקעס פאר די נוירסעס וכדו', אלץ מורא אז ס'וועט זיין א מאנגל און מאסקעס.

הייסט אזוי, האסט געפיטערט דאס לאנד מיט פאלשע אינפארמאציע פאר עטליכע חדשים, ווייל די האסט געהאט פריוואטע חשבונות, טא פארוואס זאל איך דיר גלייבן יעצט ווען די זאגסט אז מאסקעס איז גאר די גרעסטע באשיצונגס מיטל פאר'ן וויירוס, ווער ווייסט וואספארא חשבונות דרייט זיך אים יעצט און קאפ?

דאס איז די איינציגסטע עכטע טענה וואס איז דא אויף אים.

הגם דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, פארט האט ער מיט דעם גענומען א געמבל אז מענטשן זאלן אים מער נישט טראסטן

ניין עס איז דא א ריזיגע ליסט מיט טענות אויף אים פארוואס מען קען אים נישט טראסטען מער ווי עני אנדערע פאליטישען אין מידיע פערסענאלטי
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך ווייס אז אין קאנספיראציע טאון איז דא א מיליאן טענות, איך רעד דאך אבער אויף די וועלט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שאבעלע האט געשריבן:בנוגע די גאנצע מאסק געשעפט. איך נעם נישט א שטעלונג אויב עס העלפט יא אדער נישט, אבער קוקענדיג אויף צוריק קוקט עס אויס ווי די קולטור דערפון האט באיינפלוסט די סייענטיסטען אין פאוטשי, אין נישט פארקערט.
עיין ערך גלאבעל ווארמינג, וואס אאודאי איז דא דערין אמת. איז אבער די אידעלאגיע אין קולטור דערפין אזוי שטארק, מיליאנען מענטשן האבן א סיפוק אין נחיצות אין לעבען נאר אדאנק די געפיל אז זיי שלאגען זיך אויף ראטעווען די וועלט אין אלע קימענדיגע דורות. אין אסאך סייענטיסטען מיזען בעל כרחם מיטגיין. יעדער וואס עס איז בכוחו להגדיל הפאניק הרי זה משובח. וואגען זאל זיך איינער צו באראיגען די באזארגטע אינגע ליבעראל...
פאוטשי מיט די סדס האבען זיך געטראפן איצט פארכאפט אין א עינדליכע פאסטקע מיט די מאסקעס. מאסען האבען זיך דאס גענימען אלץ זייער רעליגיע, אין שעפען אומגעהויערע סיפוק דערפון, ווארום זיי ראטעווען די מענטשהייט.
"איים דאוינג דיס טא פראטעק יא..."
אין ווי עס קיקט אויס האט דא די ליבעראלע מיינד סעט צו מאכען אלץ פאלעסי איעדע זאך וואס שפירט גיט אויפן הארצן דא ווידער מנצח געווען, אין געהאט עפעס א השפעה אויף סייענס

דו שרייבסט מיט זאפט, וועלקאם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

זאל איך אננעמען וואס פאוטשי זאגט?
Screenshot_20200910-111930.png
Screenshot_20200910-111930.png (198.54 KiB) געזען 966 מאל

איך גיי מיט סייענס און דאטא, ער האט זיך "געפראווד" ראנג
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פאוטשי מיינט אז ער איז א גא-ט
איך מוז צושמאלצן ווערן פאר זיין עקספערטיז.. כהאלט נישט דערביי
דאס גלויבונג אין סייענס גייט אריבער אלע גדרים פון קאמאן סענס, די געטליכע געפיל וואס דער דומ'ער גוי באקומט ווען ער זעהט דעם סייענטיסט ציעקלט מיר ביזן נשמה

פאוטשיס קוריאזע שרעק פון באצילן איז דעפינעטלי בגדר דיסארדער
פאוטשיס מאדנע וועלט-אויסקוק אז דער העלט-דעפארטמענט באשליסט וויפיל רעכט דער גאווערנמענט האט אויף אירע בירגער מאכט ביי מיר נישט קיין סענס
פאוטשיס צוגאנג פון אפשפארן אלעס אן בכלל אין באטראכט נעמען די עקאנאמיע, חינוך, פרייהייט וכו', איז פשוט אבסורד,
נניח ער איז א חכם אין זיין תחום, פארוואס רעדסטו אריין וואו דו פארשטייסט נישט?

אגב, פאוטשי אליינס האט זיך די וואך אויסגעדריקט: "ביי די אדמיניסטראציע אויב מווייסט נישט זאגט מען אז מווייסט נישט" (לאפוקי די טראמפ אדמיניסטראציע)
איי דו בעל מקרא האלטסט אין איין אריינרעדן אין זאכן וואס דו ווייסט נישט?!! קוק וואס דו האסט אלץ רעקאמענדירט אנהייב קאראונע און וואס דו האסט אלץ געטוישט!!

בקיצור, סייענס טאר בשום אופן ווערן פארגעטערט, ווען סייענס איז מער מאסגעבנד ווי דער פשוטער המון עם גייט עס שטייטעלעך אריין אין די טערעטאריע פון קאמוניזעם וואו די "עקספערטן" זענען "אחראי" אויפן דומען המון עם
ועל כולם, פאוטשי האט זיך געפראווד אלץ א היפאקריט
און בכלל אז סייענס ווייסט רעלאטיוו גאר ווייניג
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קודאס שיעלע פאר דיין שטארקע תגובה!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

יא ווי לאנג פאוטשי אליינס טוישט מיינונג יעדע שטיק צייט

און אויך ווילאנג ס'איז פארהאנען אזעלכע וואס פארלייקענען עס און איבערהויפט פארלייקענען זיי אז פאוטשי און קאומאו און פעלאוסי און בלאזיא האבן אין פעב און אין מארטש גערעדט פונקט ווי טראמפ בדרך כלל איבערן וויירוס

איז די אנקעטע קיין אנקעטע

ענטשולדיגט מיין חבר @מטעמים
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

Programming האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:ביי מיר האט ער פארלוירען טראסט, ווען מ'האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט אוועקגעמאכט דאס אנטוהן א מאסק און די ערשטע חדשים פון די מגיפה, און זיין רעספאנס צו דעם איז געווען, אז ער האט געוואלט האלטן די מאסקעס פאר די נוירסעס וכדו', אלץ מורא אז ס'וועט זיין א מאנגל און מאסקעס.

הייסט אזוי, האסט געפיטערט דאס לאנד מיט פאלשע אינפארמאציע פאר עטליכע חדשים, ווייל די האסט געהאט פריוואטע חשבונות, טא פארוואס זאל איך דיר גלייבן יעצט ווען די זאגסט אז מאסקעס איז גאר די גרעסטע באשיצונגס מיטל פאר'ן וויירוס, ווער ווייסט וואספארא חשבונות דרייט זיך אים יעצט און קאפ?

דאס איז די איינציגסטע עכטע טענה וואס איז דא אויף אים.

הגם דאס איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, פארט האט ער מיט דעם גענומען א געמבל אז מענטשן זאלן אים מער נישט טראסטן

פארוואס איז דאס די ריכטיגע זאך צו טאן?

כ'פארשטיי אז מ'דארף זיך קודם רעכענען מיט די פראנט ראנער'ס, אבער ס'איז דא גענוג וועגן די מעסעדזש זאל אנקומען צום פאלק, מ'דארף נישט וועגן דעם זאגן קיין פרעכן ליגנט,
חוץ מזה, וואס ער ארבעט נישט פאר ניורסעס וכדו', ער ארבעט פאר יעדעם צוגלייך, און ער האט נישט קיין רעכט צו האבן פריוואטע חשבונות אויפן חשבון פונעם מערהייט פאלק וואס זענען נישט קיין ניורסעס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאוטשי איז נישט קיין פאליטישאן, ער איז א דאקטאר. און א דאקטאר דארף זאגן 'דאקטאר זאכן'. אויב דער דאקטאר פארשטייט אז מאסקעס זענען 'זייער העלפפול' דאן דארף ער דאס זאגן, אפגעזען צו עס איז יא דא א מאנגל צו נישט.

אויב טוט ער דאס נישט, אדער ווייסט ער נישט צו עס העלפט צו נישט, אדער איז ער א פשוט'ער פאליטישאן וואס זאגט וואס עס נעמט דאס בעסטע אויס ביים פאלק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ווער געדענקט, ווען דזשים דזשארדען האט פרובירט ארויסצובאקומען פון אים, פארוואס די קירכע'ס און סקול'ס זענען פארשפארט, אבער בלמ מעג יא מאכן סופער ספרעדער אווענט'ס איבער'ן גאנצן לאנד, און ער זאגט נישט קיין ווארט פאר זיי?
די קעקעצעריי מיט וואס פאוטשי האט פרובירט צו ענטפערן איז באמת געווען א גראל און עקל, זעהנדיג קלאר ווי ער קען נישט/וויל נישט, זאגן דעם אמת פאר'ן לאנד, אלץ ווייל ער וויל זיין פאליטקלי קארעקט.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מײן פראבלעם מיט פאוטשי איז אז בעת ער בעהט די המון עם צי בלײבן אינדערהײם גײט ער שפילן אין פיטשען בײ באָל געמיס (אן א מאסק פארשטײט זיך), די חוליקים אין רעכטן װאס די עיליטע האבן זיך גענימען מער װי די המון עם איז אלס געװען א פראבלעם אבער בײ קעראנע האט דאס די מערסטע זיך אנגעזעהן אין פאוטשי איז דער גרעסטער באגאבאָנד אין היפיקריט לגבי די אישו אין די דאבול סדענדערט איז װאס האט געמאכט א קאלטקײט לגבי אױספאלגן די גײדלײנס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

abeg האט געשריבן:מײן פראבלעם מיט פאוטשי איז אז בעת ער בעהט די המון עם צי בלײבן אינדערהײם גײט ער שפילן אין פיטשען בײ באָל געמיס (אן א מאסק פארשטײט זיך), די חוליקים אין רעכטן װאס די עיליטע האבן זיך גענימען מער װי די המון עם איז אלס געװען א פראבלעם אבער בײ קעראנע האט דאס די מערסטע זיך אנגעזעהן אין פאוטשי איז דער גרעסטער באגאבאָנד אין היפיקריט לגבי די אישו אין די דאבול סדענדערט איז װאס האט געמאכט א קאלטקײט לגבי אױספאלגן די גײדלײנס

גראדע ביים פיטשען האט ער יא געהאט א (וואשינגטאן נעשענעלס) מאסק
באט דאס איז נישט די פאוינט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...

הויעך האט געשריבן:כווייס נישט צו איך זאל שטימען פאר אפציע 2 אדער 3
אבער גוט פאר די דזשאב איזער נישט

צום סוף האב איך געוואויט 2
איך געב אים די בענעפיט אף די דאויט אז ער איז יא א געלונגער דאקטער , אבער א דורכפאל פאר די פאזיציע איז ער זיכער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נעמט איר אן וואס דר. פאוטשי זאגט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הויעך האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:מײן פראבלעם מיט פאוטשי איז אז בעת ער בעהט די המון עם צי בלײבן אינדערהײם גײט ער שפילן אין פיטשען בײ באָל געמיס (אן א מאסק פארשטײט זיך), די חוליקים אין רעכטן װאס די עיליטע האבן זיך גענימען מער װי די המון עם איז אלס געװען א פראבלעם אבער בײ קעראנע האט דאס די מערסטע זיך אנגעזעהן אין פאוטשי איז דער גרעסטער באגאבאָנד אין היפיקריט לגבי די אישו אין די דאבול סדענדערט איז װאס האט געמאכט א קאלטקײט לגבי אױספאלגן די גײדלײנס

גראדע ביים פיטשען האט ער יא געהאט א (וואשינגטאן נעשענעלס) מאסק
באט דאס איז נישט די פאוינט

בײם פיטשען האט ער געהאט אבער בײם פארברענגען בשעת׳ן געים נישט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”