גראמער האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן: פארשטייט זיך אז אויב וועט בכלל נישט זיין קיין גאווערמענט לאקדאונס, וועט קיינער נישט פאלגן, ווייל ס'וועט נישט זיין וואס צו פאלגן. אז מ'הייסט, קען מען כאטש האפן אז געוויסע וועלן פאלגן. והוא פשוט.
טעקסעס האט נישט קיין שום קאראונע רעסטריקשאנס און זיי שטייען בעסער פון אסאך דעמאקראטישע סטעיטס
מיין נקודה איז אז קיינער ווייסט נישט וואס פארשפרייט עכט קאראונע און די לאקדאנס זענען נישט ווירקזאם
דא האסטו די טשארטס
ווילסט מאכן אוקימתא'ס? נישט קיין פראבלעם.. אבער דאס גייט שוין ארויס פון כלל סייענס אריין צום טערעטאריע פון טעאריעס, ויחי ההבדל
באמת, אויב קוקסטו אביסיל אין די לאקאלע מידיע אין טעקסעס זעהסטו אן אנדערע בילד. א שטוידע ווייזט אז איבער 50% פון טעקסעס איינוואוינער וועלן זיך נאך האלטן מיט מאסקעס און סאשעל דיסטינסינג ביז די סי-די-סי באשטעטיגט אז עס איז מער נישט קיין פראבלעם.
עטליכע טעג נאכדעם וואס די גאווערנאר האט אראפגענומען די מאסק מאנדעיט איז א פרוי ארעסטירט געווארן פאר׳ן נישט ווילן אנטוהן א מאסק אין א באנק.
עטליכע גרויסע ביזנעס פארזאמלונגען זענען געווארן אפגערופן צוליב דעם וואס די אנפירער האבן מורא געהאט אז מענטשן וועלן קומען אן מאסקעס ווייל די גאווערנער פארלאנגט עס שוין נישט, און עס וועט צוברענגן א פארשפרייטונג פון די וויירוס.
בקיצור וואס מען זעהט איז אז די המון עם אין טעקסעס איז בכלל נישט אויף די זעלבע פעידזש פון וואס דו שרייבסט דא, און מאסקעס ווערן דארט פארלאנגט פון רוב ביזנעסער, און מען האלט זיך צו סאשעל דיסטינסינג.
איך ווייס נישט וועלכער שטודיע דאס איז, אבער איך מיין אז איך האב רעכט צו צווייפלען דערין.