ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אמת ואמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:39 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אמת ואמונה »

מוצש"ק פה י"ם
שמעתי מבנו של רבי שלום. שכל הסיפור מצוץ מהאצבע. ובכלל החליפו גברא בגברא. הזכירו אותו אצל הרב מקאשוי זצ"ל וענה משהו בדומה. ואין לזה שום שייכות לטאהש.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך עובדיה »

ס'הייבט אן ווערן אינטערסאנט...
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך נישטאמת »

איך ווייס נישט פארוואס דע אשכול איז נאך אפען
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אני-הק' האט געשריבן:ר' יצחק ניימאן פון די אלטע גבאים פון טאהש'ער רבי האט שוין דערציילט די מעשה א לאנגע צייט צוריק אז דער רבי האט געזאגט אז טראמפ וועט אים באפרייען.


ווארשיינליך האט ער דאס געהערט פון רעביצין לייפער וואס האט עס געהערט פון איינעם פון "משפחה" .. אין צימער בשעת מעשה איז ר' יצחק נישט געווען

ר' שלום ווייס האט געהאט שייכות מיט טאהש'ער רבי נאך אסאך פאר ער איז ארעסטירט געווארן און ער בייגעשטייערט פארן רבי'ן פאר זיינע צדקות.
אויך האט ר' שלום געהאט געלט שייכות מיט די דאן 'ביזנעסמאן טראמפ',


נישט אמת, שלום האט קיינמאל נישט געגעבן קיין געלט פאר טאהש, ווי אויך האט ער נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות מיט די דאן ביזנעסמאן טראמפ

ממילא האט טאהש'ער רבי געוואוסט פון די נאמען טראמפ, און אויך אז עס וועט זיין א ישועת ה' מיט יארן ארום ווען בדרך הטבע וועט אים טראמפ אויסלייזן, (איך מיין אז טאהש'ער רבי האט נישט דאן געזאגט אז טראמפ וועט נאך אמאל זיין פרעזידענט).


מיין מיר נישט אזוי, די רבי האט נישט דערמאנט טראמפ ברמז ורמיזא, די מענטשן וואס זענען געווען אין ציממער בשעת מעשה לעבן נאך עמו"ש און די קענסט זיי אנרופען אויב ווילסטו וויסן די אמת.

גראדע ר' יצחק ניימאן האט דערציילט נאך א מעשה בשייכות ר' שלום מיט טאהש'ער רבי, וואס עס שטימט שוין פ"וו די משפחה איז נישט אזוי צופרידן פון די מעשה אז טאהש'ער רבי האט געזאגט אז טראמפ וועט אים באפרייען.


ס'שטימט נישט ווייל די משפחה האט אלע יארן געוויסט אז הילערי וועט איהם באפרייען, און לויט די לאקש פון ר' יצחק וואלטן זיי דאס אויך נישט געדארפט פארציילן.

בקיצור האלטס ענק שטארק אן אין דעם ציקער שטריק און קעמפט ווייטער פאר א פאלשע מעשה לעשות נחת רוח לצדיק זי"ע
ס'וועט אייך גארנישט העלפן, די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט און ס'איז שוין אויפגעדעקט געווארן די פאלשקייט דערפון.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אני-הק' »

אמת ואמונה האט געשריבן:מוצש"ק פה י"ם
שמעתי מבנו של רבי שלום. שכל הסיפור מצוץ מהאצבע. ובכלל החליפו גברא בגברא. הזכירו אותו אצל הרב מקאשוי זצ"ל וענה משהו בדומה. ואין לזה שום שייכות לטאהש.

איינער האט באוואכט דעם טאהשער רבי'ן 24 שעה אין יענע תקופה צו וויסן אז ער האט נישט געזאגט די ווערטער? אויב איינער ווייסט נישט איז נישט קיין סתירה אז ס'זאל האבן געווען, ווילאנג ס'איז נישט דא קיין כשר'ע עדים זוממים ביי א כשר'ע בית דין בישראל, און אז קאשויער רבי זצ"ל האט געזאגט ענדליך, האט מען נאך א מעשה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט, ס'מאכט נישט קיין מעשה אויס.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך סאכדעס »

אני-הק' האט געשריבן:
אמת ואמונה האט געשריבן:מוצש"ק פה י"ם
שמעתי מבנו של רבי שלום. שכל הסיפור מצוץ מהאצבע. ובכלל החליפו גברא בגברא. הזכירו אותו אצל הרב מקאשוי זצ"ל וענה משהו בדומה. ואין לזה שום שייכות לטאהש.

איינער האט באוואכט דעם טאהשער רבי'ן 24 שעה אין יענע תקופה צו וויסן אז ער האט נישט געזאגט די ווערטער? אויב איינער ווייסט נישט איז נישט קיין סתירה אז ס'זאל האבן געווען, ווילאנג ס'איז נישט דא קיין כשר'ע עדים זוממים ביי א כשר'ע בית דין בישראל, און אז קאשויער רבי זצ"ל האט געזאגט ענדליך, האט מען נאך א מעשה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט, ס'מאכט נישט קיין מעשה אויס.

יא כ'מיין אז דאס שטערקסטע אינהאלטרייכסטע תגובה פיל מיט תוכן און צדק וואס איך האב נאר אמאל געזען אויף אייוועלט אום יארע 2021
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

העי, קאם אריבער אפאר טעג. געב 2021 א טשענס!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

נישטאמת האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דע אשכול איז נאך אפען


קיינער צווינגט דיר נישט דא צו זיין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך farshlufen »

קיין אהנונג פארוואס מ'טענה'ט זיך נאך דא, הכל מודים אז ביידע צדדים האבן שוין פונקטליך אלעס מסביר געווען.

א גוטע וואך [א גוט יאר], א לעכטיגע וואך, א פריילעכע וואך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך ראש לימבא »

מ'טענהט זיך דא ווער ס'וועט האבן די לעצטע ווארט פאר מ'פארשפארט דיע אשכול
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אני-הק' »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אני-הק' האט געשריבן:ר' יצחק ניימאן פון די אלטע גבאים פון טאהש'ער רבי האט שוין דערציילט די מעשה א לאנגע צייט צוריק אז דער רבי האט געזאגט אז טראמפ וועט אים באפרייען.

ווארשיינליך האט ער דאס געהערט פון רעביצין לייפער וואס האט עס געהערט פון איינעם פון "משפחה" .. אין צימער בשעת מעשה איז ר' יצחק נישט געווען,

רביצין לייפער האט עס געהערט פון איהר ברודער דעם רבי'ן בעצמו, בעת ווען זי איז אריין צום רבי'ן מיט די רביצינ'ס שוועסטער אשת ר' ליפא ווייס (א קרוב מיט ר' שלום) וועלנדיג הערן פון רבי'ן וואס ער זאגט צו די אומדערהערטע איבער 8 הונדערט יאר טורמע וואס ר' שלום האט באקומען, האט דער רבי דעמאלט'ס געזאגט, אז טראמפ וועט אים נאך אויסלייזן (צו באפרייען). - בריא ושמא, בריא עדיף.

ר' שלום ווייס האט געהאט שייכות מיט טאהש'ער רבי נאך אסאך פאר ער איז ארעסטירט געווארן און ער בייגעשטייערט פארן רבי'ן פאר זיינע צדקות.
אויך האט ר' שלום געהאט געלט שייכות מיט די דאן 'ביזנעסמאן טראמפ',

נישט אמת, שלום האט קיינמאל נישט געגעבן קיין געלט פאר טאהש, ווי אויך האט ער נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות מיט די דאן ביזנעסמאן טראמפ

דו האסט אים נאכגעקוקט פיר און צוואנציג שעה א טאג אז ער האט נישט געגעבן געלט? פאקטיש איינע פון זיינע זאכן איז געווען, אז ער האט ער מנדב געווען אסאך געלטער איבערצופרישן די ... אין טאהש.

ממילא האט טאהש'ער רבי געוואוסט פון די נאמען טראמפ, און אויך אז עס וועט זיין א ישועת ה' מיט יארן ארום ווען בדרך הטבע וועט אים טראמפ אויסלייזן, (איך מיין אז טאהש'ער רבי האט נישט דאן געזאגט אז טראמפ וועט נאך אמאל זיין פרעזידענט).

מיין מיר נישט אזוי, די רבי האט נישט דערמאנט טראמפ ברמז ורמיזא, די מענטשן וואס זענען געווען אין ציממער בשעת מעשה לעבן נאך עמו"ש און די קענסט זיי אנרופען אויב ווילסטו וויסן די אמת.

איך מיין אז ער האט נישט געזאגט אז ער וועט זיין פרעזידענט, אבער איך ווייס אז ער האט געזאגט 'טראמפ', אדרבה זאג די נעמען ווער נאך ס'איז געווען אין שטוב, איך וועל זיי אנרופן איבערפרעגן

גראדע ר' יצחק ניימאן האט דערציילט נאך א מעשה בשייכות ר' שלום מיט טאהש'ער רבי, וואס עס שטימט שוין פ"וו די משפחה איז נישט אזוי צופרידן פון די מעשה אז טאהש'ער רבי האט געזאגט אז טראמפ וועט אים באפרייען.

ס'שטימט נישט ווייל די משפחה האט אלע יארן געוויסט אז הילערי וועט איהם באפרייען, און לויט די לאקש פון ר' יצחק וואלטן זיי דאס אויך נישט געדארפט פארציילן.
ס'איז נישט קיין לאקש פון ר' יצחק, ס'איז נאר אז לויט אפעס א מעשה, שטימט שוין פאר 'מיר' פ"וו די משפחה איז נישט צופרידן, ס'מוז נישט זיין אז זיי זענען טאקע נישט צופרידן,

אפשר האבן זיי סתם נישט געוואוסט פון דעם רבינ'ס ווערטער וועגן טראמפ, און דאס מיינט נאך נישט אז אויב מ'ווייסט נישט, מיינט אז ס'איז נישט געווען, (כהנ"ל)

בקיצור האלטס ענק שטארק אן אין דעם ציקער שטריק און קעמפט ווייטער פאר א פאלשע מעשה לעשות נחת רוח לצדיק זי"ע
ס'וועט אייך גארנישט העלפן, די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט און ס'איז שוין אויפגעדעקט געווארן די פאלשקייט דערפון.

אדרבה, איך בין גרייט צו הערן די אמת, אויב דער אמת איז אנדערש, איך וויל טאקע הערן די פרטים פון דיר וויאזוי די האסט געהערט פון די משפחה, און וויאזוי די משפחה ווייסט אז ס'איז נאר אמת וואס זיי זאגן, און איך וויל הערן וואס די אויפגעדעקטע פאלשקייטן זענען. איך קעמפף פארן אמת! און אויב די אמת איז אנדערש וועל איך זאגן ברבים אנדערש.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך zibala »

farshlufen האט געשריבן:קיין אהנונג פארוואס מ'טענה'ט זיך נאך דא, הכל מודים אז ביידע צדדים האבן שוין פונקטליך אלעס מסביר געווען.

א גוטע וואך [א גוט יאר], א לעכטיגע וואך, א פריילעכע וואך.

איי עגרי יעדער איז גערעכט און לאזטס לעבן
שבעה מי יודע!?
יוד
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך יוד »

ראש לימבא האט געשריבן:מ'טענהט זיך דא ווער ס'וועט האבן די לעצטע ווארט פאר מ'פארשפארט דיע אשכול


בס"ד

מוצש"ק בא א זמן וואס ס'אין אן ענין צי פארציילען "אמת'ע" סיפורי צדיקים...
איך האב נאנטע קשרים מיט טאהש איך האב אנגעהויבן נאבציגיין די מעשה עד שידי יד כהה מגעת איך בין נאך נישט פארטיג
איך האב נאכנישט דערגרייכט אפאר מענטשען וואס זענען געוועהן בשעת מעשה ( ס'קען גאר זיין עס איז געוועהן מער ווי אן איינמאליגע הזכרה ביי טאהשע רבי...)

איך וויל קודם מיטטיילען וויפוהל איך האב געהערט

קודם האב איך פריער גערעדט צי הר"ר ישיע' טירנויער שליט"א ער האט באשטעטוגט אז ס'איז אמת אז זיין באבע האט שוין געזאגט בעפאר טראמף האט געוואנען אז טראמף וועט זיכער געווינען על סמך וואס זי האט ערשטהאנטיג געהערט בשם איר גרויסען ברידער אז טראמף וועט באפרייען ר' שלום ווייס!
אויך האט ער באשטעטוגט אז זי האט עס נישט געהערט מפי אחיו נאר פין א קרוב פין ר' שלום... נאך א וויכטיגע נקודה זי איז געוועהן ביים קלארען דעת אין געהאט א קלארן זכרון עד יום מותה = בערך 4 יאר נאכדעהם וואס זי האט דאס פארציילט פאר איר אייניקלעך... איך האב געריפען אפאר חבירים פין טאהש איך בין נישט געווארען ציפוהל קליגער די מערסטע וואס איך האב געהערט פין איינעם איז געוועהן אז ער האט שוין געהערט פין די מעשה אלס בחור ער האט שוין חתונה געהאט 16 יאר צירוק אבער ער האט נישט געקענט באשטעטיגען א צעפרידענשטעלענדע מקור איך האב גערופען נאך אייניקלעך פין רעבעצין לייפער זיי האבן געזאגט אז זי האט עס געהערט פין "ר' ליפא" ווייס'ס ע"ה ווייב אדער טאכטער ער איז א פעטער פין ר' שלום וואס האט געוואוינט אסאך יארן אין טאהש! איך האב געהערט פין צוויי נעמען וואס זענען געוועהן אין שטוב חוץ די משפחה "נישט די גבאי ר' יצחק ניימאן" איינעם האב איך געריפען ער לאט מיך דערווייל נישט זאגען זיין נאמען אין ער זאגט זייער קלאר אז ער געדענקט ווי היינט צוויי זאכען וואס די רבי האט געזאגט איינס ווען מען האט אים געפרעהגט צי ר' שלום זאל אנטלויפען האט די רבי געזאגט ניין ער זאל נישט אנטלויפען מ'וועט אים כאפען! צוויי צום סוף שמועס האט די רבי זיך אנגעריפען "ווען טראמף וועט זיין פרעזעדענט וועט ער אים אפשר באפרייען"... ער זאגט מיך ער האט ממש נישט פארשטאנען וואס אין פין וועהם די רבי רעדט ער איז דעמאלטס געוויאויר געווארען פין עפעס א ביזנעסמאן פין ניו יארק וואס הייסט טראמף... ער זאגט מיך ווען ער האט געהערט אז טראמף לויפט האט ער געזאגט זיין ברידער אז ער ווייסט פין טאהשע רבי אז ער גייט געווינען
די זעלבע ווען מען האט אימפיטשט טראמף זאגט ער ער איז געוועהן זיכער אז ער בלייבט פרעזידענט ווייל ר' שלום איז נאך אין תפוסה !

אויך זאגען זיי ס'איז שטארק מסתבר אז מען האט ניטטאמאל דאס איבער געזאגט פאר די נאנטע פין ר' שלום וואס דאס איז דאן געוועהן ווייט פין חיזוק אין ווייט פין פארשטענדלעך...

בנוגע די רבי זאל האבן געזאגקט "אז די מיסעס וועט אים באפרייען" וועם איך האב געפרעגט זאגען אז ס'איז שטארק נישט מסתבר 1 די רבי האט נישט געזאגט "מיסיס" ס'איז נישט געוועהן בכלל זיין שפראך איינער זאגט מיך ס'איז אזויווי איינער זאל דיך זאגען אז די רבי זי"ע אדער סקווירע רבי ז"ל זאלן זיך אויסדריקען לדוגמה בעיסבא"ל וואס מ'קען דיך נישט אויפווייזען אז ס'נישט אמת לא שמענו אינו ראיה אבער שטארק נישט מסתבר 2 ער איז געלאפען אנטקעגען קלינטען אויב זאל די רבי האבן איר געמיינט וואלטען די אידען אין רעבעצין לייפער געדארפט וויסען אין זאגען פארקערט ממילה איז די ווערסיע לכאורה א טעות ... אבער וויבאלד איך האב נאנישט געכאפט די צווייטע איד וואס איז דארט געוועהן אין אויך נישט קיינעם פין ר' ליפא'ס קינדער ווייס עך נישט קלאר אפשר וועלען זיי וויסען מער אדער מסביר זיין עפעס אדער מער אויסקלארען א ווארט אד"ג בכלל אין לסברות סוף אויב אין פאקט האט די רבי יא געזאגט נעמט די פאקט איבער אלע סברות... איף האף זייער אנציקומען צי נאך ערשטהאנטיגע מקורות!
די עיקר איז אונז זאלען שוין אלע אויסגעלייזט ווערען בב"א
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

תגובה דורך איך הער נישט »

איז דא נאך איינעם וואס די טאהשע מעשה טענהריי גייט אויף די נערווען?
אגב הרב סטאוו איך זעה נישט וואס דאס איינרייסן שוין כמעט א וואך צו די מעשה איז יא אדער נישט אמת האסט געזאגט דיין ווערסיע געפארן ווייטער
און סתם אזוי קימסטו אריין ווי א שטיקל אפטרופס פון ר' שלום די מעשה פון וועלוול שמעלצער איז לכאורה נישט אמת הגם ער האט עס געהערט פון ר' שלום היות די האסט עס נישט געהערט דערווייל
די בריוו איז געחתמט פרייטאג הגם עס איז דעיטעד דינסטאג
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מען קען אפשר סטאפען מיט פארמאכען אנדערע מענטשען די מויל? יעדער האט ליב צו דיסקוסירען עפעס אנדערש, אז ס'שמעקט דיר נישט די שמועס סקיפ איט, אזוי ווי דו טוסט עניוועי מיט די אלע נושאים אויף אייוועלט וואס צוהט דיר נישט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אוהב ספרים »

ליהוי ידוע, אפילו סטאוו האט געמאכט א טעות בנוגע די חתימה, האלט איך פונקט ווי איהם אז די מעשה מיט טאהעשע רבי איז הוילע דמיונות
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך KEWL »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:מען קען אפשר סטאפען מיט פארמאכען אנדערע מענטשען די מויל? יעדער האט ליב צו דיסקוסירען עפעס אנדערש, אז ס'שמעקט דיר נישט די שמועס סקיפ איט, אזוי ווי דו טוסט עניוועי מיט די אלע נושאים אויף אייוועלט וואס צוהט דיר נישט.

פארוואס פריבירסטו אים פארמאכן די מויל, יעדער האט ליב עפעס אנדערש, און ער האט ליב צו שרייען אז מען זאל סקיפען די טענעהרייען
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

האב איך געווארט צו זעהן ווער וועט זיין די פיקח...

א גוטס אבער ההבדל מובן.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך הענדימען »

KEWL האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:מען קען אפשר סטאפען מיט פארמאכען אנדערע מענטשען די מויל? יעדער האט ליב צו דיסקוסירען עפעס אנדערש, אז ס'שמעקט דיר נישט די שמועס סקיפ איט, אזוי ווי דו טוסט עניוועי מיט די אלע נושאים אויף אייוועלט וואס צוהט דיר נישט.

פארוואס פריבירסטו אים פארמאכן די מויל, יעדער האט ליב עפעס אנדערש, און ער האט ליב צו שרייען אז מען זאל סקיפען די טענעהרייען

די זכות זאל דיר ביישטיין. ווייסט ווי לאנג ער ווארט אויף דיר? זיין פיס טוט שוין וויי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך קארן »

א גוט מארגן, היינט איז א פרישע טאג.....

קרעדיט: עפעס א אלטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן....
יוד
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך יוד »

אוהב ספרים האט געשריבן:ליהוי ידוע, אפילו סטאוו האט געמאכט א טעות בנוגע די חתימה, האלט איך פונקט ווי איהם אז די מעשה מיט טאהעשע רבי איז הוילע דמיונות

אויף וואס איז דיין האלטען געבויט?
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך מתמודד »

אני-הק' האט געשריבן:
אמת ואמונה האט געשריבן:מוצש"ק פה י"ם
שמעתי מבנו של רבי שלום. שכל הסיפור מצוץ מהאצבע. ובכלל החליפו גברא בגברא. הזכירו אותו אצל הרב מקאשוי זצ"ל וענה משהו בדומה. ואין לזה שום שייכות לטאהש.

איינער האט באוואכט דעם טאהשער רבי'ן 24 שעה אין יענע תקופה צו וויסן אז ער האט נישט געזאגט די ווערטער? אויב איינער ווייסט נישט איז נישט קיין סתירה אז ס'זאל האבן געווען, ווילאנג ס'איז נישט דא קיין כשר'ע עדים זוממים ביי א כשר'ע בית דין בישראל, און אז קאשויער רבי זצ"ל האט געזאגט ענדליך, האט מען נאך א מעשה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט, ס'מאכט נישט קיין מעשה אויס.

מדארף נאר דן זיין צו מען נעמט אן על פי הלכה אז "ספק מופת-מופת", און מען קען ארויסגעבן צענדליגע פרישע בענדער פון סיפורי צדיקים מספק [פארשטייט זיך ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין עדים וואס זאגן פארקערט.....].
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: ברוך מתיר אסורים! - ר' שלום ווייס הי"ו באפרייט פון טורמע - ז שבט תשפ"א

תגובה דורך אני-הק' »

מתמודד האט געשריבן:
אני-הק' האט געשריבן:
אמת ואמונה האט געשריבן:מוצש"ק פה י"ם
שמעתי מבנו של רבי שלום. שכל הסיפור מצוץ מהאצבע. ובכלל החליפו גברא בגברא. הזכירו אותו אצל הרב מקאשוי זצ"ל וענה משהו בדומה. ואין לזה שום שייכות לטאהש.

איינער האט באוואכט דעם טאהשער רבי'ן 24 שעה אין יענע תקופה צו וויסן אז ער האט נישט געזאגט די ווערטער? אויב איינער ווייסט נישט איז נישט קיין סתירה אז ס'זאל האבן געווען, ווילאנג ס'איז נישט דא קיין כשר'ע עדים זוממים ביי א כשר'ע בית דין בישראל, און אז קאשויער רבי זצ"ל האט געזאגט ענדליך, האט מען נאך א מעשה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט, ס'מאכט נישט קיין מעשה אויס.

מדארף נאר דן זיין צו מען נעמט אן על פי הלכה אז "ספק מופת-מופת", און מען קען ארויסגעבן צענדליגע פרישע בענדער פון סיפורי צדיקים מספק [פארשטייט זיך ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין עדים וואס זאגן פארקערט.....].

בריא ושמא בריא עדיף, אויב איינער ווייסט פאר זיכער און איינער איז מסופק איז דער זיכערער דער געווינער,(אויסער אויב איז עס אנטקעגן שו"ע).
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

תגובה דורך קרייסלער »

פשוט, די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל. פון ווי די גיהינום האט טאהשער רבי א קדוש אלוקי מובדל ומופרש מעולם הזה געוויסט צו זאגן פון דעם נידריגע גוי פון ניו יארק וואס זיין גאנצע פאפולעריטי איז דעמאלטס געווען פון זיין שמיציגע טי ווי שאו????

איינער וואס פארציילט עס נאך האט אדער נישט געקענט דעם רבין אדער רעדט ער זיך איין אז דאס איז להגדיל שמו

אפילו ווען צוויי עדים כשרים וועלן קומען זאגן אז זיי זענען אנוועזענד געווען בשעת מעשה איז עס א גרויסע פלא, וכש"כ ווען די מעשה פארט ארום איש מפי פיש אינאך דא ניקס וואס פארשטייען נישט פארוואס די מעשה איז בעלאוני
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ר' שלום ווייס הי"ו - איבערן מופת ממרן אדמו"ר הק' מטאהש

תגובה דורך sheetrock »

קרייסלער האט געשריבן:פשוט, די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל. פון ווי די גיהינום האט טאהשער רבי א קדוש אלוקי מובדל ומופרש מעולם הזה געוויסט צו זאגן פון דעם נידריגע גוי פון ניו יארק וואס זיין גאנצע פאפולעריטי איז דעמאלטס געווען פון זיין שמיציגע טי ווי שאו????

איינער וואס פארציילט עס נאך האט אדער נישט געקענט דעם רבין אדער רעדט ער זיך איין אז דאס איז להגדיל שמו

אפילו ווען צוויי עדים כשרים וועלן קומען זאגן אז זיי זענען אנוועזענד געווען בשעת מעשה איז עס א גרויסע פלא, וכש"כ ווען די מעשה פארט ארום איש מפי פיש אינאך דא ניקס וואס פארשטייען נישט פארוואס די מעשה איז בעלאוני

צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייסעך נישט אבער דיין טענה איז זיכער נישט אמת. איי געס דו ביזט קיינמאל ביי דעם יוד נישט געווען
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”