שיינער חלום האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די מעשה מיט טאשע רבי איז אמת?
איך בין אויך געוועהן זייער נייגעריג צו וויסען עס איז א מעשה פלא עד למאד
איך האב מיך נישט געפוילט - איבער געהערט וועלוול'ס אינטערוויו אויף קול מבשר פון אפאר וואכן צירוק, ער פארציילט אז האט עס געהערט פון דעלאטינער רבי, איך קען מיך מיט אים און איך האב איך אים גערופען, האט ער מיר געזאגט ער האט עס געהערט פון ר' ישעי טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנסי - דיקעיטער
האב איך מיך נישט געפוילט און גערופען ר' ישעי' שליט"א האט ער קאמפערמד אז פינקליך אזוי טאקע איז געועהן די מעשה:
ער איז א אייניקל פון רביצין לייפער ע"ה די שוועסטער פון טאהשע רבי זצ"ל זי האט אים פארציילט "איידער טראמפ איז געווארן פרעזידענט" אז זי ווייסט אז טראמפ וועט זיין פרעזידענט!
און זי האט אים געזאגט אז איר ברידער די רבי זצ"ל האט געזאגט פאר די ווייב - אדער א שוועסטער - פון ר' שלום דעמאלטס ווען מ'האט אים איינגעזעצט, די ווערטער "ווען טראמפ וועט זיין פרעזידענט ווען ער אים ארויסנעמען"
ממילא ווייסט זי אז ער וועט סוכ"ס זיין פרעזידענט - און פארשטייט זיך ר' שלום וועט דענמאלץ ארויסקומען
ער האט מיר אויך געזאגט אז ער ווייסט די משפחה פארוואסערט די מעשה.
סיי הרה"ג ר' ישעי' שליט"א און סיי זיין באבע ע"ה איז זייער א שטארקע מקור פאר די מעשה.
און נניח פיטא'ס נוסח אז די רבי האט גערעדט פון עפעס א מיסיס (משפחת פרעזידענט) וואס וועט אים ארויסנעמען איז אויך נישט פשוט, דהיינו ער האט געזאגט אז עפעס א פרעזידענט וועט אים באגנאדיגען נאכדעם וואס מ'האט אים פאראורטייל פאר 839 יאר און וכך הווא איז אויך א פלא
דער עיקור איז אז ער איז אינדרויסען ב"ה