זיסע פיש האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:BREAKING: Joe Biden signs executive action to rejoin Paris Climate Accord "as of today."
צוריק צו די סארט פאליסיס וואס דערשטיקן אמעריקאנער דזשאבס, אויסגעבן טריליאנען דאלארן. אין דער זעלבער צייט וואס אנדערע לענדער מאכן שמוציג דעם פלאנעט. וואס אפילו יעדער אין דעם אקאורד זאל זיך ווען האלטן דערצו טוט עס כמעט כמעט זעראו אויף.
דזשאב וועל דאן מיסטער ביידען!
איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך? אדער איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט? די רעכטע מידיע האט אליין געזאגט אז צענדליגע קאמפעניס האבן שאדן געהאט געלט פון דעם, איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך, דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער, וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין, אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
קעפאטעליזם איז זייער גיט, אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור, און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען, און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.[
איך האב אזוי ליב די תגובה ספעציעל ווייל איך גלייב אז עס איז געשריבן געווארן מיט פונקטליך זערא וויסנשאפט אינעם חלק פונעם ענערדזשי אינדוסטרי און מען מיינט אז די גאנצע זאך יאיז בלויז אביסעלע קלין אפ פון לופט דורך די געז קאמפעניס
יעצט שורה ביי שורה
איך וויל אייך פרעגן איר האט באמת שאדן געהאט פון דער אפמאך?
אויב וואוינסטו אין ניו יארק איז ווארשיינליך דער תירוץ אז יא און ביג טיים
אויב וואוינסטו אין ניו יארק סיטי וואס זיי האבן באשלאסן נאכצוקומען די דאזיגע סטאנדארט נאך אפילו אונטער די טראמפ אדמינסטראציע איז אויך דער תירוץ א ווארשיינליכע יא
אויב טוסטו קאנסטראקשן אין ניו יארק סיטי, איז דער תירוץ שווערע שווערע טויזנטערס שאדן פער דזשאב סייט עט עי מינימום
אויב ווילסטו דוקא דער נמשל (נישט די משל) וויל איך קודם וויסן אויב די האסט שוין אמאל געהערט פון די טערמינען:
LEED / LEED Certification
Net Zero Building
ASHRAE
NYSERDA
Urban Green Council
ועוד ועוד
איר קענט בכלל איינעם וואס האט שאדן געהאט?
א עוורידזש הויז פון 1200-1500 ספ פוטפרינט אויפן דאך קומט צו ערגעץ צווישן 20-40 אלפים עקטשועל קאנסטראקשן קאסט אין די סיטי
סאפט קאסט נאך א צענער מינימום
ווער צאלט פאר דעם?
איך וויל דיר זאגן אז דארפסט נישט מורא האבן קיינער גייט נישט באנקראט פון דער אפמאך
דאס איז לאו דוקא אבער פון א ביזנעס פערספעקטיוו קענסטו העכסטנס טענה׳ן אז עס עפנט אויף אנדערע אינדוסטריס וי איז עס א נעט געין? קען זיין. פונקט ווי טעסלא ליידט נישט צופיל פון די ענערדזשי רעגולעשנס ווייל זי האלטן שוין סאך ווייטער
דאס איז און גאנצן געמאכט אז גרויסע קאמפעניס וואס מאכן מיליאנען זאלן האבן אביסל אחרית און נישט אריין פאמפן שעדליכע גאז און די לופט אדער שעדליכע סופסטאנצן אונעם וואסער
ווי אויך אז מען זאל נישט קענען בויען א נעטשורעל געז פייפליין און ניו יארק סטעיט וואס האט צוגעברענגט צו א סטעיטווייד געז מאראטאריום פאר נייע קאננעקשענס פאר א שיינע פאר חדשים פון שנת תשע״ט העעל״ט.
והיינו טעמא דקיסטאון פייפליין והיינו טעמא אז עלעקריק און געז בילס גייען פיין ארויפפארן
אין אמעריקע והיינו טעמא אז יעצט איז געז היבש ביליגער ווי ימי אבאמא וכדומה וכדומה
וואס ניין איך רעד מיך נישט איין אז דער וועלט גייט חרוב ווערן דערפין
so whats the problem
אבער וואס יא די שעדליכע קרענק וואס דאס ברענגט און די נישט נערמאלע פארנעם וואס דער ביטערע מחלה רייסט אוועק מענטשן פון דער וועלט אדאנק די קאמפעניס וואס חיץ פון מאכן געלט טראכטן זיי פון גארנישט.
די פאריזע עיקארדס און די קיאטא פראטאקאלס און סי או פי1 ,סי או פ 2 אויף וואס די אלע זאכן זענען געבעיסד האט זירא שייכות מיט געזונט אדער קרענק און דאס האט דירעקטלי מיט די אי פי עי
צופעליג אונטער די אי פי עי ווערן די זאכן אויסגעמישט און איין פעקל אבער עס האט בעיקר מיט קארבאן עמישנס און גרינהויז געזעס
אן עי סייד נאוט, אויב מאכט מען קעפ ענד טרעיד מה הועילו חכמים בתקנתם אויפן ח
לק הגעזונט?
קעפאטעליזם איז זייער גיט,
עס איז אבער צופעליג אן אינטערסאנטע זאך ווי די קעפ ענד טרעיד חברה און די ספרעד די ו
ועלטה חברה האבן זיך צאמגעטראפן
אבער דאס נישט א רעליגיע און וואס מען דארף גלייבן יהרוג ועל יעבור
therefore
און די ריגיראנג זאל און דארף זיכער מאכן וואס די חברה טיען,
לגבי עצם שאדן מאכן די ענוויראנמענט ביזטו גערעכט אבער וואס מיינט שאדן מאכן די ענווייראנמענט, וואס איז די סאלושן און אויב די סאלושן איז טאקע א ריכטיגע סאלושן ענד עט וואט פרייס איז שוין א צווייטע זאך והוא הדין וויפיל פאוער האט די רעגירונג אויף צו מאכן אזעלכע דעסישנס?
why not the green new deal ? why stop at paris ?
און קים מיר נישט זאגן אז אמיריקע איז נישט מחיוב אוועק צו געבן אזוי סאך מער ווי פון אנדערע לענדער, ווייל ווי לאנג די האסט נישט קיין פראבלעם אז אמיריקע טיילט ריזיגע געלטער פאר די גאנצע וועלט זאלסטו נישט האבן א פראבלעם מיט דעם, עפעס מעג דאך אמיריקע צאלן פאר אירע בירגער אויך.[
make up your mind
צאלט מען פאר אנדערע לענדער אדער פאר אמעריקאנע בירגער ?
אויב רעדסטו פון אמעריקאנער בירגער איי רעסט מיי קעיס
פאר אנדערע לענדער איז מיין שאלה ווי פאלגענד:
וואס פארדינט אמעריקע דערפון ?
אויב אמעריקע פארדינט איז די נעקסטע קשיא, וויפל איז דער פרייז דערפון ווערט ?