פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט א ביזנעסמאן אין אנדערע עק אמעריקא, ער זאגט מיר אז ער גלייבט אז איך פארשטיי אויך אז אמעריקא באשטייט פון פאטריאטן ווס קאמיס, ווייל ער האט אפגעהאקט מיט יעדן וואס האלט נישט אזוי, אפילו זיין יוגענט פריינט פון 50 יאר רעדט ער מער נישט, ב"ה איך דריי מיך אויף אייוועלט און געוויסט וואסערע עקסטרעמע אנשויאינגען איך דארף גלייבן...
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
דממה דקה האט געשריבן:יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט א ביזנעסמאן אין אנדערע עק אמעריקא, ער זאגט מיר אז ער גלייבט אז איך פארשטיי אויך אז אמעריקא באשטייט פון פאטריאטן ווס קאמיס, ווייל ער האט אפגעהאקט מיט יעדן וואס האלט נישט אזוי, אפילו זיין יוגענט פריינט פון 50 יאר רעדט ער מער נישט, ב"ה איך דריי מיך אויף אייוועלט און געוויסט וואסערע עקסטרעמע אנשויאינגען איך דארף גלייבן...
מגלגלין זכות ע״י זכאי
מיט די מעשר פונם געשעפטל קען מען מהנה זיין דעים ציבור צו אפגרעידן דעים וועלטל?
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
נפשי חמדה האט געשריבן:נקודהלע האט געשריבן:זייט 1: ס'דאך ליגאל! ער מעג אויסדירקן זיין מיינונג.
זייט 2: ס'איז אבער אומארליש! א סכנה אויף דעמעקראטיע...
-
זייט 2: זיי מעגן! ס'ליגאל! זיי זענען א פריוואטע קאמפעני.
זייט 1: אבער זיי דריקן אינטער דעמעקראטיע און פרייהייט פון אויסדירק...
וחוזר חלילה כגלגל החוזר, ועל כל גל וגל נענתי ראשי.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
נשמת השכל האט געשריבן:לענ"ד צו דעבאטירן וועמענ'ס פארברעכן עס איז ערגער די בל"מ צו די טראמפ פראטעסטירער - איז נישט אקוראט.
לכאורה דארף מען באטראכטן די טריגער'ס פון אלע ביידן וואס האט זיי געטריבן צו מאכן די ווילדערייען - און לויט דעם פארשטיין און אפשאצן ווי אומריכטיג די זאך איז.
לדוגמא: אויב מען וועט זאגן היינט אז די אמעריקאנער זענען געווען חיות רעות \ טעראריסטן וכו' פאר אנזייען כאאס און מלחמה און צושטערונג איבעראל, און אז 'דזשארדזש וואשינגטאן' איז א העצער צו געוואלטאטן - איז פארשטייט זיך נאנסענס. מען פארשטייט אז וויבאלד זיי זענען געווען געטריבן פון א מיינונג אז זיי ווערן בא-עוולט און דערדריקט ממילא האבן זיי געפילט אז זיי האבן די רעכטן צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס צו טוהן בכדי צו ברענגען יושר וצדק צו זייער זייט.
משא"כ לדוגמא: ווען מען זאל היינט קומען זאגן אז דער מערדער פון פרעזעדענט לינקלאן און די גאנצע מאוומענט וועלעכע האט אים געטריבן צו זיין אקט - איז ריכטיג, וועט מען פארשטיין אז דאס איז נאנסענס, אפילו מען קען קומען זאגן אז; קוק אבער, למעשה האבן זיי געהאלטן אז זיי זענען גערעכט, ממילא מעגן זיי טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, וויבאלד בסך הכל רעדט מען דא פון א פאלעסי וואס דיר געפעלט נישט, הארגעט מען נישט מען אטאקירט נישט וכו'.
לענינינו, ווען מען רעדט פון בל"מ, זייער טענה איז אז מען באגייט זיך צו שטרענג צו שווארצע וכו'. יעצט, קען זיין אז עס איז אזוי אין געוויסע פעלער - איך ווייס נישט, אבער אויב פארשטייט מען אז אזא טענה מאכט גערעכט צו טוהן דאס וואס זיי האבן געטוהן דעם פארגאנגענעם זומער, און זיי הייסן נישט דערפאר קיינע מערדער און ריאטירער, נאר בסך הכל אנגעווייטאגטע מענטשן וועלעכע ווילן פשוט ארויסברענגע זייער ווייטאג.
אויב אזוי, דארף מען אויך קענען פארשטיין די טראמפ פראטעסטירער וואס לשיטתם ווערט דא געטוהן א אומרעכט צו זייער'ס א קאנדידאט בפרט און צו זייער כוח פון אריינוועלן זייערע קאנדידאטן בכלל.
און קום נישט יעצט מיט די טענה אז די בל"מ איז נישט געגאנגען אטאקירן די קעפיטאל און די טראמפ פראטעסטירער יא, ווייל קודם כל די בל"מ זייערע שיך וואלט נישט אויסגעזעהן בעסער [אפשר ערגער], אבער די עיקר פוינט דא איז; אויב האלטן זיי אז מען ברענגט דא אונטער זייער כוח פון דעמאקראטיע, און זיי קומען אהין צום פלאץ ווי מען פירט היצט אדורך א חלק פון די פראצעדור וועלעכע איז לשיטתם אומ-אויסגעהאלטן און דיקטאקטוריש - דאן פון זייער פערספעקטיוו טוען זיי דאס ריכטיגסטע וואס שייך!
ער שפירט זיך ווי דער פרייהייט קעמפער - פונקט ווי דער אמעריקאנער וועלעכע וואלט אטאקירט די ענגלישע פארלימענט בימים ההם.
דברים של טעם.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
טוב לב האט געשריבן:ס'איז אימגלויבליך צו זעהן ווי די פאלק ווערט געפירט דורך די מידיע ביי די נאז.
ווען מ'טראכט אריין זעהט מען אז ס'איז פארגעקומען א מאסיווע פראטעסט לטובת טראמפ מיט טויזענטער טויזענטער באטייליגטע און ס'איז כמעט נישט פארגעקומען קיין ווייעלענס, אמת מ'האט טאקע אויפגעבראכען אפאר טירען כדי זיך אריין צובאקומען אינעווייניג אבער גארנישט מער פון דעם. די פראטעסטירער זענען אריינגעקומען נעמען אפאר סעלפיס און זיי זענען אהיים געגאנגען..
אבער די מידיע האט אפגעמאכט אנשטאט צורעדן פון די מאסיווע פראטעסט גייט מען רעדן פון די שוידערליכע ווייעלענס.
און יעדער בלאבעלט עס נאך, טאקע שוידערליך. און די רעפאבליקאנער פארענטפערן זיך אז אפילו ס'איז טאקע שוידערליך איז אבער טראמפ למעשה נישט שילדיג.
די FBI פירט יעצט אדורך א מאסיווע אקציע צו כאפן די שוידערליכע פארברעכער, מיט וואס גייט מען זיי אנקלאגען??
מיט טרעספעסינג!!! What a joke
לאמיר זיך פאר איין מינוט פארשטעלן אויב ס'וואלט געווען פארקערט, ביידן פארלירט צו טראמפ און ס'קומט פאר די פראטעסט לטובת ביידען.
וואס וואלט די מידיע דאן געזאגט?
די מידיע וואלט זיך נישט געקענט כאפן די אטעם ווי אויפגעברויזט די פאלק איז אז טראמפ האט געגאנבעט די אלעקשן. און די דעמאקראטישע סענעטארן וואלט פארפירט אז מ'דארף שוין עפענען א מאסיווע אינוועסטיגעשן אויסציפארשען די אלעקשן, ווייל די פאלק איז דאך אזוי אויפגעברויזט.
זייער ריכטיג.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
farshlufen האט געשריבן:האסט רעכט מיט דיינע הסברים.
אגב בעיני זענען די פאליטישענס וואס האבן גערעכט געגעבן די ב.ל.מ. פלינדערער אסאך ערגערערע פאברעכער ווי די צעלאזטע פערשוינען אויפן גאס, ווייל זיי נוצן אויס א צרת רבים און פארקוקן אויף אלע זייערע כלומ'רשטע ווירדן בלויז פאר פאליטישע פארדינסט, און דערנאך שטעלן זיי נאך אן א פנים ווי די גרעסטע וואוילטעטיגסטע פערזאנען.
און איין ווארט, כל כולו שקר.
100%
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
מטעמים האט געשריבן:גראדע האלט איך אז שאדען מאכען א ביזנעס פאר א פריוואטע מענטש איז ערגער ווי שאדען מאכען פאר די גאווערמענט.
נאר וואס דען, פאליטישענס ווען זיי שרייבען געזעצען האבען זיי נאר זיך אינזין און נישט דעם אייגענטום פון די שווערע ארבייטארערס היים און ביזנעס.
אין די סעריע פון קעראפשען.
ריכטיג, ווייל שאדען מאכען די גאווערממענט מיינט אז מען לאזט אויס דער כעס אוןיף דער גאווערמענט (אמאל בארעכטיגט (ווי די רעוואלוציע פון 1776) און אמאל נישט בארעכטיגט ווי נשמת-השכל האט ערשט מסביר געווען.
אבער שאדן מאכען א פריוואטע מענטש איז בלויז רשעות און אומפארגינישקייט, און אויב דער פריוואטע מענטשן'ס רעכטען זענען גארנישט ביי דיר, טא פארוואס זאל מען זיך רעכענען מיט דיינע רעכטען וואס דו גיבסט נישט יענעם.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך יאנואר 13, 2021 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
פרעגסט זייער גוט
און דער ענטפער ווייסט יעדער, אבער וועט נישט מודה זיין און שרייבען
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
מטעמים האט געשריבן:גראדע האלט איך אז שאדען מאכען א ביזנעס פאר א פריוואטע מענטש איז ערגער ווי שאדען מאכען פאר די גאווערמענט.
נאר וואס דען, פאליטישענס ווען זיי שרייבען געזעצען האבען זיי נאר זיך אינזין און נישט דעם אייגענטום פון די שווערע ארבייטארערס היים און ביזנעס.
אין די סעריע פון קעראפשען.
ווער איז "דער רעגירונג" ? א ציזאמענשטעל פון אסאך יחידים, אסאך איך'ס
אויב מיין סעקיוריטי, מיין פרנסה, מיין געלט, מיין פרייהייט, איז ביי דיר פאליטישאן גארנישט
דאן.. איז אויס גאווערנמענט
ס'ארבעט נישט אזוי אז מפאבריקאדירט זיך אין א סעקיוריטי זאון ווי די קעפיטאל געביידע און מפארגעסט פונעם פשוטן מענטש
ענק פאליטישאנס האבן ציבראכן ענקער גאנצע מעמד מיטן איגנארירן מיין סעיפטי דורכאויס די לעצטע יאר פון ראיאטן
ענק פאליטישאנס טארן נישט זיין א פראצענט העכער פונעם נערישן יחיד, און מיטן אויפלעזן דעם יחיד האט עטץ טעכניש אויפגעלעזט די רעגירונג
די רעגירונג איז בשו"א נישט עפעס א פרישע "אינדעפענדענט" ענטיטי פאר וועלכע איך מוז פארמאגן סיי וועלכע רעספעקט
----------
איך רעד פונעם אמעריקאנער גוי'ס פרעספעקטיוו
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
און וועגען דעם זענען זיי טאקע געקומען מיט די 1776 סלאגען'ס, כדי עס צו מדמה זיין צו דעמאלט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
אגב, מען רעדט און מען רעדט די לעצטע וואך דא פון בלמ, וועמענס סעיפטי האט ווער איגנארירט? איך האב נישט קיין מושג פון וואס עס איז די רעדע
אפגערעדט אז די פעדעראלע רעגירונג האט געטון למעלה מיכולתם, זיך באנוצנדיג מיט געסטאפא טאקטיקן כדי איינצושטילן פרידליכע פראטעסטירער. אבער אפילו סטעיט און לאקאל ווייס איך נישט פון א אינצידענט ווען פאליטישענס האבן באשלאסן צו לאזן די גאסן הפקר. עס זענען געווען אסאך באשולדיגונגען קעגן די פאליציי אז זיי האבן בזדון נישט רעאגירט צו קאלס אין א פרואוו זיך נוקם צו זיין אין די באפעלקערונג און די עלעקטעד אפישעלס און זיי "ווייזן" אז מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן (דיעפ סטעיט בתפארתו), פארשידענע ראיות האבן געוויזן אין די דירעקציע, אבער עס איז נישט פעסטגעשטעלט געווארן קלאר וויפיל איך ווייס.
מען ווייסט פון פעלער אין סיאטעל (וועלכע האט איראניש אויך געטראגן דעם נאמען קעפיטאל דוכט זיך....) און פארטלאנד וואס באאמטע האבן געפאסט א טעקטיקעל דעסיזשאן זיך נישט צו גיין קריגן ראש בראש מיט די פראטעסטירער ווייל עס וואלט זיך געענדיגט מיט שווערע טויטפעלער (די רעגירונג האט שוין עקספיריענס פון וועיקא און ענליכע אינצידענטן אז צומאל איז בעסער צו זיין קלוג און נישט גערעכט) - יש אומרים (טורקס) אז דא ביים קעפיטאל איז אויך דאס געווען די סיבה פאר די פאליצייאישע איינגעהאלטנקייט - אבער די פראטעסטירער אין די פעלער האבן נישט געשטעלט קיינעם אין א סכנה, ניטאמאל פראפערטי דעמעזשעס כמעט. אויב יא, דארף מען טאקע האבן געזעצן אין פלאץ צי די רעגירונג ברויך באצאלן די שאדנס אין אזאלכע פעלער.
ביי דינקינס - בשעת די 91' ראיאטן - האט מען גערעדט אז דאס איז געווען א אפגעשמועסטע זאך צו לאזן די אנגעהעצטע גוים זיך אויסגעבן, אבער עס האט זיך ביטער אויסגעלאזט מיט די שטעכעריי.(איך ווייס אבער נישט צי דאס איז דעמאלטס יא געווען א קראנטע זאך) איך שטעל זיך פאר אז אין די פעלד פון פאליסינג איז דא אזא סארט מהלך פון "זיך לאזן אויסגעבן דער כעס" , אבער אן באקומען די צושטימונג דערצו פון די וועלכע גייען ליידן פון דעם איז דאס געפערליכער שריט. מעגליך אז דאס איז פון די זאכן וואס מען ווינקט זיך שטילערהייט אונטערן טיש און עס פארבלייבט נישט קיין "פעיפער טרעיל" ווי מען רופט עס, און פילייכט איז דאס דער געפיל פון וואס מאנכע אין דעם אשכול רעדן מיט אזא פשטות אז אזוי איז עס געווען.
מעגליך אבער אז איך בין פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן. איז דא עפעס קראנטע זאכן ווען מען האט מפקיר געווען די גאסן, פאליציי האט בשיטה געלאזט באגיין פארברעכנס און מען האט גארנישט געטון דערצו?

- זייטיגע צוקוקער
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
Programming האט געשריבן:אגב, מען רעדט און מען רעדט די לעצטע וואך דא פון בלמ, וועמענס סעיפטי האט ווער איגנארירט? איך האב נישט קיין מושג פון וואס עס איז די רעדע
אפגערעדט אז די פעדעראלע רעגירונג האט געטון למעלה מיכולתם, זיך באנוצנדיג מיט געסטאפא טאקטיקן כדי איינצושטילן פרידליכע פראטעסטירער. אבער אפילו סטעיט און לאקאל ווייס איך נישט פון א אינצידענט ווען פאליטישענס האבן באשלאסן צו לאזן די גאסן הפקר. עס זענען געווען אסאך באשולדיגונגען קעגן די פאליציי אז זיי האבן בזדון נישט רעאגירט צו קאלס אין א פרואוו זיך נוקם צו זיין אין די באפעלקערונג און די עלעקטעד אפישעלס און זיי "ווייזן" אז מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן (דיעפ סטעיט בתפארתו), פארשידענע ראיות האבן געוויזן אין די דירעקציע, אבער עס איז נישט פעסטגעשטעלט געווארן קלאר וויפיל איך ווייס.
מען ווייסט פון פעלער אין סיאטעל (וועלכע האט איראניש אויך געטראגן דעם נאמען קעפיטאל דוכט זיך....) און פארטלאנד וואס באאמטע האבן געפאסט א טעקטיקעל דעסיזשאן זיך נישט צו גיין קריגן ראש בראש מיט די פראטעסטירער ווייל עס וואלט זיך געענדיגט מיט שווערע טויטפעלער (די רעגירונג האט שוין עקספיריענס פון וועיקא און ענליכע אינצידענטן אז צומאל איז בעסער צו זיין קלוג און נישט גערעכט) - יש אומרים (טורקס) אז דא ביים קעפיטאל איז אויך דאס געווען די סיבה פאר די פאליצייאישע איינגעהאלטנקייט - אבער די פראטעסטירער אין די פעלער האבן נישט געשטעלט קיינעם אין א סכנה, ניטאמאל פראפערטי דעמעזשעס כמעט. אויב יא, דארף מען טאקע האבן געזעצן אין פלאץ צי די רעגירונג ברויך באצאלן די שאדנס אין אזאלכע פעלער.
ביי דינקינס - בשעת די 91' ראיאטן - האט מען גערעדט אז דאס איז געווען א אפגעשמועסטע זאך צו לאזן די אנגעהעצטע גוים זיך אויסגעבן, אבער עס האט זיך ביטער אויסגעלאזט מיט די שטעכעריי.(איך ווייס אבער נישט צי דאס איז דעמאלטס יא געווען א קראנטע זאך) איך שטעל זיך פאר אז אין די פעלד פון פאליסינג איז דא אזא סארט מהלך פון "זיך לאזן אויסגעבן דער כעס" , אבער אן באקומען די צושטימונג דערצו פון די וועלכע גייען ליידן פון דעם איז דאס געפערליכער שריט. מעגליך אז דאס איז פון די זאכן וואס מען ווינקט זיך שטילערהייט אונטערן טיש און עס פארבלייבט נישט קיין "פעיפער טרעיל" ווי מען רופט עס, און פילייכט איז דאס דער געפיל פון וואס מאנכע אין דעם אשכול רעדן מיט אזא פשטות אז אזוי איז עס געווען.
מעגליך אבער אז איך בין פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן. איז דא עפעס קראנטע זאכן ווען מען האט מפקיר געווען די גאסן, פאליציי האט בשיטה געלאזט באגיין פארברעכנס און מען האט גארנישט געטון דערצו?
קענסט מסביר זיין קלארער און קורצער דיין פוינט וואס דו ווילסט דא ארויסברענגען?
לויט בערך וואס איך פארשטיי פון דיינע ווערטער מאכט עפעס נישט קיין סענס וואס דו זאגסט..
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
ענטפער בלויז אויפן לעצטן פאראגראף
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2313
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
ס'איז נישט קיין גרינגע ארבעט אפילו מ'רעדט בלויז פון ארויף אויף דירטוב (יוטוב בלשונם....) און ברענגען נאר א טייל קליפס ס'איז אבער דאך שווער זיך צו שפילן דערמיט ספעציעיל ווען נאכן זעין גייסטו דאך בלויז צוריקענטפערן במחוי ידים פארשטייט זיך אז קעפיטעל אזי ארגער דעמארעסי באם ביי ריי ראם באם
נו מאי הועילי ? פארוואסזע זיך פלאגן אפילו נאר אביסקעלע
נו מאי הועילי ? פארוואסזע זיך פלאגן אפילו נאר אביסקעלע
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
מען האט אפילו נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו צושטעלן מער פאליס ביי די קעפיטעל , ווייל טראמפ האט א גוטע רעקארד, עס איז נאכקיינמעל געווען עני ראיטען וכדומה ביי איבער 500 טראמפ ראליס, און פון זיינע שטיצער, וויאזוי קען מען אים אפילו באשולדיגן אין ראיטען ??????
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
דודל האט געשריבן:מען האט אפילו נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו צושטעלן מער פאליס ביי די קעפיטעל , ווייל טראמפ האט א גוטע רעקארד, עס איז נאכקיינמעל געווען עני ראיטען וכדומה ביי איבער 500 טראמפ ראליס, און פון זיינע שטיצער, וויאזוי קען מען אים אפילו באשולדיגן אין ראיטען ??????
נישט געוויסט אז טראמפ האט אנגפירט די ראיאטען
יעצט פארשטייט עטץ שוין ווער עס האט זיי אריין גערעדט אין די אויערן...
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
זארג נישט האט געשריבן:דודל האט געשריבן:מען האט אפילו נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו צושטעלן מער פאליס ביי די קעפיטעל , ווייל טראמפ האט א גוטע רעקארד, עס איז נאכקיינמעל געווען עני ראיטען וכדומה ביי איבער 500 טראמפ ראליס, און פון זיינע שטיצער, וויאזוי קען מען אים אפילו באשולדיגן אין ראיטען ??????
נישט געוויסט אז טראמפ האט אנגפירט די ראיאטען
יעצט פארשטייט עטץ שוין ווער עס האט זיי אריין גערעדט אין די אויערן...
מען באשולדיגט אים, איך האלט ער איז נישט שולדיג, די פאליס ביי די קעפיטעל איז מער שולדיג
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים
ווען א באשולדיגונג איז נישט אמת הייסט דאס אין ענגליש א בלבול.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
abeg האט געשריבן:.
וואו! ממש שטוינענד!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
- שווערע שטופער
- שר האלף
- תגובות: 1646
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
בעריש'ל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:.
וואו! ממש שטוינענד!
דעס איז די אייניגסטע זאך וואס די האסט צו זאגן?
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
שווערע שטופער האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:.
וואו! ממש שטוינענד!
דעס איז די אייניגסטע זאך וואס די האסט צו זאגן?
מ'האט שוין געקייט דא גאנצע בלעטער אז עס איז נישט קיין פארגלייך, און ניין מ'גייט נישט נאכאמאל אנהויבן.
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 749
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
"If you are not responsible for a crowd burning down a police station after you told them that racist cops are hunting and killing black people, then Trump is not responsible for what happened on Wednesday. There is no getting around this. You can't have it both ways".
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3674
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
וואל טאג האט געשריבן:ווען עני דעמאקראטישע פאליטישאן האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט ביי בלמ וואס מען האט אפגעטייטשט אלס אפענע שטיצע צו דעמאנסטרירן, האט מען אים שארף פארדאמט און אראפגעריסן אין די רעכטע לאגערן
לאמיר זען צו די היפאקריטיע וועט ממשיך זיין, מיט לינקע וואס וועלן פארפירן אז די טראמפ סטעיטמענט רופט פאר מאסן דעמאנסטראציעס, וואס האט א פאטענציאל צו ענדיגן ווילד
(אין די פרא טראמפ לאגער איז פשוט, אז די היפאקריטיע וועט אנגיין, און קיינער וועט ח"ו נישט קריטיקירן די סטעיטמענט)
איך געדענק נישט אז איינער זאל פארדאמען טראמפ פארן זאגן אז ער שטיצט די פיעספול פראטעסטערס ביי בלמ.
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
יש לו מנה האט געשריבן:שווערע שטופער האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:.
וואו! ממש שטוינענד!
דעס איז די אייניגסטע זאך וואס די האסט צו זאגן?
מ'האט שוין געקייט דא גאנצע בלעטער אז עס איז נישט קיין פארגלייך, און ניין מ'גייט נישט נאכאמאל אנהויבן.
געקייט שטרוי אז עס 'ניטאמאל קיין פארגלייך', בארויבן טויזענטער ביזנעסער גייט פאר די שניפסעלך נישט אן קיין כי היא זה, און די סיכום איז ממש שטוינענעד.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- יש לו מנה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3998
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
- לאקאציע: אונטערן מאטראץ
Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי
געריבענער סוחר האט געשריבן:יש לו מנה האט געשריבן:שווערע שטופער האט געשריבן:בעריש'ל האט געשריבן:abeg האט געשריבן:.
וואו! ממש שטוינענד!
דעס איז די אייניגסטע זאך וואס די האסט צו זאגן?
מ'האט שוין געקייט דא גאנצע בלעטער אז עס איז נישט קיין פארגלייך, און ניין מ'גייט נישט נאכאמאל אנהויבן.
געקייט שטרוי אז עס 'ניטאמאל קיין פארגלייך', בארויבן טויזענטער ביזנעסער גייט פאר די שניפסעלך נישט אן קיין כי היא זה, און די סיכום איז ממש שטוינענעד.
וועלכע חלק עס איז נישט קיין פארגלייך לאז איך דיר מאכן, אבער נישט אייביג דארף מען טרעפן א צוגלייך.
ביידע זענען נישט גוט און ביידע האט געצויגן פארדאמונגען פון אלע זייטן רעכטע און לינקע.
יעצט פאוקעסירט מען אויף די פארגאנגענע קעפיטאל ראיאטן, האסט נאך ווייטאג פון פארגאנגענע זוממער?
נאו פראבלעם, מיש אויף צו איינע פון די דאמאלטסדיגע אשכולות און געב דיך דארט אויס אויף די סאו קאללד שניפסלעך און אפשר וועל איך דיק קומען טרייסטן דארט.
איך גיי מיט שלייקעס...
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!