עכט היימיש האט געשריבן:הא הא... מען רעספעקטירט לאו אינפארסמענט... יא יא... ווי לאנג מען טשעפט דיר נישט. איינעם טוט וויי ווען א שווארצער ווערט דערשטיקט אינטער די פיס פון א פאליציאנט, א צווייטן טוט וויי ווען זיין קאנדידאט פארלירט, אבער יעדער גייט ארויס פון די כלים ווען מען טוט אים וויי.
קודם פארדאם מיטן גאנצן שארפקייט די לעצטע פאר יאר נישט פע\יעספול פראטעסטן און דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער.
איך געדענק אביסל אריין אין טראמפס פרעזידענסי נאכדעם וואס די סטאק מארקעט איז ארויפגעשאסן איז עס אביסל געפאלן און דאן האבן זיך די אנטי טראמפערס דא אויפגעוועקט אים צו בלעימען. קענסט נישט ציען די שטריק פון ביידע זייטן.
דאס זעלבע וועט זיין ווען אין 2 יאר ארום אויב די רעפאבס וועלן צוריק נעמען קאנטראל אין די הויז און זיי וועלן עפענען אויספארשונגען רעכטס און לינקס אויף יעדער וואס הייסט נאנט צו ביידן, אויף סיי וועלעכע ביזנעס און פריוואטע אנגעלעגענהייטן, זאלסטו דאן אויך נישט האבן קיין טענות.
למען האמת האב איך שוין נישט קיין געדולד צו די גאנצע דראמע, לאמיר האפן דאס וועט זיך ענדיגן בקרוב אין פרידן, און שוין