אנקעטע: מארשעל געזעץ?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל טראמפ איינשטעלן "מארשעל לאו"?

יא, צוריקשטעלן די יושר'דיגע געווינער
122
54%
ניין, ס'איז צו ראדיקאל
105
46%
 
סך הכל שטימען: 227

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ויהיה אחר האלעקשאן! ביידען געווינען אין א לענדסלייד אבער טראמפ ווייסט צו זאגן אז ער איז אייגנטליך דער געווינער, און בלויז א דאנק א גוט ארגאנאזירטע ביידן קאמפיין שווינדל אפאראציע, אינקלודינג אין טיף רויטע שטאטן, איז אים געלונגען צו באגנב'ן די וואלן און דערקלערט ווערן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

איז שטעלצעך די מיליאן דאלאר, פונעם טראמפ פערספעקטיוו, פראגע וויאזוי דרייט מען צוריק דעם אומרעכט?

איז געווען קודם 2 אפציעס אויפן אזשענדע.

1) די געריכטן. דהיינו, קלאגן אין די געריכטן אין אלע באזינדערע סווינג שטאטן וואס ביידן האט געווינען/געגנב'ט, סיי די פעלטשונגען קלאגעס און סיי די רול טוישונגען קלאגעס, און דאן אלל די וועי ביזן סופריעם קאורט.

אפציע האט זיך ארויסגעלאזט אין א שטארקע דורכפאל נאך וואס די קאמפיין האט פארלוירן אלע 59 קעיסעס און אזוי אויך פארלוירן אינעם סופריעם קאורט. איז דאן געווען אפציע 2.

2) די סטעיט לעגעסלאטורן. היות די רעפובליקאנער קאנטראלירן רוב לעגעסלאטורן הייזער איבער די קאנטעסטעט סווינג שטאטן האט מען אנגעהויבן שפעקולירן צו ניצן די לעגאלע רעכט פונעם געזעץ וואס לויטעט אז די לעגעסלאטורן שטעלן די עלעקטארעלס, און אנשטאט די עלעקטארעל רעפרעזענטאטן זאלן שטימען פאר ביידן זאלן די לעגעסלאטורן שיקן אנשטאט די טראמפ עלעקטארעלס שטימען פארן פרעזידענט, געבויעט דערויף אז אינעם מיינונג פון די געזעץ געבער איז די וואלן געווארן געפעלטשט, און אשע"כ אינוואליד.

די התחלה מיט די סטראטאגיע האט די קאמפיין געשטעלט אין מישיגען, מיטן פארארבייטן מעשים אז די ארטיגע וויילער קאמיסיע זאל נישט סערטיפייען די רעזולטאטן און דער שטארקער טראמפ סימפאטישער לעגעסלאטור הויז זאל שיקן די טראמפ עלעקטארעלס. די מערכה איז געגאנגען אזוי ווייט אזש ביזן אראפרופן די לעגעסלאטור פירער צום ווייסן הויז אויף א זיצונג ווי דער פרעזידענט אליינס האט שטארק געמוטיגט די פירער צו מאכן דעם דראסטישן מאוו.

למעשה איז דאס אויך דורכגעפאלן ווען נאך די שטארקע בעקלעש פונעם המון עם האבן די באאמטע געמאכט א שארפע ריקצוג, זיי האבן יא סערטיפייט די רעזולטאטן און די לעסעלאטור פירער האבן געטענהט חי וקיים, זיי קלערן ניטאמאל פון טוישן עלעקטארעלס.

איז וואס טוט מען יעצט, אצינד אז אלע זעהבארע אפציעס זענען אויסגעלאפן?

איז אויפגעקומען א פרישע סקאנדליעזער געדאנק, דאס ניצן די אלטימעט פרעזידענטליכע פאוער הנקרא "מארשעל לאו". די דאזיגע דערקלעראציע פונעם פרעזידענט וועט באדייטן אז די אמעריקאנע קאנסטעטוציע ווערט טעמפארערי סוספענדירט, בירגער רעכטן ווערן טעמפארערי איינגעפרוירן, און די מיליטער קען אריינקומען און לאנד און טוהן די דירעקציעס פון פרעזידענט, סיי וואס פעלט זיך אויס.

דער פאוער איז פולקאם לעגאל און געמאכט געווארן אין פאל פון א נאציאנאלער עמערזשענסי, ווי אן אויפשטאנד, רעוועלוציע, פוטש, וכדו' אז דער פרעזידענט זאל קענען אריינקומען און גיך צורעקשטעלן ארדענונג אין לאנד.

איז אצינד פונעם פערספעקטיוו פונעם טראמפ קאמפיין/שטיצער איז מען אצינד אין אזא סארט סיטואציע, דערמיט וואס א קאנדידאט האט דורכגעפירט א נאציאנאלער וואלן רויבעריי, דהיינו א פוטש איבערציווארפן דעם לעגאל ערוויילטן פרעזידענט, שטעלציך די פראגע צו מ'זאל ניצן דעם אנגעגעבענעם געזעץ פון "מארשן לאו".

די לעצטע וואך צייט קומען פאר פיבערהאפטיגע מיטינגען אין אוועל אפיס צווישן די טראמפ פריינטליכע לויערס ווי סידני פאועל, לין וואוד, וכו' מיטן פרעזידענט ווי מען דיסקוסירט העפטיג דעם "מארשעל לאו" אפציע, אויב, וויאזוי, און ווען דאס זאל ווערן איינגעשטעלט דורכן פרעזידענט.

שטעלט זיך יעצט די פראגע, וואס האלט דער עולם איז דאס א פאסיגע נויטיגע איידיע, אלסן לעצטן רעזארט?

ביטע שטימען און זיך לאזן הערן אייער מיינונג.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

דער עולם ווערט געבעטן צו ליינען דעם עדיטאריעל אין בלאט לעצטע וואך פארן שטימען
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואס זאגט ער אין קורצן?
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דער עולם ווערט געבעטן צו ליינען דעם עדיטאריעל אין בלאט לעצטע וואך פארן שטימען

האסט א לינק? ביטע ברענג צו

אדער ברענג ארויס אויפן שפיץ גאפל וואס ער שרייבט דארט
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
(--ווערטערלאז--)
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:דער עולם ווערט געבעטן צו ליינען דעם עדיטאריעל אין בלאט לעצטע וואך פארן שטימען

וואס שטייט דארטן?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

דער קעפל איז "ווען א פארלירער איז א געווינער" ער שמועסט אויס טראמפ'ס יעצטיגע האנדלונג ווס. בוש הארשון, מיט נאך קלארע דעטאלן, אז בוש הראשון איז אין היסטאריע א געווינער טראץ זיין פארלוסט
לאמיר זען צי איך קען עס שאפן
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

אין קורצן לייגט ער אראפ טראמפ אלס א נארסעסיסט וואס לאזט נישט זיינע מענטשן טראכטן גראד
ער ברענגט נאך פון עפעס א פסיכאלאג וואס האט פאררגעזאגט דעם יעצטיגן מצב מיט פיר יאר צוריק
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

די פרעסע האט געבאקן דעם מארשאל לאו איידיע,
בכלל זענען זיי אבסעסירט אז די געבעקסן זאלן זיין ארום די מיליטער
קודם מיט די וויעטנאם שקרים, און אצינד מיט מארשאל לאו
עניוועי, אויב האנדעלט מען מיט גנבים, וואס האבן גע'גנב'ט די עלעקשאנס, ברויך מען נוצן יעדן טריק אין די בוק צוריקצוכאפן די גניבה.
לעצט פארראכטן דורך אהער און אהין אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

ביטע זיי אונז מסביר וואס טוישט זיך אינטער מארשל געזעץ. וועלען די גאסען זיין מער מסוכן? וואס איז דער סכנה (אויב איז טאקע דא א סכנה) דעראין?

ווייל אן צו וויסען ווי ראדיקאל עס איז במציאות איז שווער צו וואוטען.

עס סאונד זיך שרעקעדיג אבער איז עס טאקע? מיינט מען דא אז דא גייט זיין סיריע אדער לבנון? אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאטס אין אוועל אפיס?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

זארג נישט האט געשריבן:אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאס אין אוועל אפיס?

לויט ווי איך פארשטיי שלאפט נישט דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, נאר דארט איז ווי דער אפיס וואו מען ארבעט איבערן טאג, דער בעט איז אין שלאף צומער, וואס איז א עקסטערע אפטיילונג אינעם ווייסן הויז, קען זיין כ'בין ראונג, אזוי מיינעך
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

געשטימט אויף ניין, כאטש איך בין געווען גענויגט לטובת טראמפ, ווייל אויב יא וועט יעדע פרעזידענט טון מה שלבו חפץ און ארדענינג און פרייהייט וועט זיין א פארגאגענהייט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

מאתים האט געשריבן:געשטימט אויף ניין, כאטש איך בין געווען גענויגט לטובת טראמפ, ווייל אויב יא וועט יעדע פרעזידענט טון מה שלבו חפץ און ארדענינג און פרייהייט וועט זיין א פארגאגענהייט.

משא"כ יעצט טון אנדערע מה שלבם חפץ...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

געשטימט יא, צוליב צוטאן כאפצעם'ען.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

געשטימט יא, כדי אפצוהאלטן אידן פון שרייבן ליגנט, ווען זיי באשולדיגן פרא טראמפ ניקים און שטיצן א דיקטאטור
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

דער ארטיקל אין בלאט - ליינט די זייטיגע, "ווען געווינען איז פארלירן"
אטעטשמענטס
2111.jpg
2111.jpg (264.6 KiB) געזען 2236 מאל
601.jpg
601.jpg (535.67 KiB) געזען 2236 מאל
לעצט פארראכטן דורך צענטעריסט אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאס אין אוועל אפיס?

לויט ווי איך פארשטיי שלאפט נישט דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, נאר דארט איז ווי דער אפיס וואו מען ארבעט איבערן טאג, דער בעט איז אין שלאף צומער, וואס איז א עקסטערע אפטיילונג אינעם ווייסן הויז, קען זיין כ'בין ראונג, אזוי מיינעך

הא תינח א געווענליכע פרעזידענט וואס שלאפט אין שלאף צימער און טוהט ביזנעס אין אוועל אפיס, אבער דא איז עס דאך נישט שייך, און דער ביזנעס צימער איז דער שלאף צימער ודו"ק.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אויף די סיטואציע קען מען זאגן:
העובר עבירה בסתר, מפריעין ממנו בגלוי

די פרעסע, די ''יוסטיץ" דעפארטמענט, די אינטעליגיענץ קאמיוניטי האבן יארן צודריקט מענטשן, און געטון וואס זיי האבן געוואלט.
איין זאך, מען האט אלעס פארדעקט מיט א דיקע שיכט פון שווינדל, פאלשקייט, און ליגענטס.
טראמפ האט געשריגן ביי זיין איינשווערונג, אז מען נעמט צוריק די גאווערמענט פון 'וואשינגטאן די. סי. און מען גיט עס צוריק פאר די מענטשן"
טראמפ זאל ווייטער קעמפן און מפריע זיין בגלוי.
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

זארג נישט האט געשריבן:
שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאס אין אוועל אפיס?

לויט ווי איך פארשטיי שלאפט נישט דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, נאר דארט איז ווי דער אפיס וואו מען ארבעט איבערן טאג, דער בעט איז אין שלאף צומער, וואס איז א עקסטערע אפטיילונג אינעם ווייסן הויז, קען זיין כ'בין ראונג, אזוי מיינעך

הא תינח א געווענליכע פרעזידענט וואס שלאפט אין שלאף צימער און טוהט ביזנעס אין אוועל אפיס, אבער דא איז עס דאך נישט שייך, און דער ביזנעס צימער איז דער שלאף צימער ודו"ק.

יא, אבער דער בעט גייט מען נישט לייגן אין אוועל אפיס, מען כאפט דאך דארט כסדר בילדער, לכאורה האסטו געמאכט א טעות מיט וואס די האסט געשריבן אז די בעט איז אין אוועל אפיס
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אביסל טיפער האט געשריבן:געשטימט יא, כדי אפצוהאלטן אידן פון שרייבן ליגנט, ווען זיי באשולדיגן פרא טראמפ ניקים און שטיצן א דיקטאטור

וואס איז דיין דעפענישן פון א דיקטאטור?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קענטאקי האט געשריבן:געשטימט יא, צוליב צוטאן כאפצעם'ען.

אביסל טיפער האט געשריבן:געשטימט יא, כדי אפצוהאלטן אידן פון שרייבן ליגנט, ווען זיי באשולדיגן פרא טראמפ ניקים און שטיצן א דיקטאטור


;l;p- געטאן דאס זעלביגע
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס פונקטליך זאל טראמפ טון אונטער'ן מארשאל געזעץ?

אגב, געשטימט יא...

אגב דאגב, איז דא 'פרוף' אז טראמפ האט בכלל אזוינע פלענער?
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 1:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אהער און אהין האט געשריבן:אויף די סיטואציע קען מען זאגן:
העובר עבירה בסתר, מפריעין ממנו בגלוי

די פרעסע, די ''יוסטיץ" דעפארטמענט, די אינטעליגיענץ קאמיוניטי האבן יארן צודריקט מענטשן, און געטון וואס זיי האבן געוואלט.
איין זאך, מען האט אלעס פארדעקט מיט א דיקע שיכט פון שווינדל, פאלשקייט, און ליגענטס.
טראמפ האט געשריגן ביי זיין איינשווערונג, אז מען נעמט צוריק די גאווערמענט פון 'וואשינגטאן די. סי. און מען גיט עס צוריק פאר די מענטשן"
טראמפ זאל ווייטער קעמפן און מפריע זיין בגלוי.

יא, כ'פריי מיך אז עט ליעסט איינער וואס טראכט ווי מיר.

וואס מער מגלה זיין איז געזונטער, און א שאד אז ער האט נישט נאך 4 יאר צו אויף דעקען די גאנצע אמת.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאס אין אוועל אפיס?

לויט ווי איך פארשטיי שלאפט נישט דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, נאר דארט איז ווי דער אפיס וואו מען ארבעט איבערן טאג, דער בעט איז אין שלאף צומער, וואס איז א עקסטערע אפטיילונג אינעם ווייסן הויז, קען זיין כ'בין ראונג, אזוי מיינעך

הא תינח א געווענליכע פרעזידענט וואס שלאפט אין שלאף צימער און טוהט ביזנעס אין אוועל אפיס, אבער דא איז עס דאך נישט שייך, און דער ביזנעס צימער איז דער שלאף צימער ודו"ק.

יא, אבער דער בעט גייט מען נישט לייגן אין אוועל אפיס, מען כאפט דאך דארט כסדר בילדער, לכאורה האסטו געמאכט א טעות מיט וואס די האסט געשריבן אז די בעט איז אין אוועל אפיס

מסדר זיין בילדער איז פון די גרינגסטע זאכען. פארוואס שטערן א אלטן פארקאלעכטן פון שלאפען. ער וועט אזוי ארום זיין 24/7 אויפען דזאב... און איטערשרייבן עקזעקיוטיוו ארדערס ווען און אימער. 24/7 פאר פייסע און 24/7 פאר אנמעסקען אלע שטערערס און "אומגעווינטשענע" קאנדידאטען פאר 2024 און ביאנד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

צענטעריסט האט געשריבן:דער ארטיקל אין בלאט - ליינט די זייטיגע, "ווען געווינען איז פארלירן"

איך קען עס נישט גלייבן.. ער האט אליין געזאגט אז טראמפ גייט נישט אנערקענען אין די לעגיטימיטעט פון די וואלן?? ממש נביאות דאס.. מ'האט אים כאטש געלייגט נעבן דעם ריבניצער? (להבדיל)
(--ווערטערלאז--)
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: אנקעטע: מארשעל געזעץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

זארג נישט האט געשריבן:
שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
שפרינגען האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אדער נאר אז ביידען'ס בעט וועט בלייבען אין בעיסמענט אנשטאס אין אוועל אפיס?

לויט ווי איך פארשטיי שלאפט נישט דער פרעזידענט אינעם אוועל אפיס, נאר דארט איז ווי דער אפיס וואו מען ארבעט איבערן טאג, דער בעט איז אין שלאף צומער, וואס איז א עקסטערע אפטיילונג אינעם ווייסן הויז, קען זיין כ'בין ראונג, אזוי מיינעך

הא תינח א געווענליכע פרעזידענט וואס שלאפט אין שלאף צימער און טוהט ביזנעס אין אוועל אפיס, אבער דא איז עס דאך נישט שייך, און דער ביזנעס צימער איז דער שלאף צימער ודו"ק.

יא, אבער דער בעט גייט מען נישט לייגן אין אוועל אפיס, מען כאפט דאך דארט כסדר בילדער, לכאורה האסטו געמאכט א טעות מיט וואס די האסט געשריבן אז די בעט איז אין אוועל אפיס

מסדר זיין בילדער איז פון די גרינגסטע זאכען. פארוואס שטערן א אלטן פארקאלעכטן פון שלאפען. ער וועט אזוי ארום זיין 24/7 אויפען דזאב... און איטערשרייבן עקזעקיוטיוו ארדערס ווען און אימער. 24/7 פאר פייסע און 24/7 פאר אנמעסקען אלע שטערערס און "אומגעווינטשענע" קאנדידאטען פאר 2024 און ביאנד.

הייסט דו ביזט סארקאסטיש?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”