אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער פאוסט גייט נאך האבן א מיאוסע סוף..... בקרוב בעז''ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

די פראבלעם (וואס איך האב עכ"פ) איז דער אויסדרוק "די אידישע קאמיוניטי" וואס איז נישט אין פלאץ און פאליטישאנס האלטן זיך געווענליך צוריק פון דערמאנען די נאמען פון א ספעציפישע געמיינדע, אזוי פיל איך עטליסט.

אויסער דעם האט ער נישט שלעכט געזאגט, ער זעהט נישט די סיבה טראמפ זאל זיך אריין מישן דא און אים פארדענען. עס ווייזט אויס עס איז דא בייפארטיזען קעגנערשאפט צו באפרייען סילווער.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

Programming האט געשריבן:די פראבלעם (וואס איך האב עכ"פ) איז דער אויסדרוק "די אידישע קאמיוניטי" וואס איז נישט אין פלאץ און פאליטישאנס האלטן זיך געווענליך צוריק פון דערמאנען די נאמען פון א ספעציפישע געמיינדע, אזוי פיל איך עטליסט.

אויסער דעם האט ער נישט שלעכט געזאגט, ער זעהט נישט די סיבה טראמפ זאל זיך אריין מישן דא און אים פארדענען. עס ווייזט אויס עס איז דא בייפארטיזען קעגנערשאפט צו באפרייען סילווער.

נישטא קיין בייפארטאזאן קעגנערשאפט.
נאר דער פאוסט, וואס איז א רעפובליקאנער צייטונג, און בכלל א נידריגע סארט פאפיר.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

Programming האט געשריבן:די פראבלעם (וואס איך האב עכ"פ) איז דער אויסדרוק "די אידישע קאמיוניטי" וואס איז נישט אין פלאץ און פאליטישאנס האלטן זיך געווענליך צוריק פון דערמאנען די נאמען פון א ספעציפישע געמיינדע, אזוי פיל איך עטליסט.

אויסער דעם האט ער נישט שלעכט געזאגט, ער זעהט נישט די סיבה טראמפ זאל זיך אריין מישן דא און אים פארדענען. עס ווייזט אויס עס איז דא בייפארטיזען קעגנערשאפט צו באפרייען סילווער.

די פראבלעם איז נישט די אויסדרוק, די פראבלעם איז די מענטש....

ווי בלינד מ'קען זיין צו א שיטה...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הויעך »

Programming האט געשריבן:די פראבלעם (וואס איך האב עכ"פ) איז דער אויסדרוק "די אידישע קאמיוניטי" וואס איז נישט אין פלאץ און פאליטישאנס האלטן זיך געווענליך צוריק פון דערמאנען די נאמען פון א ספעציפישע געמיינדע, אזוי פיל איך עטליסט.
.


די פראבלעם גייט נאר אן ביי איין פארטיי, די אנדערע פארטיי מעג לכתחילה.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך ר' יום טוב »

פארקערט. די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דער אויסדרוק 'אידישע קאמיוניטי', ווי דער ביטול און אומגעפיל כלפי אן עלטערער ארעסטאנט. צו ער איז יא אדער נישט שולדיג, האט ער די רעכט פאר א פארדאן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

יעדער האט די רעכט פארשטייט זיך, אבער געווענליך גייט דאס מיט עפעס א סיבה, נישט סתם מען באפרייט יעדן פון פון 75 און העכער
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נישטאמת »

מומחה יוחס האט געשריבן:דער פאוסט גייט נאך האבן א מיאוסע סוף..... בקרוב בעז''ה

אפשר זאל מען דאונלאודן זייער עפפ און עס מארקן מיט איין שטערנדל... ווער געדענקט?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

ג' בא פ״א
ניו יארק גאווערנער ענדרו קואמא קומט אינטער קריטיק פאר'ן ארויס ציען דעם 'איד' קארטל ביים רעדן איבער די באריכטן אז פרעזידענט טראמפ גייט באגנאדיגן די געוועזענע אידישע סטעיט
https://www.yiddish24.com/cat/58
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מחשב »

מ'דארף געדענקן, אז ע"פ תורה איז דער גאנצער תפיסה אפגעפרעגט מכל וכל! נישטא אזא זאך!

האסט גע'גנב'ט? באצאל! באצאל דאפעלט! באצאל פיר פינף מאל אזויפיל! אבער נישט מער ווי דעם. האסט געטון אן עולה? באקום מכות! 39 מערדערישע קלעפ. וזהו!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמת. פארט אבער האט דער גוי נישט די תורה, ממילא איז ער נישט מחויב צו טון וואס דארט שטייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך האמת הצפון »

מחשב האט געשריבן:מ'דארף געדענקן, אז ע"פ תורה איז דער גאנצער תפיסה אפגעפרעגט מכל וכל! נישטא אזא זאך!

האסט גע'גנב'ט? באצאל! באצאל דאפעלט! באצאל פיר פינף מאל אזויפיל! אבער נישט מער ווי דעם. האסט געטון אן עולה? באקום מכות! 39 מערדערישע קלעפ. וזהו!

און אזוי איז אויך אין זייער אסאך לענדער אין די וועלט ווי ענגלאנד קאנאדע, מען זיצט נישט פאר געלט,
די עסקנים וואלטן געדארפט ארבעטן דערויף,
קעיעמביעיזשען
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נישטאמת »

גערעכט. די איינציגסטע מאל וואס מען זעט תפיסה אין די תורה איז ביי מצורה, און די מערסטע איז צוויי וואכן! צייט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אוראייניקל »

מחשב האט געשריבן:מ'דארף געדענקן, אז ע"פ תורה איז דער גאנצער תפיסה אפגעפרעגט מכל וכל! נישטא אזא זאך!

האסט גע'גנב'ט? באצאל! באצאל דאפעלט! באצאל פיר פינף מאל אזויפיל! אבער נישט מער ווי דעם. האסט געטון אן עולה? באקום מכות! 39 מערדערישע קלעפ. וזהו!

ס'איז לכאורה נישט קעגן די תורה, ס'איז געווען א איינגעפירטע זאך ביי די יודישע קהילות בשנים קדמוניות, דארט ווי מ'האט געהאט א כח.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך שמואל בארג »

די לייגסט עפעס אראפ די מלקות אזוי "וזהו", ס'איז גארנישט געווען פשוט, די גאנצע שטאט האט עס מיטגעהאלטן, איבערגעלייגט אויפן סטעידש בפני כל עם ועדה, האלב אויפגעפליקטע בגדים, ס'איז געקומען צו שידוכים האט מען זיך געשושקעט "פארוואס האט זיך פדהצור משדך געווען מיט חנן, געדענקסט זיין מלקות?"...

גראדע נאכן באקומען מלקות עטליכע מאל האט מען איינגעשפארט אין תפיסה און נישט געגעבן קיין בונדאש צו עסן.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך זיסע פיש »

יא און אויך טרעפן מיר און תנ"ך מערערע מאל אז די אידישע קעניגען האבן איין געשפארט אידן אין תפיסה, אזוי אויך אין גמרא אז די ראש גליתא האבן איינגעשפארט און תפיסה.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויב שוין יא די תורה, ברויך מען צוריק ברענגען דעט פענעלטי אזוי ווי עס שטייט אין פסוק. אין אזא פאל קען מען שוין צומאכן די טורמעס...


בעצם האלט איך פון דעם קאנצעפט אז די טורמע טערמינען פאר ווייט קאלער קריים דארף זיך אויפהערן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך שמואל בארג »

שמואל בארג האט געשריבן:גראדע נאכן באקומען מלקות עטליכע מאל האט מען איינגעשפארט אין תפיסה און נישט געגעבן קיין בונדאש צו עסן.


א משנה אין סנהדרין
כניסין אותו לכיפה מקום כשיעור קומת אדם ולא יותר ומאכילין אותו תחלה לחם צר ומים לחץ עד שיוקטנו בני מעיו, והדר מאכילין אותו שעורים שנופחות במעיו עד שכריסו נבקעת:
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פארשער »

שמואל בארג האט געשריבן: ס'איז געקומען צו שידוכים האט מען זיך געשושקעט "פארוואס האט זיך פדהצור משדך געווען מיט חנן, געדענקסט זיין מלקות?"...


מען האט אים נישט געמעגט פארשעמען נאכדעם, כיון שניקלה הרי הוא כאחיך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען האט נישט געמעגט אבער ווייסטעך...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אוראייניקל »

שמואל בארג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:גראדע נאכן באקומען מלקות עטליכע מאל האט מען איינגעשפארט אין תפיסה און נישט געגעבן קיין בונדאש צו עסן.


א משנה אין סנהדרין
כניסין אותו לכיפה מקום כשיעור קומת אדם ולא יותר ומאכילין אותו תחלה לחם צר ומים לחץ עד שיוקטנו בני מעיו, והדר מאכילין אותו שעורים שנופחות במעיו עד שכריסו נבקעת:

דארט רעדט מען ביי איינער וואס האט עובר געווען אויף כריתות, וואס דער דין איז אם לקה נפטר מידי כרת, און נאך אפאר מאהל מכניסין אותו לכיפה.

#זאל דער לימוד התורה דא אין אשכול, זיין לזכותו, ער זאל ארויסגיין מאפילה לאורה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך זיסע פיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:אויב שוין יא די תורה, ברויך מען צוריק ברענגען דעט פענעלטי אזוי ווי עס שטייט אין פסוק. אין אזא פאל קען מען שוין צומאכן די טורמעס...


בעצם האלט איך פון דעם קאנצעפט אז די טורמע טערמינען פאר ווייט קאלער קריים דארף זיך אויפהערן.

די גמרא און מכות לפי איין שיטה אז א בית דין וואס האט געהרגט מער ווי איין מאל און זיבעציג יאר, האט שוין געהייסן א בית דין וואס הרגט צו סאך, אויך איז די בית דין דזשאב געווען צו פראבירן וואס מער אז מען זאל עם נישט הרג'ן מיט אויס פרעגן ווי מער די עדות כדי צו טרעפן עפעס וואס זיי שטימען נישט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

פארשטייט זיך אז ביי די גוים וואלט נישט געווען די אלע 'כמעט אוממעגליכע' תנאים וואס די תורה פארלאנגט אין ארדער מען זאל הרג'נען א איד.,
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מחשב »

אין די תורה טרעפט מען נישט קיין עונש מאסר אלץ אן "עצם עונש". דאס הייסט אז דער עונש איז דאס צונעמען פרייהייט. אויף וויפיל מ'טרעפט דאס יא אין די שפעטער'דיגע פוסקים, איז דאס נאר ווי אן אמצעי צו צווינגען דעם פושע צו פארריכטן זיין עולה.

ווען א מענטש האט צו באצאלן א חוב און ער וויל נישט, ווערט גע'פסקנ'ט אין חו"מ סימן צ"ז אז מ'קען אים איינשפארן "ביז ער באצאלט". אויב אבער האט ער נישט צו באצאלן, אן "עבד עברי" איז געווארן פארקויפט כדי צו באצאלן די גניבה. אויב איז ער געווען ווערד ווייניגער ווי זיין גניבה איז ער נישט געווארן פארקויפט.

ס'זענען דא נאך פארשידענע אופנים פון מאסר, אדער פאר פארברעכער וואס קומט זיך זיי אן עונש מיתה, נאר מ'קען עס נישט געבן צוליב פארשידענע סיבות, וכדו', אזעלכע מיני פעלער איז דא מאסר.

דאס וואס שטייט אין מס' סנהדרין וועגן כופין אותו לכיפה, קומט אינגאנצן נישט אריין דא. יענץ איז א וועג צו מיתה. נישט אלץ אן עונש מאסר.

אין טור חו"מ סימן ב', און אזוי ברענגט אראפ דער סמ"ע, ווערד דערמאנט א עונש מאסר פאר אן אלם א פארברעכער, אויב עס פעלט זיך אויס לצורך הדור. וז"ל:
"כן ייראה מדברי הרמב"ם שכתב: יש לבית דין להלקות למי שאינו חייב מלקות ולהרוג למי שאינו חייב מיתה, ולא לעבור על דברי תורה אלא לעשות סייג לתורה, וכיון שרואין בית דין שפרצו העם בדבר יש להם כח לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם, הכל הוראת שעה ולא שיקבעו הלכה לדורות.

וכן יש להם [בכל מקום ובכל זמן] להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננין אחריו שהוא עובר על העריות, והוא שיהא קול שאינו פוסק ולא יהיו לו אויבים שמוציאין עליו דבה רעה, וכן מבזין את מי ששמועתו רעה ומבזין את יולדיו בפניו, וכן יש להם להפקיר ממון שיש לו בעלים ולאבדו כפי מה שרואים לגדור פרצת הדור, ולקנוס אלם ולנדותו ולהחרימו ולקללו ולהכותו ולתלוש שערו ולאוסרו בבית האסורים ולהשביעו בשם על כרחו שלא יעשה ושלא עשה, כל אלו הדברים לפי מה שיראה לדיין שזה צריך לכך והשעה צריכה לכך.

ובכל יהו מעשיו לשם שמים ואל יהא כבוד הבריות קל בעיניו שהרי דוחה לא תעשה של דבריהם, וכל שכן כבוד בני אברהם יצחק ויעקב המחזיקים בתורת אמת שיהא זהיר שלא יהרוס כבודם אלא להוסיף כבוד המקום בלבד."


אט איז א לשון פון רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל:

עונשי המאסר על כל התקוה והשחתת המוסר השוכנים אחרי חומות בית הכלא, על כל היגון והאנחה שהם מביאים על אשתו ועל טפו של האסיר – אין להם מקום בתורת האל. לא יכירם מקומם, על מצודות הכלא העלובות של הפשע – בתחום ממלכת התורה. במשפט התורה, אין אלא מעצר וחקירה. זאת ועוד, המעצר אינו יכול להיות אלא לתקופה קצרה בלבד על פי כל דיני הנוהל המשפטי, בייחוד נוכח העובדה שמשפט התורה אינו מכיר בראיות נסיבתיות כל עיקר.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מחשב »

פעיק ניוז האט געשריבן:אמת. פארט אבער האט דער גוי נישט די תורה, ממילא איז ער נישט מחויב צו טון וואס דארט שטייט.

אמת. מ'רעדט אבער פון אונזער צוגאנג. מיר דארפן ווילן אז ער זאל ארויסגיין פון תפיסה. יא שולדיג נישט שולדיג. און דאס איז דער ריכטיגער און יושר'דיגע זאך צו טוען. און אזוי וואלט ווען ידע גוי געדארפט פארשטיין.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”