אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מי כעמך »

מחשב האט געשריבן:מ'דארף געדענקן, אז ע"פ תורה איז דער גאנצער תפיסה אפגעפרעגט מכל וכל! נישטא אזא זאך!

האסט גע'גנב'ט? באצאל! באצאל דאפעלט! באצאל פיר פינף מאל אזויפיל! אבער נישט מער ווי דעם. האסט געטון אן עולה? באקום מכות! 39 מערדערישע קלעפ. וזהו!

מאך עס נישט אזוי מערדערליך
ס'געווען שמין אותו ווי סאך ער קען פארנעמען
כללו של דבר: די עונשים זענען צוגעגאנגען מיט רחמנות און מיט א חשבון אויף כפרה ווי איידער אלס עונש און נקמה בבחינת ברור לו מיתה יפה
די אלע וואס קלערן צוצוגלייכן די עונשים פון די תורה צו די האקן קעפ פון אייסיס און אז ס'איז צוגעגאנגען מיט אזא גרינגקייט ווי די דזשאדזעס אין אמעריקע באגייען זיך מיט אנגעקלאגטע אינן אלא טועין
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מחשב האט געשריבן:אמת. מ'רעדט אבער פון אונזער צוגאנג. מיר דארפן ווילן אז ער זאל ארויסגיין פון תפיסה. יא שולדיג נישט שולדיג. און דאס איז דער ריכטיגער און יושר'דיגע זאך צו טוען. און אזוי וואלט ווען ידע גוי געדארפט פארשטיין.

די שאלה איז צו דאס אז אין די תורה זעהט מען נישט אזא עונש ווי מאסר קומט ווייל די תורה פארשטייט אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען און עס איז צו רשעותדיגע א.א.וו., איך זעה אז רשר"ה האט אזוי אפגעלערנט, איך טראכט אבער אז לולי דבריו וואלט מען אפשר געקענט זאגען אז עס נישט קיין רייע ווייל אונז וויסען נישט די טעם פארוואס די תורה נוצט עס נישט פאר אן עונש, קען זעהן עס האט אן אנדערע חשבון.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

עימיצער מיט די נאמען שמעון בן?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

וואלט געווען א געוואלדיגע זאך פון פרעזידענט דזשאוסעף ביידען ירום הודו והדרו, צו פארריכטן די עולה, און באפרייען ר' שמעון זילבער, דעם אלטן קראנקן מענטש, פון זיי טורמע גרוב.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

רבותי רבותי, רייסט איין, ווילאנג קיין שום איד וועט נישט זיין אין טורמע.

ס'איז די פשוטע הלכה אז דאס קומט פאר כמעט אלעס, ווען איר דאווענט, לייגט צו בתפילה ותחנונים אז מען זאל די טויערן אויפשליסן, און ארויסווארפן יעדן איד פון דארטן.

דיין תפילה וועט עס מאכן, ס'קיין שום ספק נישט. דער אייבירשטער ווארט אויף דעם, צעהן טויזענט מאהל מער ווי דו קענסט אנהויבן זיך פארשטעלן אפי'.

מען האט געזעהן די געוואלדיגע עפענונג אין די לעצטע יארן, ס'קומט בלויז מיט תפלות ישראל.

ס'שטייט וידי משה כבדים, וכו'

מען קען זאגן בדרך צחות, אויב כלל ישראל וועט מתפלל זיין דאן האלט מען אונטער די הענט פון דעם דינאמישן מסירות נפש עסקן, הרה''ח ר' משה מארגארעטן שליט''א, ושותפיו, זיינע אומגלויבליכע פעולות קומען אונטערגעשמירט מיט יעדנ'ס תפלות.

יא, יא, דיין תפילה וועט צוברעכן די קייטן פון שעלדאן סילווער, נחמ' צבי בן דינא, וכו' וכו'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך farshlufen »

קיינער ווייסט נישט די אידישע נאמען פון שעלדאן'ס מוטער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

אהער און אהין האט געשריבן:וואלט געווען א געוואלדיגע זאך פון פרעזידענט דזשאוסעף ביידען ירום הודו והדרו, צו פארריכטן די עולה, און באפרייען ר' שמעון זילבער, דעם אלטן קראנקן מענטש, פון זיי טורמע גרוב.

ער קען נישט באפרייען קארופטירטע דעמאקראטן, אן מאכן א ריזן שטינק.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הר גריזים »

שעלדאן סילווער איז שוין יעצט אין תפיסה?
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קושטא »

צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:וואלט געווען א געוואלדיגע זאך פון פרעזידענט דזשאוסעף ביידען ירום הודו והדרו, צו פארריכטן די עולה, און באפרייען ר' שמעון זילבער, דעם אלטן קראנקן מענטש, פון זיי טורמע גרוב.

ער קען נישט באפרייען קארופטירטע דעמאקראטן, אן מאכן א ריזן שטינק.

סילבער איז נישט קרופטירט, ווייל ער האט ממש גארנישט געטוהן, פאר ס'איז באקאנט אביסל אויף וואספארא לופטיגע קלאגעס זיין גאנצע קעיס איז באזירט.

קרופטירט זענען די רוצח'ישע בלוט דארשטיגע חיות אונטערן שלייער פון פראסעקיוטערס, און שופטי סדום, ימ''ש. וואס זענען פארנומען טאג און נאכט צו נעמען אומשולדיגע מענטשען, און פאר נארישע מינדערוויכטיגע אויפגעבלאזענע כלומר'שטע פארברעכנ'ס, זיי איינשפארן אין טורמע פאר לאנגע יאהרן, און חרוב מאכן די לעבענס פון זיי און זייערע משפחות. האבן פאר זייער געמיינע אינטערעסן זיך צו בויען א נאמען וכדו' ווידער געשאכטן, און חרוב געמאכט דאס לעבן פון אן אומשולדיגן מענטש, אונטערן שלייער פון נארישע זינלאזע קלאגעס.

קרופטירט זענען די אלע גרויסהאלטערישע פאלאטישנ'ס וואס ווייסן דעם אמת זייער גוט, און האבן נישט די מינדעסטע קארידזש, ארויס צוקומען פארטיידיגן דעם אמת, להציל עשוק מיד עשקו.

און נאך מער פאלטש און קרופטירט, זענען די מענטשן וואס אויך זיי ווייסן דאס זייער גוט, און האבן נאך אין זיך די חוצפה און טראציגקייט, אנצורופן דעם נעבעך'דיגן אומשולדיגן קרבן אז ער איז גאר דער וואס איז קרופטירט, און מיט דעם צו בארעכטיגן די שרעקליכע מעשה רציחה והשחתה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

אויב סילווער וואלט געווען א גוי, וואלסטו אויך דאס געזאגט?

אדער לאמיר דאס פרעגן אנדערש, אויב דו מאכסט יעצט די געזעצן וואס א עלעקטעד אפישעל מעג יא אדער נישט טון, וואלסטו ערלויבט באאמטע צו טון וואס סילווער האט געטון, אדער נישט?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נישטאמת »

קושטא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:וואלט געווען א געוואלדיגע זאך פון פרעזידענט דזשאוסעף ביידען ירום הודו והדרו, צו פארריכטן די עולה, און באפרייען ר' שמעון זילבער, דעם אלטן קראנקן מענטש, פון זיי טורמע גרוב.

ער קען נישט באפרייען קארופטירטע דעמאקראטן, אן מאכן א ריזן שטינק.

סילבער איז נישט קרופטירט, ווייל ער האט ממש גארנישט געטוהן, פאר ס'איז באקאנט אביסל אויף וואספארא לופטיגע קלאגעס זיין גאנצע קעיס איז באזירט.

קרופטירט זענען די רוצח'ישע בלוט דארשטיגע חיות אונטערן שלייער פון פראסעקיוטערס, און שופטי סדום, ימ''ש. וואס זענען פארנומען טאג און נאכט צו נעמען אומשולדיגע מענטשען, און פאר נארישע מינדערוויכטיגע אויפגעבלאזענע כלומר'שטע פארברעכנ'ס, זיי איינשפארן אין טורמע פאר לאנגע יאהרן, און חרוב מאכן די לעבענס פון זיי און זייערע משפחות. האבן פאר זייער געמיינע אינטערעסן זיך צו בויען א נאמען וכדו' ווידער געשאכטן, און חרוב געמאכט דאס לעבן פון אן אומשולדיגן מענטש, אונטערן שלייער פון נארישע זינלאזע קלאגעס.

קרופטירט זענען די אלע גרויסהאלטערישע פאלאטישנ'ס וואס ווייסן דעם אמת זייער גוט, און האבן נישט די מינדעסטע קארידזש, ארויס צוקומען פארטיידיגן דעם אמת, להציל עשוק מיד עשקו.

און נאך מער פאלטש און קרופטירט, זענען די מענטשן וואס אויך זיי ווייסן דאס זייער גוט, און האבן נאך אין זיך די חוצפה און טראציגקייט, אנצורופן דעם נעבעך'דיגן אומשולדיגן קרבן אז ער איז גאר דער וואס איז קרופטירט, און מיט דעם צו בארעכטיגן די שרעקליכע מעשה רציחה והשחתה.

וואס זענען די קלאגעס קעגן אים? און פארוואס זאגסטו אז עס איז לופטיגע?
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

איך האב שטארק רחמנות אויף סילווער בלויז ווייל ער איז א איד אבער אויף אים און אנדערע פאליטישענס קען מען זאגן, בור כרה ויחפרהו.
ער זיצט טאקט נישט אין סטעיט תפיסה, אדער פאר סטעיט קריימס אבער ער האט א גרויסע חלק אין די שטארק איבערגעטריבענע שטראף'ן סיסטעם פון ניו יארק סטעיט וואס ליידער אסאך אידן ליידן דערפון, ער האט געהאט א ווארט איבער דרייסיג יאר אין די לעגיסלעטער.
איך פארשטיי אז ער האט נישט אינזין געהאט צו מאכן שווער פאר אידן, אבער מאכן שווער פאר א גוי איז אויך נישט גערעכט.
די דזשאב פון א פאליטישאן איז זייער שווער. נעם א משל היט ענד ראן אדער דרייווען שיכור א שטארקע עוולה אבער האלט דא איינער אמתדיג אז מען דארף איינזעצען פאר 10 יאר? אוודאי א וויקטים אדער פעמילי מעמבער וועט אזוי האלטן, אבער א פאליטישאן און א ריכטער דארף נוצן בעלענסד שכל הישר און נישט נאך א טראגישע עקסידענט גראד מאכן א נייע געזעץ און צולייגן נאך פינף יאר פאר די עבירה, דאס מיינט עמעשאנעל לעגיסלעישאן.
דאס קומט נאר ווייל די גוי גלייבט נישט אין השגחה, און ער מיינט אז ער מוז האבן א סעלושען פאר אלעס. ממילא האלט ער אז מיט שטרענגער מאכן געזעצן וועט מער נישט געשען קיין עקסידענטס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך ר' יום טוב »

אינטערעסאנט. די דעמאקראטן דא זענען די וואס פארשטייען גוט אז ס'קומט זיך פאר סילווער...
לכאורה ווייל עס גייט מיט זייער אילוזיע אז ווייט קאלער קריים איז הארבער ווי רציחה, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אראפברענגען א מאכטפולער אדער רייכער פערזאן.

ואליבא דאמת, יעדער פארשטייט אז א קארופטירטער פאליטישאן קומט זיך גוטע פעטש. אבער עס דארף זיין מיט א מאס. די פאקט אז ער איז פאליטישאן דארף נישט זיין קיין אויסרייד אים הארבער צו באשטראפן ווי א ציווילער בירגער, און זיכער נישט צו מאכן דערפון א מידיא סענזאציע וואס ברענגט פאבליסיטי פאר די פראסעקיוטער. פארקערט. מען דארף נעמען אין קאנסידירעישאן די פאליטישאן'ס אויפטוען און זיינע יארן לאנגע פאבליק סערוויס.

און ניין. עס האט נישט צוטון צו ער איז א איד אדער גוי, מען אדער וואמען.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

ר' יום טוב טייערע, די סברה - און יעדע ריכטער האלט אזוי - איז אז א פאלעטישאןס און פאליס אדער א לאיער וואס טוט עבירות איז הארבער ווי א סתם מענטש, פשוט ווייל ער קען נישט זאגן אז ער האט נישט געוואוסט אז עס איז אסור, אדער געהאלטן אז עס איז נישט געפערליך. ער דארף צו וויסן מער ווי א עמך מענטש און עס איז נארמאל אז עס איז דא העכערע סטאנדארט פאר זיי.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך דממה דקה »

שעלי סילווער איז א קרבן פון די פארפוילטע פעדעראל דשאסטיס סיסטעם, מי יתן והיה אז איינער זאל זיך נעמען צו זייערע ביינער. (כ'האב געהאט אלץ אזא האפענונג אז טראמפ וועט עס טוהן)
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

זאל מיר איינער אויפווייזן אין וועלכע מדינה פון די וועלט, ווען איינער טוט וואס שעלי סילווער האט געטון, באקומט ער אזא הארבע שטראף, אין אזא הארבע טורמע סיסטעם.

דער נאמען פון דער מדינה, ביטע.

ביטע, ווער ס'רעדט איין ווארט, זאל קודם באזוכן אין די אמעריקאנער טורמע לאגערן, און דאן רעדן.

דער אמעריקאנער טורמע און יוסטיץ סיסטעם, איז א דריטע וועלט לאנד סטייל.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

גערעכט אז די גאנצע טורמע סיסטעם קען נוצן א שטארקע אפגרעיד. אבער אין די גאנצע וועלט וואלטן די באשולדיגונגען קעגן סילווער שטרענגער באשטראפט געווארן, לפי ערך, ווי דא. דאס הייסט אז קארופציע איז איבעראל פון די סאמע ערגסטע פארברעכנס וויבאלד עס גראבט אונטער די יסודות פון דעמאקראטיע און רעגירונג בכלל.

דער ביז איצטיגער סופרים קאורט איז אבער געווען אויסגעשפראכן פרא קארופציע, אפגערעדט פון די נייע קאורט וועלכע האט נעכטן גענצליך מבטל געווען די עמאליומענטס קלאוז. סאו סילווער האט א גוטן שאנס צו געווינען אין סופרים קאורט לכאורה.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

ר' יום טוב האט געשריבן:אינטערעסאנט. די דעמאקראטן דא זענען די וואס פארשטייען גוט אז ס'קומט זיך פאר סילווער...
לכאורה ווייל עס גייט מיט זייער אילוזיע אז ווייט קאלער קריים איז הארבער ווי רציחה, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אראפברענגען א מאכטפולער אדער רייכער פערזאן.

ואליבא דאמת, יעדער פארשטייט אז א קארופטירטער פאליטישאן קומט זיך גוטע פעטש. אבער עס דארף זיין מיט א מאס. די פאקט אז ער איז פאליטישאן דארף נישט זיין קיין אויסרייד אים הארבער צו באשטראפן ווי א ציווילער בירגער, און זיכער נישט צו מאכן דערפון א מידיא סענזאציע וואס ברענגט פאבליסיטי פאר די פראסעקיוטער. פארקערט. מען דארף נעמען אין קאנסידירעישאן די פאליטישאן'ס אויפטוען און זיינע יארן לאנגע פאבליק סערוויס.

און ניין. עס האט נישט צוטון צו ער איז א איד אדער גוי, מען אדער וואמען.

עס איז דא א יסודות'דיגער דיווייד צווישן די האנטפול היימישע אידן וועלכע האבן א געפיל צו סיוויקס, און דער ברייטער ציבור וועמען די זאכן קימערן נישט. די ערשטע גרופע קענען זיין דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער - נעווער טראמפ'ערס, און קענען זיך שארף טענה'ן צווישן זיך איבער פאליסי, אבער אין טראמפ'ס לאגער קענען זיי נישט זיין על פי רוב. קארופציע פון רעגירונגס פירער שטייט הויך אויף דער ליסטע פון פארברעכנס ביי די גרופע.

-----

איר לעבט אין אן אילוזיע אז דעמאקראטן האלטן אז ווייט קאלער קריים איז הארבער ווי רציחה. קאמפעירן ווייט קאלער וועלכע איז על פי רוב פעדעראל מיט בלוי קאלער וועלכע איז על פי רוב סטעיט איז מעיקרא עפלס און אראנזשעס.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

Programming: וואס זענען געווען די קלאגעס קעגן אים?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

הבדלה וויין האט געשריבן:די פעדעראל יוסטיץ סיסטם איז גארנישט אזוי ווי דריטע וועלט לענדער. די פעדערעל סיסטעם איז גאנץ בעסער געווארן די לעצטע יאר'ן.
.

ביטע זוך נאך און זע וויאזוי מען קאמפערט דעם אמעריקאנישן סיסטעם צו אנדערע. דער יוסטיץ סיטעם, און דער טורמע סיסטעם. איין דוגמה איז אז אמעריקא פארמאגט איינס פון די העכסטע צאל ארעסטאנטן - פראצענטועל - פון איבער דער וועלט
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פרידן »

Programming האט געשריבן:אויב סילווער וואלט געווען א גוי, וואלסטו אויך דאס געזאגט?

אדער לאמיר דאס פרעגן אנדערש, אויב דו מאכסט יעצט די געזעצן וואס א עלעקטעד אפישעל מעג יא אדער נישט טון, וואלסטו ערלויבט באאמטע צו טון וואס סילווער האט געטון, אדער נישט?

אויב סילבער וואלט נישט געווען א איד וואסלסטו אויף געהאלטן אז ער איז קארופטיט אדער דעמאלטס וואלסטו פארשטאנען אז ער איז זעכער א ערליכער גוי
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

אביסל געפיל פאר אן אלטן קראנקן מאן מיט יענע מעשה, וואס האט עטליכע מאהל שוין גע'חליש'ט אין טורמע רח''ל, איז עפעס וואס אפגעזעהן וואס דו האלטס פאליטיש, איז א עולה שאין כמוהו אים צו האלטן אין טורמע,
איך רעד פשוט אלץ א יומען ביאינג
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

פרידן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אויב סילווער וואלט געווען א גוי, וואלסטו אויך דאס געזאגט?

אדער לאמיר דאס פרעגן אנדערש, אויב דו מאכסט יעצט די געזעצן וואס א עלעקטעד אפישעל מעג יא אדער נישט טון, וואלסטו ערלויבט באאמטע צו טון וואס סילווער האט געטון, אדער נישט?

אויב סילבער וואלט נישט געווען א איד וואסלסטו אויף געהאלטן אז ער איז קארופטיט אדער דעמאלטס וואלסטו פארשטאנען אז ער איז זעכער א ערליכער גוי

פרוביר צוצוטרעפן דער ענטפער
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פעיק ניוז »

פראגרעמינג: פון וואס איז באשטאנען זיין קארופציע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך פרידן »

Programming האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אויב סילווער וואלט געווען א גוי, וואלסטו אויך דאס געזאגט?

אדער לאמיר דאס פרעגן אנדערש, אויב דו מאכסט יעצט די געזעצן וואס א עלעקטעד אפישעל מעג יא אדער נישט טון, וואלסטו ערלויבט באאמטע צו טון וואס סילווער האט געטון, אדער נישט?

אויב סילבער וואלט נישט געווען א איד וואסלסטו אויף געהאלטן אז ער איז קארופטיט אדער דעמאלטס וואלסטו פארשטאנען אז ער איז זעכער א ערליכער גוי

פרוביר צוצוטרעפן דער ענטפער

איך ווייס דער ענפער ער דארף טאקע זיצן ווייל אלטץ איד אז ער קומט ארויס וועט ער דאך אוודאי נישט גיין מיט א מאסק
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”