מתנות לאביונים אנקעטע
מתנות לאביונים אנקעטע
לכבוד פרשת תרומה, א חשוב'ע שאלה.
וואטס פליז די אמת'דיגע תשובה...
מקען וואטען ביז פורים....
פארשטייצעך יעדע איינער זאל רעכענען ביי זיך די כספי המדינה, יורו'ס, פונט'ס, שקלים, יען'ס וכדומה.

ישראלי איז איש יהודי בכל נפשו ובכל מהותו
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
שטא מיין אפציע.
נאך שחרית גיי איך צו איינע פון די גבאי קופת הצדקה דקהילתנו און גיב איהם א מתנה חשובה לשם מצות היום.
נאך שחרית גיי איך צו איינע פון די גבאי קופת הצדקה דקהילתנו און גיב איהם א מתנה חשובה לשם מצות היום.
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
אוראייניקל האט געשריבן:שטא מיין אפציע.
נאך שחרית גיי איך צו איינע פון די גבאי קופת הצדקה דקהילתנו און גיב איהם א מתנה חשובה לשם מצות היום.
און וואס איז מיט צווייטע מתנה לאביון?
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
ממוצע האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:שטא מיין אפציע.
נאך שחרית גיי איך צו איינע פון די גבאי קופת הצדקה דקהילתנו און גיב איהם א מתנה חשובה לשם מצות היום.
און וואס איז מיט צווייטע מתנה לאביון?
מ'גיבט גענוג אז ס'זאל זיין א מתנה חשובה פאר צוויי אביונים, ס'זענען ליידער דא מער ווי איין אביון אין די קהילה...
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
אוראייניקל האט געשריבן:ממוצע האט געשריבן:אוראייניקל האט געשריבן:שטא מיין אפציע.
נאך שחרית גיי איך צו איינע פון די גבאי קופת הצדקה דקהילתנו און גיב איהם א מתנה חשובה לשם מצות היום.
און וואס איז מיט צווייטע מתנה לאביון?
מ'גיבט גענוג אז ס'זאל זיין א מתנה חשובה פאר צוויי אביונים, ס'זענען ליידער דא מער ווי איין אביון אין די קהילה...
כ'האב מיר פארגעשטעלט אז דאס איז דער חשבון. כ'בין אבער נייגעריג צו ס'איז אויסגעהאלטן. ווייל מהיכי תיתי אז דיין נתינה גייט פאר צוויי אביונים? אפשר גייט טעארעטיש דיין גאנצע נתינה פאר איינעם? וויאזוי רעכנט מען דאס?
בכלל, אפשר איז די מצוה דוקא צוויי "נתינות"? הגע בעצמך, אויב דו גיסט א גרויסע נתינה פאר איין אביון, און דער אביון נעמט אראפ א חלק און גיט דאס פאר א צווייטן אביון, האסטו יוצא געווען, ווייל דיין נתינה איז אנגעקומען צו צוויי אביונים? ס'איז נישט דומה, אבער כ'ברענג ארויס דער געדאנק.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
ס'איז ע"פ רבני הקופה.
זיי זענען מזכה די געלט פאר'ן געבן פאר די אביונים, אז יעדער נותן זאל האבן א חלק אין צוויי נתינות פאר צוויי אביונים.

- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
שטא מיין אפציע!
כ'דריי זיך ארום גאנץ פורים זוכן אביונים! שטא צו געפינען.

די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
אז דו דרייסט זיך אנטלויפסטו נאר פון זיי...
בלייב אויף איין פלאץ.. זיי וועלן צוקומען צו דיר...
בלייב אויף איין פלאץ.. זיי וועלן צוקומען צו דיר...
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
הלוואי!
יעדער גייט נאר פאר 'מוסדות' און 'ארגענעזאציעס'...
כ'זיך א אביון וואס גייט פאר זיך... צו שפייזן זיין געזינדל...
יעדער גייט נאר פאר 'מוסדות' און 'ארגענעזאציעס'...
כ'זיך א אביון וואס גייט פאר זיך... צו שפייזן זיין געזינדל...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
ס'זענען דא צדקה קאסעס צו שפייזן אידן אויף שבת ויו"ט.
מתנות לאביונים למהדרין.
מתנות לאביונים למהדרין.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
דאס טו איך גראד נאך די מגילה, כ'גיי צום טישל פון צדקת העיר מיט איין פינפער, און דערנאך מיט נאך א פינפער...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
אוראייניקל האט געשריבן:ס'איז ע"פ רבני הקופה.
זיי זענען מזכה די געלט פאר'ן געבן פאר די אביונים, אז יעדער נותן זאל האבן א חלק אין צוויי נתינות פאר צוויי אביונים.
געוואלדיג!
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כ'זיך א אביון וואס גייט פאר זיך... צו שפייזן זיין געזינדל...
באמת? כ'מיין אין יעדע משפחה קענסטו טרעפן אפאר אזעלכע וואס ווען ס'קומט א יו"ט מוטשען זיי זיך צו דעקן די הוצאות החג.
קענסט רואיג יוצא זיין מיט אזא "אביון" ער מוז נישט גיין דייקא מיט צעריסענע שיך און א צוקראכטע קאפילוטש.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
די סיבה פארוואס איך גיב פאר מער פון 2 איז ווייל איינער האט מיר איינמאל געגעבן א "בו ביום" ענוועלאופ איך זאל ארום גיין נאך געלט דערמיט און ביז סוף טאג זאל איך אים קאלן זאגן וויפול ס'איז אריינגעקומען און ער וועט עס שוין מסדר זיין אז ס'זאל זיין בו ביום... איך האב עס נישט אנגענומען ווייל כ'האב מורא געהאט אז סוף טאג וועל איך נישט זיין דאהו.... זייט דעמאלס גיב איך פאר מער פון 2 "בו ביום'ס" א פינעווער

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- סיז מסודר
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4767
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט
sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
איך טוה די זעלבע, איך מאך זיכער אז סקומט אן צו כאטש צוויי עניים הגונים
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
פה סיזמע, טערקיי
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re:
סיז מסודר האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
איך טוה די זעלבע, איך מאך זיכער אז סקומט אן צו כאטש צוויי עניים הגונים
וויזוי קען מען זיכער מאכן?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- סיז מסודר
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4767
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט
Re: Re:
sheetrock האט געשריבן:סיז מסודר האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
איך טוה די זעלבע, איך מאך זיכער אז סקומט אן צו כאטש צוויי עניים הגונים
וויזוי קען מען זיכער מאכן?
מקען נישט זיכער מאכן. אבער אז מגעט גלייך נאכן דאווענען פאר עטליכע וואס גייען פאר עניים הגונים, וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף אנקומען כאטש צו צוויי עניים
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
פה סיזמע, טערקיי
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: Re:
סיז מסודר האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:סיז מסודר האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
איך טוה די זעלבע, איך מאך זיכער אז סקומט אן צו כאטש צוויי עניים הגונים
וויזוי קען מען זיכער מאכן?
מקען נישט זיכער מאכן. אבער אז מגעט גלייך נאכן דאווענען פאר עטליכע וואס גייען פאר עניים הגונים, וועט מיטן אויבערשטנ'ס הילף אנקומען כאטש צו צוויי עניים
יעפ. מ'קען נאר טון השתדלות
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
די סיבה פארוואס איך גיב פאר מער פון 2 איז ווייל איינער האט מיר איינמאל געגעבן א "בו ביום" ענוועלאופ איך זאל ארום גיין נאך געלט דערמיט און ביז סוף טאג זאל איך אים קאלן זאגן וויפול ס'איז אריינגעקומען און ער וועט עס שוין מסדר זיין אז ס'זאל זיין בו ביום... איך האב עס נישט אנגענומען ווייל כ'האב מורא געהאט אז סוף טאג וועל איך נישט זיין דאהו.... זייט דעמאלס גיב איך פאר מער פון 2 "בו ביום'ס" א פינעווער
האסט מיר ארויסגעכאפט דאס ביס.. כ'מיין דאס ווארט פון מויל
איין חילוק, איך האב עס יא אנגענומען . . . . .
זייט דעמאלטס טוה איך טאקע ווי האסט געשריבן
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
sheetrock האט געשריבן:נישטא מיין אפציע. נאכן מגילה ליינען צופרי גיב איך פאר עטליכע גבאי צדקה וואס שרייבן "בו ביום" א פינעווער.
וכן אנו נוהגין.
אויך אויב שמעק איך אז איינער גייט פאר זיך געב איך אים אויך א פינעווער.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17156
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: מתנות לאביונים אנקעטע
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הלוואי!
יעדער גייט נאר פאר 'מוסדות' און 'ארגענעזאציעס'...
כ'זיך א אביון וואס גייט פאר זיך... צו שפייזן זיין געזינדל...
היינט געזעהן א חידוש אין דרשות חת"ס (קעו ע"ד) אז די עיקר איז געבן פאר תלמידי חכמים שמלאכתן נעשית ע"י אחרים, און נישט פאר עניים.