אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

די ערשטע
83
50%
די צווייטע
49
30%
די דריטע
18
11%
די פערדע
7
4%
די פיפטע
3
2%
די זעקסטע
2
1%
די זיבטע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
די אכטע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
די ניינטע
1
1%
די צענטע
2
1%
 
סך הכל שטימען: 165

מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

ביי מיר איז געוועהן די ערשטע א שווארצער קיינער האט נישט געפעסט נישט יודן נישט גוים
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

די צווייטע, ביי די ערשטע האב איך נישט געמאכט קיין איין מיסטעק און דע רשע האט מיר געגעבען 50 פוינטס..... ביי די צווייטע בין איך געווען פיל מיט מיסטעקס נאר געגעבען 15 פוינטס...
אין עוד מלבדו
נחזור לענינינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחזור לענינינו »

קאר 3
באס 2
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ביים ערשטן האב איך נישט געקענט בעקן. אויך געפעסט א סטאפד באס....

ס'צווייטע מאל האמיר ב"ה געהאט א געשמאקן שמועס מיטן אינסטראקטאר (אזוי רופט מען יענעם?) איבער זיין אייראפעאיש-ענגלישן אקצענט, און איבער מיין וויזיט קיין אנטווערפן מיט עטליכע יאר פריער. ברוך השם ס'איז אדורך בשלום. איך האב בלויז באקומען פוינטס פון מיין מענעדזשער פארן פעלן עטליכע שעה פון דער ארבעט....
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

האב איך געמאכט מיין ערשטע אין מידעלטאון קומט צו גיין א גויטע, און מיין דרייווינג טיטשער זאגט מיר גלייך אז זי איז א שטילע שטרענגע און ווען איך הער אינגעלייט רעדן פון די רשענטע זאל איך ווייסן אז מ'מיינט איר, און פארשטייט זיך אז כ'האב עס נישט געפעסט, ניטאמאל האב איך געענדיגט די גאנצע טעסט, זי האט געהאלטן און איין ברעיקן ווען ס'האט זיך איר נאר געדאכט אז עפעס איז נישט גוט 102 פראצענט.
האב איך געהערט אז אין ניובורג איז מער א רואיגע פלאץ האב איך געבעטן מיין טיטשער אז די צווייטע וויל איך גיין קיין ניובורג.
קום איך אהן אהין און ש'מער ש'ווייניגער, די רשע'נטע איז דא זי האט באשלאסן אז היינט ארבייט זי אין ניובורג, גיי ווייס פארוואס, למעשה א מענטש טראכט און גאט לאכט ס'איז איר נישט געלונגען און ווילאנג זי איז געווען פארנומען מיט איינעם פאר מיר איז אנגעקומען א צווייטער א עלטערע גוי (שטארק מעגליך פון די גוישע אהבת קדומים...) און מיין טיטשער זאגט מיר אז ער האט ליב זיך צו מאכן שטרענג אבער ער איז נישט, וכך הוה ער איז געזיצן רואיג גארנישט געברעיקט, נאר זייער רואיג זיך צוגעקוקט צו מיין עבודת הקודש, און פארשטייט זיך אז יעך האב עס געמאכט, זיין איינציגע פראבלעם איז געווען אז טרי פוינט טוירן און די פארקינג האט גענומען אביסל צו לאנג און איך האב אויפגעהאלטן די טרעפיק (וואס איך האב בכלל נישט געזעהן דארט...) און פארדעם האט ער מיר געגעבן 15 פינטלעך, און די רשענטע האט געהאט א וויסטע מפלה ב"ה.
א אינטרעסאנטע זאך איז געווען אז ער האט מיר נישט געוואלט זאגן אויב איך האב עס געפעסט נאר איך זאל אליין קוקן אויפן רעסיט, איינער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס איז ווייל געווען אמאל א גוי וואס האט געפעילט און ווען יענער האט אים געזאגט אז ער האט עס נישט האט ער אים געגעבן אחת למעלה ושבע למטה, און זייט דעמאלטס זאגן זיי מער נישט גארנישט דערוועגן.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווי העכער די אייקיו, אלץ העכער דער נומער פון סטרייקס...

די וואס פּעסן עס דאס ערשטע מאל, איז דאך פשוט אז זיי האבן מער מזל ווי שכל. שוין, א נידריגע אייקיו.

די וואס פּעסן עס דאס צווייטע מאל, האבן ווייניגער מזל און מער שכל.

איך האב עס געפּעסט דאס דריטע מאל (וועגן דעם רעד איך אזוי...). וואלט עס געווען די צענטע מאל, וואלט איך ווארשיינליך געווען א דזשיניעס.

--

ביים 'סטרייק וואן' האב איך נאכנישט געהאט א סעלפאון (מ'רעדט דא פון זייער אסאך יארן צוריק...), און כ'האב נישט געקענט איינמעלדן אינדערהיים צייטלעך אז ס'איז געווען א טאוטעל דורכפאל... מיין רעביצין האט זעט אויס געמיינט אז כ'בין נישט אזוי קלוג און האט אנגענומען מיט א פשטות אז כ'האב זיכער געפּעסט די ראוד-טעסט.

כ'קום אהיים נאכן ראודטעסט, אינגאנצן אפגעשמיסן, ממש אבל וחפוי ראש. וואס זע איך? אויפן וואנט א שיינע סיין מיט באלאנען: "האסט עס געמאכט!" אויפן טיש א דעקארירטע קעיק בצורת קאר, מיט א שיינע תפילת הדרך'ל אינדערזייט...

מיין פארבלאזענע פנים האט תיכף געבאסט איר גאנצע עקסייטמענט. איר ארבעט איז נעבעך געווען אן אומזיסטע. אויף דעם בעטן מיר "למען לא ניגע לריק"...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

העשטעג_וואו_איז_די_לייק_קנעפל???
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב עס געמאכט און פארלוירן צוזאמען ביים ערשטן מאל.

געפארן בינעך העכער די ספיד לימיט, זיך אפגעשטעלט אינמיטן די אינטערסעקשאן ווייל כ'האב נישט געכאפט אז וכו', (פארגעס נישט אז ביינונז איז דער בעסטער טיטשער דער אייגענער בארד..) ביים פארקן האבעך זיך געדרייעט ווי א כפרה, נישט ווייל כ'האב נישט געקענט, נאר פון גרויס פאניק אז כ'זאל ח"ו נישט אריינקראכן אינעם טראטואר. (כ'אדאך געוויסט אז די גאנצע קאראנא איז נאר די פאניק..) איי די קולות וואס איז דארט פארגעקומען... נישט פון די אינסטראקטאר אזוי ווייט, ווי פון מיין דערשראקן הארץ... אבער דער יעניגער האט אויך צוגעגעבן...

פוינטס האבעך באקומען אסאך מער ווי 30...

אבער ראה זה פלא. געפעסט האבעך איך עס פארט. ב"ה.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ערשטע מיט זערא פוינטס.
אוי איז זי געווען א שוטה!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שטומפיג האט מיך אהער געשיקט... אז כ''בין שוין דא העלעך שוין זאגן
קאר ערשטע
באס ערשטע

חוח זאגט אז כ'האב שוואכע איי קיו ...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

צו געזונט האט געשריבן:קאר - 2
באס - 1
טרעילאר - 1
מאטארציקל - 1
אינסטראקטאר - 1

די וואס האסט געפעסט ביי די זיבעטע רעכנסטו נישט אויס...
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

איך האב געפעסט ביי מיין ערשטע.
CDL פערמיט האב איך מיך אראפגעזעצט שרייבן אלע פיר טעסטס בהעלם אחת און אלעס געענדיגט אין א שעה און פינעף מינוט! דער וואס האט מיר עס געמארקט האט געשוינט דערויף, און זיך אנגערופן "נאר ביי ענק אידן קען עס זיין, ענק פארברענגען נישט די צייט אויף טעלעוויזשן אדער מאוויס!"...
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: אנקעטע: די וויפולטע ראוד טעסט האט איר געפעסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

50% ביים ערשטן
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”