בלאט 1 פון 1

אנקעטע - ווען עס פאפט אויף א ווינדא אין די קאמפיוטער

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 6:59 pm
דורך דממה דקה
IT באקימען שטענדיג אזעלכע רופן, עפעס אויף מיין קאמפיוטער האט אויפ-געפאפט און יעצט ארבעט עס נישט געהעריג, דא הייבט זיך אן א סעריע חקירות ודרישות, וואס איז דארט געשטאנען? איך ווייס נישט איך האב געדריקט X, וואס האסטו געטוהן פארדעם? גארנישט. וואס מיינט גארנישט ביסט געווען ביים קאמפיוטער? וואס ארבעט נישט? וכו וכו אזוי שלענגלט זיך א שמועס ביז מען דערגייט וואס האט פאסירט.

סא איך האב האב געקלערט צו פרעגן דעם עולם וואס זייער רעאקציע צו א פאפ-אפ ווינדאו איז.

Re: אנקעטע - ווען עס פאפט אויף א ווינדא אין די קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 10:22 pm
דורך KEWL
איך ניץ א פאפ אפ בלאקער מילא האב איך נישט דעם פראבלעם

Re: אנקעטע - ווען עס פאפט אויף א ווינדא אין די קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 10:26 pm
דורך לכאורה
טאקע געוואלט שרייבן אז ס'פעלט מיין אפציע... כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט

Re: אנקעטע - ווען עס פאפט אויף א ווינדא אין די קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג יוני 08, 2020 11:09 pm
דורך עין טובה
ווען האסטו עס געוואלט שרייבן? אום נאוועמבער? און דו געדענקסט נאך וואס דו האסט געוואלט שרייבן? אדער דו שטעלסט עס פשוט אויפן חזקה, אז אלס פעלט דיין אפציע?

איך קען ממש נישט גיין שלאפן פארן פארשטיין די נושא. ביטע תשובה געבן ווי אמשנעלסטן.