שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:16 pm

6
3%
★★
2
1%
★★★
6
3%
★★★★
13
6%
★★★★★
51
22%
5
2%
★★
1
0%
★★★
3
1%
★★★★
13
6%
★★★★★
56
24%
5
2%
★★
3
1%
★★★
9
4%
★★★★
13
6%
★★★★★
46
20%
 
סך הכל שטימען: 232

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

[align=center]בילד[/align]

פון קאנספיראציע צו געזעץ

וואשינגטאן די-סי, כ"ט סיון תשע"ב, ולמספרם יוני 19, 2012.

דער פריש-באשטעטיגטער טייוולאנישער מעגא-געהיימעניס, איז באצייכנט געווארן אין די הויכע פענסטער אלס 'סופּערוואולקאן'. אויב עס רינט ארויס צום פובליק, וועט עס אויפפלאקערן א פייער וואס קען מער נישט פארלאשן ווערן. עס וועט שאפן גרעסערע היץ, ווי סיי וועלכער וואולקאן-עראפציע אדער אטאמישער-אויפרייס אין וועלט'ס היסטאריע.

אלע באטייליגטע ביים געהיימען קאנפערענץ, זענען איינגעמאלדן געווארן, אז פרעזידענט באראק אבאמא זעלבסט האט, דורך אן עקזעקוטיווער באפעל, אקטיוויזירט קאוד דזשעי-4. דאס באדייט, אז דער וואס לאזט עס ארויסרינען צו דער פרעסע אדער וועמען אימער, וועט באשטראפט ווערן מיטן הארבסטן.

יעדער האט געשוואוירן צו האלטן דעם סוד ביי זיך, ווי אויך אונטערגעשריבן א דאקומענט, נעמענדיג פולע פאראנטווארטליכקייט אויף די שווערע קאנסעקווענצן וואס קענען נאכפאלגן אין פאל מען געבט עס איבער פאר פרעמדע אויגן אדער אויערן.

די פריערדיגע פראבעס צו פארוואנדלען די שוידערליכע קאנספיראציע אין א פאקטישן געזעץ, זענען דורכגעפאלן, נאכדעם וואס די מערערע קאנפערענץ זיצונגען איבער די טעמע זענען באשטאנען פון רוישיגע טענה'רייען און האבן זיך געענדיגט פרוכטלאז. אבער דאס מאל האבן אלע געמיינזאם מיטגעשטימט, אויך די וואס וואס זענען אנהייב געווען קעגן דעם שרעקעדיגן געדאנק, נאכדעם וואס דער פרעזידענט אליין האט צוגעזאגט 'גוטע זאכן' פאר זייערע ארגאניזאציעס.

דער אולטרא-שרעקעדיגער געדאנק, איז געווארן א פאקט.

[align=center]*[/align]
דער 'מאשרום'

סאן פראנציסקאו, קאליפארניע. אויפן פערטן שטאק אינעם UCSF שפיטאל, צימער 424.

דער פאציענט שלאפט טיף, אונטערן שארף פונעם מעסער. די בראך אפעראציע האלט שוין ביים קומען צו אן ענדע. דער בארימטער סורדזשען, דאקטער אנטאני פילל, איז צופרידן פון די אנטוויקלונגען. דאס מאל האט די אפעראציע א ספעציעלע חשיבות ביי אים: עס צייכנט אפ זיין פינף-טויזנטסטע סוקסעספולע סורדזשערי, אין לויף פון זיין זעכצן יאריגע ערפארונג.

דער דאקטער, וועלכער האט יארן שטודירט וויאזוי צו ניצן דעם מעסער, איז א שטארקער קעגנער פון די מאדערנע לעיזער פראצעדורן וואס רוב יונגע דאקטוירים האבן אנגעהויבן פראקטיצירן. ער האט א טעאריע, אז וויבאלד דאס שניידן, עפענען, פאררעכטן און פארנייען, ברענגט אז די ערהוילונג זאל זיין גאר א לאנגזאמע און עס דויערט וואכן ביז מען קומט צו די כוחות, איז דאס זייער פאזיטיוו פארן פאציענט, ווייל אזוי ארום באקומט דער מוח דעם פסיכאלאגישן איינדרוק אז 'זאכן האבן זיך ערנסט געטוישט', און אז פון יעצט 'וועל איך זיין געזונט און שטארק'.

ער האלט יעצט ביים פארנייען דעם אפענעם וואונד פונעם פאציענט, אבער ווי ער איז טרעינירט געווארן אין דער לעצטער תקופה, רוימט ער אריין פאר זיין געהילף-סורדזשען אין אויער: מאָשרום! יענער עפנט פלינק א געהיימע טירל, ברענגט פון דארט אפיר א קליינטשיגע קאלטע אלומינום פּאַקעט, וואס מעסט זיך אין מילימעטער, און געבט עס איבער פארן דאקטער.

[align=center]*[/align]
די ריכטיגע חברה

פופצן מאנאטן פריער. דער צווייטער טאג פסח תשע"א. אינעם פעדעראלן שפיאנאזש קאמפלעקס, אין ווייט-פּיין קאונטי, נעוואדא.

די דריי גרויסע קארפן-קעפ: דזשעימס, קריסטאפער און ראנעלד, זיצן און רייבן זיך די שטערנס. זיי זענען געשטעלט געווארן אלץ ספעציעלע טעסק-פאָרס, צו טרעפן א לעזונג צו א מעגליכער בעפארשטייענדער קריזיס:

עס זענען טאקע בלויז דא גאר קליינע אויסזיכטן אז דער בארבארישער עס-עס-אוֹ-עיטש געדאנק זאל בכלל אמאל צושטאנד קומען, אבער אויב יא, אויב גייט עס יא אדורך, מוז מען זיין פון פאראויס צוגעגרייט וויאזוי דאס צו קענען אינפארסירן. מען דארף קענען אינפילטרירן דעם מענטשליכן קערפער, אונטער זיין באוואוסטזיין. אויף אזוי ווייט, אז אפילו דער פאקטישער 'שליח לדבר עבירה', זאל נישט האבן דאס מינדעסטע אנונג וואס ער האט אקארשט אפגעטון.

די דריי חברה, וואס דרייען זיך ארום מיט הימל-שרייענד-הויכע איי-קיו מוח'לעך, זענען קוריאזע, הומאריסטישע און – ווי פארשטענדליך – זייער נאכגעלאזטע פארשוינען, אבער לאיאל און פאטריאטיש ביז-צום-טויט. ווען אזא קאמפליצירטע קעיס פאלט אריין אין זייערע הענט, זיצן זיי אפטמאל 15-16 שעות נאכאנאנד, ביז זיי קומען אויף מיט עפעס צופרידנשטעלנד. צוערשט שיסן זיי געדאנקען, צענליגע פער שעה, אזעלכע וואס קענען יא אדער נישט צושטאנד קומען. שפעטער גייען זיי איבער יעדע אויפגעברענגטע אפציע, זיי מעקן אויס איינס נאך איינס, ביז מען זעט וועלכע אפציע בלייבט ענדגילטיג איבער.

דאס מאל איז זיי אבער אריינגעפאלן א ספעציעלע העכטל אין די הענט אריין. עס איז אַן אויסנאם אינטערעסאנטע טשעלענדזש. וויסנדיג אז מיט זייער באשלוס, וועלן זיי טוישן די צוקונפט פונעם וועלט. זיי האבן זיך גוטמוטיג צונויפגעלאכט, געמיינזאם פאררויכערט פארבאטענע סחורה, טאקע דארט אינעם פעדעראלן ביורא אונטער פארריגלטע טירן, איידער זיי האבן אנגעהויבן שפעקולירן וואס מען קען דא אויסטרעפן.

אבער וויבאלד דא האנדלט זיך פון עפעס עקסטרעם-האַקל, זענען זיי מיד געווארן נאך איידער זיי האבן געטראפן אן אנטשיידונג. דער אמת איז, אז די חברה ווייסן נישט פון קיין טאג אדער נאכט צו זאגן. ווען זיי זענען אויף אזא מיסיע, בלייבן זיי אין יענעם צימער עד כלות הכוחות. זיי לייגן זיך שלאפן און שטייען אויף מיט פרישע שעפערישע געדאנקען. נישט אומזיסט פארמאגט זייער 'אפיס' א קליינע קיך און א ווינקל מיט בעטן, אבער נישט קיין זייגער אדער פענסטער.

אויך יעצט, האבן זיי זיך געלייגט אויף זייערע פראוויזארישע געלעגערס, כדי צו קענען איבעררייסן מיט א דרימל. ווען דזשעימס און ראנעלד, די צוויי 'פארשלעפּטע', זענען ענדליך געווארן גרייט צום שלאפן, איז שוין קריסטאפער פונלאנג געווען פארזונקען, אין בעט, צווישן די ריזיגע בלעטער פונעם 'וואשינגטאן פאוסט', צו געוואויר ווערן וואס עס טוט זיך אויפן וועלט.
ראנעלד מורמעלט ארויס: העי קאמעראדן, אויב איינער חלומ'ט פון א גוטן אויסטרעף, זאל ער נישט דערציילן אז ער האט עס גע'חלומ'ט, אויב וויל ער האבן מיין צושטימונג...

[align=center]*[/align]
א לעזונג צום מיסטעריע

פינף מינוט דערויף. אלע שלאפן שוין, אויסער קריסטאפער. מחשבות ווירבלען אים אין קאפ גאר ווילד און לאזן אים נישט איינשלאפן. ער האט נארוואס געלייענט אן ארטיקל וועגן א גרויסע זארג, ממש א דילעמע, וואס נעמט ארום אלע דאקטוירים גלאבאל, און איז לעצטנס ארויפגעברענגט געווארן אלס הויפט טעמע ביים 'איי-עם-סי' (אינטערנאציאנאלן מעדיקל קאנפערענץ), וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין פאריז, פראנקרייך.

ער שפירט אז דא ליגט דער שפיץ-פאדים וואס קען דינען אלס ענטפער צו זיין שפיאנאזש-מיסטעריע. אבער עס פעלט אים דערווייל די נאדל צו קענען שפינען דעם פאדים, וואס זאל באהעפטן די צוויי פרעמדע טעמעס.

עס גייען אריבער פינף מינוט און צען מינוט. דער עולם שנארכעצט ממעמקי תהום רבה, אבער ער ארבעט אווער-טיים. זיין מוח שטרענגט זיך איבער און ארבעט פיבערהאפטיג ווי קיינמאל בעפאר. מיטאמאל... האק! טראך! זעץ! קריסטאפער שפרינגט אויף ווי א וואנזיניגער און מיט באנומענע קולות קערט ער איבער זיינע חברים'ס בעטן. "העי-הו-הא-הא!" יובלט ער און פארפירט. ער טומלט און שרייעט ווי אן אקס ביים שחיטה.

ער צעווארפט און צושטערט אלעס און זייעט אן כאאס. ער גאלאפירט אין געטענץ איבערן צימער. מיט פארקלעבטע אויגן קוקן זיינע חברים אויף אים, זיי ווארפן אין זיין ריכטונג דערשראקענע רחמנות-בליקן. 'אומגליקליכער מענטש! ער האט ווארשיינליך געסנעפט!'

"קריס! קריס! קריסססס!!!" – נאך לאנגע תחנונים בארואיגט ער זיך און זעצט זיך אנידער צווישן זיי.

ער טרייסלט. ער איז נאך קענטליך גייסטיש צושטורעמט פון זיין ווילדע מחשבה. ער לאזט זיי אבער נישט לאנג שפעקולירן און אנטפלעקט זיי זיינע פרישסטע געדאנקען. ער הייבט אן רעדן:

"מיינע גוטע חברים, איך ווייס אז ענק וועלן מיר מקנא זיין אז איך בין נאכאמאל געווען דער וואס האט געטראפן א פארלוירענעם שליסל צו אַן עקשנות'דיגן שלאס, אבער איך וועל מיט ענק מיטטיילן מיין אויסטרעף. מיין הצלחה איז אייך צו פארדאנקען, וויבאלד אין אנגענעמע געגנווארט, איז דער קאפ קלארער".

עס איז קענטיג אז די זיסע פראזן וואס ער ניצט אין זיין 'רעדע', קומען בלויז צו פארדינען צייט, ער זאל דערווייל קלארער אויספארעמען זיין 'ערפינדעניש'.

דא האט ער זיי אין איין אטעם געשילדערט ווי דער מעדיצינישער וועלט שטייט מיט געהויבענע הענט קעגן דעם לעצטיגן סייענטיפישן אויסטרעף:

נאך יעדע אפעראציע, ווען דער קערפער הייבט זיך אן אויסקורירן און ערהוילן, ווערט געשאפן אַן אינערליכע פראבלעם. נעמליך, די ארומיגע אדערן, וואס זענען נאנט צום שניט, ווערן – געווענליך אין די ערשטע זעקס וואכן, אבער צומאל לאנגע חדשים אדער יארן שפעטער! – איבערגעהיצט, ביז צו זייער סכנה'דיגע שטאפלען, אזש זיי קענען צוקומען צו טאטאלע דיסינטעגראציע! עס ווערט פאטאל, ווען דער איבערגעהיצטער בלוט שטראם גרייכט דאס הארץ.

דער אויסווירקונג דערפון איז טראגיש קאטאסטראפאל. עס שטעלט זיך ארויס צו זיין די סאמע גרעסטע אורזאך פון טויט-נאך-סורדזשערי. שאצונגען ווייזן, אז איבער 40 פראצענט פון די וועלכע 'מאכן עס נישט', ווערן באטראפן פון אט די ביז-יעצט-אומבאקאנטע פראבלעם.

[align=center]*[/align]
דער באהאלטענער קאמער

זיינע קאלעגעס באטראכטן אים מיט פאראכטונג. 'דאס האסטו געלייענט? פאר דעם שרייעסטו? דאס מאכט דיר פריילעך? ביסט געווארן א מעדיצינישער דאקטער? וואס מאכט דיר דא זיך דערקלערן אלס געווינער?'

"זייער פשוט", ערקלערט ער. "אין די פארלאפענע טעג, האט די אמעריקאנער רעגירונג באוויזן צו ערפינדן א פליסיגקייט וואס קען זיך האלטן 'קיל' אינעם קערפער פונעם מענטש אויף 'אייביג', ביי א טעמפעראטור פון 85.6 גראד פארענהייט, גענוי די רעקאמענדירטע 'קעלט' וואס מען דארף האבן ביים פלאץ פונעם שניט: דרייצן פונקטן אונטער 98.6. אזוי ארום וועלן מיר קענען ארויפרייטן אויפן פאראויס-לויפנדער וואגן און עס אויסניצן פאר אונזער-וועגן".

"די רעגירונג ארבעט יעצט אויס די לעצטע דעטאלן", זעצט ער פאר, "וויאזוי אריינצולייגן די פליסיגקייט אינעם קערפער פונעם פאציענט, ביים באטראפענעם ארט. די 'צולאזטע דזשעלי' – ווי זיי רופן עס – וועט זיין גוט פארפאקט אין א קליינטשיגע דינע אלומינום-פּאַקעט, וואס לאזט דורך די מאקסימום קעלט. זיי זארגן אז עס זאל זיין וואס קלענער, כדי צו פארדינען צווייפאכיג: ערשטנס, וועט עס פארקלענערן די שאנסן אז דער קערפער זאל עס צוריקווייזן. צווייטנס, וועט עס שפארן אסאך געלט".

"אין צוגאב", ענדיגט ער צו, "וועט עס דארפן ווערן באזאלבט פונדרויסן מיט א געמיש פון פאלימיקסין, נעאומייסין, גלאקסאקיין און מיופיראסין, כדי גענצליך צו פארמיידן אינפעקציעס און קערפערליכע ווידערשטאנד צום איינגעפלאנצטן 'גאסט'".

יעצט ווארפט ער זיי פאָר זיין אטאם:

"מיין געדאנק איז, אז די רעגירונג זאל אויסניצן די געלעגנהייט און צולייגן אינעם קאלטן אלומינום פּאַקעט א באזונדערע קעמערל, וואס וועט אנטהאלטן אונזערע עס-עס-או-עיטש באשטאנדטיילן. לאמיר געבן דאס שטיקעלע אלומינום א פארעם פון א 'שוואָם' (מאשרום), וואס האט א ברייטער טייל און אויך א קליינער שטאם. אינעם קליינעם, אדער ריכטיגער פיצעלן שטאם, וועט זיך באהאלטן אונזער 'אגענט'. דער נאאיווער דאקטער וועט אומשולדיגערהייט אריינקלעבן דאס קליינע פלאכע 'שוועמל' אינעם פאציענט'ס קערפער, נישט וויסנדיג וואס ער האט יעצט געטון מיט א נעבעכדיגן מענטש".

[align=center]*[/align]
הייסע פרישע נייעס

פרייטאג, כ"ז סיון תש"פ.

דעם קומענדיגן יוני דער ניינצנטער למספרם, וועלן די געפיללאזע אמעריקאנער 'וועלט-פירער', אפהאלטן א שטילע 'וויקטארי צערעמאניע', אפצוצייכענען אכט יאר פון ווען דער געהיימער געזעץ איז אריין אין קראפט. זיי רופן עס צווישן זיך מיטן קאוד נאמען עס-עס-אוֹ-עיטש, וואס שאפט די ווערטער: סופער-סיקרעט-אוו-יומעניטי. דער גרעסטער סוד פון מענטשהייט. ווי זיך צו רייצן מיט זייערע קרבנות לייגן זיי נאך צו דאס ווארט 'יומעניטי', וואס קען באדייטן 'מענטשליכקייט'.

אין די רייען פון די שפיאנאזש עקזעקוטיוון, ווערן ערווארטעט צו הערן גרויסע חידושים ביי דעם צענטראלן צוזאמקום. שוין יעצט ווייסן זיי, אז איבער 170 מיליאן מענטשן איבערן גארער וועלט האבן שוין באקומען די 'באהאנדלונג'. אבער זיי האפן צו הערן די פאזיטיווע נייעס, אז ס'איז געלונגען צו פארקלענערן דעם אלומינום פּאַקעטל צו מיקראסקאפישע מאָסן, אזוי ארום וועט מען קענען אויסברייטערן דעם פראיעקט אויך צו אזעלכע קליינע באהאנדלונגען ווי א רוט-קאנאל אד"ג. אויך דארט, אונטערן צאן, וועט פון היינט און ווייטער באגראבן ווערן אזא פיצעלע טשיפ, אין די גומען פון ביליאנען מענטשן.

ווי איר פארשטייט אליין, ליגט דארט איינגעפלאנצט א מיקרא-טשיפ 'טרעקינג דעווייס'. יא, עס איז טאקע אזוי, זיי לייגן דארט אריין א פארגעשריטענע פּיצינקע דזשי-פי-עס, וואס איז נישט פיל גרעסער ווי די לעגענדארע מיקראסקאפישע 'וואסער-בערן'.

אבער... נישט דאס מאכט עס אזוי שרעקעדיג. די אויסטערלישע פחד קומט פון גאנץ עפעס אנדערש... עפעס וואס איז פיל מער אלארמירנד און שאקירנד.

[align=center]*[/align]
געטראפן שפורן

מאסקווע, ראש חודש שבט תש"פ, ולמספרם יאנואר 27, 2020.

דער טויטער קערפער פונעם רוסישן פארבינדונגס-מאן אין קובא, מאקסים נוקאלטאוו, איז נארוואס אנגעקומען אהיים קיין רוסלאנד. די רוסן האבן באשלאסן זיך צו דערגרונטעווען, געוואויר צו ווערן דאס מערסטע וואס שייך, איבער דעם נעפל וואס נעמט ארום זיין צווייפלהאפטיגן טויט.

יא, פון-אויבן-אויף זעט עס טאקע אויס ווי א געווענליכע הארץ-אטאקע, און די ערפארענע פאלמעסארן באשטעטיגן דאס אלס פאקט. אבער פאר די געוועזענע קעי-דזשי-בי אגענטן שמעקט נישט די מעשה, בפרט וויסנדיג אז מאקסים איז געווען אויף אמעריקע'ס שווארצע ליסטע. זיי האבן פיל געפארשט און אויסגעפארשט, און צוערשט געטאפט א וואנט. מיט זייערע פארגעשריטנסטע טעכנאלאגישע אפאראטן, האבן זיי אבער עווענטועל געטראפן לייכטע שפורן פון גיפט!

[align=center]*[/align]
ווייטגרייכנדע קושמארנדע עפעקטן

די רעגירונג זוכט געלעגנהייטן, צו קענען איינפלאנצן די טשיפס אין יעדן איינציגן מענטש איבערן גארער וועלט, כדי צו האבן א 'ידא אריכתא' וואס גרייכט וואו אימער. ביי יעדע סורדזשערי, אלוועלטליך, ווערט אריינגעלייגט דער 'מאשרום', וואס דינט אפיציעל אלס קילונגס מיטל צו ראטעווען דעם פאציענט.

אמעריקע שענקט עס אומזיסט פאר אנדערע לענדער, אפילו פאר גאר פיינטליכע, מכלומר'שט אלס טייל פון הילפס-פעקלעך פאר נויטבאדערפיגע און קראנקע. עס קאסט אפ פאר אמעריקאנער שטייער-צאלער אזוי פיל ווי 1,170 דאלער, פער 'מאשרום'. למעשה באקומט דורכדעם דער אמעריקאנער רעגירונג צוטריט צו יעדן מענטש'נס רוטין, באשר הוא שם, זיי ווייסן ווען און וואו יעדער גייט און קומט.

אבער עס איז פיל טיפער פון דעם:

יעדע אלומינום פּאַקעטל האט אן אייגנארטיגער סעריעל נומער, און 'זיי' קענען צו יעדע צייט אקטיוויזירן דורכן קאמפיוטער אז ביי יענעם געוויסן נומער זאל זיך דער 'שטאם' צועפענען און דער איינגעפלאנצטער גיפט זאל ארויסרינען דורך א ספעציעלן אריינגעבויעטן אויסגוס-סיסטעם!

דאן וועט יענער שטארבן ביז געציילטע מינוטן, כאטש די סימפטאמען וועלן צייגן אויף א הארץ-אטאקע. דאס איז וויבאלד די עטליכע מיקראגראם פונעם מעכטיג-שטארקן גיפט טוען אפ זייער פליכט אין רגעים, אבער וועפן כמעט-גענצליך אויס געציילטע סעקונדעס נאכן אריינלייגן דאס הארץ אין 'קארדיעק ארעסט' רח"ל.

נאר צו טראכטן אז מיר דרייען זיך ארום מיט א גיפט פעקל אין קערפער, שאפט שאק און שוידער. פון לעבעדיגע מענטשן זענען מיר פארוואנדלט געווארן אין רויע האנט-גראנאטן אן די שפילקע. מען ווערט ארומגענומען מיט ברוטאלע קושמארן און פיינפולע היסטעריע, וויסנדיג וואס עס קען ח"ו פאסירן אין א ליאדע מינוט. דער געפארפולער אויסגוס-סיסטעם קען דאך אקטיוויזירט ווערן דורך מענטשן אינעם רעגירונג וואס האבן שעדליכע אינטערעסן, אדער גאר דורך פיינטליכע העקערס וואס האבן בייזוויליגע פלענער!

[align=center]*[/align]
דאס שוידערליכסטע ווערט אנטפלעקט

עס איז אונז שוין נישט קיין וואונדער, וויאזוי טויזנטע אראבישע דזשיהאדיסטן, ווי אויך פרא-רעזשים אקטיוויסטן, זענען דורכאויס די לעצטע יארן געשטארבן אזוי פלוצלונג, אין אלע עקן פונעם וועלט. א פאקט אויף וועלכן די אראבישע וועלט שרייעט מיט באנומענע קולות, און ווי-פון-טייוול-געטריבענע טייטלען זיי פינגערס אויף אמעריקע און מדינת ישראל, כאטש ביידע לייקענען קאטעגאריש יעדע שייכות מיט יענע מיסטעריעזע מארדן.

נאך מער פון דעם שאדט עס ביי 'אונז אינדערהיים': די גרעסטע פאליטיקאנטן וואס זיצן ביים רודער, די וועלכע האסן פרעזידענט טראמפ און האבן נאך פילצאליגע פאליטישע חשבונות, קענען גרינג 'מאנעוורירן' אז הונדערטע-טויזנטע מענטשן איבערן וועלט זאלן מיסטעריעז אויסשטארבן פון אזוי גערופענע 'מגיפות' און 'וויירוסעס'. ווער שטארבט? דווקא אזעלכע בירגער וואס "האבן געהאט פריערדיגע קאנדישאנס", לייען: אפעראציעס און געהיימע 'איינפלאנצונגען'... און דאס אלעס, בלויז כדי צו טרייבן זייערע אגענדעס!

דער אמת'ער אויפטו פון דעם בייזוויליגן אקט, איז אריגינעל געקומען אלס אלטערנאטיוו צו די העלפייער מיסילס וואס זענען אראפגעלאזט געווארן דורך פילאטלאזע פליגער און דראונס אויף די קעפ פון טעראריסטן; כדי צו קענען עלימינירן על-קיידא, על-שאבאב און אנדערע באנדיטן שטילערהייט, גלייכצייטיג אויך אמעריקאנער בירגער וואס זענען געווארן טעראריסטן און צייטליך אנטלאפן. אזוי ארום וועט פרעזידענט אבאמא בלייבן א דזשענטעלמאן און נישט באקומען דעם אימעדזש פון א מאסן-מערדער.

אבער אנערקענענדיג וואס מען קען אלס אפטון מיטן 'מאשרום', איז עס פארוואנדלט געווארן אין דער סאמע-געפערליכסטער מאנסטער. ווי זאכן קייקלען זיך לעצטנס דא אין לאנד, וועט נישט דויערן לאנג ביז זאכן וועלן ארויסגיין פון יעדע פראפארציע, היו לא תהיה.

און יא, מען קען שפעקולירן אז 'דער שווארצער טאשקע' פונעם פרעזידענט אנטהאלט די סופער-קאודס, צו קענען אפווישן גאנצע לענדער אויפאמאל דורכן אקטיוויזירן דעם סם ביי אלע איינוואוינער פון יענע ספעציפישע לענדער.

לב מלכים ושרים ביד ה'.

קלאריפיקאציע: איך ערלויב זיך דא ארויסצושרייבן אין פובליק די איינצלהייטן פונעם סוד, טראץ דעם שטרענגען פארבאט; וויסנדיג אז דער עולם וועט עס סיי-ווי אנקוקן אלס פיקטיוו.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום דינסטאג יוני 23, 2020 9:01 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אפגעליינט אין איין אטעם.. יוי האסטו מיר דערשראקן..
וואט א פאנטאזיע..
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קריעאטיוויטי אין אירע שענסטע פארבן!! גאר גוט!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער קריעטעוו. עס ליגט אסאך אסאך ריסערטש אין אזא ארטיקל. דאס דארף מען קענען שרייבן! איך בין זיכער אז אזא ארטיקל האט גענומען א שיינע פאר טאג צו שרייבן.
אויסנאם!
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

זייער זייער גוט!!
זייער הנאה געהאט!

איך גלייב אז דו האלסט באמת אז דאס קען זיין אמת...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א טיפער כח הדמיון, און אן איבערפלוס פון קריעטיוויטי!

3X5
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אריין אינם אבאמא סקאנדאלן אשכול..

זייער הנאה געהאט, אויסנאם קריעיטיוו כח הדמיון און הערליכע געשמאקע שריפט, זייער הנאה געהאט
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פיינע נייעס.
איך האב עס אפגעליינט בבחינת יראה ושקטה צוזאמען.

צום רעטינג, די אינהאלט איז זייער גוט, די ערשטע האלב ארטיקל האסטו נאכנישט קיין אנונג וואס דו טוט זיך, זאכן הייבן אן ווערן קלאר אינמיטן. די טעמע איז אזאנס וואס אינטערעסירט יעדעם, סיי פאר וועם ס'ליינט עס אפ מיט א טאן פון שפאט לאכנדיג פון אלע פון קאנספי-טעארי, און סיי די וועמענס שטערן-קנייטשן ווערן טיפער און טיפער מיט יעדע שורה, און וועלן נישט קענען שלאפן היינט נאכט נאכן הערן דעם סוד.
דאס שנעל לויפן פון איין סצענע צום צווייטן (פון שפיטאל צו שפיאנאזש און ווייטער) קען זיין בעסער, אבער מחמת די לימיט פון קערעקטערס איז פשוט אז ס'קומט אזוי.
אלזא, א 5'ער פאר אינהאלט.

אויף די שפראך האב איך נישט וואס צו רעדן אפילו, ס'רעדט פאר זיך אליין. א רייכע שפראך, ליינט זיך געשמאק, פראפעסיאנאלע אויסדרוקן א.א.וו.
נא, פאר שפראך ווייטער 5 שטערנדלעך.

אוועראלל רעיטינג? אמור מעתה, 5 + 5 = 5
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

:lol: :grin: :smile:

גוט גוט, ס'איז אביסל א דאבל פונעם בילדערבערג געהיימניס....

אינהאלט, זייער זייער גוט, דראמא שפאנונג, ווי אויך די קריעטיוויטי איז סאמטינג ספעשיל. 5.
שפראך איז אויך עפעס אמעיזינג, 5.

בקיצור, 555
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער אינהאלט: אנהייב ליינען וואלט איך געשאסן א מוסכה"ר 2-3 וואס דרייסטו א קאפ, אבער נאכן זיין בתוך הענינים און צום ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך רילעיט אויף אזא פארנעם צי אזא מייסטער פאנטאזיע... שענק איך איהם 5
די שפראך איז ביאנד רעיטינג.. די שענסטע און רייכסטע סאו פאר פון אלע ארטיקלען.. אפשר א משהו צי סאך אויסגעשמועסט וואס איינער טראכט אין זיין קאפ..
אווער אלל 4. דא קומט אריין פערפערענצעס. איך בין נאך אלעם נישט קיין חסיד פון ליינען עפעס וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן... כאטש וואס דער שרייבער לייקענט און טענה'ט חי וקיים אז ס'איז וואר... און אויכט האב איך א שטיקל דילעמע אז מארגן גיי איך זיצן אויפן געוועב און סעירטשען אויף געוויסע נקודות עם יש דברים בגו... נישט אויף די עצם קאנספיראציע-פיקציע פארשטייצעך
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גוט! כהאב מורא דו גלייבסט עס שוין טאקע...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

זייער געשמאק און פליסיג. ברענגט דיר צוביסלעך אריין צו טראכטן אויף א וועג וואס דו וואלטסט געווענליך נישט קאנסידערט. פאקט אריין הויפנס "אינפארמאציע", אבער עס שפירט זיך לייכט און לופטיג, כמעט ווי א שמועס.

איך האב געוואלט אראפרעכענען אביסל פארן נישט טון דעם דזשאב בשלימות, און נישט פארציילן פארן עולם אז די טשיפס זענען שוין היינט גענוג קליין און גייען אריינגעשטעלט ווערן אינעם קאראנע וואקסין וואס גייט קומען, אבער איך האב אים דן געווען לכף זכות אז ער ווייסט נאכנישט דערפון.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

א קנאק פון א זאך
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

Yang2020 האט געשריבן:איך האב געוואלט אראפרעכענען אביסל פארן נישט טון דעם דזשאב בשלימות, און נישט פארציילן פארן עולם אז די טשיפס זענען שוין היינט גענוג קליין און גייען אריינגעשטעלט ווערן אינעם קאראנע וואקסין וואס גייט קומען, אבער איך האב אים דן געווען לכף זכות אז ער ווייסט נאכנישט דערפון.

:lol: :twisted:
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אינטערסאנט... ס'זעט אויס אז דער שרייבער האט אינטערגעשריבן זיין נאמען אין די לעצטע שורות
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מעכטיג מעכטיג! די כח הדמיון וואס דער האט, און די אייגן אויפגעמאכטע ווערטער און לשונות וואס דער שיסט. ממש געוואלדיג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואט עי פאנטאזיע! וואאף!
זייער הנאה געהאט
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

הי הא.... וואט א סופער זשאב...
שרייבעריי א מיליאן, אינהאלט א זירא, כח הדמיון צוויי מיליאן....
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

אקעי, wow איז נישט דאס ווארט דא! דאס איז א מייסטערווערק. קריעטיוו ווי משוגע, שפאנענד און ציענד. דער שרייבער לאזט נישט סטאפן לייענען, ניטאמאל פאר א קאווע.

אויך ליגט דא א געוואלדיגע חידוש, גענומען פיקציע, א זאך וואס אסאך מענטשן האבן ליב צו לעזן, און אנשטאט א מעשה האט ער אראפגעלייגט א דראמאטיש שטיקל נייעס צו די שרעק פון די ליינער, פון א נושא וואס יעדער איז באקאנט דערמיט. די איידיע איז אייזן!

איך ווייס נישט צו די עולם אנערקענט וואס אַרבעט דא ליגט,

יישר כח!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שמארטיקל האט געשריבן:אקעי, wow איז נישט דאס ווארט דא! דאס איז א מייסטערווערק. קריעטיוו ווי משוגע, שפאנענד און ציענד. דער שרייבער לאזט נישט סטאפן לייענען, ניטאמאל פאר א קאווע.

אויך ליגט דא א געוואלדיגע חידוש, גענומען פיקציע, א זאך וואס אסאך מענטשן האבן ליב צו לעזן, און אנשטאט א מעשה האט ער אראפגעלייגט א דראמאטיש שטיקל נייעס צו די שרעק פון די ליינער, פון א נושא וואס יעדער איז באקאנט דערמיט. די איידיע איז אייזן!

איך ווייס נישט צו די עולם אנערקענט וואס אַרבעט דא ליגט,

יישר כח!

יאפ! נאוועל בתפארתה ומלוא הדרה ווי אין יאיר'ס און אליאב'ס שטארקע צייטן!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געווען אמאל א שמועה, בערך אין יארע 02', אז בינלאדען האט באזוכט אמעריקע פאר באהאנדלונגען אין 98' אונטער א פאלשן אידענטיטעט. כ'מיין אז ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס פאלש. אבער ס'איז קלאר אז אנדערע טעראריסטן זענען דא געווען פאר געזונטהייט-אישוס.

שטעלטס זיך פאר אויב אמעריקע וואלט שוין אין יענע יארן איינגעפלאנצט די שוועמלדיגע 'גיפט קארדס' אין יעדן אראבער וואס קומט אהער זיך צו באהאנדלען? וויפיל געלט, אנשטרענגונג און קאפ-וויי וואלט זיך אמעריקע געשפארט? מ'וואלט בלויז געדארפט דורקן אפאר קנעפלעך און דער פגר וואלט געפאלן א טויטער וואו אימער ער איז!

sounds cool!!

כ'האלט אז מ'דארף asap אריינגעבן דעם וואזשענעם געדאנק פארן היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אדער CIA, מ'זאל עס כאטש פון יעצט אנהייבן טון... מעגליך אז זיי וועלן לאכן פון אונז, היות מ'פראקטיצירט עס שוין זינט 12'...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א קנאק פון א פאנטאזיע
זייער הנאה געהאט געשמייכל און גלאכט.

ווי האט איינער געשריבן אויבן שפראך 5 אינהאלט 0, אבער משום מה איז די עיקולס 15!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

אינהאלט 0 קען מען שרייבן אלס קאמפלימענט אויפן נומבערס ארטיקל...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שמארטיקל האט געשריבן:אינהאלט 0 קען מען שרייבן אלס קאמפלימענט אויפן נומבערס ארטיקל...

אויב מיינסטע אז איך האב געמיינט צו זאגן קריטיק מיטן געבן פארן אינהאלט א זירא ווילעך קלארשטעלן אז כהאב נישט געמיינט צו זאגן אז די אינהאלט פונעם ארטיקל איז זירא. כהאב נאר געוואלט ארויסברענגן וואס כהאב געשריבן נאכדעם אז פאר'ן שרייבער'ס כח הדמיון געב איך א צוויי מיליאן ווייל באמת איז נישט דא קיין אינהאלט. נאר דמיון...
שטימטעט?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #19 - דער שוואָם: א סוד וואס דו טארסט נישט וויסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין חתונה זאל ביים צווייטן טאנץ, טאנצערייען זיינען איינגעטיילט אין באזונדערע גרופעס: די חברים פונעם חתן, שוואגערס מצד הכלה, ביהמ"ד קאלעגעס פונעם מחותן, וכו'. אבער אינעם עולם הרוחות - מיט דזשעימס, קריסטאפער און ראנעלד - איז אלעס איין מרקחת; וואף האט ער אונז גענומען אויף אן אינטערנאציאנאלן שדים טאנצן! אראבישע מיתות דעזיינט דורך אבאמא ביי רוסישע אפעראציעס. געוואלדיגע שטיקעס!! און מיט א רייכע שפראך!
איך מיין די טראנזיציע פון איין סצענע צום צווייטן וואלט ווען געמעגט זיין אביסל פליסיגער; דער ליינער שפירט זיך אביסל פארלוירן. אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם ערליך-פארדינטן היי פייוו.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”